שטותים מיט לאקשען

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איד27 האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:עס איז אמאל געווען א איד וואס האט געהאט זייער א נאנטען ידיד זיין ליבשאפט צו אים איז געווען אין לשער כסדר האט ער געזיכט אופנים ווי אזוי יענעם צו מהנה זיין. האט ער מחליט געווען אז ער וויל טון עפעס אויסטערליש וואס דער ידיד זיינער זאל באמת הנאה האבן, איז ער געגאנגען זיך אינטערעסירן וואס עס קען זיין עפעס וואס יענער וויל שטארק האבן, האט ער געהערט אז שיינעם קאר איז עפעס וואס ער וויל זעהר שטארק אבער קען זיך נישט דאס ערלויבן האט ער מחליט געווען אז ער גייט אהער שטעלן אן אויטא וואס אזאנס איז נאכנישט געווען.

געטראכט און געטון, ער האט אפגעקויפט א ריזן שטח און געלאזט דארט אויפבויען א מאיעסטעטישע פעקטארי אויסגעשטעלט מיט אלע סארט מאדערנע מאשינעריי און אויפגענומען א גאנצע שטאב מיט צענדליגע ארבערטערס - ארבעטערס וואס זענען געלערנטע מומחים און דעם פעלד און זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן אהערשטעלן דעם אויטא אז עס זאל זיין אויסגעשטאטעט מיט די העכסטע סארט טעכנעלאגיע.

ער האט אויך אויפגענומען ספעצילע אינדזשונירען וואס האבן א ספעציעלן ידיעה אינעם תחום פון בויען פליגערס און זיי בייאויפטראגט אז זיי זאלן שטיין אין שפיץ פונעם פראיעקט און פרובירען אריין צו שטעלן אינעם אויטא וואס מער לוקסעס וואס פליגערס פארמאגען.

ויהי היום, און די ארבעטערס דערזעהן זיך אז זיי פארמאגען נישט איינע פון די כלים וואס עס פעלט זיך אויס צו קענען אנגיין מיטן פראיעקט. האט ער מחליט געווען אז מען גייט אויפשטעלן א פעקטארי וואס וועט זיין געווידמעט אהער צו שטעלן אלע נויטיגע כלים וואס עס זאל זיך נאר נישט אויספעלן אזוי אז די ארבעט זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.

עס איז אדורך געלאפען א פאר יאר און די גליקליכער טאג איז אנגעקומען, דער אויטא איז געווארען פערטיג, עס איז געווען ממש אזוי ווי ער האט זיך פארגעשטעלט - אויסגעשטאטעט מיט די בעסטע סארט טעכנעלאגיע און דערצו אויך אייזן באקוועם. ער רופט אריבער דעם ידיד זיינער און זאגט אים אט דאס איז דיינס נוץ עס געזינטערהייט.

דער ידיד זיינער האט נישט געקענט קומען צו זיך ער האט געפילט דאס ליבשאפט וואס זיין חבר האט צו אים איז אומבאשרייבלעך, טייטש ער איז געגאנגען אויפשטעלן א גאנצן פעקטארי אויפגענומען צענדליגע ארבעטערס זיך געלאזט קאסטען סוועלטס געלט געלאזט אויפבויען א צווייטע קאמפלעקס נאר פאר די כלים אלעס געלייגט אין א זייט און געווען פארנומען נאר מיט דעם און אלעס נאאאאר פאר מיר!!!!

די משנה זאגט: "כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם"

דעס הייסט אזוי, דער בורא כל העולם האט באשאפען א גאנצע וועלט מיט טריליאנע שטערנס טריליאנע אביעקטן וואס פליען ארום אין די ספערן, גאנצעטע שטחים ימים, מיליאנע מיילן וועלדער, טריליאנע שטיינער, בהמות און חיות עד אין שיעור, און אלעס איז כדי געווען אז די זאלסט באשאפען ווערן.

קען מען דען משיג זיין די אהבה וואס דער באשעפער האט כלפי דיר!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p- געוואלדיג א מוראדיג משל האימיר דאך יא געפילן זאגן מיר שכוח יקשן

ישר כח!!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס איז היפש שווערלעך, עס איז שווער בגשמיות און עס איז אויך זייער שווער אינעם רחניות'דיגען תחום, דער בורא עולם האט אונז אריין געשטעלט אין א דור וואס איז אזוי ווי - אדער גאר ערגער פונעם דור המבול אינאיינעם מיטן דור סדום.

אינגעלייט מאכן מיט נסיונות פוטפר, און נישט איינמאל, נאר יעדן טאג, עס איז אזוי גרינג צו זינדיגען אין דער היינטיגע וועלט מען דארף נישט פארן ווייס איך ווי און מען דארף זיך נישט אויסטאן דאס אידישען לבוש, מען קען גיין אנגעטון ווי די תלמידי בעל שם, וואונען און זיך דרייען בלויז צווישען די סמעטענע פון כלל ישראל, און אפטון און זיין פארנומען מיט זאכן וואס א אידישער מוח טאר נישט טראכטען.

די מחנכים שטייען אובד עצות מיט וואסערע טנופות זיי דארפן פירן טעגליכע מלחמות, בחורים מאכן מיט שווערעקייטן און אלע תחומים אריינגערעכנט יסורי הנפש וואס אונזערע עלטערן האבן זיך נישטאמאל געקענעט פארשטעלן.

אבער צו די זעלבער צייט דארפן מיר וויסען אז אלעס, אלעס וואס עס טוט זיך אפ איז נישט קיין צופאל, מיר אידן גלייבן און ווייסען אז דער בורא פירט דער וועלט און ער איז דער וואס פלאנירט און טוט אלעס פון פאראויס, און דער תכלית פון דאס אלעס איז בוודאי נישט אונז אוועק צו שטיפען פון אים און אויב האט ער אונז צוגעטיילט דיע נסיונות איז זיכער אז מיר קענען דאס פארנעמען - און נאך מער - אפילו שטייגען און ווערן בעסער און אנקומען גאר ווייט.

וואס עס ליגט אויף אונז איז צולייגען קאפ און בלייבן פוקעסירט אויפן תכלית.

און דער פארגעגאנהייט, איז געווען אז אפילו מען איז נישט געווען אזוי דבוק אינעם אמת אויף הונדערט פראצענט, מען האט געטאן מער ווייניגער וואס די תורה פארלאנגט, זיך געדרייט און א אידישער סביבה, איז מען שוין געווען עטוואס פארזיכערט אז בעז"ה וועט מען זיך נישט אויסגליטשען. און דער היינטיגער עפאכע אבער דארף מען האבן און טון פיל, פיל מער פון דעם.

דער אמת איז אז ווען מען נישטערט אביסל דורך די פריערדיגע ספרי מוסר און אגדת חז"ל זעהט מען ווי אלע זאגען אז אויב חזרט מען נישט כסדר "מה חובתי בעולמי" וועט מען ביי דיפאלט פארפאסען דעם תכלית הנרצה, און אויב איז עס איז געזאגט געווארען אויף די פריערדיגע דורות, איז עס היינט זיכער און פעסט אמת.

איז, ברויכען מיר זיך קאנצעטרירען און טון וואס מיר קענען צו בלייבן ערליך און אויפשטעלן אויף ווייטער הייליגע דורות וואס זאלן ארויסקומען מיט גאנצע רחניות'דיגע רמ"ח אברים ושס"ה גידים ביז דער בורא וועט אונז נעמען אהיים.

איך האב אמאל געהערט א אויסדריק פון איינע פון די משפיע בזמננו, אז ווען עמיצער איז נאר פארנומען מיט די חינוך פון זיינע קינדער און עז איז נאר פארנומען לערנען וויאזוי מען ברויך דילען מיט זיי, אזא איינער האט שוין אויפגעגבן אויף זיין אייגענער נשמה און ער האפט חאטשיג אז פון זיינע קינדער זאל נאך עפעס ווערן. אבער דער אמת איז אז עס איז מער פון דעם: א מענטש קען נישט פארקויפען פאר די קינדער זיינע עפעס וואס ער האט לגמרי נישט קיין שייכות מיטן מדרגה – אדער עכ"פ ער פרובירט צו טון וואס ער זאגט אז מען דארף – זיי וועלן גלייך דערשפירען די סתירה צווישען זיינע מעשים און זיינע דבורים.

די עיקר וואס "מיר" קענען טון איז וואס אונזערע היילגיע וועגווייזערס האבן אונז שוין פארגעשריבען, דאס איז, זיך קאכן און פילעווען און ספרי מוסר. די ספרי מוסר א שטייגער ווי דער חובות הלבבות רעדט צו אונז אויף מאמע לשון און גיבט אונז דאס משמעות פון אונזער דא זיין ער גיבט אונז די סיבה פארן טון וואס דער באשעפער האט אונז באפוילען ער קלארט אויס דעם "פארוואס" ער גיבט אונז די סיבה צו טון וואס מיר זענען באפוילען געווארן צו טון. און ווען מיר האבן א משמעות און די טעגליכע זאכן וואס ווערט פון אונז פארלאנגט, ווערט עס געטון מיט מאטעוואציע.

עס איז אבער אביסל טיפער: די חובות הלבבות שטעלט אוועק אז מעשים אנע מחשבה צוגעבינדען צו איר, איז טאקע זייער חשוב אבער עס איז עיקר חסר מן הספר. ווייל די ציווי השם זענען געגעבן געווארן אז מיר זאלן עס טון און זיך אפלערנען עפעס, קונה זיין מער דעת, אונזער שכל זאל ווערן נענטער צו גאט ברוך הוא (ואכמ"ל). און ער צולייגט אויף קליינע טעלערלעך וואס און ווי אזוי די מצוות דארף אונז לערנען.

יעדער פון אונז גייט אדורך מצבים אין לעבן אמאל שווערע און צומאל שווערערער. און ווען מען איז אין א שווערער דורכגאנג איז פי כמה שווערער זיך צו האלטן, און ווען אונז האבן נישט קיין "פארוואס" זאכן פארסירן צו אונז אדער מיר ווייסען נישט ווי אזוי מיר דארפן עס אנקוקען וואס עס פארלאנגט זיך פון אונז, איז עס א צווייפאכיגער שאדן, איינס אז מיר פארפאסען די געלעגענהייט פון שטייגען און אויסשלייפען די נפשות אונזערע. און צוויטענס אז אויב איז נישט דא קיין "פארוואס" איז זייער זייער שווער די מיטמאכענעשען. און אויב איז יא דא א "פארוואס" קען דער מענטש פארנעמען אויף סאך א גרינגערען אויפן דאס לעבן. אזוי ווי עס האט זיך אויסגעדריקט דער באקאנטער פסיכילאג און מלחמה איבערלעבר וויקטאר פרענקל "דער וואס האט א פארוואס קען פארנעמן כמעט יעדן ווי אזוי"...

המשך יבא אי"ה
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איינער איינער אליין
ווער קען דען פארשטיין
וואס ביי א צווייטען אין הארץ טוט פארגיין
דער וואס פארשטייט ווייסט שוין וואס איך מיין
צו מאל איז דאס הערצעלע אנגעלאדענט מיט פיין
עס איז דא דארט פעין וואס זענען גארנישט אזוי קליין
עס גייט מיט ווי איך טו נאר גיין
ארויס עס גייט נישט, נאר טיפער אריין
זי זיצט דארט פארעקשנט ווי א ביין
עד מתי, פרעג איך זיך שטיל אליין
ווילאנג נאך וועסטו פארגיין און א געוויין
הלוואי איך קען פון די ווייטאג זיין ריין
עס פילט אזוי געמיין
עס איז חושך אן קיין ליכט שיין
בלאס און גרוי פונקט ווי א שטיין
יאוש... נישט.. חלל.. נאקעט... טרעפט דא זייער היים
אויב וואלט ווען.. אויב וואלט ווען.. וואלט אלעס געטון גוט גיין -
אזוי רעד איך זיך איין
גיב זיך רשות די ווייטאג זאל ביי דיר זיין
וועט זי מיט דערצייט אינגאנצען צוגיין
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

-
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

אין דעם לאנגען גלות מיר זיצען
עס קומען און גייען די ווינטער און היצען

א יאר נאך א יאר די לוח מען מישט
אבער גארנישט רוקט זיך נישט

דער עבר גיבט עפעס דאס משמעות
דער עתיד זאל זיך טוישן, איז סתם גיזמאות

יעדער עלטערט זיך יעדן טאג מער און מער
היינט טאטעס, מארגן זיידעס, און נעכטען געווען קינדער

דור הולך ודור בא מיט א תמידות
דער בית החיים אנגעפילט מיט אזויפיל גופות

עס זעהט עפעס אויס ווי די וועלט איז א קייט אנע עק
מיר ווערן שוין צוגעוואונט, א פחד א שרעק

דער טעכנעלאגיע גאלאפירט מעכטיג פאראויס
אז דאס איז דער סוד פון די בריאה, קוקט עפעס אויס

די וועלט ווערט ביטערלעך פארגרעבט יעדן טאג
דער באשעפער פארשווייגט און גארנישט זאגט

די שווערע שטיינער וואס יעדער טראגט שטיל
אוי! טאטע וויפל איז דער גבול

די קשר צו אידישקייט וואס מען האט
איז פון זייער א דינער סארט

די נסיונות, אוי א פחד א שרעק
עס רייסט דאך אונז אוועק

----------------

אבער איין טאג איין טאג גייט עס געשען
עס גייט זיין אין א טאג פלעין

יעדער מיט זיין סדר היום פארנומען
און פלוצלינג... "משיח איז דא" געקומען

א מינוט פארדעם גייט מען גארנישט וויסען
אז אין א מינוט ארום גייט זיך דער גלות שליסן

דער באשעפער וועט זיך צו אונז אנטפלעקן
אונזער טיפער אהבה וועט עס אין אונז ערוועקן

דער באשעפער וועט צו אונז שמייכלען בהארת פנים
די ליבשאפט וועט זיך שפירען אין אלע געדערים

עס וועט הערשען א קלארקייט
יעדער וועט דינען דעם בורא מיט "זיינע" געצייג

אלעס גייט שוין אנהייבען שטימען
קיינע שאלות מער - פארוואס איז עס זיך מיר געקומען?

טייערע ברודער, לאמיר נישט אויפגעבן
אט אט גייט מען עס דערלעבן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דעיס איז נישט שטותים מיט לאקשן מיין טייערע
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

הערליך.

שטא קיין זכר פון לאקשן מיט שטותים!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גא"מ, נישט קיין לאקשן נישט קיין שטותים, נאר ריין און שיין.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

ישר כוחכם פארן אריין ווארפן א גוט ווארט!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

עס גייט א שנייעלע, עס קעלטעט א קעלטעניש, עס ווינט זיך א געבלאזעניש. און איך פרוביר צו מאכען מיין וועג פון דא ביז דארט אבער דאס געשנייעכטץ יאמערט אריין אין דאס געזיכט. דאס היטעלע איז שוין אנגעהויפענט מיט אונזעס שניי און דער ברים האט שוין אויפגעגעבן דעם קאמף און רוקט זיך צושטאטעלעך מיטען פנים אויף אראפ. די ברילען מיינער זענען באשמירט מיט א געמישעניש פון אייז, שניי, און פארע. נישט מעגליך מער צו זעהן ווי צו שטעלן מיינע קומענדיגע טריט, בלית ברירה מוז איך זיך סומך זיין אויף די אומקלארער בליק וואס די שפיץ פונעם אויגס שווארץ אפעל האט ארויסדערווישט צו קריגען פון צווישען די טראפען אייזיגע געפילדער, די הענטעלעך וואס זיצען אויף די צוויי אויערן מיינע זענען אנגעפילט מיט געפרוינע מאטריאל.

מען קען שוין נישט דערקענען בטביעת עין ווער איך געווען פאר צוואנציג מינוט צוריק, בבחינת פשט צורה ולבש צורה אחרת, די וואנצעס מיטען בארד זיינען א דבר גוש וואס רירט זיך נישט אפילו פאר א רוח שאינו מציאה, די הויזען זענען מדובק צום גוף כ'תרין ריעין דלא מתפרשין, און דער אייז אויף די פיס האט נאך עפעס אן אנדענק פון אביסל זאקען.

קענסט מיר אפשר געבן א היטש?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יקשן האט געשריבן:עס גייט א שנייעלע, עס קעלטעט א קעלטעניש, עס ווינט זיך א געבלאזעניש. און איך פרוביר צו מאכען מיין וועג פון דא ביז דארט אבער דאס געשנייעכטץ יאמערט אריין אין דאס געזיכט. דאס היטעלע איז שוין אנגעהויפענט מיט אונזעס שניי און דער ברים האט שוין אויפגעגעבן דעם קאמף און רוקט זיך צושטאטעלעך מיטען פנים אויף אראפ. די ברילען מיינער זענען באשמירט מיט א געמישעניש פון אייז, שניי, און פארע. נישט מעגליך מער צו זעהן ווי צו שטעלן מיינע קומענדיגע טריט, בלית ברירה מוז איך זיך סומך זיין אויף די אומקלארער בליק וואס די שפיץ פונעם אויגס שווארץ אפעל האט ארויסדערווישט צו קריגען פון צווישען די טראפען אייזיגע געפילדער, די הענטעלעך וואס זיצען אויף די צוויי אויערן מיינע זענען אנגעפילט מיט געפרוינע מאטריאל.

אזוינע זאפט און אזוי גוט געמאלן. א מייסטערארבעט.

כ'האב הנאה געהאט פון יעדע שורה, דעריבער איז שווער צו זאגן, אבער 'דער ברים רוקט זיך אראפ....' איז גוט אראפגעלייגט, און די 'וואנצעס מיט'ן בארד...' איז זאפטיג.

די גאנצע שטיקל איז א שטיק טאלאנט.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יקשן האט געשריבן:עס גייט א שנייעלע, עס קעלטעט א קעלטעניש, עס ווינט זיך א געבלאזעניש. און איך פרוביר צו מאכען מיין וועג פון דא ביז דארט אבער דאס געשנייעכטץ יאמערט אריין אין דאס געזיכט. דאס היטעלע איז שוין אנגעהויפענט מיט אונזעס שניי און דער ברים האט שוין אויפגעגעבן דעם קאמף און רוקט זיך צושטאטעלעך מיטען פנים אויף אראפ. די ברילען מיינער זענען באשמירט מיט א געמישעניש פון אייז, שניי, און פארע. נישט מעגליך מער צו זעהן ווי צו שטעלן מיינע קומענדיגע טריט, בלית ברירה מוז איך זיך סומך זיין אויף די אומקלארער בליק וואס די שפיץ פונעם אויגס שווארץ אפעל האט ארויסדערווישט צו קריגען פון צווישען די טראפען אייזיגע געפילדער, די הענטעלעך וואס זיצען אויף די צוויי אויערן מיינע זענען אנגעפילט מיט געפרוינע מאטריאל.

מען קען שוין נישט דערקענען בטביעת עין ווער איך געווען פאר צוואנציג מינוט צוריק, בבחינת פשט צורה ולבש צורה אחרת, די וואנצעס מיטען בארד זיינען א דבר גוש וואס רירט זיך נישט אפילו פאר א רוח שאינו מציאה, די הויזען זענען מדובק צום גוף כ'תרין ריעין דלא מתפרשין, און דער אייז אויף די פיס האט נאך עפעס אן אנדענק פון אביסל זאקען.

קענסט מיר אפשר געבן א היטש?

יא געפיהלט היינט דער זעלבע
יישר כח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

שניי, עס גייט יעצט א שניי איך שטיי ביים פענסטער, מאך איר גוט צי און עפן אויף מיין מוח, און בין זיך אביסל מתבונן, איך זעה מיליאנען ווייסע שנייעלעך ברעקלען אראפ פון אויבן יעדער פאר זיך מאכט זיך זיין רייזע אראפ אהער דא, יעדער גייט זיך זיין וועג קוקט נישט ווי אזוי זיין חבר מאכט אדורך זיין רייזע יעדערער איז זיך פוקעסירט אויף זיך, אנצוקומען צום תכלית זיינער וואס דאס איז צו לאנדען אויף דער ערד און איבערדעקן דעם ארום און עס פארוואנדלען אין א הערליכען שניי ווייסער בריאה.

יעדעס ברעקעלע איז זיך צונויפגעשטעלט פון זיין איינגארטיגער פארעם, מיסודו זענען אלע פון די זעלבער מאטריאל, אייז, רעגן. אבער יעדער האט זיך אירע אייגענע שטריכען וואס טיילט איר אפ און מאכט איר אנדערש פון אירע פריינט.

אלע פאר זיך אזוי אנדערש, אבער כדי צו קענען אהער שטעלן אזא מייסטערהאפטיגער אויג פארחאפענד ווייס שבת'דיגער וועלט ברויך מען אנקומען צו יעדעם איינעם פון זיי, עס פעלט זיך אויס אז יעדער זאל אויספירען די תכלית זייערער, וואס דאס איז צו מאכן זייער וואונארט און זיך באזעצן אויפען ערד אונזערער.

באמת, וואלט יעדער פון זיי געקענט האבן גענוג און נאך תירוצים פארוואס נישט אונטער צו נעמען די געפארפולער רייזע פון די ספערן אראפ אהער. ווייל וואס איז שוין דען זייער האפענונג צו עקזעסטירען אויף א לענגערער צייט? זערא!,

איך מיין פארוואס און דער וועלט זאלן נעמען דעם שפרינג ארויס פון די וואלקענעס, עס איז דאך אזוי געשמאק דארט, אזוי באקוועם כעיבור במעי אמו, און דא גייען זיי סוף כל סוף לאנדען אויף די ערד ווי מענטשען גייען זיי צוטרעטן אן קיין שום שולד געפילען אדער אויפן בעסטן אופן גייען זיי ליגן אויסלעבענדיג זייער ארום'ע טעג אדער שעות ווען דער זון גייט זיך אנטפלעקן און מאכן א סוף צו זייער פריצייטיגער לעבן. אבער זיי מאכן קיינע חשבונות, מען טוט וואס ברויך געטון ווערן און וואס גייט געשען, זאל זיין!

זיי פליען מיט א שטאנדהאפטיקייט, זיי גייען אויף אראפ, דרייען זיך נישט אויס צירוק אויף ארויף ווען עס באגעגנט פארשידינע עיכובים. די ווינט בוזשעוועט, שטיפט זיי אהין און צירוק, צירוק און אהין. מען שלאגט זיך נישט, "כל גל וגל שבא נענע לו גופם", מען גייט מיט אבער אעפ"כ זעצן זיי פאר, גארנישט שטעלט זיי נישט אפ פון נידערען ווייטער אויף אראפ.

דאס קען דינען אלץ א גוטע לערע פאר אונז. מיר זענען אלע מיסודו פונעם זעלבען סארט, נעמליך, א חלק אלוקי ממעל, מיר זענען בעצם איינס. מיר אלע אבער האבען באקומען אונזער אייגענארטיגער תפקיד וואס קען נאר אויסגעפירט ווערן דייקא נאר דורך אונז, און דערפאר איז יעדער באשאפען געווארען, די וועג ווי אזוי ער איז, מיט זיינע נאטורן, זיין נפש, זיין לעבנס בייאגראפיע, זיינע מ"ב מסעות.

אלעס וואס די לעבן דערלאנגט אונז דארף אזוי זיין און קען גארנישט זיין אנדערש. עס איז אזוי ווי א מאשין וואס פראדעצורט סחורה, כדי דאס ערווארטעטע זאל געשען און נישט ארויסגעבן פעלערהאפטיגע חומר, פעלט זיך אויס אז אלע שרייפלעך זאלן זיין אויף זייער פלאץ ווי זיי באלאנגען.

מיר אלע האבן עפעס וואס אונזער עקזיסטענץ גיבט פאר די בריאה, און וואס נאר אונזער - יעדער איינער- זיין עצם קען צושטעלן און נישט קיין אנדערער. און נאר אזוי ווערט נולד א קאלארפילער באשאף, אויב זאל דער בוים מחליט זיין אז ער ווערט א דומם, אדער אפילו אן עפל בוים איז מחליט אז ווערט אן מאראנצען געוויקס, וועט פעלן פון די בריאה עס וועט פעלן פון איר הערליכען שלימות. דאס זעלביגער, אויב זאל ראובן פארוואנדעלט ווערן אלץ שמעון, וועט פעלן עפעס וואס נאר דער ראובן האט געקענט צושטעלן!

ווער עס איז נאר קווארטירט דא אינעם עולם עשיה, ווערט צומאל געבלאזען פון ווינטען וואס בוזשעווען, אוי בוזשעוועט עס, אמאל איז עס נאר א ווינטעלע, און צומאל איז עס שטערקער, און פיל מאל איז עס ממש א שטורעם ווינט. עס וויל זיך אויפגעבן, דער מוח איז עפעס אין א נעפל, אומקלאר, קשיות הייבן אן צו נעסטעווען אין קאפ:

פארוואס זאל איך זיך בכלל אנשטרענגען?, פארוואס זאל איך בכלל פרובירען?, די עבר שרייט אז עס גייט סיי ווי גארנישט ווערן!... אבער, מיר דארפען טון דאס אונזעריגע, טון דארף מען אן די "חשבונות רבים", און דאס איבריגע וועל מיר איבערלאזען פארן "הנותן שלג כצמר"!
לעצט פארראכטן דורך יקשן אום דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

הייליג און ריין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה א שטארקע מעסידש
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

עס נאגט, עס זיכט
ליידיג און הויל - נישט
מיט קנאה עס ברענט דער געזיכט
וואס מען האט שוין יא, ווערט פארווישט

איך פיל ווי עפעס טוט פעלן
רעגעניש - ביטערניש שטראמען
פארוואס נישט פאר מיר דעס געטון וועילן
קנאה איז מיין פולער נאמען

בין השמשות - נישט טאג נישט נאכט
אזא מין אינצווישען
די ליכטיגקייט איז פארמאכט
אבער טינקל איז אויך נישט מיט פראכט

ווען אויף עפעס מען גיבט שוין אויף
קען יאוש קומען
ליכטיג ווערט אין הויף
אויב די שאיפות טוט מען באקומען

כעס ווייטאג און ביטערניש
איז א תולדה דירעקט
פון א איינרעדעניש
אז עס געשען נאך עס וועט

יארן רוקען זיך אוועק
אנגעפילט מיט חסרונות
ווייל כסדר געפאשעט אן א עק
וואס מיר פעלט, געמאכט חשבונות

ווען וועל איך שוין אין מיין וואסער שווימען
זיין גליקליך און צופרידען
וואס איך האב באקומען
אוי טאטע! טו מיך שוין באפרידיגען
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

א גוטן הרב יקשן דיינע ארטיקלען זענען כמים קרים על נפש עייפה א גרויסן שכוח ברענג נאך. "שטותים און לקשן" איז פלעין לשון סגי נהור.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איד27 האט געשריבן:א גוטן הרב יקשן דיינע ארטיקלען זענען כמים קרים על נפש עייפה א גרויסן שכוח ברענג נאך. "שטותים און לקשן" איז פלעין לשון סגי נהור.

שכח פארן נעמען די מי דורך צו ליינען און אריין ווארפען א גוט ווארט!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איר ווייסט פארוואס איך גיי מיט א קליינער צודעק (קאפל)? פארוואס מיינע פיס זענען אריינגעצווינגען און טייטע שמאלע הויזן? פארוואס איך רעד טראציג אויף וואליאם טויזענט?

איך ווייס נישט צו איר וועט קענען משיג זיין די שרעקליכע פעין מיט וואס איך טראג זיך ארום, די טראמא וואס איך בין דורך אלץ קינד, איר וועט מיך מן הסתם סיי ווי נשיט קענען פארשטיין, ווייל אין אונזער קאמיאנעטי פעלט "עקסעפטענס" פארשטייסט"? - אבער איך וועל דאך פרובירען:

קודם א שטיקעלע הקדמה: א מענטש דארף באקומען "אנקאנדישענעל לאוו" ער דארף שפירען ווי מען איז מחשיב און מען לאזט אים טון וואס זיין הארץ גליסט זיך. איך אבער, האב נישט קיינמאל נישט געפילט "לאוו" פון מיינע עלטערן. זיי זענען שילדיג פארוואס איך קוק אזוי אויס!, איך כעל דיר געבן א דוגמא, ווען די וועסט דעס הערן גייסטו סטאפן מיך צו "דזשאדזשען", איינמאל בין איך אהיימגעקומען פון חדר און געוויינט אז מיין רבי האט מיך געשלאגען, האט מיך מיין טאטע גענומען אויף זיין שויס און געזאגט "איך פארשטיי אז עס איז זייער נישט באטעמט צו חאפן פעטש און עס האט דיך געמאכט פילען פארשעמט איך פיל מיט, מיט דיר און איך האף אז די עוולה וואס די האסט געטון גייט זיך נישט איבער חזרן".

פארשטייסט!!! אנשטאטס מיין טאטע זאל קאלען מיין רבי און אריינגעבן, האר ער דעס געטון!!, קענסט נישט פארשטעלן סערע טראומא דעס האט גורם געווען
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יקשן האט געשריבן:איר ווייסט פארוואס איך גיי מיט א קליינער צודעק (קאפל)? פארוואס מיינע פיס זענען אריינגעצווינגען און טייטע שמאלע הויזן? פארוואס איך רעד טראציג אויף וואליאם טויזענט?

דו מאכסט נאך חוזק פון מיר?!?!?
פון יעצט און וייטער ביזטו און נאר דו שולדיג אין אלע עבירות וואס כ'וועל טון (און ס'איז נישט ווייניג...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

דרייטצעך האט געשריבן:

:cry: :cry:

אוי וויי!!

סארי, איך האב נאר געוואלט ווייזען אז איך "עקסעפט" דיך ווי אזוי די ביסט. נא מעטער יאהט. און איך "דזשאדזש" דיך נישט. איך האב פאר דיר "אנקאנדישינעל לאוו" ענד דעיט איטס יאר לייף, ענד נאבאדי קען טעל יא יאהט טא דא. און אז מען דארף זיין "אפען מיינדעד" און אז די קאמיאניטי איז זייער "נערא מיינדעד" און "ווער דאז איט סעי" אז איך טאר נישט טון....
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יקשן האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:איר ווייסט פארוואס איך גיי מיט א קליינער צודעק (קאפל)? פארוואס מיינע פיס זענען אריינגעצווינגען און טייטע שמאלע הויזן? פארוואס איך רעד טראציג אויף וואליאם טויזענט?

איך ווייס נישט צו איר וועט קענען משיג זיין די שרעקליכע פעין מיט וואס איך טראג זיך ארום, די טראמא וואס איך בין דורך אלץ קינד, איר וועט מיך מן הסתם סיי ווי נשיט קענען פארשטיין, ווייל אין אונזער קאמיאנעטי פעלט "עקסעפטענס" פארשטייסט"? - אבער איך וועל דאך פרובירען:

קודם א שטיקעלע הקדמה: א מענטש דארף באקומען "אנקאנדישענעל לאוו" ער דארף שפירען ווי מען איז מחשיב און מען לאזט אים טון וואס זיין הארץ גליסט זיך. איך אבער, האב נישט קיינמאל נישט געפילט "לאוו" פון מיינע עלטערן. זיי זענען שילדיג פארוואס איך קוק אזוי אויס!, איך כעל דיר געבן א דוגמא, ווען די וועסט דעס הערן גייסטו סטאפן מיך צו "דזשאדזשען", איינמאל בין איך אהיימגעקומען פון חדר און געוויינט אז מיין רבי האט מיך געשלאגען, האט מיך מיין טאטע גענומען אויף זיין שויס און געזאגט "איך פארשטיי אז עס איז זייער נישט באטעמט צו חאפן פעטש און עס האט דיך געמאכט פילען פארשעמט איך פיל מיט, מיט דיר און איך האף אז די עוולה וואס די האסט געטון גייט זיך נישט איבער חזרן".

פארשטייסט!!! אנשטאטס מיין טאטע זאל קאלען מיין רבי און אריינגעבן, האר ער דעס געטון!!, קענסט נישט פארשטעלן סערע טראומא דעס האט גורם געווען

דו מאכסט נאך חוזק פון מיר?!?!?
פון יעצט און וייטער ביזטו און נאר דו שולדיג אין אלע עבירות וואס כ'וועל טון (און ס'איז נישט ווייניג...)

:cry: :cry:

אוי וויי!!

סארי, איך האב נאר געוואלט ווייזען אז איך "עקסעפט" דיך ווי אזוי די ביסט. נא מעטער יאהט. און איך "דזשאדזש" דיך נישט. איך האב פאר דיר "אנקאנדישינעל לאוו" ענד דעיט איטס יאר לייף, ענד נאבאדי קען טעל יא יאהט טא דא. און אז מען דארף זיין "אפען מיינדעד" און אז די קאמיאניטי איז זייער "נערא מיינדעד" און "יעהר דאס איט סעי" אז איך טאר נישט טון....

מיינסט איך ווייס נישט אז מיין מנהל האט דיר געשיקט? אז דו ביזט מיין טאטעס נעיבארס מומעס חבר'ס נעפיוס פעטערס קאזין?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך בין זיך ממש מחייה פונעם אשכול דא, די עולם איז אזוי ווארעם, איך שפיר שרעקליכע אנקאנדישאנעל לאוו דא. ס'איז צופיל, איך קען עס נישט דערהייבן חברה, איר מוזט נאכלאזן, אנישט, וועל....
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

היכי תמצא האט געשריבן:איך בין זיך ממש מחייה פונעם אשכול דא, די עולם איז אזוי ווארעם, איך שפיר שרעקליכע אנקאנדישאנעל לאוו דא. ס'איז צופיל, איך קען עס נישט דערהייבן חברה, איר מוזט נאכלאזן, אנישט, וועל....

:lol: :lol:
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יקשן האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נארוואס אריינגעפאלן דא.. ביזט אייזן גוט!

יעדער פאר זיך דיזערווד טא גרינע.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט וואסערע טענות די שיך אונזערע קענען אויף אונז האבן?. לאמיר אביסל זיך אריינלייגען אין די שיך פון א שיך.
מזל טוב א פאר שיך איז נארוואס געבוירען געווארען, מען האט אים יעצט פארענדיגט, פארפאקט אין א ארון גרייט צו אנצוקומען צום פארקויפונגס צענטער ווי עפעס א געמיינער פארשוין וואס נויטיגט זיך אין א פאר שיך גייט אים פאנגען.

ער קומט אן אינעם געשעפט מען פלאצירט אים אויף אזוינע באראקען און מען לאזט אים דארט ליגען. ער מאכט זיך באקוועם אינעם נייעם וואונארט און הייבט זיך אביסל אומקוקען, קוקט רעכטס און לינקס און הייבט אן חאפען אז עז איז נישט דער איינציגסטער וועם מען האט פאראורטיילט צו ליגען דא, ער זעהט הונדרעטער וואס שטאמען פונעם זעלעבען פאלק ווי ער, אלע ליגען שטיל, אויסגעצויגען מיט הכנעה.

ליגענדיג דארט הערט ער פונדערווייטענס עפעס קולות, ער שפיצט אן די אויערען און הערט ווי מענטשען רעדן און זיי רעדן דארט עפעס וועגן אים, נישט דוקא פון אים בפרטיות אבער פון זיין פאמיליע.

וואס קען איך אייך העלפען? איך דארף א פאר נייע שיך, מיינע איצטיגע זענען שוין אינגאנצען אויסגעדינט!

אונזער מר. שיך הייבט אן צו שוימען מיט כעס, האסטו געהערט אזוינס?! אזוי רעדט מען אויף אונז?! אויסגעדינט?!

עס גייט אדורך אפאר מינוט און ער הערט ווי מענטשליכע טריט דערנעטרען זיך, ער הייבט אן חאפען אז זיין סוף דערנענטערט זיך, א שווייס באדעקט אים אינגאנצען און סגאנצער לעדערנע גוף זיינער הויבט אן גלאנצען, מען איז דן ווער סגייט רעכטס און ווער לינקס. ער ליגט און האפט אז נישט ער, אבער פליצלונג פילט ער ווי איינער חאפט אן זיין קאסטען און שלעפט אים ארויס, ער ווערט פארגליווערט פון שרעק, בלייבט ליגען ווי א דומם נישט וויסענדיג וואסערע בייזוויליגע פלענער יענער האט.

מען נעמט אים ארויס אינאיינעם מיטן צווילינג זיינער, און נישט מער און נישט ווייניגער דער אנדערער דארט וואס האט פריער גערעדט אזוי מיאוס אויף אלע שיך טוט זיך מחט זיי. דער פארקויפער נעמט זיין אגודל און צודריקט אים דערביי פרעגענדיג: דיינע פינגער דריקען? האסטע געהערט אזאנס! און וואס איז מיט מיר?! מיך מעג מען איגאנצען צוקוועשטען?! אויף מיר מעג מען טרעטן מיט רשעות?! איך בין עפעס געמאכט פון לעדער?!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”