א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

נישט געוווסט דערפון שכח עירוב עז יושעל טוסטו מיר נישט סורפרייזן מיט דיין געוואלדיגע ארבעט אונז זענען שוין געלערנט אז דיינע פרישטאגס זענען זייער טעיסטי

יאך בין נאר נייגעריג צו סאיז טויטליך אזויווי פויזענט אייווי?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דער הימלישע איד האט געשריבן:נישט געוווסט דערפון שכח עירוב עז יושעל טוסטו מיר נישט סורפרייזן מיט דיין געוואלדיגע ארבעט אונז זענען שוין געלערנט אז דיינע פרישטאגס זענען זייער טעיסטי

יאך בין נאר נייגעריג צו סאיז טויטליך אזויווי פויזענט אייווי?

יא, די בוים פארמאגט 'סומאק' א סארט גיפט וואס איז אין די זלעבע משפחה מיט אייווי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אוטש!

משפחה מיטן עץ הדעת?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גוט מארגן מיטוואך וישב

חידה לכבוד חנוכה

איך בין געווען אביסל פארנומען היינט, דעריבער וועט דער עולם מיך ארויסהעלפן און צוזאמען וועט מען צוזאמשטעלן עפעס א פרישטאג.

איך וועל פרעגן א חידה וואס האט אסאך תירוצים און יעדע וועט צולייגן וואס ער ווייסט.

חידה: וויפיל זאכן קענסטו טרעפן א שייכות צווישן חנוכה און די יו"ט סוכות, דאס הייסט מיט וועלכע זאכן איז די יו"ט חנוכה ענליך צו די יו"ט סוכות?

עס דארף צו זיין היבש א פאר ענליכקייטן. (איך געדענק נאך די חידה פון אלס קליין קינד)

נא, קיינער ווייסט נישט?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31244
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

די ערשטע אבוויעס, ביידע זענען אכט טעג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

גאנץ הלל
לוט בית שמאי פחות והלך כפרי החג
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נא, ווער נאך ווייסט? איך האב נאך צוויי חוץ פון קנאפער און גדל
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

למעלה מעשרים אמה.. (ב''ק ס''ב ע''ב)

ניסוך-שמן/מים...
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

מען טאנצט ומניח??............ ??
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ס'איז דא נאך, מ'וועט עס בלי נדר ארויפלייגן שפעטער
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7403
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ביכורים שטייט מן החג ועד חנוכה מביא ואינו קורא

און פרשת אמור שטייט נאך די יו''ט פון סוכות ויקחו אליך שמן זית זך כתית למאור

און גמ' שבת כב ע"א ''נר של חנוכה שהניחה למעלה מעשרים אמה – פסולה, כסוכה וכמבוי'''

נאך דארט '''בעו מיניה מרבי יהושע בן לוי: מהו להסתפק מנויי סוכה כל שבעה? אמר להו: הרי אמרו, אסור להרצות מעות כנגד נר חנוכה. אמר רב יוסף: מריה דאברהם! תלי תניא בדלא
תניא?! סוכה – תניא, חנוכה – לא תניא''

תקופת תשרי הייבט זיך אן סוכות און ענדיגט זיך חנוכה
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

@רעים, ס'לעצטע איז נישט מוכרח.

--
געזעהן אמאל ערגעץ א ווארט אז מ'איז מדייק אין די גמרא שטייט נישט אז מ'האט גענוצט אויל וואס מ'האט געטראפן "אין בית המקדש". יענער זאגט (דאכציך אן היינטיגער) אז דער אויל איז געווען פון די אויל וואס דער כהן גדול האט אויפגעהאנגען אין די סוכה, ווי די גמרא זאגט אין מסכת סוכה [און מ'פירט זיך אזוי עד היום], און דאס אויל האט מען גענוצט די אכט טעג חנוכה ביז מ'האט געברענגט פרישע אויל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דער עולם זאגט גוט ;l;p-

עס איז דא נאך איינס: ביכורים מביא ואינו קורא מן החג עד חנוכה, אזוי שטייט אין די משנה אין מסכת ביכורים (פ"א משנה ו') און די ברטנורא איז דארט מסביר די טעם "דכתיב בפרשת ביכורים (דברים כו) ושמחת בכל הטוב, אין קריאה אלא בזמן שמחה מעצרת ועד החג שאדם מלקט תבואתו ופירותיו ושמח בהם. ומהחג ואילך, אף על פי שהרבה פירות נלקטים עד חנוכה, מכל מקום שמחת אותה שנה כבר נגמרה בחג, הלכך מביא ואינו קורא. ומחנוכה ואילך אינו מביא כלל דכתיב (שם) אשר תביא מארצך, כל זמן שמצויין בארצך, ועד חנוכה הן מצויין".

---
איך מיין אז דאס איז עס.
מ'קען אפשר צולייגן נאך איינס מיט א ווארט פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע אויפן פסוק 'א-ל ה' ויאר לנו אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח' אז דער שם א-ל ווייזט אויף חסד אזוי ווי עס שטייט חסד א-ל כל היום.

טייטש דער ראפשיצער רב א-ל ה' ווען דער שם הוי"ה ווערט אנגעפילט מיט חסד, ויאר לנו לייכט עס און עס שיינט פאר אונז די ימי הדין פון ראש השנה יום כיפור הושע"ר, אסרו חג בעבותים די חסד בלייבט צוגעבינדן צו אונז אפילו אין יו"ט סוכות ווען מען נעמט די ד' מינים וואס איז כולל אין זיך דעם ענ"ף ע"ץ עבו"ת.

עד קרנו"ת המזב"ח - דער חסד ציהט זיך ביזן יו"ט חנוכה וואס מען האט דעמאלטס באנייט דעם מזבח.

שוין, א גוטן טאג!
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

ביידע איז מצוותן חוץ לבית
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

;l;p-
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:נא, ווער נאך ווייסט? איך האב נאך צוויי חוץ פון קנאפער און גדל

למטה מעשרה איז פאאאאאא? פאאאא!!

שכח עירוב פארן נעכטיגען.
ערשט יעצט אנגעיאגט צו ליינען.

וואסו פשט מהאט עס אריבער געריגט צו אן אנדערע פארום?
כהאב עס געזיכט, אזויווי כהאב געזען אז סנישט אין פארברענגען,האבעך געמיינט אז סהאט זיך עפעס פארטאגלאשט דא... אבער ב"ה, כבין בלויז אפגעקומען מיט שרעק.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:

:lol: לאנגזאם אלערט...

---
מ'האט עס אריבערגעפירט ווייל איך האב געהאלטן אז עס קומט אין קרעטשמע, ב"ה איר זענט אפגעקומען מיט שרעק. טעגלאש'ע חסידים קענען נישט נהנה זיין פון די פרישטאג...
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:למטה מעשרה איז פאאאאאא? פאאאא!!

:lol: לאנגזאם אלערט...

https://drive.google.com/file/d/1AI7nYi ... sp=sharing

(אקעי יעצט גייען אלע שנעלזאם'ס אהערקומען? רבותי אישי גייט ווערן איגנארירט!)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:למטה מעשרה איז פאאאאאא? פאאאא!!

:lol: לאנגזאם אלערט...

https://drive.google.com/file/d/1AI7nYi ... sp=sharing

(אקעי יעצט גייען אלע שנעלזאם'ס אהערקומען? רבותי אישי גייט ווערן איגנארירט!)

:lol: :lol: :lol:

א דאנק
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:למטה מעשרה איז פאאאאאא? פאאאא!!

:lol: לאנגזאם אלערט...

https://drive.google.com/file/d/1AI7nYi ... sp=sharing

(אקעי יעצט גייען אלע שנעלזאם'ס אהערקומען? רבותי אישי גייט ווערן איגנארירט!)

:lol: :lol: :lol:

א דאנק

;l;p-
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:נא, ווער נאך ווייסט? איך האב נאך צוויי חוץ פון קנאפער און גדל

למטה מעשרה איז פאאאאאא? פאאאא!!

אדרבה, נר חנוכה דארף זיין למטה מעשרה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אוראייניקל האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:נא, ווער נאך ווייסט? איך האב נאך צוויי חוץ פון קנאפער און גדל

למטה מעשרה איז פאאאאאא? פאאאא!!

אדרבה, נר חנוכה דארף זיין למטה מעשרה.

גערעכט, אבער ביידע איז פסול למעלה מעשרים אמה
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גוט מארגן דאנערשטאג וישב

אלכסנדר מוקדון - א'
(הקדמה)

אריינפיר: ווען מ'לערנט אביסל איבער די היסטאריע פון די מעשה פון חנוכה און איבער די יונים איז כמעט נישט מעגליך אז מ'זאל זיך נישט באגעגענען מיט די נאמען 'אלכסנדר מוקדון' וועלכע איז געווען די מלך יון און פון אים האט זיך אנגעפאנגען די גלות יון.

אצינד וועלן מיר אין די קומענדיגע פאר טעג קענען לערנען פון דער נאנט ווער איז געווען די אלכסנדר מוקדון און עטליכע אינטערעסאנטע קרישקעלעך פון זיין לעבן, נאכפאלגענדיג מיט אן אינטערעסאנטע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ממש לעצטנס. (איך וועל שרייבן בלויז איבער אלכסנדר מוקדון, און נישט איבער די מעשה פון חנוכה, די חשמונאים אא"וו)

אבער איידער מיר הויבן אן וויל איך מאכן א שטיקל הקדמה פון די סדר הדורות אין די פריערדיגע יארן בעפאר די אויפבליה פון מלכות יון, וואס אסאך מענשטן זענען נישט באקאנט מיט די בעיסיק סדר הדברים היכן הוו (ווער איז געווען סנחריב, ווען איז געווען די תקופת השופטים און נאך אזעלכע ענליכע שאלות וואס מאכט זיך אפט) אריינגערעכנט אני הקטן וואס האט אויך גארנישט געוויסט בעפארן שרייבן דעם ווינקל.

פארשטייט זיך אז ס'איז נישט מעגליך אין איין ארטיקל צו באשרייבן די סדר הדברים בפרטיות, אן ארבעט וואס נעמט וואכן אויב נישט חדשים, דעריבער וועלן מיר אנכאפן גאר אין קורצן אויפן שפיץ גאפל, די מאורעות פון כלל ישראל פון ווען זיי זענען אריינגעקומען קיין ארץ ישראל ביז די תקופה פון אונזער אלכסנדר'ן - גלות יון.

----

אין יאר ב' אלפים שנת תפ"ח לבריאת העולם, פערציג יאר נאך וואס די אידן זענען ארויסגעקומען פון מצרים האט יהושע, משרת משה, אריינגענומען די אידן קיין ארץ ישראל.

נאך וואס יהושע איז געשטארבן, אין עלטער פון 110 יאר, האט זיך אנגעהויבן די תקופת השופטים. די שופטים פון די אידן זענען געווען צווישן אנדערע, עתניאל בן קנז, דבורה הנביאה, גדעון, אהוד בן גרא, אלימלך איש נעמי, אזוי אויך בועז וועלכע מיר קענען פון מגילת רות.

פון די לעצטע ביי כלל ישראל אין יענע תקופה זענען געווען, שמשון, עלי הכהן און שמואל הנביא.

פון ימי שמואל הנביא און ווייטער האט זיך אנגעהויבן די תקופת הנביאים, צווישן די פילע נביאים זענען געווען, שמואל הנביא, ירמיהו הנביא, יחזקאל, ישעיהו, און נאך.

שמואל הנביא האט אויפגענומען שאול אלס די מלך ישראל, נאך שאול איז געווען דוד, און דערנאך שלמה המלך זיין זוהן. יענע תקופה איז געווען פון די שענסטע תקופה ביי כלל ישראל, אזוי ווי חז"ל פארציילן אז בימי דוד ושלמה לא היו מקבלים גרים.

שלמה המלך האט געבויעט די ערשטע בית המקדש אין יאר ב"א תתקכ"ח וואס דאס איז פיר הונדערט און אכציג יאר נאך וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים.

נאך וואס שלמה המלך איז געשטארבן האט זיך די מלכות צוטיילט און צווייען. מלכות יהודה האט געוועלטיגט אויף שבט יהודה ובנימין און א חלק פון די איבריגע שבטים. און די צווייטע איז געווען מלכות אפרים וועלכע האט געוועלטיגט אויף די איבריגע חלק עשרת השבטים.

די צוויי מלכיות האבן זיך געלעבט צוזאמען און געוועלטיגט אויף כלל ישראל, ביז ווען סנחריב מלך אשור האט זיך אנגערוקט.

אין יאר ג"א ר"ה האט סנחריב פאטריבן אין גלות אריין די עשרת השבטים פון מלכות אפרים, אוזוי ווי די פסוק זאגט "וַיֶּגֶל מֶלֶךְ אַשּׁוּר אֶת יִשְׂרָאֵל אַשּׁוּרָה וַיַּנְחֵם בַּחְלַח וּבְחָבוֹר נְהַר גּוֹזָן וְעָרֵי מָדָי" (מלכים ב' י"ח י"א), דאס איז די עשרת השבטים וואס מ'ווייסט נאכנישט ביזן היינטיגן טאג ווי זיי געפינען זיך.

סנחריב האט ארויפגעברענגט אנשטאט די עשרת השבטים - די אנשי כותא, די כותים. סנחריב האט פרובירט מלחמה צו האלטן מיט חזקיהו מלך יהודה, אבער א מלאך ה' איז ארויסגעקומעכן מלחמה האלטן מיט אים און ער האט פארלוירן די קריג.

נאך סנחריב, איז געווען נבוכדנאצר מלך בבל, נבוכדנאצר מלך בבל איז ארויפגעקומען קיין ירושלים און האט חרוב געמאכט די ערשטע בית המקדש אין יאר ג"א של"ח נאךפיר הונדערט און צען יאר וואס ס'איז געשטאנען.

נבוכדנאצר האט פאטריבן אין גלות די אנשי מלכות יהודה קיין בבל. דאס איז די גלות בבל וואס האט אנגעהאלטן פאר 70 יאר, די ערשטע פון די ארבע גליות. (ס'דא וואס ווילן זאגן אז דאס איז דאס איז די צווייטע פון פינף, און מצרים איז געווען די ערשטע)

נאך 70 יאר איז די בבלי'שע אימפעריע אונטערגעגאנגען און איז איינגענומען געווארן דורך דריוש מלך פרס ומדי.

אין יענע צייטן האבן עזרא און נחמיה צוריק ארויפגענומען א חלק פון כלל ישראל, צוריק קיין ארץ ישראל, אזוי אויך האבן זיי געפרואווט צוריק אויפצובויען דעם בית המקדש אבער לא עלתה בידם א דאנק געוויסע הלשנות אויף כלל ישראל וועלכע האט גורם געווען אז די פרסיים זאלן נישט לאזן אויפבויען דעם בית המקדש.

אין יענע צייטן האט זיך אפגעשפילט די מעשה פון די מגילת אסתר. נאך די טויט פון אחשורוש האט זיין זוהן דריוש השני געגעבן די פערמיט צוריק אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש.

דעם דריוש דער צווייטע, איז עווענטועל (ממש קורץ נאכן בויען די צווייטע בית המקדש) אומגעברענגט געווארן דורך אלכסנדר מוקדון מלך יון.

אצינד האלטן מיר יעצט ביי אלכסנדר מוקדון.

---
דאס איז אין קורצן די סדר הדורות וויאזוי די תקופות האבן זיך אפגעשפילט. יעדע שורה וואס כ'האב דא געשריבן פארנעמען גענצעטע ספרים אין נ"ך און רייכע קאפיטעלך היסטאריע, וואס כ'בין אליין נישט באקאנט, איך האף איין טאג צוריק צו קומען און מער מאריך זיין.

פארזעצונג קומט אי"ה (האפענטליך מארגן)

א גוטן טאג!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

א שיין שטיקל היסטאריע!

זייער געשמאק געווען ר' עירוב!

די האסט א געוואלדיגע לשון לימודים!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

עומד מן הצד האט געשריבן:א שיין שטיקל היסטאריע!

זייער געשמאק געווען ר' עירוב!

די האסט א געוואלדיגע לשון לימודים!

און נאך א גרעסערע חידוש איז אז ווי די זאגסט האסטו נישט געקענט די היסטאריע ביז די האסט געשריבן אין דעם ווינקל, אין מיט דעם האסט עס אזוי קלאר ארויס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”