די גוגל ערפינדערס**די היסטערי פון בעק-ראב**גוגל**גוגל-עדס**גוגל-פלעקס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יוש איז דאס ריזיג!

מיין אטעם איז פארכאפט און מיין בלוט איז קאטשעניו..

לאז אונז נישט הענגען.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

בערל קראקאווער האט געשריבן:אפגעליינט בנשימה אחת
זייט יאוש איז נישט פארהאנען האבן מיר זיך באסמאקעוועט די לעפצן מיט דיינע מעליגע רעיונות ווי א גייענדע שמוציגע באמבע...

רעדי פאר נעקסט

בערל אפשר איזער שמעלקע?..
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א ניצוץ זיכער
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ש׳פשוט!

׳שטא נאך א ווארט צו דאס אראפשרייבן!

קיפ אן גאינג!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

איינס האט געשריבן:ש׳פשוט!

׳שטא נאך א ווארט צו דאס אראפשרייבן!

קיפ אן גאינג!!

קיפ אן גאינג ווייל אז נישט וועט די שרייבער בלייבן שטעקן.... :? :? :roll: :roll: :wink: :wink:
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:ש׳פשוט!

׳שטא נאך א ווארט צו דאס אראפשרייבן!

קיפ אן גאינג!!

קיפ אן גאינג ווייל אז נישט וועט די שרייבער בלייבן שטעקן.... :? :? :roll: :roll: :wink: :wink:

אזוי ווי א שבת מיט פעטער שכנא
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

-c:o -c:o -c:o -c:o געוואלדיג !!!!!!!!!!!!!! -c:o
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

לאז אונז נישט הענגען.
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:אפגעליינט בנשימה אחת
זייט יאוש איז נישט פארהאנען האבן מיר זיך באסמאקעוועט די לעפצן מיט דיינע מעליגע רעיונות ווי א גייענדע שמוציגע באמבע...

רעדי פאר נעקסט

בערל אפשר איזער שמעלקע?..

נעעעעע! שמעלקע וואלט ווען ענדערשט געענדיגט זיין מיסטעריעזע טאשקע..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

קאפיטל 3

אין קורצן פון פריער.
דעני האָט אנדעקט א ריזן נאכגעלאזטע בילדינג, און ביים עס נאכגיין האָט ער געזעהן אז די בילדינג איז א פעדעראלע NSA פארש צענטער, און פון אונטן איז דא א גוגל הויפטקוואטיר, און דארטן אנדעקט ער אלע סודות פון חדר-גוגל. און יעצט ליינט ווייטער.


דעני האָט זיך גענומען צו די נעקסטע שטאפל.... מ'גייט אריין ברענעגן הילף פון די פראפעסיאנאלן. די מיליאן דאלער'דיגע פראגע איז נאר, פון וועם, וועלכע גרופע\פירמע, וועט האבן די ריכטיגע כוחות דערצו?!

נאכן גוט דורכטראכן, וועלכע פארברעכער איז די מערסטע טראסטבאר... איז געקומען די מסקנה, זיך צו ווענדן, צו די באוויסטע "אַנאַנימעס גרופע" !
די אנאנימעס גרופע, איז א מאכטפולע העקער גרופ. א גרופע פון בראַווע סאפיסטעקירטע מענער, וואס האבן שוין אראפגעברענגט צו די קינען, מער פון איין מאכטפולע פירמע... א שטייגער ווי די אטאקע אויף די ריזן פירמע HP. און די CEO האסט געמוזט רעזיגנירן אין שאנדע. קיינער וויל זיך נישט טרעפן הונטער זייער'ס אן אטאקע… זיי האבן שוין אויך מער ווי איינמאל אראפגעברענגט די FBI און NSA וועבזייטלעך.

דעני, האָט אבער געוויסט אז ער מוז האנדלען גאָר פארזיכטיג, האלטן די קאפ אפן, און מיט ברייט-צועפענטע אויגן אויף אלעם... סיי פון לעגאלע אויגן, און אזוי אויך פון די גרופע'ס, אַלעס! דאַרף זיין פארשלייערט צו אַ מאַקסימום.

ער האָט געטראכט פאַרשידענע וועגן, וויאזוי צו קאנטאקטן די גרופע, און אויף א זיכערע וועג, ביז ער איז אויפגעקומען מיט אַ וואזעניגע איינפאל.
קענענדיג די גאנצע נעטווארק סיסטעם, פון א שולע וואס האָט באלאנגט פאר זיין געוועזענע שווער, אין א שטאט אין ווערמאנט, האָט ער דעסיידעט, אז פון דאָרט וועט ארויסגיין די אינפארמאציע ווייטער צו די גרופע… אלעס מיט א נייע לאקאציע, און מאדנע אידענטיעטעד.

די נעקסטע טאג, שפעט ביינאכט, ווען די שולע איז שוין זיכער ליידיג, און די IT פערסנאלן זענען שוין נישט דארט, האָט ער זיך סוקסעספול אריינגעבראכן רימאוטלי אין די אינערליכע נעטווארק, און שטייצך פראפעסיאנאל ווי נאר דעני קען, און גענוצט אן אימעיל אדדרעס וואס ווערט נישט גענוצט אין די שולע, צו שיקן א זענדונג צו די אנאנימעס גרופע. און ער האָט זיי געשריבן ווי פאלגענד:


איך האב א "נוקלערע סייבער אטעם באמבע" איך האב ציטריט צו די גאנצע אינטערנעט אן סיי וועלכע שטער...! נישט קיין חילוק וויאזוי די אינפארמאציע איז באַשיצט! און ווי שטאַרק!
ביטע מיר פאַרבינדן מיט די העכסטע פון ענק, צו האבן די מערסטע קארפאראציע.
נ.ב. אויב ווילסטו זעהן די ווארהייט פון מיינע ווערטער, שיק מיר סיי וועלכע אימעיל-אדרעס, וואס דו ווילסט איך זאל דיר זאגן די אינהאלט דערפון, און ביז א טאָג וועל איך דיר עס שיקן, מיט א בילד.



אויף די אנדערע זייט אין די אנאנימעס גרופע, האָט א העקער וואס האָט באקומען די אימעל, געעפנט די פרישע אימעל פון דעני, ער האָט אפגעליינט די אימעל, און געווען סקעפטיש, צו די אימעל, און צו דעני, אבער געוויסט אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן….. ער האָט אויפגעמאכט א פרייע דזימעיל-אקאונט פון גוגל, און געשיקט אהין אן אימעל.

און ער האָט ריפלייט פאר דעני: זאג מיר וואס טוט זיך אין די אימעל אדערס: אנאמעס-העקער-יעפ@ דזימעל דאט קאם. און העמער זעהן וואס די קענסט...

דעני האָט די נעקסטע טאג פרי פארטאָגס פריש אריינגעלאגט צו די אימעל פון די שולע, ער זעהט אז די גרופע האָט ריפלייט מיט אן אימעל צו אויסטשעקן… זיין פרייד איז געווען צו די הימלן אז זיי האָבן אים געשיקט א Gמעיל אדערס צו עפענען\העקן, ער איז געווען נערוועז, און פרייליך צו די זעלבע צייט.

ער געמאכט זיין רייזע צו די גוגל לעב, די וועג אריין, די קאר אונטן, אלעס ווי א פראפעסיאנאלע שפיאן..... זיך אראפגעזעצט ביי איינע פון די קאמפיטער'ס אין די GMAIL דעוויזע. ער פראבירט צו אריינגיין אין די אימעל, אדרעס וואס זיי האבן אים געגעבען, ער קען עס טרעפען….! ער זעהט סהאט צוויי אימעלס אין די אינבאקס פאלדער, אבער…. ער זעט ער קען נישט עפענען די פייל, און זעהן וואס דארט שטייט... נאכמאל, ס'איז דא אזא אימעל אדרעס! ער קען אפי' אריין לאגן! אבער די אינהאלט זעט ער נישט...! ער מוז האבן אַ ספעציעלע סערטיפיקעט, (דאס איז אַ ספציעלע פייל) צו קענען ליינען סיי וואָספאַרא פרעמעדע אימעיל.

דעני, איז געווארן אביסל אנגעצויגן, און האָט זיך גענומען ארבייטן פלייסיג, ער האָט געארבעט א גאנצן טאג צו דערגיין וועלכע סערטיפיקעט ער דארף, און ווי ער קען דאָס דערשנאַפען... און אין די לעצטע מינוטן פארן אויפגעבן האָט ער צוגעטראפן די ריכטיגע סערטיפיקעט! ער איז שוין געווען היפש אָפגעמאטערט, אבער זיין פרייד איז אבער געווען פריצייטיג.... ס'גייט ווייטער נישט... ער מוז אויך האבן, די ריכטיגע USB . (כמו א פיזיקל שליסל וואס ער דארף אויך איינפלאגן.) ווי מאדנע ס'הערט זיך, איז די USB געווען אויף די טיש פון איינע פון די סערווער שטיבלעך, און באאאאם.....! ער האָט פילע צוטירט.....!

ער זעט ס’איז דא 2 אימעילס! ער מאכט עס אויף, איינס שטייט טעסט אימעל... אין די אנדערע שטייט: נא, קענסטו עס עפענען העקער...?!

דעני איז געווען אויסער זיך… "כ'האב נאכנישט געהאָט אַזאַ גוטן טאג אין מיין לעבן" … וואף… א נקמה און די גאנצע בריאה… איך גיי ווייזן וואס איך קען…!ער האָט שנעל געכאפט צוויי בילדער פונעם סקרין מיט זיין קעמערע, און אהיים מיט פרייד...!

ער אליין האָט האָט זיך נישט געגלייבט.... א גאנצע וועג האָט זיין קאפ געזידט און געקאכט ווי א קעסל... זיין גאנצע מעטעבאליזעם איז געווען פארדרייט פאר די קומעדיגע 10 טאָג... דאס איז דאך נישט נארמאל ! ! ! די נעקסטע צופרי האָט ער טאקע אפגעשיקט צום אימעיל פונעם אנאנימעס גרופע, א מעלדונג און מיטגעלייגט א בילד פונעם סקרין....

אין די אנאנימעס גרופע האָט האָט אפגעדינערט א באמבע!! קיינער האט עס נישט געקענט גלייבן. ס’איז דא איינער אדער אפשר א גרופע ?! וואס קען דיר עפענען יעדע אימעיל.... די הויעכע חברה האבן זיך גלייך צוזאמגענומען, אַזאָנס איז נאך נישט געווען!!!

ביים מיטינג, האבן זיי געטראכט אז ס’איז א גוגל אינסיידער וואס האָט דעפעקטירט... אבער, וויאזוי קען "איין" ארבייטער האבן די מעגליכקייט... ברויך האבן מערערע זאכן צו קענען זעהן א פריוואטע אימעל? ס'קען נישט זיין.... ! עפעס אנדערש מוז זיין.... סמוז זיין א העקער... די העכסטע פון די גרופע האָט זיך פארבינדן מיט דעני, און אים געאפערט א ריזן הויכע פאזיצע אין די באָרד פון די גרופע. און נאך אפאר דיסקאשענס האָט זיי דעני געזאגט אז ער האָט צוטיריט נאר צו גוגל'ס זאכן, אָן אריינגיין דערווייל טיפער וויאזוי.

די אנאנימעס האבן זיך געפרייט צו די פעט ביינדל, אייגענטליך בכלל נישט קיין ביינדל... נאר ענדערש 800 פונטיגער גאָרילע.... אזא מאסיווע שטיק! האָט אפי' די באוויסטע סאפעסטיקירטע אנאנימעס גרופע קיינמאל געהאָט, און ניטאמאל ענדליך !! גוגל מאפעס ! אימעל ! סערדזש ! ביליאנען ווידיאויס.....! וואס טוט מען דא קודם?! ווי הייבט מען אן ?..... !

די גרופע איז געקומען צו די החלטה אז מ'גייט זיך נעמען צו די אימעיל'ס!! פריוואטקייט, איז היסטערי פון היינט און ווייטער….! אנע אימעילס איז נישטא גארנישט, איך בין די זעלבע מחותן ווי דיר…! דיין אימעל איז יעצט מיינס...! נאכ'ן אויסרעכנען אסאַך טעכנישע חלקים, איז געווען די פלאַן ווי פאלגענד:

מ'גייט אויסשאלטערן די 2 פעקטער אוטענטיקעישן, דאס הייסט מ'גייט נישט דארפן האבן קיין שום טעלעפאון צו אריינלאגן, און טוישן אלע פעסווארדס צו 123.
דאס הייסט 1.5 ב-י-ל-י-א-ן......! מענטשן\ אדרעסן! גייען זיך אויפוועקן, און זעהן אז יעדע דזשימעיל אדרעסס וועט האבן די זעלבע פעסווארד…! און גוגל וועט נישט האבן א וועג אדער סיי וועלעכע מהלך וויאזוי צו טוישן די פעסווארד'ס, מ'וועט קאמפליטלי אויסמעקן די אלטע אינפארמאציע….
די פלאן איז געווען אז די אטאקע וועט ארויסגיין אויף די ערשטע טאג אין JAN 2008 למספרם….

*****

דאָ איז וויכטיג צו פארשטיין. די אנאנימעס גרופע איז געווען אוועקגעשטעלט אויפצוווייזן און אויפדעקן קארופציע און סקאנדאַלן, נישט סתם העקעריי פאר געלט’ גנב'עריי וכדומה. און דאָ איז ווי דעני און אנאנימעס האבן נישט געהאַט די זעלבע מטרה ממש און געווען אויף איין פעדזיש...
אנאנימעס, האָט געוואלט ווייזן אז גוגל, אימעיל סיסטעם, איז נישט סעיף, און אראפברענגען די טראסט פון גוגל און, הייבן די פערסטידזש פון די גרופע. דעני אויף די אנדערע זייט, האָט געוואלט עפעס וואס גייט פארקריפלען גוגל, מיט עפעס אן אטאקע, ווי רענסאמוועיר, און מאכן דורך דעם געלט.

דעני האָט אנגעהויבן טראכטן פון חרטה, וואס וויל איך פון די מענטשן איך זיך נישט סתם צו מאכן יעדמעס אינפארמאציע פאבליק? איך וויל געלט! איך האב גארנישט פון די סארט אטאקע… ער האָט אנגעהויבן מאכן פלענער צו אריינברענגן א פרישע שפילער… איך גיי גיין צו נאך א גרופע…
נאך העפטיגע טעג פון צומישטקייט, האָט דעני, זיך שטילערהייט געוואנדן צו די "וואנקריי חברה" באַזירט אין רוסלאנד. . . . . ! ! !

דעני האָט זיך פארבינדן, מיט זיין "געוועזענע ביזנעס לייט" מיט א חברה מאַן, מיט'ן נאמען מיראסלאוו, וואס אפי' דעני, און אויך די FBI האָט געהאָט אימת מות פון אים! דער איז געווען די פראנט טיר, אדער די שפיץ פון די אייז בארג פון די גרופע. די ווארהייט מיט וואנע-קריי, זיי ווערן געשטיצט און באצאלט דורך די קרעמלין....
ווי נאר דעני האָט אים געזאגט וואס די סחורה ענהאלט פאר מיראסלאוו, האָט מיראסלאוו געזאגט פאר דעני, ער זאל ווארטן א מינוט אויף די ליניע… נאך א לאַנגע צוויי מינוט איז מיראסלאוו צוריקגעקומען מיט א שטאַרקע שטימע: פון היינט און ווייטער איז נישטא קיין אינטערנעט קאמיונקאציע צווישן אונז! אלעס גייט פערזענדליך ... איך וועל שיקן איינעם, וואס פארשטייט דערצו מארגן, צו רעדן מיט דיר. זעה צו זיין מארגן 4 נאכמיטאג און די פארק אויף די וואשינגטאן סט. ער וועט גיין מיט א שווארצע לעדערנע קורצע מאנטל, מיט א גרויסע ליידיגע קאפ אנע האר, בלוי דשינס הויזן, און ברוינע שיך. ער וועט האלטן א קליינע מעמאו-פעד און אויף זיין אויער א שווארצע פענע, ער וועט זיך זעצן קעגן דיר און פרעגן אויב דו ווילסט זיך שטעלן פאר א שאך געים.

דעני, האָט אדער יא אדער נישט… געוויסט ווי ער לייגט זיך אריין, אבער קיין וועג צוריק איז נישט דא מער!

צו מארגנס 4 פונקטלעך איז דעני געגאנגען אין פארק, און ער האָט זיך געזעצט ביי א ליידיגע קליינע טישל. דעני איז געווען אומבאקוועם, וועמען גיי איך דא טרעפן? וואס פעלט מיר עס אויס?! איז נישט די אנאנימעס גרופע גענוג? וואס דארף איך טאנצן אויף צוויי שדים טענץ?
זיצענדיג אזוי פארטראכט קומט איינער צו און פרעגט אים "דו ווילסט שפילן שאך?" דעני האָט זיך אויפגעוועקט…. באם. אממ… יא, דאס בין איך, וויאזוי הייסט איר?!
די פרישע אגענט איז געווען זייער העפליך, און געגעבן פאר דעני מיט א ברייטע שמייכל! דעני האָט דאס אויפגעגעסן, שוין לאנג נישט באקומען א שמייכל. און זאגט אים (הערת הבחו"ר הזעצע"ר: "למה זה תשאל לשמי") אז ס'בעסער איך ווייס נישט ווער דו ביסט און דו ווייסט נישט ווער איך בין! מיר זענען דא סך הכל מיט איין מטרה…. געלט! שטימט?!

דעני איז ווי פאר'שיכור'ט געווארן פון די געפיל וואס דער האָט אים געגעבן און אים געמאכט שפירן וויכטיג, דעני האָט זיך גענומען רעדן, און די אגענט האָט אים אויסגעהערט…. ווי נאר א געלערנטער קען, און אים געמאכט נאך מער רעדן, דעני האָט פארציילט פאר דעם פרעמדן מאן אלעס פון זיין געוועזענע ביזנעס, ביז אז ער האָט אויף עפעס אן אויפן אנדעקט וויאזוי ער קען טוהן וואס ער וויל מיט סיי וועלכע אינפארמאציע פון גוגל….
זיי האבן זיך ווארעם געזענגנט און אפגעשמועסט זיך צו טרעפן מארגן נאכאמאל.

די אגענט מיט'ן נאמען גאוועלעס, האָט געלאזט וויסן פאר די FSB אז מ'האָט דא סחורה…
ווי נאר די אינפארמאציע האָט דערגרייכט מאסקעווע, איז גלייך ארויס אן אלערט … אלערט-"בלעק-דארק"! דאס הייסט אלעס איז גאר גאר געהיים און די אינפארמציע איז גאָר ווערדפול....!

די FSB האָט תיכף געשטעלט א פעסטע טעים פאר די קעיס, און די העכסטע קעפ האבן זיך צוזאם געזעצט זעהן וויאזוי מ'נעמעט די קעיס ווייטער. די נאמען פונעם טעים איז פיש-קינג…
מר. געוואלעס האָט יעדן טאג זיך געמאכט נעטער מיט דעני, און איין טאג האָט אים דעני געטראגן צו די גוגל לעב… געוויזן וואס איז אלץ דא, און וויאזוי מ'קען אלעס טהון וואס די גליסט נאר....
די FSB האָט זיך מחי' געווען מיטן העכטל, און אריינגעריקט גאנצע 30 מיליאן טאללער אין זיין אויסלענד'ישע באנק אקאונט!! דעני איז געווען מער פון צופרידן צו געבן שטאף און צו ארבעטן מיט די FSB , געלט פליסט, און סזעט אויס ווי זאכן גיין גוט, אבער ער האָט נישט פארציילט אז ער האָט שוין געזאגט פאר די אנאנימעס גרופע א ווארט....

די "פיש-קינג טעים" האָט אנגעהויבן צו מאכן פלענער וואס צו טוהן. איין ערנסטע פלאן איז געווען צו שיקן פאר גוגל א מאסיווע רענסאמווער אטאקע, ווי דעני האָט געוואלט, און זיי האבן געזאגט פאר דעני אז מ'גייט דאס טוהן. אבער די פלאן איז געווען פשוט, מ'גייט פארקריפלען דאס גאנצע גוגל אינפארסטראקטשער, ווי די וועלט לויטעט "א שטיין וואס איין נער ווארפט אריין אין וואסער, קענען 10 חכמים נישט ארויסנעמען"… נישט פאר געלט, פשוט צו פארקריפלען די אמעריקאנער עקענאמיע.

די גרינגסטע וואלט ווען געווען, פשוט צו אריין שיקן אין אלע דעטע-סענטער'ס אויף איינמאל א מאסיווע וויירוס, אויב ס'וועט טאקע ארבעטן שנעל און גוט, וועט גוגל זיין דאון פאר צוויי וואכן...! ביז זיי וועלן זיך קענען ריקאווערן..
דאס הייסט... ס'וועט נישט זיין קיין סערטש….! אזויפיל ווי 3.5 ביליאן סערטשע'ס ווערן יעצט געמאכט יעדן איינציגסטן טאג...!
נאו מעפס.
קיין קאנטאקס.
קיין אימעילס.
און צו גוגל'ס 270 סערווערס וואס טויזענטער פירמעס נוצן. גארנישט, אלעס איז טויט, דאון…

אבער, ס'האָט נישט גענומען לאנג, ביז די חשבונות האבן געוויזן אז רוסלאנד וועט אויך האבן מאסיווע שאדנ'ס, און נאכמער, טאקע נישט אזא אפענע פראסק פאר אמעריקע, אבער אסאך מער אפעקטיוו… אלעס צו האלטן פאר א סוד! און שטילערהייט וועט מען קענען אסאך מער אויפטוהן.....

די פלאן איז געווען אז וויבאלד יעדער האָט פריווייטע אימעל'ס פון גוגל, פון פשוטע, ביז די העכסטע אין סיי וועלכע אמעריקאנע אגענטור, און מיר האבן יעצט פולע צוטריט צו זיי, קענען מיר גרינג געוואויר ווערן די פעסווארד'ס, און אזוי אויך די גאנצע הלוך ילך פון אלע פריווייטע סענעטער'ס גאווערמענט'ס אפי' ! און מיר קענען אריין לאגן אן דארפן בעטן צו טוישן פעסווארדס מיט אימעילס.

און די צווייטע מאסיווע אקאמפלישמענט וועט מען האבן, אז מען וועט קענען מונאפעלירן די סערטש ריזאלטס פון די גוגל סערטש לטובת רוסלאנד, און לטובת קאמעניזעם איינגלעגנהייטן. דאס הייסט וואס אונז ווילן נישט מ'זאל וויסן קענען אונז שטילערהייט מאכן ס'זאל נישט ארויפקומען און יא ארויפצווינגן וואס אונז ווילן…!!
און אויך האבן מיר צוטריט שטילערהייט צו מיליאנע בענק מיט די אלע פעסווארדס וואס ווערן געהאלטן אין גוגל.
עקסעס צו ביליאנען סמארט-פאונס וואס ראנען אנדרויד וואס ווערן געמאכט דורך גוגל!!

די צווייטע פלאן איז געבליבן אלץ מיליאן מאל מער ווערד, און גלייך באשטעטיגט געווארן.

*****


אקעי, איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז, אבער די חלומות מוזן קומען צו אן אפשטעל... באלד וועסטו מורא האבן צו נוצן גוגל… ווארום די ציל מיט די ארטיקלן ביז דא, איז געווען צו דינען אלץ הקדמה צו פארשטיין וואס גוגל איז, און ווי מאכטפול די פירמע איז, וויפיל מענטשן זיי פיטערן און סערווירן… און וואס סקען אלץ געשען ווען גוגל גייט באַנאַנעס.

און צודעם האבן מיר געוואלט צוקומען, אייגענטליך איז קיינמאל נישט געווען קיין דעני, און נישט קיין מארק.. וואס די פראגע איז נאר, וויאזוי זענען זיי טאקע אזוי גרויס? ווער שטייט אונטער גוגל? ווי רייך זענען זיי? ווי גרויס איז די פירמע בכלל ? פון ווי מאכן זיי געלט? ווי אלט? דאס אלעס און מער, איז צו ערווארטן אין די קומענדיגע ארטיקלען .

נ.ב. פון דא און ווייטער איז אלעס אמת.
אי"ה און קאפיטל 4
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Wow wow Wow
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

PDF?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

wow איז נישט דאס ווארט! הערליך באשריבן! קיפ איט אפ!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

אלט מאנרא האט געשריבן:PDF?

די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים.pdf
(181.53 KiB) געווארן דאונלאודעד 164 מאל
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

נישט פשוט האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:PDF?

די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים.pdf

@נישט פשוט איך מיין אז דו מוזט שוין מאכן דיין לייק באטטען זאל ארבעטן עס קומט זיך דיר ערליך ;l;p-
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

כ׳האב שוין שיעור נישט געטוישט צו יאהו! ביזט נערמאל??
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ס'קרעיזי!
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

דו ביסט א נישט פשוט פיינע שרייבער, כ'גלייב דער עולם וויל ווייטער הערן די מעשה....

גוגל אליין איז א צווייטע מעשה אויך זייער א אינטערסאנטער נושא.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

יצחק ברוך האט געשריבן:דו ביסט א נישט פשוט פיינע שרייבער, כ'גלייב דער עולם וויל ווייטער הערן די מעשה....

גוגל אליין איז א צווייטע מעשה אויך זייער א אינטערסאנטער נושא.

;l;p- ;l;p-
אט אזוי! שפין ווייטער די פארזעצונג כיד הדמיון הטובה עליך ביתר שאת, און עפן א עקסטערע אשכול צו באשרייבן גוגל, היידשעק נישט אוועק דעם אשכול…
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

אטעם פארכאפענד במלוא מובן המילה
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ביסט נישט נארמאל (פריש געזונט משיגע) כהאקוים געאטעמט
דאנט טעל מי אז דער אנגעצויגנקייט די דראמא איז געקומען צו א פולשטענדיגע ענדע
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

Wow

נישט פשוט.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

וואס זאגסטו?!.. זיך אריינלאגן אין יענעמס קאמפיאטער... זען זיין גאנצע אינדענטיטעט... אלע זיינע פאסווארטס...זיך דרייען דארט ווי ביים טאטען אין וויין גארטן..
wow איז נישט די ווארט, ביסט ריזיג.
cb9a4b44dfa9d22c0d34797d8c2c0b3b.gif
cb9a4b44dfa9d22c0d34797d8c2c0b3b.gif (690.33 KiB) געזען 952 מאל
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דו ביסט געוואלדיג הרב נישט פשוט. זייער גוט, גאר א פיינע אנטי קלימאקס.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

דאס איז נאר געווען די הקדמה??!;!;!;!
WOW WOW!!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”