א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט אז היינט פרישטאג איז געוועהן גאר לייכט, ווייל אין די בתי מדרשים האט מען היינט געגעבן פעסטע פרישטיג'ט אז מען האט שוין קוים געהאט פלאץ פאר נאך..
אלעס איז משמים....

;l;p- ;l;p-

יאפ, האמיר געטראכט די זעלבע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:א גוט מארגן דינסטאג וישלח

איך בין געווען גאר פארנומען היינט און נישט געהאט קיין צייט מיר צו צוגרייטן געהעריג, וכדי שלא להשאיר הנייר חלק, לייג איך כאטשיג ארויף א שיין פאנעראמיש בילד וואס כ'האב געטראפן ערגעץ ווי פארשטופט אין מיינע ארכיוון (כ'געדענק נישט אפי' ווען איך האב עס געסעיווט), האטס הנאה!

די זון אינטערגאנג ביים ים בארטן איז א בילד וואס לויט נישט צו פארפאסן, אין צייר כאלוקינו!

בילד.jpg


א גוטן טאג!

סאיז א עכטע בילד?

יא, איך ווייס אבער נישט ווי ס'איז, מ'דארף וויסן וויאזוי אפצוכאפן אזא בילד
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@תבשולין, אפילו א טאג וואס כ'דאנק נישט מיינט נישט אז כ'בין נישט געזעטיגט געווארן

ברכת המזון איז ביי דיר גארנישט?

עה, נאר א ווערטל..ש'כח פאר דיין גוט ווארט און פאר אלע וואס באדאנקען זיך!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@תבשולין, אפילו א טאג וואס כ'דאנק נישט מיינט נישט אז כ'בין נישט געזעטיגט געווארן

ברכת המזון איז ביי דיר גארנישט?

עה, נאר א ווערטל..ש'כח פאר דיין גוט ווארט און פאר אלע וואס באדאנקען זיך!

כ'ליין טעגליך, כ'האב הנאה טעגליך, סאך מאל האבעך נישט צייט צו שרייבן מער ווי א פשוט'ע דאנק, דאס הייבט אן א מלחמה מיט זיך אליינס, ווייל אזא טרוקענע פשוט'ע דאנק פאר אזא נארהאפטיגע פרישטאג איז דאך חוזק געמאכט, וכו'.
על פי רוב ענדיגט זיך עס מיט א טרוקענע דאנק. אבער הרבה יותר ממה שכתוב כאן יש....
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גוט מארגן מיטוואך וישלח

וויילדלייף קליפ


היינט לייג איך א וויילדלייף 7 מינוטיגע קליפ, איך האף ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן ציבור, איך האב נישט א דורך געקוקט די אלע פריערדיגע וויילדלייף קליפס דא אויף אייוועלט און איך ווייס נישט צו ס'איז שוין געווען דא ערגעץ, כ'האף אז נישט...

אין דעם קליפ זעהט מען ווי עס ברעכט אויס א הייסע פאטאלע געפעכט צווישן א גרופע עלעפאנטן און לייבן.

ווי באקאנט קומט פאר יעדעס יאר א מאסן 'חיות וואנדערונג' ווי חיות וואנדערן פון איין פלאץ צום צווייטן אין די מדבריות און וועלדער, ס'פארלאנגט זיך אין אמת'ן א באשרייבונג פאר זיך, אין די היינטיגע קליפ זעהט מען ווי די עלעפאנטן וואנדערן מיילן לאנג אין די מדבר ווי זיי זוכן א לעק וואסער מיט וואס זיך צו דעפרישן. זיי קומען אן צו א קליינע לעיק און נעמען זיך טרונקען, אבער ס'איז צרות ווי א בארג...דא געפינט זיך א ריזיגע פאמיליע פון לייבן, אין אנהויב זעהט זיך אויס ווי זיי קענען זיך אויסקומען, ס'זעהט אפי' אויס אין אנפאנג ווי די עלעפאנטן זענען שטערקער, אבער עווענטועל ברעכט אויס א פאטאלע קאמף ווי אן עלעפאנט ווערט נאכגעיאגט דורך א גרופע לייבן וואס זענען ארויס פון זייער געווענליכע שטייגער פון פאנגען עלעפאנטן, און ליידער ליידער, כבר נגזרה גזירה..און ברוך דיין האמת!

די מאן וואס רעדט אינעם הונטערגרונט איז א בריטישע מאן מיטן נאמען סיר דעיוויד עטענבורג (Sir David Attenborough) א גאר פראמינענטע סייענטיסט אין ענגלאנד וועלכע פלעגט ארום פארן די גאנצע וועלט און אפכאפן חיות און באשעפענישן, און אנדערע נפלאות הבורא'דיגע סצענע'ס, פון צייט צו צייט וועט מען אויסשניידן נאך אינטערעסאנטע שטיקלעך להנאת הסועדים החשובים בפינת יקרת הלזו. (איך זאג אויסשניידן ווייל נישט אלעס איז איידל און אזוי אויך רעדט ער שטותים מיט לאקשן אין די הנהגת הבריאה,)

די ערשטע צען סעקונדעס האט נאך מיט די פריערדיגע חלק, (און אזוי אויך ווערטס נישט דעשראקן פון די בריטישע אקצענט...) האטס הנאה!

נ.ב. איך ווייס נישט וויאזוי מ'לייגט א ווידיאו דורך דראפבאקס

א געראנגעל צווישן לייבן און עלעפאנטן


א גוטן טאג!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

דיינע איבערבייסן זענען קאלירפול! און זייער אינטערעסאנט!
טענק יו @עירוב, כה לחי!

---
זיך סתם דערמאנט פון א קליפ.. ווי אזוי רופט עס נאר @אורי? עלעפאנט'ל אחד בין שבעים כפירים!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יישר!
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

איך וויל שוין לאנג פארשטיין, ווי אזוי כאפן זיי אפ די פילם ביינאכט? זיי שיינען מיט לעקטערס?
@עירוב אז איך פרעג א קשיא נעם דאס אן אלס א ייש''כ
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אדם א מענטש האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג פארשטיין, ווי אזוי כאפן זיי אפ די פילם ביינאכט? זיי שיינען מיט לעקטערס?
@עירוב אז איך פרעג א קשיא נעם דאס אן אלס א ייש''כ

איך וואונדער מיר אויך איבער דעם, כ'ווייס נישט. דאסאמאל זיכער אז זיי שטייען נישט אין די געגענט, נאר מיילן אוועק, וויאזוי זיי שיינען מיט די לייט? איך ווייס נישט. אפשר איז עס א דראון, א העליקאפטער פון די הייעך, בכלל איז עס גאר פראפעסיאנעל אפגעכאפט, סיי דער ווידאו און סיי זיינע אלע אנדערע ווידיאוס. (איך וועל אי"ה ארויפלייגן נאך)

---
איך נעם עס אן אלס א ש'כח!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ
אבער אביסל שרעקעדיג...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

יישר כח עירוב!

יעדן טאג א פרישע הנאה, כה לחי!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ש'כח פאר די דאנקערס1

איך האב שוין געשריבן אויבן, מ'קען מיך אלס מציע זיין סיי וועלכע נושא אויף וואס צו שרייבן ווילאנג ס'איז קורץ און פארלאנגט נישט קיין סאך ארבעט, איך זאג נישט אז איך וועל קענען, אבער איך וועל בל"נ פרובירן. צומאל לויף איך אויס פון וואס צו שרייבן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ש'כח עירוב! דער עירוב פון פארשידענע סארט איבערבייסונגען מאכט עס אזוי פיל מער אינטערסאנט און באלערנד!
עירוב תבשילין האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג פארשטיין, ווי אזוי כאפן זיי אפ די פילם ביינאכט? זיי שיינען מיט לעקטערס?
@עירוב אז איך פרעג א קשיא נעם דאס אן אלס א ייש''כ

איך וואונדער מיר אויך איבער דעם, כ'ווייס נישט. דאסאמאל זיכער אז זיי שטייען נישט אין די געגענט, נאר מיילן אוועק, וויאזוי זיי שיינען מיט די לייט? איך ווייס נישט. אפשר איז עס א דראון, א העליקאפטער פון די הייעך, בכלל איז עס גאר פראפעסיאנעל אפגעכאפט, סיי דער ווידאו און סיי זיינע אלע אנדערע ווידיאוס. (איך וועל אי"ה ארויפלייגן נאך)

---
איך נעם עס אן אלס א ש'כח!

זיי שיינען מיט ריזיגע אינפרארעד לייטס (דאס איז לייטס וואס א מענטש אדער בעל־חי קען נישט זען, אבער מ'קען עס זען מיט ספעציעלע געצייג.)

זע דא א עקספלעינער דערוועגן (רעדט גראדע ספעציפיש פון דער אראפגעברענגטע סצענע אויך):
How the BBC films the night side of Planet Earth:
https://www.dropbox.com/s/aptypp2urxbk1 ... h.mp4?dl=0
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

מומחה יוחס האט געשריבן:ייש"כ
אבער אביסל שרעקעדיג...

אויך געטראכט אזוי..
נישט פאר שוואכע הערצער..
@עירוב א גרויסן שכויעח.
לאקינג פארWערד..
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

היינט מאכט מען חזרה?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גוט מארגן זונטאג וישב

די הייליגע ווינטער ימים טובים - אן אור בתוך החושך


האמיר גענומען אורלויב פאר עטליכע טעג, אבער יעצט זעמיר צוריק דא בעזר השם מיט א פרישקייט.

שטייענדיג א וואך פאר חנוכה האט די רבוש"ע מיר צוגעפירט צו א שיין שטיקל פון רבי ר' הירש מרימנוב זי"ע איבער די הייליגע ימים טובים דורכאויס די ווינטער חדשים וועלכע ברענגט אריין א ליכטיגקייט און ווייזט אונז די ריכטיגע וועג אין די טונקעלע ווינטער, צוגלייכענדיג די ימים טובים לאחד שהיה מהלך בדרך וכו' א משל וואס ווערט געברענגט אין די גמרא סוטה (כ"א ע"א), איך ברענגט אראפ ככתבו ולשונו פונעם ספר בארות המים (שמחת תורה).



image.jpg
image.jpg (151.77 KiB) געזען 1905 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (379.91 KiB) געזען 1905 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (387.13 KiB) געזען 1905 מאל


א גוטן טאג!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ
דער פרישטיג איז אויך גוט ביינאכט - געוועהן זעהר פארנומען פארגעסן צו פרישטיגן היינט

זייער א הייליגע ווארעמע שטיקל
באמת א ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גוט מארגן מאנטאג וישב

הכיר את בוראו: מיין שמועס מיט'ן אמעריקאנער בעל תשובה


אין נאך א רינגעלע אין די קייט פון קאלירפולע פיגורן וועלכע איך באגעגן כסדר אין ארץ ישראל, האב איך מיר מיט א שטיק צייט צוריק געטראפן שמועסן אויפן באן וועלכע פארט פון ירושלים קיין תל אביב, מיט אן אמעריקאנער איד, א 50 יעריגע בעל תשובה וועלכע האט מיר בארירט ביז גאר און אויפגעפלאקערט מיין נשמה לעבודתו יתברך.

פון אינדרויסן מאכט ער נישט קיין אויפפאלענדע רושם, נאר ליבערשט ווי א טיפישע ארץ ישראל'דיגע ליטווישע איד מיט א 'קנעיטש' הוט'ל און צו'קנעיטשטע' העמד'ל. מן הסתם, קלער איך צו מיר איז ער נאך קיינמאל נישט געווען אויף א פליגער, און דאס איז לכאורה זיין ערשטע מאל וואס ער זיצט אויף א באן.

נאכ'ן אויסטוישן עטליכע טעכנישע פראגן און ענטפערס אנבאלאנגט אונזער נסיעה, האט זיך עווענטועל ארויסגעשטעלט גאר עפעס אנדערש. איך זיץ דא מיט א לעבעדיגע מוסר ספר במלוא מובן המילה.

די סדר העולם איז, אז ווען צוויי אידן זיצן אויף א באן אין א פרעמדע לאנד און ביידע רעדן ענגליש, אוטאמאטיש הייבט מען אן אויסטוישן פערזענליכע אינפארמאציע ווי 'וועיר אר יו פראם' און אזוי ווייטער. דאס זעלביגע האט זיך דא אפגעשפילט, און פון דא האט אונזער אמעריקאנער איד אנגעהויבן פארציילן זיין געשיכטע.

האמת אומר, אז איך האב מיך גארנישט פארצייכנט נאך מיין שמועס מיט אים און אזוי אויך האב איך אים נישט רעקארדירט (איך האב נאכנישט געשריבן קיין איבערבייס דעמאלטס..), דעריבער קען זיין אז איך פארפעל א פרט, אבער איך געדענק גוט זיין געשיכטע און ס'איז גוט איינגעקרוצט ביי מיר. אלזא, לאמיר פארציילן אין קורצן זיין לאנגע וועג וויאזוי ער איז אנגעקומען צו אזא שטאפל וואס יעדע קען זיך ארויסלערנען.

*

ר' משה ג. איז געבוירן אין טעקסאס (איני זוכר וועלכע שטאט) צו א גענצליך פרייער פאמיליע. קיין זכר פון אידישקייט איז געווען צום געפונען ביי אים אינדערהיים, סיידן די צוויי לעכט וואס זיין מוטער האט געצינדן יעדע פרייטאג צונאכטס, און די קידוש וואס זיין טאטע פלעגט מאכן שבת אינדעפרי אין די לאקאלע רעפארמער טעמפל ווי ער האט געדינט אלס א ראביי. דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס געענדיגט. טהרת המשפחה, כשרות, וכו' מאן דכר שמיה. זיין טאטע איז א פארמעגליכע בעל הבית און לעבט זיך א שוואוילטאג.

ר' משה איז געגאנגען אין די לאקאלע פובליק שולע, און איז אויפגעוואקסן גענצליך ווי אן אמעריקאנער גוי. זיין טאטע האט אים געשיקט יעדן זונטאג צו א דזשואיש סקול, ווי מ'האט געלערנט איבער די 'היסטארי' פון די דזשואיש נעישאן און געפרעגלט ציוניזם. ממש ווי די משכילים אינדערהיים.

זיינע עלטערן האבן נישט באהאלטן די פאקט אז זיי זענען אידן, און ווי פריער דערמאנט האט זיין טאטע געדינט אלס א ראביי אין א רעפארמער טעמפל. אה..נאך א זאך זאגט מיר ר' משה וואס זיין טאטע איז געווען א איד "אז ער פלעגט פארדאמען אנטיסעמיטישע אטאקעס"...אבער ביי דעם האט זיך געענדיגט.

ר' משה האט אלעמאל געוויסט אז לא זו הדרך און נישט דאס מיינט א איד. א איד אן תורה ומצוות איז ווי א ליידיגע זאק, כאטש א אידישע נשמה איז אלעמאל הייליג און טייער. ר' משה האט שוין פון קליינווייז אן געזוכט עפעס מער און הייליגער.

*

אין זיינע מיד צענערלינג יארן איז ר' משה צום ערשטן מאל געפארן קיין ארץ ישראל, אלס א טוריסט וועלכע קומט באזוכן די דזשואיש הואלי לענד. ער האט נישט געהאט אין פלאן צו קומען קין ארץ ישראל להשתקע שם און האט לכתחילה געמאכט א טיקעט אויף צוריק.

מאת ה' היתה זאת זאגט מיר ר' משה "אז איין טאג האב איך אפגעהאלטן א באזוך אין די חרדישע געגענטער אין ירושלים, א פאקטאר וועלכע האט אסאך צו געגעבן צו טוישן מיין לעבן און צוריק קומען צו אידישקייט. בכלל, האב איך באקומען א מורא'דיגע חשק צו בלייבן אין א"י אפי' איך וועל נישט דווקא ווערן א חרדי".

"מיין חבר פון די יוגנט, וועלכע איז אויך אויפגעוואקסן אזוי ווי מיר האט מיר שטארק איבערגערעדט זיך צו איינשרייבן אין ישיבת אור שמח וועלכע געבט זיך אפ מיט אזעלכע צענערלינגען ווי מיר וועלכע ווילן טוישן זייער לעבנס שטייגער און ווערן פרום".

און די רעשט איז היסטאריע..."איך בין אריין לערנען אין די ישיבה פאר א היבשע פאר יאר ווי די ראשי הישיבה האבן מיר אויפגענומען מיט ביידע הענט, און אנגעהויבן פראקטיצירן אידישקייט אויף א טאג טעגליכן שטייגער ווי א פולשטענדיגע פרומע איד מאז ומקדם". ר' משה האלט נאך אן קשר מיט די ראשי הישיבה פון אור שמח, ביזן היינטיגן טאג.

מיינע עלטערן האבן עס נישט אזוי געגליכן, אבער האבן גארנישט געקענט טוהן. מיינע יוגנט פריינט פון די שולע האבן געלאכט פון מיר און מיר כסדר געשיקט מעסעדזשעס אז איך זאל צוריק קומען קיין אמעריקא און לעבן ווי א נארמאלע מענטש.

*

אין די ריכטיגע מינוט האט ר' משה געטראפן זיין באשערטע, אן אמעריקאנער איד'ינע וועלכע פארקערפערט אן ענליכע געשיכטע ווי אים. אונז האב מיר חתונה געהאט בשעה טובה, און זיך באזעצט אין די עיר התורה קרית ספר.

ר' משה האט אויפגעשטעלט א שטוב פון י"ב שבטים בליעה"ר, פון וועלכע עטליכע האבן שוין חתונה געהאט.

דא טרעפט ר' משה די געלעגענהייט זיך אויסצורעדן דאס הארץ און באקלאגט זיך איבער די צער גידול בנים וועלכע איז נישט אלעמאל אזוי גרינג. ער האט ב"ה נחת פון רוב פון זיינע קינדער, אבער נישט ביים יעדן ליידער. איך וואונטש אים א ברכה אז ער זאל זעהן נחת פון אלע זיינע קינדער, און זיי גרינג קענען מחנך זיין.

ר' משה איז היינט א אמת'ע בן תורה וועלכע מאכט זיין וועג יעדן טאג פון קרית ספר קיין ירושלים צו די מירער ישיבה, "איך לערן שוין אין מיר דרייסיג יאר, און דא איז מיין פלאץ" זאגט ער מיט א שמחת התורה'דיגע שמייכל.

ער האט שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער און די חובות זענען ביז איבערן קאפ, אבער דאס איז נאכאלץ נישט קיין סיבה אז ער זאל ארויסגיין צו די דרויסענדיגע גאס. "איך קום פון דארט, און איך ווייס דאך יא אז די גאס איז א פייער פון וועלכע מ'דארף שטיין מיילן ווייט"

ר' משה באטאנט אז די עיקר קרעדיט קומט זיך זיין אשת חיל וועלכע שטייט אים צו די האנט ווען אימער. "זי איז דער וואס געבט מיר די שטופ ווייטער אנצוגיין, די יצר הרע קומט אלעמאל מיט פארפירענדע פייגלעך אין קאפ ווי 'קוק וואספארא חיי צער דו לעבסט דיך' 'האסט אפגעלאזט אלע פארגעניגן אין אמעריקא און זיך אויסגעוועלט אזא שווערן לעבן' און נאך אזעלכע ענליכע נודנישע געפילן, אבער די פרידע גייסט וואס מיין פרוי בלאזט אריין אין מיר איז ווי מים קרים על נפש עייפה".

אויפן פראגע צו ער באקומט נישט אביסל פינאנציעלע שטיצע פון זיין פאטער זאגט מיר ר' משה מיט א זויערן שמייכל "ווען איך פארמאג ניינציג דאלער אין מיין באנק קאנטע, וועט מיין פאטער אריינלייגן צען דאלער כדי ס'זאל זיין הונדערט"..

*
אין לויף פון די יארן האבן זיך זיינע עלטערן אפגעטיילט, און זיין מוטער א אידישע נשמה האט ליידער געהייראט א פאלנער גוי און לעבט זיך ווי א קריסט. ר' משה האט אויפן ראט פון זיין חשובע רב, אפגעהאקט קשר מיט זיין מוטער. "איך האב נישט קיין אנונג ווי זי וואוינט, און צו זי לעבט נאך בכלל, שוין אכט יאר וואס איך האב נישט געהערט פון איר, אבער איך דאווען יעדן טאג אז זי זאל זיך צוריק קערן און תשובה טון".

מיט זיין פאטער האט ער יא קשר און רעדט מיט אים רעגלמעסיג. ער איז שוין היינט עלטער און איז שוין ווייעכער ווען עס קומט צו פרומע אידן און בעלי תשובה, אנדערש ווי אין די אינגע יארן.

*

איך בין נארוואס אנגעקומען צו מיין דעסטינאציע. איך ברויך יעצט אויסשטייגן, און איך מוז דא ענדיגן די שמועס.

איך עררייך אים די האנט און וואונטש אים א ווארעמע ברכה מיט דברי חיזוק. "די באשעפער זאל דיר ווייטער געבן די כוחות צו קענען אנגיין מיט די לימוד התורה הק' און זיך קענען פירן ווי א פרומע איד מיט נחת פון די קינדער, השפעות טובות, און הרחבת הדעת".

איך האב שיעור אריינגעהאקט אין די גרויסע זויל ביי די פארנומענע תל אביב'ע באן סטאנציע, נישט קענענדיג גלייבן וואס איך האב דא בייגעוואוינט. א איד וואס לעבט א דחקות'דיעג לעבן און ווייסט נישט פון עפעס בעסערס ווי א בלאט גמרא. ער האט דאס נישט געזעהן אינדערהיים און נישט אין שולע. ער האט אליין בוחר געווען בטוב און געמאכט די ריכטיגע באשלוס וועלכע האט געטוישט זיין לעבן אויף אייביג.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דאס איז מיין ערשטע לענגערע ארטיקל וואס איך באשרייב א לעבעדיגע עכטע מענטש, דעריבער וואלט איך זייער עפרישיעטעד ענקער פידבעק, מיט וואס איך קען מיך פארבעסערן, צו ס'זאל זיין אין שפראך, גראמאטיק, די אופן וויאזוי ס'איז געשריבן, די תוכן אא"וו. א דאנק!
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מורא'דיג מורא'דיג

א ריזיגן ייש"כ פארן נעמען די מי און עס אזוי שיין באשרייבן
----
לאור בקשתך, סאיז איז הערליך גוט געשריבן, נאו קאמענטס, איין זאך נאר, זייטס ממשיך
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

בארירט מיין נשמה! בכלל ווען מען הערט געשיכטעס פון דעי מענטשן, כאפט עס אן א סקריך אין די ביינער.. ש'כח פאר געשיכטע!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

Wow דעיס איז סאמטינג ספעשיל!
@עירוב דו האסט עס זייער געשמאק אראפ געלייגט!

ווי אויך אגרי איך מיט @מסתמא און @יש הנאה
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

וואו וואו!!!
מוסר השכל פון א מעשה!
הערליך געשריבן!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”