ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

עס איז א קוואדער נאך ניין נעכטן אויפדערנאכט, איך בין אין מיין קארל אויפן וועג צו א חתונה, ווען מיין טעלעפאן צוקלינגט זיך.

ס׳איז בכלל נישט קיין חידוש אז מיין טעלעפאן קלינגט, און דער רופער איז אויך נישט קיין חידוש אז ער איז אויף די אנדערע ליין, א נאנטע ידיד מיינער, אבער דאס וואס ער האט מיר געזאגט האט מיר צוטרייסלט.

מיין פלאן איז געווען צו גיין צו א חתונה, זיך פרייען אביסל אן קיין דאגות, אבער דער אינגערמאן מיט זיין טעלעפאון רוף האט מיר דאס היבש צושטערט.

ער הייבט אויף און ער פרעגט מיר: כקען צולאזן דיין הארץ? אממממ מיסטער… געט טו דעי פאונט, כהאב נישט קיין צייט פאר קיין זשאוקס יעצט…
״יואלי״ זאגט ער מיר מיט א שטילע אבער הארטע שטימע, אינזער חבר ****** איז יעצט אין די וועטינג רום אין איינע פון די סטעיטס און ווארט אריינצוגיין צו א אמערזשענסי אפארעשאן ווייל מהאט געטראפן ביי עם עפעס…

בוםםםםםם!!!!

איר קענט מיר גלייבן, מיין סטירינג וויל האט זיך א דריי געגעבן צו לינקס כמעט אריינהאקענדיג אין די קעגן קומענדיגן קאר. ״ס׳קען נישט זיין״ מורמל איך ארויס.

מיין חבר אויף די אנדערע זייט טעלעפאן האט געטון די ריכטיגע זאך און מיך נישט גענפערט… ער האט מיר געגעבן א מינוט דאס צו פארדייען, און ער זאגט מיר ״כהאב דיך נישט גערופן סתם צו דערציילן שלעכטע נייעס, פארקערט, דאס איז א מיליטערישע סוד, קיינער טאר נישט וויסן דערפון. נאר וואס יא, דער אינגערמאן גייט נישט יעצט קענען ארבעטן, זיין טאטע און זיין שווער זענען שוואכע פארדינער, די משפחה וויל מען נישט אריינמישן, ממילה בלייבט איבער צווישן אינז נאר די גאר נאנטע חברים אויפצוקומען מיט געלט פאר די נעקסטע פאר חדשים אז ער זאל קענען צאלן רענט, שכר לימוד, און האבן אויף צום לעבן. אינשורענס קאווערד דערווייל סוי אויף דעם דארף מען זיך נאכנישט זארגן, אבער דערווייל אויב עס איז נאר די געלט צום לעבן וויל ער נישט אריינמישן די משפחה״

מיין קאפ האט זיך אנגעהויבן דרייען, דאס איז נישט פשוט, צואמשטעלן געלט איז איין זאך, אבער אין אזא פאל ווען ׳קיינער טאר נישט וויסן׳ מיינט דאס זיך אליינס אויסזעקלען… דאס איז נישט גרינג.

אבער מיר ווייסן אויך אז וואס אינזער חבר גייט יעצט אדורך גיין איז אסאך שווערער, ממילה גייט מען טון וואס מען האט צוטון, און צזאמשטעלן וואס מען מוז צוזאמשטעלן.

איך זאג פאר מיין חבר קוק אהער, איך גיי יעצט אריין צו א חתונה, איך גיי מיך צוזאמנעמען, מאכן א פלאן וואס מען גייט טון, און מגיימער רעדן.

איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאון צושטורעמט, דאס הארץ האט מיר וויי געטון איבער דעם אינגערמאנס מצב, און איך האב מיך געגרייט צו טון וואס איך קען עם ארויסצוהעלפן.

הכלל, סאיז אדורך א נאכט, היינט סוף טאג נאכן ארבעטן הייב איך אויף א טעלעפאון צו דעם אינגערמאן מיין חבר וואס האט מיר געברענגט די נייעס מיט די האום ווארק דעראויף… און איך הייב עם אן זאגן מיין פלאן וואס איך וויל טון, אבער פאר איך ענדיג דעם ערשטן זאץ זאגט ער מיר ״ס׳איז אקעי, פעלט מער נישט אויס…״

״וואס? ער איז געזינט? פרעג איך מיט ווינדער״ ניין זאגט ער, תהילים קענסטו ווייטער זאגן, אבער עס זענען נאך דא גוטע אידן אויף די וועלט.
וואס גייט פאר? דער בעל בית פון דעם אינגערמאן האט אנגערופן זיין ארבעטער לרפואה שלימה אז עס איז נישטא וואס זיך צו זארגן… די וועזשעס גייען ווייטער קומען נישט נאר אזויווי ביז יעצט, נאר ער העכערט די וועיזש כדי מען זאל קיין געלא דאגה דארט נישט האבן!

טייערע אידן, מען רעדט נישט דא פון א מולטי מיליאן דאלעריגע ביזנעס, דער בעל בית פון דעם ביזנעס ארבעט זייער שווער, און איז אנגעוויזן אויף יעדע זשאב, אויף יעדע ארבעטער, און פארשטייט זיך אויף יעדע דאלער. אבער, ער איז א יוד! ער האט נישט געזאגט אנטשולדיגט, כוועל אריינווארפן א הינדערטער א חודש… דער אינגערמאן ווייסט נאכנישט ווילאנג ער גייט נישט קענען ארבעטן, אבער זיין בעל בית האט עם געזאגט האב נישט קיין דאגה פון געלט.. ער וועט נאך אפילו העכערן די וועזשעס ביז אלעס שטעלט זיך אויפן פלאץ.

איך האב ארפגעלייגט די טעלעפאון מיט טרערן אין די אויגן, ווען איין זאץ ליגט מיר אויף די ליפן ״מי כעמך ישראל״ נאכאמאל ״מי כעמך ישראל!

אידעלע געב דיך א הייב אינטער, קלאפ זיך אליינס אין די פלייצע, די ביסט א חלק פון דעם לעכטיגן הייליגן פאלק!

זאל שוין דער אייבירשטער ווייזן אינזער גוטס אויף גוטע זאכן, און שיקן א רפואה שלימה פאר אלע אידישע קינדער, ובפרט פאר מיין טייערע חבר.

(צו די אלע וואס קענען מיר, ס׳איז א שאד צו פרעגן ווער דער חבר מיינע איז, ווייל כ׳וועל נישט זאגן עניוועי…)
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

Wow wow wow מי כעמך ישראל!!!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מוירעדיג! שרעקעדיג! כ׳קלאפ מיר אין די פלייצע! יא כ׳בין א חלק פונעם עם הנבחר!


אויך ווייל כ׳בין דיין חבר..
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

יאפ איך האב געהאט לעצטענס אן ענליכע מעשה מיט א משפחה מיינער. מי כעמך ישראל!
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

וויאזוי זינגט נאך ר' יונתן שווארץ?
מי כעמך ישראל, צו ווערן נתפעל, חסד אלעמאל, מ'טוט אן א צאל...

גם אני בעניי האב מיטגעהאלטן א אייניגע מעשה מיט א נאנטער פאמיליע מיטגעליד וואס איז נישט געווען פעהיג צו ארבעטן, דער ארבעטס געבער האט אסאך געהאלפן, סיי אויפן פינאנציעלן געביט און אויך מאראליש...
ביז היינט שפירט נאך די גאנצע פאמיליע א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר יענעם ארבעטסגעבער...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ר' לוי יצחק וואלט געמאכט צימעס פונעם שטן מיט אזא מעשה...
מה רבו מעשיך ה'! וואספארא הערליכע פאלק האסטו אויף די וועלט!
----
באשעפער שיק א גאנצע שנעלע רפואה פאר @פרישי'ס חבר בתוך שאר חולי ישראל
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

האסט מיר איבערגענומען...

מי כעמך ישראל שרייט זיך ארויס!

אוי באשעפער קוק אראפ אויף דיין שיינע פאלק און שענק א רפואה שלימה פאר דעם איד וואס איז א חלק פון דעם פאלק בתוך שאר חולי ישראל
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

כלל ישראל שיינט ארויס מיט אירע שענסטע קאלירן.

אפשר זאל מען צו ווייזן דעם אשכול צום בעל הבית וואס וועט אים געבן א גרויסן חיזוק.

כל הכבוד פאר דעם בעל הבית און פאר די חברים וועלכע זענען געווען גרייט אריין צוטאנצן און אים ארויסהעלפן!

איך בין שטאלץ צו זיין א חלק פון דעם עם הנבחר רחמנים בני רחמנים וועלכע העלפן זיך ארויס איינער דעם אנדערען אין יעדע צושטאנד.

און אוודאי נישט פארגעסן, א רפואה שלימה פאר דעם איד, זאל ער אויסגעהיילט ווערן בקרוב.
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

געהאט די זעלבע מעשה לעצטע זימער, נישט נאר דאס דיר יונגערמאן איז געווען אין די קאמפעני פאר א נישטיגע זעקס וואכען אין די בעה"ב האט געזאגט אלעס גייט ווייטער אן ווי גארנישט
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מי כעמך ישראל!

און זאל די חבר האבען א רפו"ש בקרוב בתשחו"י
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

אוי האט מיך די קלאפ וויי געטון..
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16945
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

.......Wow!!! I'm speechless
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

........
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מוראדיג!

ווילט זיך מיר ארויסגיין אזא רקידה'לע..
16199.gif
16199.gif (92.43 KiB) געזען 1252 מאל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

!!!!!!
איך טרייסל.

שאקט.

כהאב נישט קיין ווערטער.

שלח רפואה שלימה לחולי עמך.

דעיס מיינט א בעל הבית!
איינער וואס קערט פאר זיין ארבעטער און יעדע מצב!


און איך ווייס גוט דעי קאמפאני איז א גאר קליינע ביזנעס און דער בעל הבית דערלייגט אויף דעים דעזיסשען אסאך געלט [אויף דעי וועלט] אבער לייגט אוועק אסאך אסאך אויף יענע וועלט!
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

no way האט געשריבן:!!!!!!
איך טרייסל.

שאקט.

כהאב נישט קיין ווערטער.

שלח רפואה שלימה לחולי עמך.

דעיס מיינט א בעל הבית!
איינער וואס קערט פאר זיין ארבעטער און יעדע מצב!


און איך ווייס גוט דעי קאמפאני איז א גאר קליינע ביזנעס און דער בעל הבית דערלייגט אויף דעים דעזיסשען אסאך געלט [אויף דעי וועלט] אבער לייגט אוועק אסאך אסאך אויף יענע וועלט!


So maybe we should help the boss
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow wow wow
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16945
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

מעשה שהיה
ס'ווייב מיינע איז א בוכהאלטערין פאר א קאמפעני, און פאר צוויי יאר צירוק פסח צייט, איז איינער פון זיינע ארבעטערס ל''ע אוועק פון די מגפה רח''ל, האט ער געטוישט די נאמען אויפן טשעק צו די אלמנה'ס נאמען, און עס גייט נאך אן ביז יעצט, יעדן איינציגע וואך!!!! אן אפשטעל.

מי כעמך ישראל,
אזעלכע מעשות איז דא אסאך.....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מי כעמך ישראל!

דעטס אלל איי קען סעי…

השי״ת זאל שיקן א רפואה שלימה בקרוב ממש פאר די יונגערמאן בתוך שאר חולי ישראל.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
א פינטעלע איד
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:23 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פינטעלע איד »

אוי ווי גוט צו זיין א איד :grin:
אוי ווי גוט צו זיין א איד :grin:
אוי ווי גוט צו זיין א איד :grin:

הפלא ופלא, מי כעמך ישראל, און נאך טוהן אזא מעשה בהסתר ובהצנע!
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

;l;p- @קיגעלע

טאקע אז מי כעמך ישראל ... אבער און דער "עמך" איז פארהאן אידין ווי @קיגעל און אזוי אויך דער ארבעטסגעבער וואס נישט פיששש און קלאפן און פלייצע טהון זיי אויך צו די זאך


WOW פאר דיר און אזוינע ווי דיר קיגעל ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מורא'דיג מורא'דיג!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

טרערן רינען מיר פון די אויגן און איך וויין כמעט נישט. אזעלכע אידן וואס גייען אן אזוי שטילערהייט זיי האלטן אונטער די גאנצע וועלט! מען וויסט אפילו נישט ווי די הימלען שאקלען זיך!

דער אייבערשטער זאל אין דעם זכות שיקן א רפואה שלימה און אויך אסאך השפעות פארן בעה"ב
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
WOW איז דאס שוין איינמאל פרישע קוגל...

אבער רבותי, ווי קאנען מיר שטיין גלייכגילטיג ווען 2 טייערע אידן גייען חלילה אונטער - - -

ר י י ס ט - א י י ן ! ! !


לאמיר אלע שרייען צום באשעפער:
רבונו של עולם: רבי שמואל בר נחמני (תענית ח:) פסק'נט דאך "כי יהיב רחמנא שובעא, לחיי הוא דיהיב, דכתיב 'פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון'", נו, דא ליגט א אינגערמאן אין שפיטאל "מיט פרנסה", - אז ער באקומט שוין זיין געהאלט, און נאך מיט א טיפ אויך, קומט איהם דאך אוודאי אז ער זאל שוין אהיימגיין געזונטערהייט בקרוב !

אבער נישט נאר דאס - נאך מער פון דעם:

זיצט א איד א דורכשניטליכע ביזנעסמאן, און ספענדט נעבעך אויס פאר וועידזשעס פון זיין אינקאם נאך מער ווי ביז יעצט, און אן ארבייטער פעלט איהם נאך אויך, און וועט נאך מוזן ארייננעמען א פרישע ארבייטער וואס וועט איהם נאך צו-קאסטן א פרישע וועידזש.

לאמיר אלע איינרייסן פאר דעם ביזנעסמאן אז ער זאל שוין בקרוב אויפגעראכטן ווערן, און זאל שוין ווי שנעלער קענען צוריקבאקומען זיין ביז-יעצטיגע ארבייטער, און נאך צו-פארדינען מיט א שמוץ אריבער...
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
יליד טאהש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2020 11:14 am

Re: ביסט א איד? ליין די מעשה, און קלאפ זיך אליינס אויף דיין פלייצע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד טאהש »

איך זאג אויך מי כעמך ישראל בפרט אז איך קען אזא בעל הבית וואס צאלט שוין אפאר יאר וועדזשעס פאר מענטשען וואס ארבעטען מער נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”