א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:איך האב אויסטערליש הנאה פון דיינע קלארע און דעסקריפטיווע (א ווארט?) קאמפלימענטן

@גרשון אלערט

ניין, איך האב עפענטליך גענוצט די ענגלישע ווארט 'דעסקריפטיוו', ליידער האב איך נישט געדענקט די אידישע אויסדרוק דערפאר.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:

גרשון האט שוין באשטעטיגט ס'ווארט אינעם שפראך אשכול, ס'דערנאך....
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

האמיר געזעהן. ער האט למעשה געזאגט אז "דערווייל" איז עס נאכנישט א ווארט. עס דארף עמטליך ווערן אריינגעריסן ביי היימישע שרייבער און נאכדעם קען מען רעדן.
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

עירוב תבשילין האט געשריבן:א גוט מארגן מיטוואך וישב

חידה לכבוד חנוכה

איך בין געווען אביסל פארנומען היינט, דעריבער וועט דער עולם מיך ארויסהעלפן און צוזאמען וועט מען צוזאמשטעלן עפעס א פרישטאג.

איך וועל פרעגן א חידה וואס האט אסאך תירוצים און יעדע וועט צולייגן וואס ער ווייסט.

חידה: וויפיל זאכן קענסטו טרעפן א שייכות צווישן חנוכה און די יו"ט סוכות, דאס הייסט מיט וועלכע זאכן איז די יו"ט חנוכה ענליך צו די יו"ט סוכות?

עס דארף צו זיין היבש א פאר ענליכקייטן. (איך געדענק נאך די חידה פון אלס קליין קינד)

נא, קיינער ווייסט נישט?

עיין בערוך השלחן בתירוץ על קושיית בית יוסף

ווען די אידן האבן זיך געשלאגן מיט די יוונים זענען זיי געווען אויסבאהאלטן פאר א תקופה אין די וועלדער
און פארשטייט זיך זיי האבן נישט געקענט היטן יום טוב סוכות קרבנות פרי החג לולב אתרוג וכו'

ווען די חשמונאים האבן מנצח געווען האבן זיי געמאכט יום טוב סוכות. קרבנות. געשאקלט לולב... (אזוי שטייט אין ספר מכבים, וואס איז געשריבן געווארן אין יענע תקופה און ברענגט אראפ בריוון פון אידן וואס האבן דעמאלס באשריבן די גאנצע מעשה)
לויט דעם איז פארענטפערט בית יוסף'ס קשי. פרי החג ועוד
לעצט פארראכטן דורך Max Refund אום דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 5:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שיין שיין ;l;p-
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עירוב תבשילין האט געשריבן:אויף חנוכה נעמט מען אביסל אורלויב, איך האלט אינמיטן שרייבן איין פרישטאג וואס וועט ארויפגיין מארגן אי"ה, און אויף ווידערזעהן נאך חנוכה בעז"ה.

א פרייליכן חנוכה!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אויף חנוכה נעמט מען אביסל אורלויב, איך האלט אינמיטן שרייבן איין פרישטאג וואס וועט ארויפגיין מארגן אי"ה, און אויף ווידערזעהן נאך חנוכה בעז"ה.

א פרייליכן חנוכה!

ביי חסידישע אידן נעמט מען מיט די השפעות פון חנוכה אויף ווייטער אויך.
ריכטיג ערעב @עירוב?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איך האף צו זיין צוריק בקרוב מיטן אויבערשטן'ס הילף און ממשיך זיין מיטן פראגראם, ערגעץ ווי אין די קומענדיגע וואך.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

עירוב תבשילין האט געשריבן:איך האף צו זיין צוריק בקרוב מיטן אויבערשטן'ס הילף און ממשיך זיין מיטן פראגראם, ערגעץ ווי אין די קומענדיגע וואך.

שכח שכח שכח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

עירוב תבשילין האט געשריבן:דער עולם זאגט גוט ;l;p-

עס איז דא נאך איינס: ביכורים מביא ואינו קורא מן החג עד חנוכה, אזוי שטייט אין די משנה אין מסכת ביכורים (פ"א משנה ו') און די ברטנורא איז דארט מסביר די טעם "דכתיב בפרשת ביכורים (דברים כו) ושמחת בכל הטוב, אין קריאה אלא בזמן שמחה מעצרת ועד החג שאדם מלקט תבואתו ופירותיו ושמח בהם. ומהחג ואילך, אף על פי שהרבה פירות נלקטים עד חנוכה, מכל מקום שמחת אותה שנה כבר נגמרה בחג, הלכך מביא ואינו קורא. ומחנוכה ואילך אינו מביא כלל דכתיב (שם) אשר תביא מארצך, כל זמן שמצויין בארצך, ועד חנוכה הן מצויין".

---
איך מיין אז דאס איז עס.
מ'קען אפשר צולייגן נאך איינס מיט א ווארט פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע אויפן פסוק 'א-ל ה' ויאר לנו אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח' אז דער שם א-ל ווייזט אויף חסד אזוי ווי עס שטייט חסד א-ל כל היום.

טייטש דער ראפשיצער רב א-ל ה' ווען דער שם הוי"ה ווערט אנגעפילט מיט חסד, ויאר לנו לייכט עס און עס שיינט פאר אונז די ימי הדין פון ראש השנה יום כיפור הושע"ר, אסרו חג בעבותים די חסד בלייבט צוגעבינדן צו אונז אפילו אין יו"ט סוכות ווען מען נעמט די ד' מינים וואס איז כולל אין זיך דעם ענ"ף ע"ץ עבו"ת.

עד קרנו"ת המזב"ח - דער חסד ציהט זיך ביזן יו"ט חנוכה וואס מען האט דעמאלטס באנייט דעם מזבח.

שוין, א גוטן טאג!

טאטע נ'הימל!
דער הייליגער בני יששכר ברענגט עטליכע מאל אראפ דעם א-ל הוי"ה ויאר לנ"ו צו חנוכה!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אגב, האמער היינט געגעסן אזוי באנטש פרישטאג...
דער עירוב תבשילין אידאך זאנצינאזעלעכס!
ייש"כ!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

עירוב תבשילין האט געשריבן:די דריטע הערה, האב איך דאס געמיינט מיטן קורץ, 34 יאר קען ווערן אנגערופן ממש קורץ אנטקעגן די 410 יאר וואס ס'איז געשטאנען.

ש'כח עניוועי!

420 יאר
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

עירוב תבשילין האט געשריבן:א גוט מארגן מאנטאג וישב

הכיר את בוראו: מיין שמועס מיט'ן אמעריקאנער בעל תשובה

אין נאך א רינגעלע אין די קייט פון קאלירפולע פיגורן וועלכע איך באגעגן כסדר אין ארץ ישראל, האב איך מיר מיט א שטיק צייט צוריק געטראפן שמועסן אויפן באן וועלכע פארט פון ירושלים קיין תל אביב, מיט אן אמעריקאנער איד, א 50 יעריגע בעל תשובה וועלכע האט מיר בארירט ביז גאר און אויפגעפלאקערט מיין נשמה לעבודתו יתברך.

פון אינדרויסן מאכט ער נישט קיין אויפפאלענדע רושם, נאר ליבערשט ווי א טיפישע ארץ ישראל'דיגע ליטווישע איד מיט א 'קנעיטש' הוט'ל און צו'קנעיטשטע' העמד'ל. מן הסתם, קלער איך צו מיר איז ער נאך קיינמאל נישט געווען אויף א פליגער, און דאס איז לכאורה זיין ערשטע מאל וואס ער זיצט אויף א באן.

נאכ'ן אויסטוישן עטליכע טעכנישע פראגן און ענטפערס אנבאלאנגט אונזער נסיעה, האט זיך עווענטועל ארויסגעשטעלט גאר עפעס אנדערש. איך זיץ דא מיט א לעבעדיגע מוסר ספר במלוא מובן המילה.

די סדר העולם איז, אז ווען צוויי אידן זיצן אויף א באן אין א פרעמדע לאנד און ביידע רעדן ענגליש, אוטאמאטיש הייבט מען אן אויסטוישן פערזענליכע אינפארמאציע ווי 'וועיר אר יו פראם' און אזוי ווייטער. דאס זעלביגע האט זיך דא אפגעשפילט, און פון דא האט אונזער אמעריקאנער איד אנגעהויבן פארציילן זיין געשיכטע.

האמת אומר, אז איך האב מיך גארנישט פארצייכנט נאך מיין שמועס מיט אים און אזוי אויך האב איך אים נישט רעקארדירט (איך האב נאכנישט געשריבן קיין איבערבייס דעמאלטס..), דעריבער קען זיין אז איך פארפעל א פרט, אבער איך געדענק גוט זיין געשיכטע און ס'איז גוט איינגעקרוצט ביי מיר. אלזא, לאמיר פארציילן אין קורצן זיין לאנגע וועג וויאזוי ער איז אנגעקומען צו אזא שטאפל וואס יעדע קען זיך ארויסלערנען.

*

ר' משה ג. איז געבוירן אין טעקסאס (איני זוכר וועלכע שטאט) צו א גענצליך פרייער פאמיליע. קיין זכר פון אידישקייט איז געווען צום געפונען ביי אים אינדערהיים, סיידן די צוויי לעכט וואס זיין מוטער האט געצינדן יעדע פרייטאג צונאכטס, און די קידוש וואס זיין טאטע פלעגט מאכן שבת אינדעפרי אין די לאקאלע רעפארמער טעמפל ווי ער האט געדינט אלס א ראביי. דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס געענדיגט. טהרת המשפחה, כשרות, וכו' מאן דכר שמיה. זיין טאטע איז א פארמעגליכע בעל הבית און לעבט זיך א שוואוילטאג.

ר' משה איז געגאנגען אין די לאקאלע פובליק שולע, און איז אויפגעוואקסן גענצליך ווי אן אמעריקאנער גוי. זיין טאטע האט אים געשיקט יעדן זונטאג צו א דזשואיש סקול, ווי מ'האט געלערנט איבער די 'היסטארי' פון די דזשואיש נעישאן און געפרעגלט ציוניזם. ממש ווי די משכילים אינדערהיים.

זיינע עלטערן האבן נישט באהאלטן די פאקט אז זיי זענען אידן, און ווי פריער דערמאנט האט זיין טאטע געדינט אלס א ראביי אין א רעפארמער טעמפל. אה..נאך א זאך זאגט מיר ר' משה וואס זיין טאטע איז געווען א איד "אז ער פלעגט פארדאמען אנטיסעמיטישע אטאקעס"...אבער ביי דעם האט זיך געענדיגט.

ר' משה האט אלעמאל געוויסט אז לא זו הדרך און נישט דאס מיינט א איד. א איד אן תורה ומצוות איז ווי א ליידיגע זאק, כאטש א אידישע נשמה איז אלעמאל הייליג און טייער. ר' משה האט שוין פון קליינווייז אן געזוכט עפעס מער און הייליגער.

*

אין זיינע מיד צענערלינג יארן איז ר' משה צום ערשטן מאל געפארן קיין ארץ ישראל, אלס א טוריסט וועלכע קומט באזוכן די דזשואיש הואלי לענד. ער האט נישט געהאט אין פלאן צו קומען קין ארץ ישראל להשתקע שם און האט לכתחילה געמאכט א טיקעט אויף צוריק.

מאת ה' היתה זאת זאגט מיר ר' משה "אז איין טאג האב איך אפגעהאלטן א באזוך אין די חרדישע געגענטער אין ירושלים, א פאקטאר וועלכע האט אסאך צו געגעבן צו טוישן מיין לעבן און צוריק קומען צו אידישקייט. בכלל, האב איך באקומען א מורא'דיגע חשק צו בלייבן אין א"י אפי' איך וועל נישט דווקא ווערן א חרדי".

"מיין חבר פון די יוגנט, וועלכע איז אויך אויפגעוואקסן אזוי ווי מיר האט מיר שטארק איבערגערעדט זיך צו איינשרייבן אין ישיבת אור שמח וועלכע געבט זיך אפ מיט אזעלכע צענערלינגען ווי מיר וועלכע ווילן טוישן זייער לעבנס שטייגער און ווערן פרום".

און די רעשט איז היסטאריע..."איך בין אריין לערנען אין די ישיבה פאר א היבשע פאר יאר ווי די ראשי הישיבה האבן מיר אויפגענומען מיט ביידע הענט, און אנגעהויבן פראקטיצירן אידישקייט אויף א טאג טעגליכן שטייגער ווי א פולשטענדיגע פרומע איד מאז ומקדם". ר' משה האלט נאך אן קשר מיט די ראשי הישיבה פון אור שמח, ביזן היינטיגן טאג.

מיינע עלטערן האבן עס נישט אזוי געגליכן, אבער האבן גארנישט געקענט טוהן. מיינע יוגנט פריינט פון די שולע האבן געלאכט פון מיר און מיר כסדר געשיקט מעסעדזשעס אז איך זאל צוריק קומען קיין אמעריקא און לעבן ווי א נארמאלע מענטש.

*

אין די ריכטיגע מינוט האט ר' משה געטראפן זיין באשערטע, אן אמעריקאנער איד'ינע וועלכע פארקערפערט אן ענליכע געשיכטע ווי אים. אונז האב מיר חתונה געהאט בשעה טובה, און זיך באזעצט אין די עיר התורה קרית ספר.

ר' משה האט אויפגעשטעלט א שטוב פון י"ב שבטים בליעה"ר, פון וועלכע עטליכע האבן שוין חתונה געהאט.

דא טרעפט ר' משה די געלעגענהייט זיך אויסצורעדן דאס הארץ און באקלאגט זיך איבער די צער גידול בנים וועלכע איז נישט אלעמאל אזוי גרינג. ער האט ב"ה נחת פון רוב פון זיינע קינדער, אבער נישט ביים יעדן ליידער. איך וואונטש אים א ברכה אז ער זאל זעהן נחת פון אלע זיינע קינדער, און זיי גרינג קענען מחנך זיין.

ר' משה איז היינט א אמת'ע בן תורה וועלכע מאכט זיין וועג יעדן טאג פון קרית ספר קיין ירושלים צו די מירער ישיבה, "איך לערן שוין אין מיר דרייסיג יאר, און דא איז מיין פלאץ" זאגט ער מיט א שמחת התורה'דיגע שמייכל.

ער האט שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער און די חובות זענען ביז איבערן קאפ, אבער דאס איז נאכאלץ נישט קיין סיבה אז ער זאל ארויסגיין צו די דרויסענדיגע גאס. "איך קום פון דארט, און איך ווייס דאך יא אז די גאס איז א פייער פון וועלכע מ'דארף שטיין מיילן ווייט"

ר' משה באטאנט אז די עיקר קרעדיט קומט זיך זיין אשת חיל וועלכע שטייט אים צו די האנט ווען אימער. "זי איז דער וואס געבט מיר די שטופ ווייטער אנצוגיין, די יצר הרע קומט אלעמאל מיט פארפירענדע פייגלעך אין קאפ ווי 'קוק וואספארא חיי צער דו לעבסט דיך' 'האסט אפגעלאזט אלע פארגעניגן אין אמעריקא און זיך אויסגעוועלט אזא שווערן לעבן' און נאך אזעלכע ענליכע נודנישע געפילן, אבער די פרידע גייסט וואס מיין פרוי בלאזט אריין אין מיר איז ווי מים קרים על נפש עייפה".

אויפן פראגע צו ער באקומט נישט אביסל פינאנציעלע שטיצע פון זיין פאטער זאגט מיר ר' משה מיט א זויערן שמייכל "ווען איך פארמאג ניינציג דאלער אין מיין באנק קאנטע, וועט מיין פאטער אריינלייגן צען דאלער כדי ס'זאל זיין הונדערט"..

*
אין לויף פון די יארן האבן זיך זיינע עלטערן אפגעטיילט, און זיין מוטער א אידישע נשמה האט ליידער געהייראט א פאלנער גוי און לעבט זיך ווי א קריסט. ר' משה האט אויפן ראט פון זיין חשובע רב, אפגעהאקט קשר מיט זיין מוטער. "איך האב נישט קיין אנונג ווי זי וואוינט, און צו זי לעבט נאך בכלל, שוין אכט יאר וואס איך האב נישט געהערט פון איר, אבער איך דאווען יעדן טאג אז זי זאל זיך צוריק קערן און תשובה טון".

מיט זיין פאטער האט ער יא קשר און רעדט מיט אים רעגלמעסיג. ער איז שוין היינט עלטער און איז שוין ווייעכער ווען עס קומט צו פרומע אידן און בעלי תשובה, אנדערש ווי אין די אינגע יארן.

*

איך בין נארוואס אנגעקומען צו מיין דעסטינאציע. איך ברויך יעצט אויסשטייגן, און איך מוז דא ענדיגן די שמועס.

איך עררייך אים די האנט און וואונטש אים א ווארעמע ברכה מיט דברי חיזוק. "די באשעפער זאל דיר ווייטער געבן די כוחות צו קענען אנגיין מיט די לימוד התורה הק' און זיך קענען פירן ווי א פרומע איד מיט נחת פון די קינדער, השפעות טובות, און הרחבת הדעת".

איך האב שיעור אריינגעהאקט אין די גרויסע זויל ביי די פארנומענע תל אביב'ע באן סטאנציע, נישט קענענדיג גלייבן וואס איך האב דא בייגעוואוינט. א איד וואס לעבט א דחקות'דיעג לעבן און ווייסט נישט פון עפעס בעסערס ווי א בלאט גמרא. ער האט דאס נישט געזעהן אינדערהיים און נישט אין שולע. ער האט אליין בוחר געווען בטוב און געמאכט די ריכטיגע באשלוס וועלכע האט געטוישט זיין לעבן אויף אייביג.

Wow wow
סיי אויף די מעשה , אין סיי אויף די שרייבער
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

@עירוב, איך בין הינגעריג!!!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איך טוה מיך אנטשולדיגן פארן ציבור, עס טוט מיר לייט אבער אין די יעצטיגע טעג בין איך היבש פארנומען און איך האב נישט די צייט מיך צו צוגרייטן. מיר וועלן בלי נדר זיין צוריק און ממשיך זיין, בקרוב.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אגב, האמער היינט געגעסן אזוי באנטש פרישטאג...
דער עירוב תבשילין אידאך זאנצינאזעלעכס!
ייש"כ!

יישר כוחכם.
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

עירוב תבשילין האט געשריבן:איך טוה מיך אנטשולדיגן פארן ציבור, עס טוט מיר לייט אבער אין די יעצטיגע טעג בין איך היבש פארנומען און איך האב נישט די צייט מיך צו צוגרייטן. מיר וועלן בלי נדר זיין צוריק און ממשיך זיין, בקרוב.

לאקינג פארWערד!!!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:געענדיגט לעהזן די לעצטע דריי יעצט.

--
בנוגע די גיפטיגע עפל בוים. וועלכע שפראך איז Giftig?

דויטש

אויך דעניש און שוועדיש, און מעגליך נאך שפראכן וואס זענען פון די משפחה.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:אויך דעניש און שוועדיש, און מעגליך נאך שפראכן וואס זענען פון די משפחה.

ייש"כ.

(און :evil: פארן מאכן ווייס די אשכול..)
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:(און :evil: פארן מאכן ווייס די אשכול..)

איך כאפ נישט וואס דו מיינסט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

היינט וועט זיין אויסצופאסטן?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Potus האט געשריבן:היינט וועט זיין אויסצופאסטן?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אוי, איך האב ערנסט מיטלייד אבער ליידער קען איך נישט כרגע צושטעלן צו עסן.

איך גיי אבער בעזר ה' זיין צוריק, און איך וועל אייך אויסזאגן א סוד, איך האב שוין אפי' אנגעהויבן שרייבן.

א גרינגן אויספאסט!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א לייכטע איבערבייס מיט @עירוב יעדן אינדערפרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מיין קאווע איז ביטער, האבעך נישט קיין צובייס דערצו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”