ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
יא ר איד צי דיר רעד איך יעצט. וואספארא היתר האסטו צו נעמען מיין שירעם?
עס מבול'ט אינדרויסען? איך פארשטיי דיר אבער אז די נעמסט מיין שירעם דארף איך קויפן א נייע היט אין רעקל
אלעמאל ביזטו די זעלבע וואס טוישט זיך אויף בטעות אדער פשוט געמיינט אז דא איז א גמ"ח פין שירעמס...

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
כאגאניש געמיינט. נעקסט טיים שרייב ארויף דיין נאמען דערויף.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
פעיק ניוז האט געשריבן:כגארניש געמיינט. נעקסט טיים שרייב ארויף דיין נאמען דערויף.
עס שטייט טאקע מיין נאמען פליז מאך זיכער אז עס איז דיינס
גילו אלערט
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
קודם כל שרייב עס אויף א מער אנזעבארער פלאץ. צווייטנס, האסט נישט געזען אז איך האב געלאזט מיין טעג אויף מיין שירעם? נעקסט טיים טו מיך נישט נאך, און נעם אראפ דיין טעג, וועל איך זען א חילוק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
יאנקל מילער זאגט ער נעמט נאר א שירעם מיט א נאמען אזוי ווייסט ער פון וועם זיך צו היטן.
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
פעיק ניוז האט געשריבן:קודם כל שרייב עס אויף א מער אנזעבארער פלאץ. צווייטנס, האסט נישט געזען אז איך האב געלאזט מיין טעג אויף מיין שירעם? נעקסט טיים טו מיך נישט נאך, און נעם אראפ דיין טעג, וועל איך זען א חילוק.
מסכים אבער געב מיר עס צריק
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
הײמישער זײגער האט געשריבן:יאנקל מילער זאגט ער נעמט נאר א שירעם מיט א נאמען אזוי ווייסט ער פון וועם זיך צו היטן.
מיינסט צו זאגן אז ער האט עס גענימען? מיט אים הייב איך זיך נישט אן
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6281
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
נאכמיטאג האט געשריבן:יא ר איד צי דיר רעד איך יעצט. וואספארא היתר האסטו צו נעמען מיין שירעם?
עס מבול'ט אינדרויסען? איך פארשטיי דיר אבער אז די נעמסט מיין שירעם דארף איך קויפן א נייע היט אין רעקל
אלעמאל ביזטו די זעלבע וואס טוישט זיך אויף בטעות אדער פשוט געמיינט אז דא איז א גמ"ח פין שירעמס...
איך פארשטיי נישט איך האב דיר איבערגעלאזט אן אנדערעס דארט און די זייט, האסט נישט ליב יענס? איז עס צו קליין?
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
נאכמיטאג האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:קודם כל שרייב עס אויף א מער אנזעבארער פלאץ. צווייטנס, האסט נישט געזען אז איך האב געלאזט מיין טעג אויף מיין שירעם? נעקסט טיים טו מיך נישט נאך, און נעם אראפ דיין טעג, וועל איך זען א חילוק.
מסכים אבער געב מיר עס צריק
אם ירצה ה'.
החותם: יעקב מיללער מק"ק יארמע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
צום קעפל
שעל מנת כן הנחיל יהושע את הארץ
היינט נעם איך דיינס און מארגן נעמסטו מיינטס
------
ערנסט גערעדט, סאיז גניבה און נישט מענטשליך

איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
יעקב פריינד האט געשריבן:נאכמיטאג האט געשריבן:יא ר איד צי דיר רעד איך יעצט. וואספארא היתר האסטו צו נעמען מיין שירעם?
עס מבול'ט אינדרויסען? איך פארשטיי דיר אבער אז די נעמסט מיין שירעם דארף איך קויפן א נייע היט אין רעקל
אלעמאל ביזטו די זעלבע וואס טוישט זיך אויף בטעות אדער פשוט געמיינט אז דא איז א גמ"ח פין שירעמס...
איך פארשטיי נישט איך האב דיר איבערגעלאזט אן אנדערעס דארט און די זייט, האסט נישט ליב יענס? איז עס צו קליין?
גרעניצט זיך מיט נקמה
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
נאכמיטאג האט געשריבן:יא ר איד צי דיר רעד איך יעצט.
אהמ, אהמ, פפפון ווי האאאסטו געגעגעוויוויסט אז ס'געווען מיך.
כאגאמיינט אז קיינער קוקט נישט
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17155
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
צ/ק
וועמענס דען זאל איך נעמען?!
יענעמ'ס?
מאי חזית דקאפעלוטש דידך סומק טפי?

מ'זעט א שירעם וואס שטייט אויף געשריבן נאכמיטאג.. פארוואס זאל מען עס נישט נעמען...?!
נאכמיטאג האט שוין נישט געדארפט צו רעגענען..

איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
נאכמיטאג האט געשריבן:יא ר איד צי דיר רעד איך יעצט. וואספארא היתר האסטו צו נעמען מיין שירעם?
עס מבול'ט אינדרויסען? איך פארשטיי דיר אבער אז די נעמסט מיין שירעם דארף איך קויפן א נייע היט אין רעקל
אלעמאל ביזטו די זעלבע וואס טוישט זיך אויף בטעות אדער פשוט געמיינט אז דא איז א גמ"ח פין שירעמס...
דו מיינסט עס נישט ערנסט!
אהבת ישראל, אהבת חברים, אהבת חינם, ונפשי כעפר לכל תהי' כפשוטו... וואו איז דיין "ואהבת לרעך כמוך"?? באמת, אין אמת'ן, א איד דארף זיך פרייען אז ער האט די זכי' און אן אנדערער איד דערקוויקט זיך מיין דיינס א חפץ...
בעצם וואלסטו געדארפט זיך אנטראגן אליינס מיט דיין גוף צו באשיצן א צווייטן איד, יא, דו וואלסט זיך געדארפט אנטראגן צו ווערן אויסגעצויגן און הויערן איבער מיר מיך צו באשיצן פון רעגן און שטורעם, אדער געבן דיין רעקל אדער בעקישע אים צו באשיצן ווי א חופה, "ואהבת לרעך כמוך"... פריי זיך אז איך האב נאר גענומען דיין שירעם, דו ביסט אפגעקומען מיט בלויז א פשוט'ן "דומם", א שירעם, און דו מאכסט נאך אזא רעש...
יא, אזוי טראכט א "בשבילי" איד..
viewtopic.php?f=3&t=31428
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3875
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
פאקטען האט געשריבן:מ'זעט א שירעם וואס שטייט אויף געשריבן נאכמיטאג.. פארוואס זאל מען עס נישט נעמען...?!
נאכמיטאג האט שוין נישט געדארפט צו רעגענען..
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
צק
זעהסט נישט אז עס רעגנט אינדרויסן? איי-מיען, קאמען-סענס. 1+1

שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
מען דארף מאכן אז די שירעם זאל האבן א נאמבער שלאס אויף זיך, נאר דער בעה"ב זאל עס קענען עפענן. אזוי וועט זיך אויפהערן די פענדעמיק פון שירעם גניבות ואבידות...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4762
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
אה כעדיך זאגן די כאפס אן זייער זייער א האקעלע נושא
#גיי_קראך_גרינע_פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
אוקיי די הימל האט זיך אויסגעקלארט, איך האב עס שוין צוריקגעלייגט
א גרויסן יישר כח, אנשולדיגט אז עס איז אביסל צובראכן, דאס איז די ווינטס שולד.

- שר האלפיים
- תגובות: 2649
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
איך קום מיט א פינקע שירעם אין ביהמ''ד און פטור אן עסק
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
מיין מקוה יוד פארקויפט עס מיר גערן נאכאמאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 62
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:09 am
- לאקאציע: ווייסעך דען ?
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
בן כלבא שבוע האט געשריבן:איך קום מיט א פינקע שירעם אין ביהמ''ד און פטור אן עסק
נא!!! גילו!! די ביסט עס מיט די פינקע שירעם? כ'האב שוין אפאר מאל געוואלט בייזייטיגן דיין שירעם זאלסט זיך נישט שפירן אזוי מעשה בעה"ב מיט דיין פינקע שירעם!
תכלית הידיעה שלא נדע
-
- שר חמישים
- תגובות: 62
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:09 am
- לאקאציע: ווייסעך דען ?
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
ערענסט גערעדט! געווענדליך שירעמעס מיט נעמען ווערן נישט נעלם, געבארגט וכדו'
געב א קיק אין דיין ביהמ"ד נאך א פלוצלימדיגע רעגן אז נאר די שירעם'ס מיט נעמען וואס ליגען שוין א וויילע ווערט נישט גענומען
(בד"וו בדידי הוה עבדי לעצטענס געווען ביי א שמחה כ'האב געלייגט מיין שירעם צווישן אלע שירעם'ס אין געמיטליך פארברענגט פלוצלים באקום איך א טעלעפאן רוף פון א אומבאקאנטען נומער אבער אזוי ווי עס האט זיך מיר נישט פארגליסט צו שטערן דעם געשמאקן שמועס ביים שמחה האב איך נישט אויפגעהויבן, אפאר מינוט דערויף קימט צו דער בעל שמחה אז איינער האט בטעות גענומען מיין שירעם ער האט במערקט זיין טעות און מיר באלד געקלינגען אבער אז איך האב נישט אויפגעהויבן האט ער גערופן דער בעל שמחה אז ער וועט עס תיכף צוריקערן)

- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:14 pm
Re: ר איד.. פארוואס נעמסטו מיין שירעם???
נאכמיטאג האט געשריבן:יא ר איד צי דיר רעד איך יעצט. וואספארא היתר האסטו צו נעמען מיין שירעם?
עס מבול'ט אינדרויסען? איך פארשטיי דיר אבער אז די נעמסט מיין שירעם דארף איך קויפן א נייע היט אין רעקל
אלעמאל ביזטו די זעלבע וואס טוישט זיך אויף בטעות אדער פשוט געמיינט אז דא איז א גמ"ח פין שירעמס...
דער אמת'ע תירוץ איז פשוט,
ווייל דו האסט גענומען מיינס.....