די גוגל ערפינדערס**די היסטערי פון בעק-ראב**גוגל**גוגל-עדס**גוגל-פלעקס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

געשפאנט......
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

קאפיטל 2
אין קורצן פון פריער.
דעני האט געשלאסן א שותפות מיט מארק מארוו פאר א סאפטוועיר וואס באקעמפט אינקריפשן פון קאמפיוטער'ס און סערווער'ס פון א וויירוס אטאקע. דעני האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען מיט די פארברעכער צו באקומען די פיילס. מארק מיט זיין טאטע האבן ארויסגעווארפן דעני אין א שיינעם טאג פון די ביזנעס. דעני איז אריינגעפאלן אין א כעס און מרה שחורה, און געזוכט צו שטילן זיין לויפעדיגע מוח מיט עפעס אויסטערליש. און יעצט ליינט ווייטער.


דעני, האט געפלאקערט-- זיינע הרגשים און אינערליכע געפילן האבן געשריגן... ווייז וואס דו קענסט! ענטפער צוריק! אבער פון די אנדערע זייט, האט די מרה שחורה, און טיפע דיפרעסיע אלעס אפגעשוואכט.. דו קענסט נישט... דו ביסט דערנאך. דו ביסט א פארטיגער....
די אומבאלאנסירטע מחשבות האבן אים נישט געלאזט טראכטן און האלטן זיין קאפ גראד פאר א מינוט. און מיט די מחשבות האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר מיט זיין טייערע לעמבערגיני...

די פראבלעם איז נאר, אז דער פאָרט אן קיין ציהל. ער רוקט אריין די שיפטער אין דרייוו, האקט אראפ די פענסטער, און העעעעעעעעעם... ס'פאָרט און פאָרט איין געסל נאכ'ן צווייט'ן, און פארט ארום אין די סילקאן וואלי אריין און ארויס, שיינע געגענטער און נאך שענערע, שטילע ביז גרויסע אינדוסטריאלע געגנטער, ביז ער טרעפט זיך אין א נאכגעלאזטע געגענט, אלטע בילדינג'ס פארלאזטע האטעלן געביידע'ס, ס'האט זיך געדאכט ווי ער איז אין אן אפסטעיט ערגעץ אין א פארעם געגענט...

איי געס זיין נשמה האט געוויסט ווי צו גיין, ווי ס'איז געאייגנט פאר דיפרעסטע, היימלאזע און די וואס ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט סאסייעטי.
מיט אמאל זעהט ער אינדערזייט, א אלטע ברייטע טא-וועי ראוד, מיט אפגעריבענע ליניעס, אנע סיינס וואס דארט איז און צו וואו עס פירט... ער דרייט זיך אריין, און מאכט זיין וועג אהין, נאכ'ן פארן דארט אזא 2 מיניט. זעהט ער אן אלטע געיט, אזא ראוד-צוים, אז קאר'ס זאלן נישט ארויף פארן, א גרויסע סיין אינדערזייט: "נאו ענטרי"...

נו, אז ס'שטייט "נישט" איז נישט... ער לעשט אויס זיין קאר, שלעפט זיך ארויס, און ער שפאצירט אריין די ראוד… צופיסענס, די וועטער איז גראדע זייער א שיינער, די זון שטייט ביי פירע צייט און קראצט מיט אירע שטראלן אויף די שפיץ קעפ פון די ביימער. די לופט איז אויך א גאר איינגענעמע, א באקוועמע 65 דעגרי. די ווינט איז אויך פערפעקט, און גלעט אזוי אונטער מיט א לופט'ל פון צייט צו צייט. ס’איז שטיל ס'איז ליידיג אלעס ארום און ארום, פונקט ווי געגאסן...
אבער, נאכן וואקן אזוי פאר פינעף מינוט, האט די שטילקייט אנגעהויבן דינערן און עס האט ווי געשריגן מיט טויזענטער קולות... די שטאק שטילקייט האט געלעכערט זיינע אויערן.... ער קוקט זיך ארום, עפעס איז צו שטיל דא... נישטא קיין מענטש, נישט קיין בעל חיים, גארנישט, נאדא... נישטא גאָרנישט, ער האט זיך געפילט אליין... ווי נח ארויסקומענדיג פונעם תיבה, ער גייט און גייט, דער וואקט שוין א גוטע 20 מינוט, נישטא גארנישט חוץ ראוד, און אינדערזייט אביסלע עלענדע גראזן, אנע אינזקעטן זיי צו וויזיטן אפי' מוסקיטאוס איז נישטא.

ער האט זיך געשפירט ווי איינער זאל אים אויפהייבן, ווי די מענשט'עלע אויף גוגל (מאפעס) סטריט וויו, און אראפלאזן ערגעץ און די ווילדעניש.. ניטאמאל ווייס ער ווי ער איז… ער וואקט אויף די ראוד, צומאל רוקט זיך אונטער 2 3 קראנטשי בלעטער…. טריקענע בלעטער פליען מיט די ווינט, אבער חוץ פון דעם איז תוהו ובוהו -- פוסט'עניש'קייט צו א קלימאקס.... גראזן וואקסן אויפ'ן גאנצן ראוד, אבער ש'טא קיין שום לעבעדיג'קייט דערצו נישט קיין פליגען, פייגל אדער הערשן.. שטיל! שא.. טויט! אפשר שדים .....

ביז... ער קומט אן צו א גרויסע פארקינג לאט, דארט שטייט אן אלטע ריזיגע ראטסיגע ארענדזשע סיין:
" איינטירט פארבאטן ! דענזער! כעמיקל פויזן! קיפ אוט! "

אה! פויזן... ! נו, ער איז גרייט פאר אלעם... טויט - איז נישט קיין פחד אדער שטער יעצט. ער גייט ווייטער... נאכן פארקינג-לאט, זעט ער ווי די ראוד ווייטער גייט בארג ארויף, און מ'זעט גארנישט. ווארום, די בארג בלאקט די וויאו.
ער גייט ארויף די בארג, און גייט פונקט ווי צו טויט (קרעידט יוט"ע) ביז ער זעהט אז ס’איז דא א געיט, מ'קען נישט איבערקריכן ס'האט שטעכל דראט, און א גרויסע ווארענונג פאר א לעקטעריק-שאק.

די געיט, האט אפאר טירן, אבער אלע זענען פארמאכט מיט קייט און שלאס, אבער אלטע... ער שארט זיך צו די נאנסטע טיר, ער גיבט אזא געזונטע קרעפטיגע שטויס די טיר, אבער א קליינע שטופ וואלט אויך גענוג געווען -- די שלאס האט זיך צופיצלט אין 50 שטיקלעך, און קלאנגן פון מעטאלענע אייזן האבן געלאזט הערן א ווידער-קלאנג אויפ'ן ראוד...

ער שטופט די טיר עס צו אויפמאכן, אבער קוים וואס ס'רירט זיך, ער שטופט מיטן גאנצן כוח,א ראסטיגע אייזן קוויטשע האָט זיך געלאזט הערן אויפ'ן גאנצן ארום, אביסל און נאך אביסל, ביז ס'איז דא פאלץ אריבער די געיט. ער גייט ארויף ווייטער די בערגל. אזוי שפאצירנ'דיג, האט די זון זיך גענומען בייגן אונטער די ביימער, ס'שוין מער געווארן מער טונקל, ער הייבט אן ווערן נערוועז... וואס איז דא? ווי לאנג איז די ראוד? זאל איך גיין ווייטער? איז דא דא עפעס בכלל? איז די פלאץ טאקע שעדליך...?!
אבער די נייגער האט געווירקט אויף אים. זיין צומישט'קייט איז געווען די גאזאלין וואס האבן אים געטריבן און געגעבן קראפט, ער גייט...! ער וואקט, נאך אביסל, און די בערגל הייבט אן גיין אראפ...... ביז סהאט זיך אנטפלעקט עפעס ריזיג... וואף... א ריזיגע בילדינג!

די בילדינג אונטן איז מאדנע.... א גרויסע באקסיגע סמענטענע געביידע, עפעס זעט אויס ווי ס'ליגט אין די ערד, קוים וואס מ'זעהט עס אפי' און ער האט נישט געוויסט וויאזוי דאס אפצולערנען. יעצט אבער, האט זיך דעני אויפגעוועקט… ער איז בכלל נישט אליינס… פילע קעמערעס שטייען ווי סאלדאטן אןן קוקן אים אריין אין פנים... גרויסע הויעכע לייטס מיט פילע שטאנגען שטייען לענגאויס די גאנצע ראוד, און גרויסע צוימען צו אפהאלטן פרעמעדע באזוכער, אבער די מערסט-שרעקעדיג זענען די אלע מאושען דיטעקטער'ס און פילע קעמערע'ס... אבער קוקענדיג צוריק צו זיי, זעהט ער עפעס איז מאדנע, זיי זעהען אויס טויטע, ווי אלעס דא.... ס'איז אפגעשטויסן פון די זון, און די גאנצע פלעסטיק איז מאַט, אז ס'איז נישט מעגליך ס'זאל נאך אפי' ארבעטן.

אבער, נישט נאר די קעמער'ס זענען אפגעברענט. אלעס! אלעס! אלצדונג ביז'ן וועג אריין, זעהט אויס אפגעגעסן, עפעס מאדנע, ווייסליך פון עסיד, אדער טאקע פון א כעמיקאל ארויס-רינונג, די גראזן אלעס אונטער 10 טפחים, נישטא קיין שום בוים, די ראוד, האט מאדנע צייכענעס, מיט די נישט געווענדליכע קאליר און אויסזעהן. ער האָט דיסיידעד, גענוג! איך גיי נישט מער, די פחד און שרעק איז געווען צו גרויס, ער האָט זיך פארצייכנט די פלאץ אין זיין מאסיווע מוח, און מ'וועט נאך צוריק קומען דא איין טאג... ?!

דעני האָט געמאכט זיין וועג ארויס צו גיין אהיים, די GPS, האט נישט געוויסט ווי מ'איז, סהאט נישט געכאפט די סיגנאלן, אבער דעני האט געוויסט די וועג ארויס, און פון דארט האט די GPS גאר שנעל געוויזן די וועג אהיים, און ווי נאר ער האט געלאנדעט אינדערהיים א שעה שפעטער, האט ער זיך באקוועם געמאכט ביי זיין קאמפיוטער..... וואס איז די פלאץ...?! און די בילדונג...?! פארוואס איז עס פארלאזט? און פארוואס איז עס סכנה'דיג?
ער קלאַפט אריין אין גוגל פאר די פלאץ, אבער ס'קומט גאָרנישט ארויף ! מאדנע....! ער פראבירט גוגל מאפעס, גאָרנישט, ווי כאילו ס’איז נישט דא אזא פלאץ בכלל. ער זוכט און זוכט, נאטינג! !

אבער נישט דעני, ער ווייסט ווי מ'גייט יעצט.... ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף די טונקעלע געוועב, די שווארצע אינטערנעט, און ער איז דארט בכלל נישט פרעמד..... ער לייגט אריין די גענויע פלאץ, און בינגאו! טאקע נישט קיין סאך, אבער עפעס איז דא, די ערשטע רעזאלטאט ליינט זיך ווי פאלגענד: כעמיסטרי-לעב און בייאלטאדזשי ביי סאפט-מייקרא ענד NSA . אויך איז דארט דא א גוגל-X-פראדזעקט און גוגל לעב אינסטוטוד.
די צווייטע זאך וואס ער האט געפונען, איז עפעס אן ארטיקל, פון 1991 איבער א מאסיווע, טויטליכע כעמיקאל, וואס איז ארויס גערינען פון א פארש פלאץ אין קאלערפאניע, אין א גאווערמענט-פאנדעד לעב, העכער א גוגל הויפטקוואטיר, און די אמעריקאנע גאווערמענט לייקנעט, און באהאלט דאס, און לאזט נישט דארט קיינעם אריין.


דעני האט נישט געדארפט מער... יאפ!! איי גאט איט! עפעס געוואלדיג האט דארט גוגל...! די נייגער האָט זיך ביי אים גאָר שטארק ערוועקט, וואס איז די גוגל X פראדזעקט? און לעב?! און פארוואס באהאלטן זיי דאס אלעס?! איז דא דארטן עפעס ווערדפול...?
דעני, האָט עס גענומען אלץ א נייע מיסיע און אקיופאציע, צו שטילן זיין מאלטי-קואר מוח " איך מוז דערגיין פונקלעך וואס דארט איז" אויב גוגל באהאַלט עס, מיינט אז ס’איז נאך דא דארט עפעס ווערדפול.

אומר ועושה, די נעקסטע צופרי, איז דעני געווען אויף 6 אזייגער, האָט ער זיך צוזאם געפאקט זיינע מכשירים, קעמער'ס, טולס און לעפטאפס, און מ'גייט. ער האָט נישט געדארפט פארן מער ווי א דריי-פערטל שעה, און ער מאכט זיין וועג שטילערהייט ארויף די ראוד. זיין קאר האָט ער געלאזט ווייט אוועק, לעבן א ריווער וואס איז געלאפן דורך די וועג, נישט צו איבערלאזן שפירן אדער סיי וועלעכע אפדרוקן.

ער גייט ארויף די בארג, דערנאך אראפ, ער איז שוין היימיש... אריבער די גע'עפנטע געיט, און דאס מאל גייט ער גיין ביזן סוף! זאגט ער צו זיך... אבער סזאגט זיך אפי' נישט גרינג... ער שטעלט זיך אפ ביי ארום הונדערט פיס פונעם קארנער פונעם בילדינג.... און זעהט נאכאמאל סיינס צו ווארענען פון פארפעסטיגונג, אבער דאס מאל זעט ער שוין רויטע סיינס אסאך מער, גייט מיך נישט אן... ! ס'מיר ווערד צו שטארבן אויך...! כ'האב גאָרנישט אויף די וועלט! ער גייט, און ער שפירט ווי די טייוול אליינס איז זייין באגלייטער, אבער אויב נישט דאס, וואס האב איך צו אטעמען, ווי נענטער ער גייט, שפירט ער מער זיכער מיט זיך, עפעס גיי איך דא טרעפן....
ער פראבירט צו שמעקן, גאָרנישט! ס'שמעקט נישט. נישט גוט, און נישט שלעכט. ער זעהט אויך נישט עפעס זייער מאדנע, נאר אלעס זעהט אויס עפעס שיין ווייסלעך, מיט אזא לייכטע מעהל'יגע צודעק וואס זעט אויס פארטרוקנט.

ער קומט אן ממש 20 פיס פון די בילינג זעהט ער ווי די לייט'ס ארבעטן נאך !!! Wוואט?! וויפיל יאר ארבעט דעיס שוין אזוי?! ווי אלט איז די בילידינג? און ווילאנג ליידיג? מיסטעריע!
ער האָט פארשטאנען אז די סענסער'ס וואס דארפן אויפכאפן אז ס’איז ליכטיג אבעטן נישט מער, אדער זענען אינגאנצן פארטינקלט מיט די שטויב וואס מאכט עס שווארץ. אבער ווער צאלט די בילס? גייט קיינעם נישט אן דא גארנישט?!
ער האט זיך דערמאנט אז די גאווערמענט, די NSA איז די פאנדער פון די פלאץ, אה! יעצט שטומט עס....!

גייענדיג ווייטער, ווערט ער ערשטוינט צו זעהן אז איינס פון די טירן זענען אפי' ברייט אפן !!!!! פילע פענסטער'ס זענען אפן ! ס'קוקט אויס ווי די ארבטער'ס זענען אנטלאפן ווי לוט ביי סדום, געלאזט א-ל-ע-ס ! ווי ס'שטייט און גייט, געהויבן פיס און אפגעפיצט ווי שנעל מעגליך.
דעני מאכט זיין חשבון קודם ארויף… די אויבערשטע שטאק איז ערשט....! ער האָט זיך ארויס געשלעפט א מאסקע, אבער ער האט עס שנעל אוועגלייגט, וואס איך דארף א מאסק?! ביסטו גרייט צו שטארבן אדער נישט?! שרייט ער צו זיך אליינס ווי וואזינגער? ! איך גיי ווי עס שטייט און גייט און איבעראל...! ער שלעפט אראפ זיין גאז מאסקע, ער גייט ארויף די אייזענערע סטעפס, און... ער דרייט די הענטל, ס'גייט, די טיר איז אפן, די שטארקע ליכטיגקייט פון די זון האט אים געמאכט נישט קענען זעהן אין די מער טונקעלע שטוב, ער איז ווי געווארן בלינד פאר א 20 סעקונדן, אבער צוביסעלעך האט ער צוריק באקומען זיין זעה קראפט, און ער זעהט זיך איז אין א שטוב מיט גרויסע פריזערס, ווי מ'האלט נישט לעבעדיגע אין אייזענע קאסטנס אין די וואנט. גרויסע ראבערנע שווארצע דאך, די פלאר קאלטע סעמענט... זיין הארץ האָט זיך גענומען קלאפן פון הויך צו העכער... ער האט זיך געפילט ווי א טויטער אין בית הקברות, באגראבן לעבעדיגערהייט אין א קאסטן, ער האָט געקענט הערן זיין בלוט פליסן אין די אדערן, די ביינער זיך גליטשן אין די ארמעס... זיינע אלע געדערעם… ער וויל ארויס גיין…! אבער, די פיס גייט נישט... ס'איז א שטיק ליים און זיין בליט איז ווי קאטשעניא ! ער האָט זיך געמוזט ארפלייגן, און קריכן און אזוי געמאכט א בואי בשלום, ביז ער האט זיך דערזעהן אינדרויסן...

נאכן זיך אפזיצען אינדרויסן מאכטלאז פאר 2 שעה איז ער געווען גרייט פאר די נעקסט סטעפ, אקעי לאמיר זעהן אונטן, וואס טוט זיך אין די ערשטע שטאק, און ווי זענען די אפיסעס פון גוגל, אויבן אדער אונטן?
דעני מאכט זיין וועג צו די ערשטע שטאק. אבער ער האט געמוזט ארום גיין, ביז די בעק פון די בילדינג צו טרעפן א טיר, נישטא קיין פענטסטערס אויף די ערשטע שטאק, און כמעט נישט קיין וועג אריין.
אינגאנצן אין די בעק, האט ענדליך געטראפן א טיר, אבער פארשפארט, ער גייט נאך אביסל זעהט ער א טיר שטייט "emergency exit " ער טראכט זאל איך עפנען? גייט עס קלינגן?, איינער וועט זעהן אז איך בין דא?! אבער קיין אנדערע טיר איז נישטא... ער דריקט אריין די הענטל, און ס'מאכט זיך שיינערהייט אויף... ער עפנט אביסל און נאך מער, ס'שטיל, ער קוקט אריין... ער זעהט א גרויסע שטוב... ווי נאר ער איז אריין האָט זיך אנטפלעקט עפעס וואס ער האָט נאך אין זיין לעבן נישט געזעהן! ! הונדערטער קאמפיוטער'ס, אויף אפיס דעסק'ס אין קליינע קיוביק'לעך... ער שארט זיך צו צו איינס.. וואס?!! ס'ארבעט !! ?? !! ער גייט צו די נעקסטע רום... גאנצעטע סערווער'ס, אויסגע'שורה'ט, פון די דאך ביז די פלאר, און אלעס ארבעט נאך! ! ! ס'בלינקען קליינע לעמפעלעך, פענס דרייען זיך, אלעס איז פאָלי לייוו... ער גייט צוריק צו די גרויסע שטוב, ער בייגט זיך צו צו א קאמפיוטער, האָט ער געזעהן ווי די ארבייטער האָט געהאלטן אינמיטן טייפן אן אימעיל, און אלעס איז וויאזוי מ'האט עס איבערגעלאזט פאר 15 יאר צוריק....! ער גייט נעטער און זעהט נישט מער און נישט ווייניגער ס'איז גוגל'ס, ס'איז נישט סתם אן אימעל, נאר אן אימעל וואס א דיוועלאפער האלט אינמיטן שרייבן......אלע אינפארמאציע שטייט דא ארבעט'ענדיג! וויאזוי מ'האָט עס איבערגעלאזט פאר 15 יאר פריער...! פון ארבייטער'ס ביז עקזעקטיוו'ס אינזשענירן, ריסערטשערס, בעקאפס פייערוואלס אלעס! אלעס איז דא!
ער איז געווען צומישט, עקסיידטעד, איבערגענומען אויף איינמאל. וואס?! גוגל'ס אינפאו אלעס אפן און אזוי גרינג ?!

די מעשה מיט גוגל איז, גוגל האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו צוריק גיין לאַקן און אפשפארן די גאנצע פעסיליטי. די גאווערמענט האט נישט געוואלט מ'זאל וויסן וואס די פארשונג אויף די אויבערשטע שטאק איז, און נישט געלאזט קיינעם אהין גיין. נישט קיין נפק"מ וואס. אזוי אויך איז די סכנה בשעת מעשה געווען די שטערקסטע נאר מעגליך, גוגל האט געהאלטן אז אלעס וועט סיי ווי צעגיין, אז ס'זאל נישט קענען פאטשקענען מער, און דארף נישט זיין קיין גרויסע פראבלעם.

דעני איז געווען אויסער זיך פאר פרייד, ער האָט זיך געמוזט בארוהיגן, אבער די נייגער האָט געטריבן, ער האָט אנגעהויבן ארום גיין, און זעהן וואס אלץ ער האט דא... אזוי אינמיטן זעהט ער א שטוב וואס שטייט "טאפ-סיקערט דא נאט קראס ליין" ! ער גייט אריין... און ער האט שיעור פארלוירן זיין אטעם..... וואס ?! די סעקיוארעטי פון גאנץ גוגל מיט איבער ביליאנער!! באנוצער, זענען דא אפן פאר יעדעם! ער האָט געזעהן דארט די סערווער, מיט אלע סערטיפיקאטן וואס מ'דארף האבן צו קענען אריין לאגן ווי אימער, ווען אימער, צו סיי וועלכע גוגל דעטא סענטער, אפיס און לאקאציע !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
קרידענטשעלס,(יוזערנעימ'ס און פעסווארד'ס) פיזיקעל קיס,(ספעציעלע USB שליסלען) סערטיפיקעט'ס, און אלעס וואס קען אמאל שטיין אין וועג, אלעס איז אפן על פני השדה פאר יעדן...
ס'געווען גענוג פאר אים! נאך פיר שעה איז ער ארויס א געווינער! זיין פרייד און שמחה האָט זיך גענומען וועבן. ער האָט געוויסט אז ער האָט דא אן אוצר, אבער... מ'דארף האנדלען פארזיכטיג, און איבער אלעם דארף מען ארויס קעשן די מערסטע שייך דערפון....!

מיט די מאסיווע אינפארמאציע האָט ער געמאכט זיין וועג ארויס, און אנגעהויבן טראכטן, חלום'ען פאר עכט וויאזוי ער גייט דא ווערן אן אפטע באזוכער זיכערערהייט, אן פרעמדע אויגן און אן זייטיגע אויגן און צוהערער... ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס גוגל האקט נישט אלעס אפ רימאוטלי. (די סיבה איז אלץ סעיפטי איז נישט געווען מעגליך קיין טרעפיק אריין פון אינדרויסן רימאוטלי)

דעני איז אהיים, און איז ווי געווארן א נייע מענטש, אויפגעהייטערט, אבער דאס האָט אים נישט געמאכט ווייניגער שעדליך און מער ציוויליזירט, זיין האר האָט זיך גענומען וואקסן ווי א וואזיניגער און אויב איז ער געווען א באמבע אמאל, איז ער יעצט געווען א א "נוקלעיר שמוציגע באמבע" מיט אזא געהיימניס!

דעני האָט געוויסט אז גוגל איז מאסיוו.... ס'נישט נאך א גרויסע קאמפעני, גוגל איז די היים פאר אינטערנעט, אסאך מער ווי ער קען פארשטיין, און כדאי צו ארויסקעשן די מערסטע פון אזא מאסיווע געהיימניס ברויך ער מער פראפעסיאנאלע הילף, מ'ברויך טיעם ווארק...

המשך יבא אי"ה
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
זלאטניק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:11 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטניק »

נישט נארמאל... ס’איז א סכנה אויפצוהאלטן ס’אטעם פון די מענטשהייט אזוי לאנג...

טענק יו ש’פשוט
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מיר שפאנען מיט ווארטונג!!

ס'איז אן אמת'ער מעשה אדער כאטש באזירט אויף אמת'ע פאקטן?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

האסט מיר פארכאפט די אטעם, ביסט קאקא גוט.
סקערי. שרעקעדיג. שפאנענד. ספאקי.
די מעשה האט עפעס שייכת מיט אמת?

אזוי צי אזוי ביסטו א הייליגע שרייבער.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מורא'דיג!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אקעי...... איך קום צירוק אין א יאר צו ליינן די גאנצע זאך און איין שאס!!!!

איך האלט עס נישט אויס........

איך אטעם נישט פון פחד.......
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

וואףףףףף ס'נישט סתם
אוועטאר
ים המלח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:59 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים המלח »

שפאנענד!!!
ווי לאנג גייט זיין צווישען איין פארזעצונג צום צווייטען?
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

Wow
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

יוש וויאזוי ציטירט מען אלע קאמענטס?? מיין באכע הארצט אויף טויזנט!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מעגא
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך און שפאנענד!
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

מעכטיג ;l;p-
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גאר גוט.

די שפראך, לעילא ולעילא!

ווארטן מיר צוזאמען מיט אלע.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

רוף מיר ווען דו ענדיגסט דאס גאנצע.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

ים המלח האט געשריבן:שפאנענד!!!
ווי לאנג גייט זיין צווישען איין פארזעצונג צום צווייטען?

איך פראביר עס צו לייגן מיטוואך.

א דאנק.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הער ש'פשוט! העטעך ווענגע וויסט אז דו פלאנירסט מיר דא צו פארכאפן מיין אטעם, אינאיינעם מיט מיר העטעכמיר נישט געלאזט!......
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

איך בין אביסל צומישט, די קעפל זאגט אז דא קומט א מוסר השכל אבער ביזדערווייל קוקט עס אויס ווי א שפאנעדע (געבאקענע?) געשיכטע...

אזוי צו אזוי איז עס פיין
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

קאקא גוט
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow wow איך קאן ניט ווארטן. מיר דארפן יעצט די גאנצע מעשה!!!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

די האסט א מאסיווע כח הדמיון!

גאר שפאנענד
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

גיט. פלעין גיט? עה ס’איז נישט פשוט
דער איז נעקטס לעוועל גיט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

אפגעליינט בנשימה אחת
זייט יאוש איז נישט פארהאנען האבן מיר זיך באסמאקעוועט די לעפצן מיט דיינע מעליגע רעיונות ווי א גייענדע שמוציגע באמבע...

רעדי פאר נעקסט
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בערל קראקאווער האט געשריבן:אפגעליינט בנשימה אחת
זייט יאוש איז נישט פארהאנען האבן מיר זיך באסמאקעוועט די לעפצן מיט דיינע מעליגע רעיונות ווי א גייענדע שמוציגע באמבע...

רעדי פאר נעקסט

:lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”