זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

די דאזיגע אשכול זאל דינען פאר א פלאטפארמע פון חיזוק און לימוד זכות אויף כלל ישראל להרבות זכותים בישראל.

לע"נ הרה"ק לוי יצחק מ'בארדיטשוב זצ"ל
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

עיין ברמב"ם למה אצל גט "כופין אותו עד שיאמר רוצה אני" וכשר, משום שתוך פנימיות לב ישראל הוא לעשות רצון השי"ת, ומי מעכב, שאור שבעיסה.... אבל לאחר התגברות הטוב על הרע, יאיר נר נשמת ישראל בכל התוקף....

A story you’ll all love. 

A man living in Jerusalem was saying kaddish for a parent who died. Each day he would say kaddish at the daily services in the synagogue. It was his way of connecting to the soul of his loved one. Returning home one night at 3:00am from a wedding, he fell into bed exhausted. As soon as he had turned out the light, he realized that he hadn’t prayed Ma’ariv, the evening prayer. He missed the kaddish for his beloved mother. With tremendous effort, he dragged himself out of bed and started to dress.

Where to find a minyan at this time of the morning? 3 AM?

No problem. As anyone who lives in Jerusalem can tell you, day or night, you can always find a minyan at the shteibelach—the small synagogues in the Zichron Moshe neighborhood.

That night there was a miracle. Zichron Moshe was totally deserted; no one was there; nary a hobo, nada.

Taking out his cellular phone, he dialed the number of a large taxi company.

“Hello! Can you please send six taxis to the shteibelach in Zichron Moshe?”

“Adoni (my dear sir)! It’s three o’clock in the morning! You think I have six taxis? What do you think I am, a magician? …I only have five.”

“Okay. So send five!”

He dialed another number. “Hello, please send five taxis to Zichron Moshe…”

“Your crazy? Atah meshugah. I only have four!

“okay so send four.”

Within twenty minutes, there was a procession of nine taxicabs parked neatly outside the shteiblach.

“Adoni,” said one of the drivers, “Why do you need nine taxis? There’s no wedding here, no Bar Mitzvah, nothing.”

“I want you all to turn your meters on and come inside with me. We are going to pray together the evening prayer — arvit ”

“I will pay each of you just as if your giving me a lift. For every minute you are here, I will pay you.”

Dusty yarmulkes (skullcaps) emerged from the glove compartments of the taxis, some woken from a hibernation that stretched back to their owner’s own bar mitzvah.

It wasn’t easy. Despite being obviously fluent in Hebrew, the drivers had no idea how to pray: what and when to answer; when they should pray aloud and when in silence.

It took them quite a while. But the kaddish man, showd them exactly what do do. They had the most incredible, moving prayer at 3:30 AM in Jerusalem, and he said kaddish after his mother.

When they had finished, everyone went out to the taxis; the meters in the cars were pushing upwards of 90 shekels each car. The drivers turned off their meters and the man pulled out his wallet. He would dash out around 800 shekel to all the drivers to pay them for their time.

“How much do I owe you?” he said to the first taxi driver in the line.

“Adoni, what do you take me for? Do you honestly believe I would take money from you who just gave me such an opportunity to help my fellow Jew say kaddish?

He moved down the line to the second driver. Identical reaction. “Do you know how long it is since I prayed?” you want me to take money from you?

And the third and the fourth, all the way down the line to the ninth…

Not one would take a penny.

They embraced and they drove off to a new morning in the holy city of Jerusalem.

ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.

עם ישראל חי באמונתם לעולם....
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

הערליך שיין אראפ געלייגט

אבער איך מיין אז ס'קומט אענדערש און קרעטשמע אדער און פארברענגן
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

wow
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

ר' שלמה בינעטה ביי קרבתנו 9

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

לעצט פארראכטן דורך משה בעלז אום מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

יעדע מענטש טרעפט זיך אהן מיט די פילינג פון צייט צו צייט אין אזוי טראכט ער מיט התפעלות מי כעמך ישראל אין אמאהל שרייעט זיך ארויס פון התרגשות למשל ביי מיר ווען איך זעה די אחדות אפילו פון די ביטערע בד"ה אשכול צו בקשו רחמים רח"ל מזעהט אז באמת יעדע נייעס ווערט אויף גענומען מיט א מוראדיגע מיט געפיל איינער פארען צווייטען אין לאו דוקא ביי צרות ח"ו ה"ה אנדרע זאכען אין שמחות מפרייעט זיך מעווינטשט מיט הארץ פאר בעלי שמחות אין אסאך מאהל ווערט מען צו געוואינט מכאפט שוין ניט א מאהל התפעלות אויבער בעצם איז שוין איינמאהל דא וואס נתפעל צו ווערין שרייבט אראפ ווען איר פילט אזוי ביטע
ס'שטייט אין דברי ישראל אז ווען אידען רעדין בשבחן של ישראל איז מען מעורר רחמים אויבען אין אויך שטייט אזוי אין שומר אמונים אויבער ער לייגט צו בתנאי אז מזאל עס מיינען מיט א אמת איר קענט מעורר רחמים זיין מיט לימודי זכות סאיז א געוואלדיגע זכות
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 9:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

אסאך זאכן נעמען מיר איבער און ברענגט שטארק ארויס דעם מי כעמך ישראל, אבער דער אייוועלט תחיית המתים קאמפיין פאריאר האט מיר ספעציעל געהאט איבערגענומען און ארויסגעברענגט אויף א נעקסט לעוועל די שיינקייט פון די אידישע פאלק
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

צ/ק
ווען די זעהסט א האנדא אדעסי/קרייסלער פעסיפיקע/טאיטא סיענע סטאק אין די זייט פון די הייוועי, זעסטו נאך א קאר וואס העלפט.
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צק

די שעות וואס די גאס איז פול מיט עלטערן וואס באגלייטן די קינדער אין חדר
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פורים ווען איך גיי נאך געלד ביי מיין מנין פאר מתנות לאביונים בו ביום אין אידען הערן אז ס'איז מתנות לאביונים בו ביום דערקען איך ווי זיי ווערן איבערגענומן אין מיט א שמחה גדולה געבין זיי שענערע סכומים אפילו ס'איז שוין די צענטע מענטש פאר מתנות לאביונים בו ביום מקוקט עס אהן מיט א ספעציעלע חביבות פלאס אלע אנדרע געלד גייערס אין אלע בוחרים קינדער אין איך בין נישט די לעצטע גיט מיר עס די געפיל פון מי כעמך ישראל נישט נאר מטוהט מצות נאר ווי ס'איז די ערשטע מאהל פאר בו ביום
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די גאנצע פרשה פון רבי שלום מרדכי רובאשקין שליט"א מתחילתו עד סופו ווי אידען האבון געגאסען ימים ונהרות פון געלד אין פון השתדלות ווי מהאט נאר געקנט אויף טוהן אלע עסקנים זענען גוועהן אינוואלווד אויף אלע פראנטען וואס איז נאר שייך אים צו באפרייען עצרת תפלות .קבלות טובות .אין וואס נישט עפעס אזא אחדות פאר א איד וואס רוב פון זיי קען אים ניטאמאהל סתם ווייל ער איז א איד אין ער אליינס מיט זיין ווייב לעבן מיט אמונה ובטחון די גאנצע צייט אז מווערט באלד באפרייט מקען רעדין אהן א שיעור וואס האט זיך אלס אפגעטוהן ביי כלל ישראל יענע גאנצע תקופה די שמחה ווי אזוי מהאט געטאנצען אין די גאסען ששון ושמחה ליהודים

אין ווער ס'קען צו לייגען זיין התרגשות פון יענע פרשה איז מכובד
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 11:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די ארטיקעל פון שמעלקע איין שטאפעל ארויף

די פרישע אינטערנעמונג פון נישט קוקען קיין ווידיאוס פאר פערציג טאג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

ס'איז דא א איד אין א היימישע געגנט אין ניו יארק וואס האלט זיך צוריק פון אראפ ווארפן א בילדונג וואס באלאנגט צו אים ווייל איין אלמנה האט אנגעפאקט אז זי וויל דארט בלייבן וואוינען

ער וואלט געקענט מאכן עפרות זהב אויב ער ווארפט עס אראפ און ער בויעט א פרישן בילדונג, פאר יארן לאנג האט ער נישט געזעהן קיין דאלאר פון דעם אפארטמענט, קיינמאל האט ער זיי נישט געדריקט פאר געלט. דער איד האט נישט דעם בעסטן נאמען אין גאס מילד גערעדט

#מען קען נישט שאצן א אידישע קישקע
(--ווערטערלאז--)
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך דערמאן זיך די מעשה פון קליינ'ס אייזקרים ביי די בלעקאוט תשס"ג דאכט זיך זוממער ווען א אנדרע פירמע איך מיין מהדרין אייזקרים איך בין נישט זיכער מיט די נעמין אין ס'איז גוועהן קריטישע מינוטען פאר די קאמפני בשעת די בלעקאוט זייער גאנצע געלד קענען זיי פארלירען האט קליינ'ס מציע גוועהן פאר זייער קאמפטישאן צו אריבער ברענגין אלע אייזקרים צו זיך .
זיי האבון פלאץ בשפע אין ביי זיי ארבעט יא די פריזער'ס
ווער ס'ווייסט מער פרטים אוידער מער פונקטליך די דיטעילס זאל ביטע שרייבען
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

נישט לאנג צוריק איז גוועהן א אינטערוויא נאמבער 2378 ביי די לאנגע אינטערוויאס אויף קול מבשר ווי א חשובע איד וואס האט א ארגענזאציע מיט די נאמען א טריט וואס העלפון ארויס משפחות וואס גייען דורך שוועריקייטען ל"ע ולא עליכם פארציילט בתוך דבריו אז ס'איז דא" אידען וואס אלע זייערע יאהרען האבון זיי געהאלפען שלא ע"מ לקבל פרס פשוט ווייל זיי האבון מיטגעפיל מיט א צווייטען מיט כל מיני הילף "אין אסאך אידישע פרויען וואס טוהן דאס פון זיך אליינס אין ער זוכט אריין צו שלעפין אלע בעלי חסד ועסקנים אנשים ונשים העכער 18 אנשטאט צו גיין ארבעטין פאר א צווייטען קום אין טוה די זאך וואס די האסט ליב אין א עפי"ר טוהן זיי דאס ממילא
אין יעצט גראדע קען מען מאכען געלד דערפון ווייל די שטאט באצאהלט דערפאר" אויבער סאיז נישט קיין חילוק ווייל די אידען טוהן דאס סיי ווי "אין ער זוכט מענטשין מיט געפיל ווייל ליידער איז נאך דא א צורך פאר נאך ווייל מרעדט דא פון א כל מיני חסד נישט איין מין סארט הילף נאר יעדע זאך וואס א משפחה דארף אלס האבון פון רעדין מיט די קינדער אויסהערן נעמין ווי מדארף אלס גיין זיך אויסליפטערן צו א פארק אין אפילו נייע דירות פארשאפען אין אלע חלקים פון קאנסטראקשען אין גאר אסאך מער פון דעם וכו' וכו' הערט אליינס אויס די שמועס אלעס כדי ארויס צו נעמין פון טראמע אין גרינגער מאכען פאר די משפחות
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

איך האב נעכטן געהערט פון איינעם וואס ארבעט ביי איינע פון די היימישע עסן קאמפעניס אז ער באקומט א פאן קאלל פון איינע פון די גרויסע געשעפטן אז ער זאל געבן פאר זיין גרעסטע קאמפעטישן אפאר סקיטס פון זיינע פרודוקטן אויף זיין חשבון ווייל יענער איז אויסגעלאפן פון סחורה און מען וועט זיך שפעטער פאררעכענען
די זעלבע האב איך געהערט פון איינע פון די שטריימעל סוחרים וואס איז אויסגעלאפן פון באקסעס מיט איין פאן קאל האט ער זיך געטראפן מיט איינע פון זיינע קאפעטישנס ברענגען באקסעס וויפיל ער האט נאר געדארפט
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין תנא דבי אליהו שטייט אזוי פרק י"ט רבוש"ע ראה נא בענינו וכו' זכור כמה בעלי בתים איז דא אין כלל ישראל וואס האבון נישט קיין פרנסה אין זענען עוסק בתורה. וזכור וויפיל עניים איז דא וואס די גוים מושכין את בשרם מעליהם ועוסקין בתורה בכל יום תמיד וויפיל סומים יש בישראל שאין להם מזונות ונותנים ולומדים את בניהם תורה זכור כמה נערים וקטנים יש בישראל שאינם יודעים בין ימינם לשמאלם ועוסקין בתורה בכל יום תמיד זכור כמה זקנים וזקנות שיש בישראל שמשכימין ומעריבין לבתי כנסיות ולבתי מדרשות ומצפין לישעותך בכל יום תמיד וכו'
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די הייליגע בארדיטשובער זי"ע האט מחבר גוועהן די ניגון אויף די פיוט פון די הושענות אום אני חומה . לאמיר דערציילען די מעלות פון אידישע קינדער ער האט עס גרינג געמאכט פאר אונז חזר נאך א מאהל אין נאך א מאהל די מעלות

די הייליגע רבי רבי אלימלך זי"ע שרייבט אין תפלה קודם התפלה שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם

סאיז דא א מוראדיגע לימוד דערפון לפענ"ד
איך זאג קיינעם נישט וואס צו טוהן ח"ו איך שרייב אראפ מיין מחשבות האפענטליך וועל איך זיך אליינס זוך מחזק זיין צו טוהן די מצוה .כאטש סאיז אלעס דברים ידועים א מענטש דארף כסדר אויף וועקין די מחשבה רעדין דערפון וכו' מזעהט אז די צוויי ריזיגע צדיקים האבון אינז געלערט חזר'ען אין ביידע האבון עס געטוהן אןיף א אנדרע אופן מיט א ניגון איז עס סאך לייכטער מקען איבער זינגען אין איבער זינגען אין מטראכט אריין אין די פירוש המלות לאמיר דערציילען די מעלות אין ער גייט דורך פון אות א' ביז תיו דערצייל עס טראכט'עס לעב מיט עס. אין א תפלה מזעהט אז מדארף מתפלל זיין דעראויף אין כסדר דערמאנען די מענטש דעראויף
מזעהט דערפון אז סאיז געמאכט פאר יעדע איד די עבודה.
אין תנא דבי אליהו שטייט "מצוה לספר בשבחן של ישראל " אין קדושת לוי שטייט עס כמה פעמים אין רוזאלטאטען פון די סגולה איז דאך מוראדיג סברענגט די גרעסטע השפעות טובות
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 6:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די הייליגע בעלזא רב זי"ע ווען די דאקטער האט באהנדעלט די רב ז"ל האט ער באמערקט אז ער איז זייער פארטראכט אין דאקטער איז גוועהן ווייט פון אידשקייט אין האט זיך זייער געווינדערט וואס טראכט ער פון נייגער האט ער געפרעגט איך זעה אז די רבי איז זייער פארטראכט וואס טראכט איר א גאנצע צייט האט די הייליגע רב גענטפערט "גיטס אויף אידישע קינדער "אזוי שטייט אין בקודש פנימה ח"א
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 11:17 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

האב איך געטראפען די שטיקל דברי ישראל הנ"ל פרשת אמור אין די הגהות אינטען בשם זיין זיידע די הייליגע רבי יחזקאל מקוזמיר זי"ע האט געזאגט אז וואס א איד קען מתקן זיין אויף די וועלט ממליץ טוב זיין פאר אידען דהיינו זאגען אז א איד ארבעט מער ווי זיין כוחות כל איש ישראל ."משבר כח המקטרגים" יותר ממלאכי מעלה אין מער ווי "צעהן טויזענט צדיקים "10.1000 בגן עדן וכו'
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

מיטגעהאלטן ווי א באקאנטער נגיד האט געבארגט הונדערט פיפציג טויזנט דאללער פאר א יונגע אינגערמאן צו שטעלן זיין ביזנעס אויף די פיס.

א איד געגעבן פאר זיין קרוב פערציג אלפים נאך וואס ער איז דורך א שווערע צייט.

קען א איד וואס באצאלט די גראסערי פון זיין שכןטע אן אלמנה און זי ווייסט ניטאמאל.
גייט שוין אזוי פאר קרוב צו צוואנציג יאר מיט א קרעדיט קארד אן פייל.



די זאכן גייען אן טעגליך!!
קען נישט גלייבן אז א שווארצער איז אין א שווערע מצב וואקט ער אריין אין קלויסטער און איז געהאלפן אין אפאר מינוט.
א איד גייט אין שול און אין מקוה און אלעס פאלט אין פלאץ.



און מיט דעם קען מען טייטשן "מקוה ישראל מושיעו בעת צרה..."
ג'יי נאר אין מקוה וועסטו זיין א געהאלפענער
לעצט פארראכטן דורך Of course אום מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

א חבר האט מיר פארציילט אז ער האט פארקויפט א געוויסע פראדוקט פאר א קאמפעני, געאונט ביי היימישע אידן.
נאך שטיק צייט רופט אים א אינגערמאן פון די קאמפעני, איינער פון די בייערס מיט וועם ער פלעגט דילן, און איז אים מסביר אז ער זאל העכערן די פרייז!

אין זיינע ווערטער, "דו האסט געוואלט פאריאר אז אונז זאלן קויפן דיין פראדוקט, ביזטו געקומען מיט א משוגענע פרייז. יעצט איז שוין א יאר שפעטער און אונז זענען צופרידן מיט דיין אייטעם, קענסט מיך טשארדשן מער"!


איך בין ממש געשפרינגען ווען איך האב געהערט די מעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”