די גוגל ערפינדערס**די היסטערי פון בעק-ראב**גוגל**גוגל-עדס**גוגל-פלעקס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די גוגל ערפינדערס**די היסטערי פון בעק-ראב**גוגל**גוגל-עדס**גוגל-פלעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

דעני גריוואלטשאוו.........! ! ! ! יאפ, דו ווילסט אים נישט קענען..! אבער דו מוזט...!
"דעני גריוואלטשאוו" ברענגט מיסטעריע און פארדאכט און אפי' קאשמארן.

דעני, א רוס, א געביין פון געריבנקייט, א שטיק טאלאנט, געפלאכטן מיט כיטריזם, אזש ס'לאזט זיך נישט גלייבן זיין מוח-קראפט און ספיד... דער האט א מאסיווע IQ פון 150 ! אבער נאכמער פון דעם, זיין פיפיג'קייט און שארפקייט קומט אראפ איינמאל אין הונדערט יאר. אבער צוליב זיינע נאטורן און קאפ, האט ער כמעט נישט געהאט קיין משא ומתן מיט אנדערע מענטשן, און גאר ווייניג גערעדט און פארברענגט מיט פרעמדע.

זיינס א חבר, מארק מארוו, איז פון די אנדערע זייט, א צוגעלאזנער סאלידער מענשט, מיט א שטארקע פרזענדליכקייט צו זיך, א שמייכל צו יעדעם און אלעמאל. די צוויי.... ווי פארקערט זיי זענען, אט דאס, האָט זיי געמאכט פאר שותפים, אבער נישט סתם שותפים...! נאר סאלידע-מאלטי-מיליאן דאלער'דיגע רייכע לייט.

****
אין 1999 אנהייב 2000 איז די אנשיקעניש פון אינקרופציע פון סייבער-קרימנאלן געוואקסן וואו די שוואמען נאך א רעגן.
די וועלט האָט זיך אויפגעוועקט צו א נייע גענעראציע פון קאמפיוטער וויירוס'ן...."אינקריפשען"! (דאס הייסט, די קרימינאלן שיקן א וויירוס וואס אינקריפט די גאנצע קאמפיוטער מיט אלע פיילס, און נאר מיט די ריכטיגע ווירטואלע שליסלעך קען מען עס די-קריפטן) ס’איז ממש געווען ווי א ווירטואלע פענדעמיק...!
איין פירמע נאכן צווייטן, האבן זיך געטראפן אין א שיינעם מיטוואך, "אויסגעשפארט" פון אלץ און אלעם, אן א מעגליכקייט צו אפי' אריין לאגן אין זייערע קאמפיוטער'ס. פון שפיטעלער, עיר-ליינס, פינאנציעלע אינסטוטוציעס, ביז פשוטע קאנסטרוקציע-פירמעס, און מער פון אלעם: סקול'ס און יונעוועריזטעט'ן.
****
דעני'ס פריינדשפאט צו מארק גייט צוריק אסאך יארן, נאך פון קינד ווייז אן, ווען ביידע האבן געוואוינט אין יאפאן. ביידע משפחות, די גריוואלטשאוו'ס און מארוו'ס, זענען געווען שכנים, און ביידע עלטערן, האבן אלץ געמוזט זיין "אויבער חכמים" און געזוכט וויאזוי איבערצוקלוגן די סיסטעם, זיי האבן לכבוד דעם געהאט א שטארקע נאנשטאפט, און די צוויי יונגע חברה האבן זיך אפט געטראפן, און זיך באפריינדעד, און זיך גוט אויסגעקומען. כאטש זיי זענען געווען ווי האלווויט מיט מארגארין.
די ביידע משפחות, האבן אפגעמאכט צו פארן וואוינען אין אמעריקע, זיי האבן אימיגרירט, און זיך באזעצט אין די שטאט די הארץ פון טעקנלעדזשי, קאליפרניע! אין די הארץ פון "סיליקאן-וואלי", דארט האבן די צוויי בוישטיק'ס ווייטער פארברענגט און געלערענט אינאיינעם.
*****
דעני, היינט א 30 יעריגער, האט גענומען א שטעלע אין א גרויסע סעקיורעטי פירמע, ער האט געגליכענט זיין ארבעט אלץ אינדזעניר, און מיט די פאקט אז ער האט געהאט דארט אסאך פרייע צייט,, און מיט זיין שארפן קאפ האט ער גאָר גוט דערשנאפט די חכמה פון קאוד און קאמפיוטער שפראך.

איין שיינעם טאג האט אריין געבליצט א געדאנק, א מייסטער מאכניזעם! די מאכניזעם האָט געקענט דערשנאפן אויב א קאמפיטער האָט זיך גענומען צו אינקריפטן דעם קאמפיטער.... ווי נאר די מאכניזעם האָט דערשמעקט אז די קאמפיטער ווערט אינקריפעד, און אפי' די וויירוס האט דורך געמאכט זיין וועג אריין, האָט די מאכענזים קוואראטיד די וויירוס-פראגרעם, און אפגעשטעלט די אינקריפשן פון גיין ווייטער. און נאר גאר א קליינע סומע פייל'ס זענען טאקע געווארן אינקריפטעד, אבער די גאנצע קאמפיטער איז געבליבן סעיף און געראטעוועט.

דעני, האט זייער הנאה געהאט פונעם וועג וויאזוי די מאכניזעם האט סיי געקענעט כאפן דעם בחור, און נאך מער ווי שנעל ס'האט געארבעט, ער האָט דאס געוויזן פאר זיין חבר מארק. מארק, איז ממש געווארן באגייסטערד און איבערגענומען געווארן... מארק, ארבטענ'דיג פאר א גראפיק'ס פירמע, טאקע נאר אין די "מארקעטינג אפטיילונג" אבער דאך איז ער געווען גוט באהווענט אין די טעקנאלאדזשי פעלד, און געוויסט, אז ס’איז נאך נישטא קיין רפואה, פאר די נייע אינקריפציע פראבלעם! קיין שום אנטי-וויירוס פראגרעם, האט נישט געארבעט ווייל די קרימינאלן זענען אלץ אויפגעקומען מיט נייע טאקטיקן וויאזוי זיך אריין צוזעהן, אבער דעני'ס מאכניזעם, האט געארבעט אפי' די וויירוס האט געמאכט זיין וועג אריין.

מארק מיט זיין פראקטישער צוגאנג צו יעדע זאך, האט גלייך דערשנאפט אז דאס איז א ערנסטע דורכברוך! און, קען מען מאכן דערפון א-ס-א-ך געלט, און מען קען דאס פארברייטערן צו א מאלטי-ביליאן-דאלערדי'גע פירמע.
מארק האָט ערקלערט פאר דעני, אז ער האָט דא א גאלדן-גרוב אין זיין באזוץ, עפעס וואס קען אים מאכן פאר ריזן מיליאנער, און אפשר גאָר ביליאנער!!!
ס’איז דעני גאנץ גוט געפאלן די קאמפלימענט, און ער האט געטראכט: "אפשר טאקע קען מען עפעס דא מאכן ?!" אבער ער האָט נישט געגלייבט אז דאס קען אים טראגן אזוי ווייט ווי מארק מאכט עס.... און אוודאי האט ער נישט געקענט פארדייען די נאמבער'ס וואס מארק האט אויס געשפיגן .... ווארום ער האָט פארדינט נישט מער ווי 150 טוינזט דאלער א יאר פאר זיין דעמעלטס'דיגע ארבעט.

מארק, זייענדיג אין מארקעטינג האָט יא געהאַט די ברייטע נאלידזש, און גוט פארשטאנען צו א געשעפעט.... נאכן מאכן א קורצע חשבון ביי זיך אין מוח, ער האט געזאגט יאפ, איך גיי דערפאר...!
ער האָט זיך אנזטאגט פון זיין ארבעט נאך יענע וואך דאנערשטיג! און זיך גענומען צו די ארבעט מיט א פלייס.. און פלייסיג מיינט פלייסיג! ער האָט ארויס געדינגן א מאביל היים נעבען זיין הויז, אלץ אפיס'ס, געהיירעט נאך צוויי יונגע קאלידזש סטונדען, וואס זאלן אים שטיין צו דער האנט. ער האט נאך נישט געהאט קיין געהעריגע פלאן וואס זיי גייען טהון, אבער ער האט געוויסט איין זאך, איך דארף דא האבן א געהעריגע ביזענעס, און כ'דארף זיך אהערשטעלן פראפעסיאנאל.

דעם נעקסטן זונטאג נאכמיטאג, ארום 3 צייט קאלט ער אן דעני....
דעני....! קום אריבער צו מיין הויז... און פון היינט ארבטען מיר דא ביינאזאם!
וואס ? וואט דא יו מיען?!
מיר גייען עפענען א ביזנעס...!
דעני האָט געלאכט א גוטס, אבער נישט געהאַט קיין פראבלעם זיך אריבער צו כאפן פאר א נאכמיטאג גריל צו זיין חבר. ער האָט אפגערייזט צו מארק'ס הויז מיט זיין אלטע מערצענדס, א קליינע שווארצע קארעלע, און זיך פארקירט אריין אין די בעק-יארד, גלייך נעבן די פארטש.

מארק איז פארסאפעט, ער האט נאך געהאלטן אינמיטן אנגרייטן, ער האָט נארוואס ארויסגעצויגן א טשיל, ארויף געדרייט די שירעם. געלאפן צום גריל, געשטעלט בראטן א קאטשקע, זיך געיאגט ברענגען צוויי גאסן בענקלעך, דערנאך ארויס ארויסגעברענגט, צוויי ברייטע רעבי'שע פלאַכע גלעזער, בעסער געזאגט קליינע קריקליך, מיט שטייצעך א הויכע קאלטע פלאַש וויסקי.
ענדליך, ווען אלעס איז שוין געווען גרייט, האט זיך מארק מיט דעני באקוועם געמאכט, נאך א דרי- פערטל שעה, האט שוין אנגעהויבן שמעקן פונעם געבראטענעם קאטשקע, און מארק הייבט אן גיין צום פונקט.
דעני...! לוק... העיר איז דע דיעל ..... (קרעדיט ביידן) דו שרייבסט די קאוד, און דו וועסט מעינטעינען די סאפטוועיר.... און זיכער מאכן עס צו אפדעיטן...! דאס איבריגע, זענען אויף מיינע ברוסטקאסטן! איך צאל דיר יעצט 4 חדשים וועידזשעס, פון דיין געוועזענע ארבעט, שיק זיין די קוויט'ס, און מארגן הייבן מיר אן, גוט?!
אממממ....?! ווWאט ?!

מארק, האט אבער נישט געווארט פאר אן אנטווארט, ער האט שוין געזעהן די געלט..... ער האט נאר געווארט פאר א חתימה!! און געהאפט אז דעני זאל קאפערירן...
ער ברענעגט ארויס צום טישל, א פאלדער מיט צוויי פאפירן, ער דרייט אראפ איינס פאר מארק, און שלעפט ארויס א פענע פון טאש, און לייגט עס אראפ מיט'ן פנים צו דעני, ער געט אים אזא בליק, יא גאַט טאָ דָא דיס מעֶן...!!

די אַנטאָזיאסטשׁקייט, און גראָדקייט וואס מארק האָט דארט אראפ געלייגט, וואלט אפי' א שפיאן זיך געמאכט ברעכן… די קעֶצל אינדערזייט האָט אים געשאקלאט מיטן קאפ, נא?! וואס ווארטסו? און, דעני, טראכט....! הער אויס.... די זאגסט אז ביז א יאר גייט זיין 4 מיליאן טאלער..... און 5 יאר גייט מען מאכן 500 מליאן טאלער !!! כ'מיין... איי עם גאויניג פאָר אִיט!!

די באהאַלטענע אנגעצויגנקייט פון מארק, האָט זיך געביטן צו א ברייטן שמייכל, און קלאטשערייען האבן אפגעהילכט, און גלעזער זיך געקלאפט.. לחיים! לחיים, און די דיעל איז אריין אין קראפט.
מארק האָט געוויזן די "ניייע אפיסע'ס....." פאר דעני, און דעני, פאר וואס, ווי, ווען, זיך געטראפען די נעקטסע טאג ארבעטנ'דיג אינעם מאביל היים, מאכענדיג פערפעקט זיין נייע סאפטוועיר .

******
ווי נאָר ווערסיע 1.0 איז געווען גרייט, האט דעני עס ארויף געשטעלט אויף פארשידענע סאושׁעל פלאַטפארמע'ס און טעק-סייטס. און מארק איז געווען גערעכט, די סאפטוועיר האָט ממש באקומען פליגלען...
די עולם האָט געצאלט פאר די סאפטוועיר און, די געלט האָט אנגעהויבן פליסן. אבער די ריכטיגע מאָוו איז געווען, ווען א גרויסע טעק-סייט "טעק קראנטש" האט באריכטעד אז די סאפטוועיר ארבעט טאקע מורא'דיג. די סעילס האבן זיך געפריפעלט און מהאָט געדארפט הייערן מער ארבעטערס, און מגייט גיין גרויס!! די פירמע איז נאך געווען אין פרי נורסערי אָן האָבן די ריכטיגע סטעף, אבער א פארלאַנג, ווי אלט געזעצענע פירמע. מארק האט אריין געברענגט זיין פאטער, א אלטע טעק פייאניער אלץ CEO און מארק איז געווארן טשיעף דירעקטער.
די קאָמפעני האט זיך דאַן געהעריג מסדר געווען, אין א ריזן אפיס בילדינג, מיט 50 טויזענט סקווער-פיס אפיס פלאץ. די סאפטועיר האט געטוהן דאס זייניגע, און ביזנעס האט געבומ'ד...

דעני האָט כסדר באקומען אנפראגע'ס פאר הילף, אבער נאך א-ס-א-ך מער, פאר געפאלענע, פון סייבער קרימנאלן, די וואס זענען שוין נעבעך אנגעזעצט געווארן מיט אינקריפטעד סיסטעמ'ס און פיילס.
די פראבלעם איז אבער געווען, אז דעני'ס מאכאניזעם איז נאר גוט געווען אויב ס’איז אינסטאלירט געווארן איידער ווערן באטראפן, ווארום אויב אלעס איז שוין אינקריפטעד איז נישט עכט דא קיין וועג צוריק...
אבער דעני האָט אלעמאל פראבירט, אמאל מיט בעקאפס, אמאל איז עס נאכנישט געווען אינגאנצן אינקריפטעד, און צומאל אפי' פארהאנדעלט מיט די פארברעכער און אזוי צוריק באקומען די פיילס.

דעני האָט געזען אז ס’איז פשוט געשמאקער צו העלפן איינער וואס איז שוין פארלוירן, און אנגעזעצט און קוקט ארויס פאר הילף, ווי איידער העלפן נישט צו ווערן פארכאפט, און ער האט באקומען א פשוטע געשמאק, צו אויסלייזן די פיילס פונעם העקער מיט געלט פון די קאנסומער, אבער קיינמאל נישט פארציילט וויאזוי ער איז מצליח צו דיקריפטען די פיילס.
די תאווה האָט זיך פארברייטערט יעדן טאג, און מ'האָט שוין געוויסט, אז אויב די פיילס זענען אינקריפטעד וועט דעני עס קענען מסדר זיין, אבער וואס מ'האָט דאן נישט געוויסט, איז, אז ער האָט פשוט באצאלט פאר זיי, און אזוי צוריקבאקומען די אינקריפטשן שליסלען.

איינער האָט דאס יא באמערקט, און געווארן גאר שאקירט. דאס איז געווען מארק'ס טאטע! ווען מארק האט דאס געהערט, האָט דאס זייער פאדראסן מארק, און ער האט געוויסט אז עס וועט פאטענציאל שטעלן די גאנצע פירמע אונטער פראגע צייכן, און ס'וועט נישט נעמען לאנג די ביזנעס זאל אונטערגיין... ווארום אָן האבן די נויטיגע טראסט, וועלן מענטשן קיינמאל נישט נוצן די סאפטוויער.
מארק האָט דאס פראבירט מסביר זיין פאר דעני אויף אלע סארט וועגן, אבער דעני האָט מער ליב געהאַט כיטרע און געוואגטע און.... קרומע שריט, ווי ביזנעס.. די צוויי האבן זיך גענומען רייבן גאָר שטארק, און מ'האָט געקענט זעהן און שפירן אז זאכן גיין צפון זייט..

מארק האָט זיך דערזהעזן אז נישט נאר ארבעט ער מיט זיי, נאר ער ווערט ווי "כמעט" א חלק פון זיי...! נאכן אויפבויען אזא שטארקע קשר. ס'האט נישט געפאדערט קיין סך, מארק מיט זיין טאטע זענען געקומען צו די מסקנא, ס’איז צייט צו ארויס זעהן דעני באצייטנס !

די אמת איז, די גאנצע ביזנעס איז געווען אויף מארק'ס נאָמען, און דעני האָט נישט געהאַט קיין שום לעגאלע כוח.
מארק, האָט אפגעשייד די גאנצע אינקאם פון די לעצטע יאר!! וואס האט באטראפן גאר אסאך געלט, און עס געשיקט פאר דעני מיט אן אפעציעלע שליח, בייגעלייגט מיט א בריוו...

און דא איז ווי זאכן הייבן אן ווערן שרעקדיג.....!!
אין 2005 אין א שיינעם הערבסט טאג, מארק דרייווט ארויס זיין שיינעם BMW און זיין בני בית קומט ארויס ממש פארסאפעט מיט א בריוו צו דעני.

די בריוו האָט זיך געליינט ווי פאגלגענד:
צו מיין געוועזענע טייערע חבר און שותף דעני.
ווי שטארק כ'האב נישט געוואלט, און ווי שטארק ס'טוט מיר וויי, (?!) ענדיגן מיר יעצט סיי וואספארא שייכות, און סיי וואס פאר א צוזאם ארבעט.. צולב אומלעגעלע און אומ-מארלישקייט וואס דו האסט זיך באגאנגען.
ס'טוט מיר וויי זיך צו דארפן שיידן, און נאך מער אז ס'מוז זיין אויף אזא שלעכטע וועג, און סיבה.
מארק מארוו
11/01/2005
----
שטערנ'ס האבן זיך גענומען דרייען אין קאפ.... דעני האט געמיינט, ער כאפט א רייזע צו די לבנה, אלעס דרייט דיך, כעס און שנאה געפילן האבן אנגעהויבן פלאקערן צו סכנה'דיגע שטאַפלען...
ווער מיינט ער איז?! הא?! ער איז עפעס באַלעבאָס דא ?! וועמענ'ס קאפ, מוח און צייט ליגט דא..?! וועמענ'ס ארבעט...?! אלעס כאפט ער ארויס? ער ווארפט מיר נאך צי א ביינדל... א גאנצער גוטער....

דעני'ס כעס האָט געפלאקערט ווי א ל"ג בעומר פייער, נישט וויסענדיג וואס צו טוהן פאר כעס, האָט ער קודם אראפגעשאשקעט א פולע-פלאש וויסיקי... די וויסקי האט געטוהן דאס זייניגע, און צייטווייליג פארלאשן די פלאמען מיט די פליסיגע וויסקי. נאכן דורך שלאפן די גאנצע טאג מיט אלקאהאל, האָט ער זיך דערוועקט ביינאכט, מיט א טיפע דיפרעסיע, וואס טוה איך דא ? וואס ? ווען? פארוואס? ווער ? ווי ? טויט ?...! זעלבעסמארד....? ! ! ! וואסער ?! שיסן ?!
זיין פלנוס'טע האָט דערזעהן אז ס'גייט אים ממש צו די נערווען.... זי האָט אים געלאזט זיך ספראווענען, און אפ-געיאפעט פונעם שטח..... וואס?!... דאס אויך נישט?! . ער האָט זיך צוריק אריין געלייגט אין בעט מיט אזא גראבע יאוש, אז זייט יאוש איז נישט פארהאנדין, האָט די וועלט נישט געזעהן אזא אנזעץ. אזוי ליגענדיג אין בעט מיט כעס אנע כח, האָט ער געכאפט א נערווען אטאקע..!!

נאך אפאר טאג זענען זאכן געווערן טיילווייז בעסער, האָט ער זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן ראוד, די אפענע גאס האט ענהאלטן, א נערווען פאריקטער, מיט מאכט פיזיש און נאכמער גייסטיש מאכטפול, אונטערן פרייען הימל .... , דער פארט...! צו? קיין-ערגעץ ! ער פארט... ציללאז... ביי דעם פונקט האָט ער זיך שוין אפי' נישט גערעגט, ער איז געווען פארביטערט, סאם-ווא"ט פאריקט, די האלבע ריק וואס זייין מוח האָט געכאפט האָט געשטעלט די אנדערע האלב אין פלאץ... אבער זייענדיג אזא מאכטפולע קאפ איז ער באמת געווען א גייענדיגע באמבע.... !! ווארום, ס’איז נישט דא קיין שום גאָרענטי אז דאס מוח זאל זיך נישט אויפרייסן יעדע מינוט.


פארזעצונג אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך נישט פשוט אום דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 9:39 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

איך גלייך שוין די צווייטע קאפיטל!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פארזעצונג קומט?

שיין געשריבן!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

איש האשכולות האט געשריבן:פארזעצונג קומט?

שיין געשריבן!

בעזרת השם יתברך.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ברויך מענעס נאך אדורכליינען... אדערווייל נאדיר אפאר גרינע...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער שיין
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

הערליך, שיין געשריבן, ווארט מיר אויפן פארזעצונג.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

אינטערעסאנט. גוט געשריבען. ווארט מיר אויפן פארזעצאנג מיט אנגסט..
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שטארק געשריבן. ווארטן מיר מיט שפאנונג אויפ'ן המשך.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

כ'האב נישט באמערקט אז עס קומט פארזעצונגען.....
ווען יא, הייב איך בכלל נישט אהן צו ליינען.

כ'בין שוין איינמאל געפאלן א קרבן צו שמעלקא, אז איך ליין שוין נישט ביז אלעס איז געדרוקט.

דא אבער בין איך דורך געפאלן.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איך מוז וויסן פאר איך הייב אן: פיקציע אדער וואר?
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: די צויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך מוז וויסן פאר איך הייב אן: פיקציע אדער וואר?

גא"מ
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: די צויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א שרעקליכע קעפל דאס, גיי מיר עס לעיזן און צוריק קומען.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ים המלח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:59 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים המלח »

מיר ווארטן מיט שפאנונג
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:שטארק געשריבן. ווארטן מיר מיט שפאנונג אויפ'ן המשך.

גא"מ
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

העכסט אינטערסאנט, ציענד, פראפעסיאנאל געשריבן.

מייסטערהאפטיג.
אוועטאר
זלאטניק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:11 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטניק »

יוש איז דאס געשפאנט ... נישט פשוט...
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר די ערשטע העלפט

' :shock: :shock:
פאר די קעפל
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- קען קוים ווארטן פאר די צווייטע קאפיטל
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אמשינוב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:00 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשינוב »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
סמאסיווע רייד!!!
נישט פשוטע שפראך!!!
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

מאסיוו
;l;p- ;l;p-
האלט אן
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זאג,
די פלאנסט אונז צו לאזען מיט די צינג אינדרויסען???
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
קלאר אזוי
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 6:28 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאר אזוי »

שרעקעדיגע קעפל
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

שפאנונג!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

אדורך געליינט אין איין אטעם, איך ווארט מיט שפאנונג אויף נאך
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”