מיליטערישע דעכער

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אין די דעמאקראטישע ציוויליזירטער וועלט איז אנגענומען אז מען בויט נישט אויף קיין סברות און טעאריעס גג על גג (נדנ), איינער וואס אויף אלץ און אלעמען האט ער א טיפערער חשבון פארוואס דאס האט פאסירט ווערט בקרוינט בנזר קאנספיראציע טעאריסט, די טיפע חשבון ווערט בא'טיטל'ט קאנספיראציע טעאריע, און דער מענטש ווערט אראפ געקוקט פארן טראכטן אזוי מאדנע, און אלעס זען מיט שווארצע גלעזער.

אין די דאזיגע וועלט איז א סטעיטמענט פון די רעגירונג נאר דאס - א פשוט'ע טרוקענע סטעיטמענט. דאס וואס די סטעיטמענט זאגט איז אמת, און די רעגירונג באהאלט גארנישט, עס הערשט א דורכזיכטיגקייט און יעדער קען מיטהאלטן יעדעס ריר דורך די רעגירונג.

דאס איז די פארעם פון רעגירונג וואס די אמעריקאנער גרינדער האבן געצילט, און זיי האבן אויסגעשטעלט די קאנסטיטוציע אויף אזא אופן וועלכע פארלאנגט די רעגירונג צו זיין פולשטענדיג אפן מיטן פאלק איבער אלע אנגעלעגנהייטן.

איז אבער געקומען איין קליינליכע פראבלעם, און געדראעט צו צעווארפן אלע קארטן, דאס איז מלחמות. אין א מלחמה קען די רעגירונג נישט זאגן אין פובליק וואס אירע קומענדיגע פלענער זענען, זי קען זיך נישט ערלויבן ארויס צו לייגן א ליסטע מיט די נעמען פון אירע שפיאנען, און קען נישט זאגן פאר קאנגרעס פאר וועלכע באהאלטענע בונקער זי דארף יעצט אפאר מיליאן דאלער פונעם בודשעט, ווייל אויב איז די אלע אינפארמאציע פובליק קען זי פארגעסן פון געווינען א קריג.

אזוי האט זיך געשאפן א גאנצע געהיימעניספולע אפטיילונג אין די רעגרירונג, וואס אירע סטעיטמענטס מעגן זיין פארפירעריש, זי מוז נישט אלעס זאגן, זי דארף זיך נישט געהעריג פארענטפערן, און מען מעג זאגן איין זאך אפילו אויב די מציאות איז אנדערש.

נאך א שטארקע מאכט וואס די דאזיגע אפטיילונגען האבן באקומען איז די מעגליכקייט גענצליך צו אנולירן די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פון פרייהייט פון ווארט, פרייהייט פון אויסדרוק, פרייהייט פון באוועגונג, און נאך פרייהייטן. זי האט אויפגעשטעלט א צענזור, און זי באשליסט וואס די אידיווידואלע טרופן מעגן יא אדער נישט זאגן. נישט נאר יעצטיגע טרופן, נאר אפילו געוועזענע, בלייבן אויף אייביג אונטערגעווארפן אונטער געוויסע דיקטאטן פון די דאזיגע צענזור, און זיי קענען נישט זאגן וואס זיי ווילן, און נישט שרייבן וואס זיי ווילן.

יעצט צום פונקט, צענדליגע באגרעניצונגען באגלייטן יעדע סאלדאט דורכאויס זיין לעבן. ווען א מיליטערמאן זאגט עפעס מיינט עס נישט אז דאס האלט ער, ווען די מיליטער לייגט ארויס א סטעיטמענט מיינט נישט אז דאס איז די מציאות, און זייערס א שאצונג קען פונקט אזוי זיין א מיטל אפצושרעקן אמעריקאנער אדער אויסלענדער איבער געוויסע זאכן.

היוצא לנו מזה, אז א סטעיטמענט פון די מיליטער איז בערך אזוי ווערטפול ווי א סטעיטמענט פון רוסלאנד, וואס די מיליטערישער ווארטזאגער זאגט איז אמת אזויווי די ווערטער פון צפון קארעא'ס פראפאגאנדע מיניסטאר, און די מידיע העדליינס זענען אזוי קראנט ווי די כינעזישע מידיע.

ביי מיליטערישע סטעיטמענטס בויט מען יא סברות גג על גג, ווען זי דראעט מיינט זי נישט קיין דראאונג, ווען זיי וויינט אז זי איז שוואך זענען אירע טרערן פאלשע, און ווען זי פראפאגאנדירט איז עס בלויזע פראפאגאנדע.

ווען די מיליטער פארמאגט א שוואכקייט ווערט עס באגראבן און דערשטיקט אינעם פובליקום מיטן אויסרייד פון נאציאנאלע זיכערהייט, און ווען עס פארמאגט א געוויסע הייקעלע אויבערהאנט וועט זי עס אויך שטיל האלטן. אלע סטעיטמענטס איבער אירע שוואכקייטן, זארגן, קאראנאווירוס סימפטאמען... וכדו' זענען זאכן וואס ברויכן טיפער אפגעלערנט ווערן, נישט בלויז טרוקן געליינט ווערן און נאכגעבלאבלאט ווערן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א פעסטע ארטיקל. קלאר דורכגעזעהן אזא קאמפליצירטע און צעמישטע נושא.

שכ'ח, איך האב א פרישע קלארערע פארשטאנד איבער די נושא.

אויכעט, איז די קעפל א קנאק, און די שריפט באצירט און געשמירט.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

זייער שיין
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שיין געשריבן, און א לייק פאר'ן קעפל.

פארשטייט זיך אז איך דיסעגרי מיט דיין הנחה אז אלע אנדערע אפטיילונגען פון רעגירונג אויסער דער מיליטער, זענען אנטבלויזט און אפן אנע דעכער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, און א לייק פאר'ן קעפל.

פארשטייט זיך אז איך דיסעגרי מיט דיין הנחה אז אלע אנדערע אפטיילונגען פון רעגירונג אויסער דער מיליטער, זענען אנטבלויזט און אפן אנע דעכער.

ריכטיג... אויב איך מאך נישט א טעות איז דא עפעס א רעגירונג ארגאניזאציע מיט'ן נאמען ען.עס.עי. וואס רעקארדירט און לייגט אוועק אלע דיינע קאללס, מעסעדזשעס, דאטע אומזיסט, אנטשטאט ברויכן צאלן פאר גוגל דרייוו קלאוד אדער צו וואס.

בקיצור, זייער ארגיניזאציע האביך געהערט פארמאגט אזוינע דורכזיכטיגע דעכער אז ס'אומ-מעגליך צו טרעפן שטויב אויפ'ן גלאזערנעם דאך.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

;l;p- זייער גוט געשריבן @מיליטערישע עקספערט.
די קעפל איז א קנאק! ביים קליקן האב איך געמיינט אז איך גיי אריינפאלן אין עפעס א נייע דראמאטישע פארזעצונג געשיכטע
(גא"מ צו אלע וואס קאמענטירן אז די אלגעמיינע רעגירונג'ס דאך איז בכלל נישט געמאכט פון גלאז)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א דאנק פאר אלע דאנקערס און דאנקען.

איך האף נאך צוריק אהערצוקומען זיך אויס'טענה'ן איבער די דורכזיכטיגקייט פון די פילצאליגע רעגירונגס אגענטורן און איינגעשטעלטע
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער זייער שיין! א פאליטישע עקספערט קלעסיק..
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עדוואורד סנאודען איז אסאך צו פארדאנקען פארן אויפדעקן די גלאזענע דאך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

שיין.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

זייער שיין געשריבן, און ביסט גערעכט מיט וואס די פאונדיג פאטערס האבן געוואלט און פארשטאנען, דאכצעך אבער אז נאך פיר יאר טראמפ רדיפות פון אינעווייניג אין די רעגירונג, איז שווער אנצונעמען אז נאר די מיליטער האט סודות.

די עקזעקיוטעוו פליגעל אליין ענהאלט טויזנטער טויזנטער ארבייטער, זייער אסאך פון זיי זיצען דארט יארן לאנג, און קיינער האט נישט עכט קיין ווארט אויף זיי, זיי טהוען דאס זייעריגע אפגעזעהן פון ווער די פרעזידענט און פארטיי אין קאנטראל זענען, זאגן אז זייער דאך איז גלאז שטימט נישט מיט די מציאות.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

היכי תמצא האט געשריבן:א פעסטע ארטיקל. קלאר דורכגעזעהן אזא קאמפליצירטע און צעמישטע נושא.

שכ'ח, איך האב א פרישע קלארערע פארשטאנד איבער די נושא.

אויכעט, איז די קעפל א קנאק, און די שריפט באצירט און געשמירט.

יאפ. זייער א רייכע און געשמאקע שריפט..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

יאפ יאפ יאפ, זאגסטעך גוט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א דאנק פרישקיג

היסטאריש האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:א פעסטע ארטיקל. קלאר דורכגעזעהן אזא קאמפליצירטע און צעמישטע נושא.

שכ'ח, איך האב א פרישע קלארערע פארשטאנד איבער די נושא.

אויכעט, איז די קעפל א קנאק, און די שריפט באצירט און געשמירט.

יאפ. זייער א רייכע און געשמאקע שריפט..

ש'כח היכי און היסטי
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עירוב תבשילין האט געשריבן:זייער זייער שיין! א פאליטישע עקספערט קלעסיק..

א דאנק עירוב פון די פרישטאג טראק
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

גם אני מצטרף. קראתי ונהניתי.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הגות תבונות האט געשריבן:גם אני מצטרף. קראתי ונהניתי.

א דאנק
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

געליינט אינעם שרייבער, און גאר שטארק הנאה געהאט...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

גא"ש.
טענקס זייער גוט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

את פתח לו האט געשריבן:געליינט אינעם שרייבער, און גאר שטארק הנאה געהאט...

א דאנק פאר די פידבעק
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נישט פשוט האט געשריבן:גא"ש.
טענקס זייער גוט.

ש'כח פארן באדאנקען
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

זייער שיין! שטארק הנאה געהאט!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:זייער שיין! שטארק הנאה געהאט!

א ריייייזיגער דאנק פארן נעמען די מיה אריבער צו קומען באדאנקען, ערגעץ ליגט מיר אין קאפ האסטו מיר געענטפערט אויף א פראגע און איך האב נישט אנגעיאגט צו רעאגירן, נו שוין, געדענק איך נישט געהעריג, בקיצור, א דאנק פאר יעצט און פאר אייביג

נייע אוועטאר?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מיליטערישע דעכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שרייבסט שיין אבער ס'נישט אזוי פשוט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”