איד27 האט געשריבן:יקשן האט געשריבן:עס איז אמאל געווען א איד וואס האט געהאט זייער א נאנטען ידיד זיין ליבשאפט צו אים איז געווען אין לשער כסדר האט ער געזיכט אופנים ווי אזוי יענעם צו מהנה זיין. האט ער מחליט געווען אז ער וויל טון עפעס אויסטערליש וואס דער ידיד זיינער זאל באמת הנאה האבן, איז ער געגאנגען זיך אינטערעסירן וואס עס קען זיין עפעס וואס יענער וויל שטארק האבן, האט ער געהערט אז שיינעם קאר איז עפעס וואס ער וויל זעהר שטארק אבער קען זיך נישט דאס ערלויבן האט ער מחליט געווען אז ער גייט אהער שטעלן אן אויטא וואס אזאנס איז נאכנישט געווען.
געטראכט און געטון, ער האט אפגעקויפט א ריזן שטח און געלאזט דארט אויפבויען א מאיעסטעטישע פעקטארי אויסגעשטעלט מיט אלע סארט מאדערנע מאשינעריי און אויפגענומען א גאנצע שטאב מיט צענדליגע ארבערטערס - ארבעטערס וואס זענען געלערנטע מומחים און דעם פעלד און זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן אהערשטעלן דעם אויטא אז עס זאל זיין אויסגעשטאטעט מיט די העכסטע סארט טעכנעלאגיע.
ער האט אויך אויפגענומען ספעצילע אינדזשונירען וואס האבן א ספעציעלן ידיעה אינעם תחום פון בויען פליגערס און זיי בייאויפטראגט אז זיי זאלן שטיין אין שפיץ פונעם פראיעקט און פרובירען אריין צו שטעלן אינעם אויטא וואס מער לוקסעס וואס פליגערס פארמאגען.
ויהי היום, און די ארבעטערס דערזעהן זיך אז זיי פארמאגען נישט איינע פון די כלים וואס עס פעלט זיך אויס צו קענען אנגיין מיטן פראיעקט. האט ער מחליט געווען אז מען גייט אויפשטעלן א פעקטארי וואס וועט זיין געווידמעט אהער צו שטעלן אלע נויטיגע כלים וואס עס זאל זיך נאר נישט אויספעלן אזוי אז די ארבעט זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.
עס איז אדורך געלאפען א פאר יאר און די גליקליכער טאג איז אנגעקומען, דער אויטא איז געווארען פערטיג, עס איז געווען ממש אזוי ווי ער האט זיך פארגעשטעלט - אויסגעשטאטעט מיט די בעסטע סארט טעכנעלאגיע און דערצו אויך אייזן באקוועם. ער רופט אריבער דעם ידיד זיינער און זאגט אים אט דאס איז דיינס נוץ עס געזינטערהייט.
דער ידיד זיינער האט נישט געקענט קומען צו זיך ער האט געפילט דאס ליבשאפט וואס זיין חבר האט צו אים איז אומבאשרייבלעך, טייטש ער איז געגאנגען אויפשטעלן א גאנצן פעקטארי אויפגענומען צענדליגע ארבעטערס זיך געלאזט קאסטען סוועלטס געלט געלאזט אויפבויען א צווייטע קאמפלעקס נאר פאר די כלים אלעס געלייגט אין א זייט און געווען פארנומען נאר מיט דעם און אלעס נאאאאר פאר מיר!!!!
די משנה זאגט: "כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם"
דעס הייסט אזוי, דער בורא כל העולם האט באשאפען א גאנצע וועלט מיט טריליאנע שטערנס טריליאנע אביעקטן וואס פליען ארום אין די ספערן, גאנצעטע שטחים ימים, מיליאנע מיילן וועלדער, טריליאנע שטיינער, בהמות און חיות עד אין שיעור, און אלעס איז כדי געווען אז די זאלסט באשאפען ווערן.
קען מען דען משיג זיין די אהבה וואס דער באשעפער האט כלפי דיר!!!
געוואלדיג א מוראדיג משל האימיר דאך יא געפילן זאגן מיר שכוח יקשן
ישר כח!!