צוריק אהיים...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

זי שטייט ביים טיר, און קלאפט אפאר איידעלע קלאפעס, ווי זי וויל יא און וויל נישט אז דער טיר זאל זיך אויפמאכן. זי וויל יא אז דער טיר זאל זיך אויפמאכן, אז זי זאל קענען באפרייען, אפלאדענען און זיך אויסרעדן וואס ליגט איר אויפן הארץ. זי וויל אבער אויך אז נישט, ווייל דער פחד פון דארפן אויפדעקן, און זיך אויסדרוקן מיט ווערטער וואס האט פאסירט און אויסשפרייטן דאס גאנצע בילד, דער פחד מאכט איר כמעט אינגאנצען פאראליזירט.

דער טיר עפנט זיך אויף. די רעבעצין פון די אנדערע זייט נעמט איר אויף מיט א שמייכל. איר הויז איז דאך אפען טאקע פונקטליך פאר אט דעם ציהל. זי איז געוואוינט צו געסט וואס קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ, צו בעטן אן עצה אויף פארשידענע טעמעס. דער גאסט פון היינט זעט אויך אויס אזוי. צושטורעמט, צובראכן און באזארגט. זי ליידענט איין דעם גאסט אריינצוקומען אינעווייניג און זיי זעצן זיך ביים טיש.

אויך דער רב איז געווארן פארבעטן אריינצוקומען מיטצוהאלטן. דער לופט אינ'ם צימער איז עלקטעריזירט. א שטורמיגע לעבנס געשיכטע גייט יעצט דא ווערן אויפגעדעקט, און איז גענוג וויכטיג אפצושטעלן אלע אנדערע וויכטיגע באשעפטיגונגען. א קאלטע ירושלימ'דיגער ווינט האט געפיפן אינדרויסן, האגל שטיקלעך האבן געקלאפט אין די פענסטערס מיטן גאנצען קראפט, און אינעווייניג אינ'ם הויז, נעבן אן אנגעהייצטן אייוועלע מיט ווארעמע גלעזלעך טיי, הייבט דער פרוי אן צו פארציילן:

"היינט ווערט צוויי יאר, צוויי יאר פון יענעם טאג" זאגט זי. ווי כאילו עס איז זעלבסט פארשטענדליך פון וועם און פון וואס מען רעדט. "היינט נאכט גייט ווערן צוויי יאר צו די נאכט וואס אונזער שמעי איז נישט אהיים געקומען, האט זיך אויסגעקליבן אנדערע ערטער צו פירן זיין לעבן". דאס איז דאס גאנצע וואס זי האט באוויזן צו ארויסזאגן, און אויסגעפלאצט אין א יאמערליכען געוויין.

נאך וואס זי האט זיך בארואיגט אביסל, האט זי באוויזן ווייטער צו פארציילן: "שמעי איז געווען אן אויסגעצייכענטע קינד, דער בלום פון אונזער הויז. איך ווייס נישט וואס איז געשען צו אים. אין עפעס אן אומבאשטימטע צייט האט ער פלוצלינג אויפגעהערט מיטצוהאלטן אין זיינע לערנונגען, און זיך געזוכט אנדערע גליקן... די שטימונג אין אונזער הויז איז געווארן זייער געשפאנט און פארווייטאגט, אן וואס אונז זאלן האבן א וועג עס צו העלפן". זי האט אפגעווישט א חוצפה'דיגן טרער. "און דעמאלס, נאך די בארג אראפ קאלעריי האט אנגעהאלטן אפאר חדשים, איז אנגעקומען דער נאכט. עס איז געווען קאלט, פראסטיג פון דרויסן און פארפרוירן אינעווייניג... ווייל דאס איז געווען דער נאכט וואס שמעי איז נישט אהיים געקומען. נישט געקומען!... אונז האמיר אים אפגעווארט וואכערהייט, פרובירנדיג צו פארשטיין וואס עס האט פאסירט. אונז זעמיר געוואוינט געווען אז ער קומט אהיים שפעט, אבער ארום צוויי אויף דער נאכט האט ער זיך פארבינדען מיט אונז אויפן טעלעפאן און געזאגט אונז זאלן מיר זיך נישט זארגען פאר אים, ווייל עס איז אים גוט, און ער פלאנירט נישט צוריק צו קומען. און אפגעהאקט דעם טעלעפאן. אונז האבן פרובירט צוריק צו רופן די נומער פון ווי ער האט גערופן, אבער עס איז געווען א פאבליק טעלעפאן. פון יענע טאג, האט שמעי אפגעהאקט מיט אונז. ער קומט נישט און ער באזוכט נישט. ער וויל נישט הערן פון אונז און ער וויל נישט קענען די משפחה. יעדע שטיק צייט באקומען מיר גרוסן פון אים דורך עטליכע וואס האבן אים געזען דא און דארט, אדער פון עמיציר וואס האט אים געזען אין עפעס א פרעמדע פארשטיפטע שטעטל אין די אנדערע עק וועלט. אבער מיט אונז וויל ער נישט האבן קיין שייכות, און אנטלויפט ווי פון א פייל און בויגן... און דאס צוברעכט אונזער הארץ". און ווידער אויסגעפלאצט אין א געוויין."איך האב נישט אויפגעהערט צו טראכטן וועגן אים, וואס גייט פאר מיט אים, ווי איז ער, וואס טוט ער און ווער זארגט זיך פאר אים. איך האב געשפירט ווי א שטיק הארץ איז געווארן ארויסגעריסן פון מיר און געווארן אוועק געשיקט צו אן אומבאוויסטן פלאץ.... די בושות גייט מיר שוין נישט אן. וואס די שכנים גייען זאגן איז אינגאנצן נישט קיין נושא. אונז האבן מיר נאר איין דאגה און דאס איז אונזער שמעי וואס איז אונז אנטרינען פון אונטער די פינגערס, וואס האט פארטוישט א לעבן פון גליק צו א שמוציגע לעבן. איך טראג עס נישט דורך, וואס קען איך טון?"

דער רב און דער רעביצין האבן צוגעהערט מיט גרויס אינטערעס צו די מאמע'ס ווערטער, צו די הארצוויי וואס איז ארויסגעקומען פון יעדע ווארט און ארויסגעשפראצט פון יעדע טרער. זיי האבן איר געבעטן זיך אוועק צו זעצן אויפן סאפע און נעמען עפעס צו טרינקען און זיך דערכאפן דאס הארץ.

נאך א פאר מינוט האט דער רעביצין גענומען דאס ווארט און אנגעהויבן פארצולייגן איר פארשלאג: "אונזער כח פון געפיל איז זייער א גרויסער כח, וואס אונז זענען נישט באוואוסטזיניג דערמיט. יעצט אויפן מינוט איז דיין געפיל צו דיין שמעי זייער שווער, ער האט דאך ענק אזוי פארווייטאגט, ער האט זיך דערווייטערט פון זיינע עלטערן וואס האבן אים אויפגעצויגן, און די געפילן צו אים וויגט זיך צווישן רעגעניש און אנטוישונג, צווישן טרויער און אן אנגייענדע פראסטעראציע. קומטס, לאמיר פרובירן צו טוישן ריכטונג..." אזוי האט דער רעבעצין געזאגט, און פארגעשטעלט דאס פאלגענדע: "איך שלאג פאר, אז פון היינט און ווייטער, יעדען איינציגן טאג, פרובירט צו טרעפן צייט ערגעץ אין די רואיגע אווענט שטונדען, און שרייבטס אים א ווארעמע בריוו, מיט קאמפלימענטן אויף די גוטע חלקים פון זיין פערזענליכקייט! ריכטיג, עס איז נישט גרינג, זיין געשטאלט דערמאנט אייך זייער ווייטאגליכע און שווערע געדאנקען, און אן אומגינסטיגע געפיל, אבער דאך איז מעגליך צו פרובירן זיך צו דערמאנען זיינע קינדערישע טהאטן וואס וועט אייך ערוועקן בענקשאפט, אדער עפעס א גוטע מידה וואס ער האט נאכאלץ..." דער פרוי קוקט אן דעם רעבעצין אינגאנצען ערשטוינט, אבער זי זאגט ווייטער: "און דעמאלס שרייבטס פשוט א בריוו צו אים. למשל: "מיין טייערע שמעי! די געפינסט דיך ווייט אוועק, אבער איך ווייס אז אינעווייניג אין דיר ברענט א בענקשאפט צו דיינע עלטערן, צו די הויז ווי דו ביזט אויפגעוואקסן. ביזט דאך געווען אזא פאמיליע קינד, ליב געהאט יעדן און געווען באליבט ביי יעדן, און איך בין זיכער אז דאס האט דיך נישט פארלאזט..." אדער צום ביישפיל: "שמעי טייערער! איך ווייס אז דו ביזט בטבע אן עקשן, אבער איך געדענק גוט די אלע מאל ווי דיין עקשנות האט דיך געפירט צו שטוינענדע דערגרייכונגען. שמעי! דו האסט א געבענטשטע עקשנות אין דיין בלוט, און זיכער אלעס וואס דו וועסט שטרעבן , וועסטו צום סוף דערגרייכן!".

די אויגן פון די פרוי האבן זיך ברייט געעפנט אין פארוואונדערונג, עס גלייבט זיך איר שווער אז זי וועט קענען ארויסברענגן גוטע געפילן אויף שמעי'ן... אבער דער רעבעצין האט איר געגעבן צו ערקלערן און צוגעלייגט מערערע ביישפילן, וויאזוי זי קען טרעפן גינסטיגע געפילן, און איר געבעטן אז זי זאל דאס פשוט אפשרייבן. "שרייב אים א בריוו יעדן טאג, קאמפלימענטיר אים מיט א ווארעמקייט, מיט ליבשאפט, אזוי ווי א מאמע צו איר באליבטן קינד. די בריוון וועט ער פארשטייט זיך נישט באקומען און נישט לייענען, אבער דו, דו וועסט זיין דער וואס לייענט דאס יעדן טאג, זאלסט דאס לייענען און איבערלייענען...". די אידענע האט זיך באדאנקט, און אהיים געגאנגען.

דער ערשטע טאג האט זיך די אידענע אוועק געזעצט שרייבן א בריוו, און דער פעדער איז טאקע גוט צוקייעט געווארן ביז דין, און קוים געקענט אראפשרייבן די פאר ווערטער "מיין טייערע שמעי". אירע פארווייטאגטע געפילן האבן איר פארשוועמט, און זי האט געהאט שוועריגקייטן צו שרייבן, און מער ווי דאס האט זי נישט געקענט זיך אויסדריקן, וועגן דעם האט זי געלייענט און איבערגעלייענט די פאר ווערטער איינמאל און נאכאמאל. נאך אפאר טעג, האט זי שוין צוגעלייגט אן אמת'ע קאמפלימענט: "מיין טייערע שמעי! איך בין זיכער אז דו שמייכעלסט נאך צו דיינע חברים". אונטערגעשריבן איר נאמען און איבער געלייענט איינמאל און נאכאמאל. אין א גרויסע געלע ענוועלאפ האט זיך אנגעהויפענט די בריווען איינס איבער דאס אנדערע, א גאנצע אוצר פון פאפירן, פון די הארץ און נשמה פון א בענקענדע מאמע צו איר באליבט קינד וואס איז אזוי ווייט אוועק. די ערשטערע בריווען זענען געווען קורצליכע, אבער דערנאך איז עס געווארן לענגער און לענגער מער און מער... דיע בריווען האבן איר נישט גרינגער געמאכט, נאר פונקט פארקערט. זיי האבן גרעסער געמאכט איר ווייטאגליכע געפיל און טרויער, אבער מיט דעם אויך איבערגעדרייעט די אנטוישונג צו א בענקעניש, די פראסטעראציע צו א ווילן אים צו זען נאכאמאל... אזוי איז דאס אנגעגאנגען עטליכע חדשים, ביז חודש ניסן. ווען עס איז אנגעקומען חודש ניסן, מיט די אלע ברענענדיגע הכנות צום יו"ט פסח, האט די מאמע ממשיך געווען צו שרייבן און לייענען די טעגליכע בריווען צו איר שמעי, און אפילו פאר די פרייז פון טייערע אנגעצויגענע מינוטן פון פסח'דיג מאכן.

געווען איז דאס די נאכט פון בדיקת חמץ. נאך לאנגע וואכן פון רייניגען און אנגרייטונגען צום יו"ט, האלט מען שוין ענדליך נאך'ן בודק זיין די חמץ, און אויסער צען ברעקליך האט מען שוין גארנישט געטראפן. אויך אין דיע נאכט האט די מאמע זיך געזעצט שרייבן איר טעגליכע בריוו, ווי זי האט אים קאמפלימענטירט אויף זיין אויסערגעווענליכע פאטענטן צו רייניגען, וואס האט איר געהאלפן ווען זי האט גערייניגט פאר יו"ט... און דעמאלס אין יענע נאכט, האט איבערגעהאקט די שטילקייט א טעלעפאן קלינג: "מאמע? דאס איז שמעי. איך קען אהיים קומען פאר יו"ט פסח?"... אזוי, פשוט און קורץ. עס האט גענומען עטליכע סעקונדעס ביז די מאמע איז געקומען צו זיך פונ'ם שאק, אפילו זיין שטימע האט זי שוין שווער דערקענט. און זי זאגט: "יא, זיכער". אזוי פשוט, ווי זי וואלט געווען גרייט אויף דיע פראגע יעדע רגע. נאר ווען זי האט געהערט ווי דער טעלעפאן האקט זיך אפ, האט זי פארשטאנען אז דער שמועס האט זיך געענדיגט, און דער שאק און ערשטוינונג האט זיך געטוישט צו א נעגל בייסנדע ווארטעניש. נאך א קנאפע פערציג מינוט, הערט זיך קלאפערייען אויף די טיר. א יונגע בחור'ל שטייט דארט, אנגעטון אביסל צושלאכעט, אויף זיין פנים האט ער א שמייכל פון פארלעגנהייט, און טרערן פון חרטה און בענקשאפט אין די אויגן ווינקלען. ער גייט אריין אינ'ם הויז, נעמט נאטירליך אראפ זיין טאשקע פון זיינע אקסלען און מעלדט: "נאך וואס איך בין שוין געווען אין די גאנצע וועלט, בין איך צוריק געקומען צו די בעסטע פלאץ אין די וועלט!". זיין מאמע איז געשטאנען ביים ווינקל פונ'ם סאלאן, און וויל נישט גלייבן וואס זי זעט. זי ווערט פאררויטעלט און בלאס, איר הארץ קלאפט ווי מיט האמערס, די שטימונג איז אביסל אנגעשטרענגט, אבער יעדע מינוט וואס גייט דורך, לאזט נאך פון די שפאנונג, באפרייט די דרוק, און טוישט די אנגעצויגנקייט צו א בענקשאפט פון א מאמע צו איר באליבט קינד, וואס ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך פון גרויס עקסטאז... "וואס, אמת'דיג?" איז געווען איר ספאנטאנע רעספאנס וואס זי האט באוויזן ארויסצוברענגען פון אירע לעפצען. נישט קענענדיג גלייבן די לעצטע אנטוויקלונג. "יא, אמת'דיג, אמת'דיג, אמת'דיג! זאגט דער בחור מיט שטיקעדיגע טרערן, וואס האבן זיך צונויפגעמישט מיט די מאמע'ס טרערן.

א לאנגע צייט זענען זיי געזעצן אויפן קאנאפע און ער האט פארציילט און פארציילט און פארציילט... אלעס וואס איז אריבער אויף אים די גאנצע צייט. מודה געווען אין די טעות וואס ער האט געמאכט, און געבעטן מחילה פון די טיפעניש פון זיין הארץ, און צום סוף האט ער אנטפלעקט דער סוד פון זיין היים צוריקקער: "איך ווייס נישט פארוואס, אבער אין די לעצטערע חדשים האב איך אנגעהויבן צו פילן אז עס איז נישטא קיינער אין די וועלט וואס האט מיך ליב אזוי ווי דיר, מאמי, און עס איז נישט דא א פלאץ אין די גאנצע וועלט וואס איך בין דארט אזוי באליבט ווי אונזער הויז. פלוצלינג האב איך מיר אנגעהויבן צו בענקען צו די מאמע, און געפילט אז איך מוז אהיים גיין, איך מוז צוריק גיין צו די מאמע... איך האב געטראכט אז אפשר איז דאס א צייטווייליגע דורכגאנג, אבער דער געפיל איז נאר געווארן שטערקער און שטערקער מיט יעדן טאג וואס איז אדורך. די לעצטע פאר וואכן האט מיין הארץ כמעט געפלאצט, און איך האב געפילט אז איך קען עס נישט דורכטראגן... איך האב געפילט אז עס איז קיינער נישט עכט אינטערעסירט אין מיר, און קיינער האט מיך נישט ליב עכט, אויסער מיין מאמע, פארשטייט זיך... עס איז מיר געווען אזוי שווער, אזוי שווער!" האט שמעי געזאגט און אפגעווישט די טרערן, "אבער צום סוף האב איך געטראפן די מוט און די שטארקייט און איך האב עס געטון. איך האב אנגערופן און איך בין אנגעקומען. ווייל עס איז נישט דא קיינער אין די וועלט וואס האט מיך ליב אזוי ווי מיין מאמע, איך בין זיכער!".

די בדיקת חמץ נאכט איז שוין פארשוואונדען געווארן צו די אויפשטייגענדע זון שטראלן. א ווינטל פון א נייע פרי מארגען האט געבלאזן איידעלערהייט, געוויגט געלאסן די פורהאנגען אינ'ם סאלאן, און דעמאלס האט די מאמע ארויסגעברענגט די בינטל בריווען וואס זי האט געשריבן, און אויפגעדעקט דעם סוד פון די ציענדע מאגנעט: "אין די לעצטערע חדשים, שמעי'לע, האב איך מחליט געווען זיך צו בענקען. איך האב געלייגט אין א זייט די ווייטאג און אנטוישונג, און איך האב אנגעהויבן צו זען אין דיר נאר דאס גוטס, צו טראכטן אויף דיר נאר גוט, דיר צו קאמפלימענטירן פון די גאנצע הארץ מיט וואס איך האב געקענט. דו האסט נישט געקענט זען און הערן, אבער דיין נשמה האט געהערט, דיין הארץ האט געפילט... און יעצט ביזטו דא! ווייל די בריווען האבן געטון זייער פליכט, זיי האבן דיך צוריק באהאפטן צו דיין הויז. ווייל א קניפ פון הערצער איז שטערקער ווי יעדע פיזישע קניפ. ווען איך האב אנגעהויבן צו טראכטן ווי גוט דו ביזט און ווי ספעציעל דו ביזט, האסטו אויך אנגעהויבן אזוי צו טראכטן, און דאס איז וואס האט דיך געברענגט, מיין טייערע שמעי, צוריק אהיים...!"
-----------------------------
דאס איז אן אמת'ער ערציילונג וואס האט ווירקליך פאסירט עטליכע יאר צוריק. די נאמען איז פארשטייט זיך געטוישט געווארן צוליב'ן כבוד פון'ם באטרעפנדען. דער רב ביי וועם דאס האט פאסירט איז הרה"ג ר' אהרן דוד ניישטאדט שליט"א דער רב פון די קהילה "נווה חסידים" אין די נווה יעקב געגענט אין ירושלים.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

:-e;/ :-e;/ :-e;/
מרוגש!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

וואוו איז נישט די ווארט
בענקשאפט...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

WOW!!!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

און שוין! האט געשריבן::-e;/ :-e;/ :-e;/
מרוגש!!!
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

די הארץ צוגייט ליינענדיג די מעשה אין וואוסענדיג וויפל קינדערלעך האבן ליידער נאך נישט געטראפן דעם וועג אהיים.

והשיב לב בנים על אבותם!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

שיין געשריבן

שטארקע הרגשים!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: צוריק אהיים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

הערליך, רירנד, די מוסר השכל איז אז מ׳קען ביי יעדן זעהן גוטס, און ווען מפאקוסירט אויפן חלק הטוב פון א מענטש ברענגט עס באמת דעם מענטש צו ווערן גוט.
יענעמס נאז איז גרינער…
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”