פארצווייפעלטע שריט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

"זאל איך זיך אונטערגעבן ווי א שוואכלינג און טוהן די שריט? צו זאל איך זיך שטארקן און עס איבערקומען ווי א העלד?"

"זאל איך זיך ברעכן און איגנארירן די קאנציקווענצן? אדער זאל איך זיך רעכענען מיט'ן אויסגאנג וואס קען ברענגן א ביטערע נאכ'טעם?"

זיינע געדאנקן קאכן ווי גליענדע לאווא און זיין אויסגעמאטערטע קערפער טרעפט נישט קיין געהעריגע רוה אויפ'ן וואקעלדיגן בענקל. זיין פארצווייפעלטע מוח איז שוקל די צוויי זייטן פונ'ם דילעמא וועלכע טאנצן ארויף און אראפ ווי א ווילדע וויגברעט, אינדערצייט וואס זיינע מידע אויגן זענען געוואנדן צום שפאלט צווישן די צוויי פירהענג וועלכע באדעקן דאס מערהייט פונ'ם קליינעם פענסטערל.

די שיין פון די לבנה שמוגעלט זיך אריין, זי האט שוין געענדיגט קלעטערן אויף ארויף און דערגרייכט איהר הויכפונקט, יעצט נעמט זי זיך צוביסלעך אראפגליטשן צו די צווייטע זייט פונ'ם וועלטקוגל און פארט זיך געלאסן איבער די פילע טונקעלע הייזער און לערע גאסן, זי שוועבט מיט שטאלץ און פראכט איבער די פארשלאסענע געשעפטן און שלאפעדיגע מענטשהייט.

ער הייבט זיך אויף פון זיין זיץ און שפאנט צום צימער וואו פינף קינדער ליגן אין זייערע בעטלעך פארזינקן אין א טיפן טרוים. מיט פארזיכטיגע טריט דערנענטערט ער זיך צום ערשטן און שענקט אים א גלעט, ער זעצט פאר זיין וועג צום צווייטן און גייט ווייטער ביז צום יונגסטן וואס ער טוט אויסגראדן זיין צודעק, זיינע ליפן מורמעלן די פסוקים יברכך ה' און המלאך הגואל.

ווען ער לייגט די האנט אויפ'ן מזוזה ביים טיר, דרייט ער זיך אויס צו זייער ריכטונג און קוקט פול מיט ליבשאפט, זיין הארץ וואס באכעט טוט זיך פארלאנגזאמען און נעמט זיך קלאפן מיט די זעלבע ריטמע מיט וואס ער טוט ציילן - איינס, צוויי, דריי, פיר און פינף… ער טראכט צו זיך ווי כאילו ער וואלט גערעדט צו זיי, שלאפטס גוט מיינע זיסע, מיינע שעפעלעך, זייטס געזונט, אלע פינף, הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל.

ס'איז שא שטיל די גאנצע ארום, עס הערט זיך בלויז די גערויש ווי א שטילע ברום, פון די מאשין וואס טריקענט די וועש וואס די קליינטשיגע וועלן מארגן אנקליידן, עס דרייט זיך ווי מיט לעצטע קרעפטן אהין און צוריק.

ווידער טרעט ער אריין אין די קליין באלויכטענע קוך שוין צום וויפילטע מאל, ער מאכט זיך באקוועם ביים טישל אבער בליץ שנעל שטעלט ער זיך צוריק אויף די פיס, זיין געפיל זאגט אים אז ער זאל עס טוהן, אבער זיין געוויסן לאזט אים זיך נישט אונטערגעבן.

"וויאזוי קען איך דאס טוהן? מילא ווען מיין ענטשיידונג באטרעפט בלויז מיין אייגענע גורל, אבער די קינדער… וואס האבן זיי דען געזינדיגט? איך וועל דאך דערמיט צוברעכן זייער הארץ, די ענטוישונג וועט דאך זיין אזוי גרויס און די שמערץ אזוי ביטער."

אבער גלייך דערויף דרינגן אריין פרעמדע געדאנקן וועלכע לויטן - "זיי נישט קיין נאר, דו מוזט קוקן אויף דיין אייגענע וואוילזיין, דו זאלסט דיך נישט פייניגן אומזונסט, אלע זייטיגע תוצאות וועלן זיך פארהיילן, דאס זענען זאכן וואס מען קען פארגוטיגן און פארגלייכן."

ער שטייט צוריק ווי ביים אנהייב פון זיין נאכט - "זאל איך יא אדער זאל איך נישט?"

ער באטראכט דאס טישל און ווערט ווי פארקלאצט צום צענטער פון איר אויבערפלאך, שוין ווייטער שווימט ארויף די צד וואס שרייט אז יא - נעם דיין קוראדזש און טוה די שריט. פון אונטער זיין באוואוסטזיין נעמען זיך זיינע פינגער ציילן איינס, צוויי, דריי, פיר און פינף! ער בלייבט שטעקן ביי פינף ווי א צעקראצטע דיסק וואס ווידערהאלט זיך - פינף, פינף, פינף… ער נעמט א טוך און ווישט זיך א שווייס טרעפל פון זיין פארקנייטשטע שטערן.

פלוצלינג, ווי א האמער קלאפ פון א ריכטער, קומט ער צו א האסטיגע קאנקלוזיע אז אויב נישט יעצט, וועט ער שטיין דא ביז צום אויפשיין פונ'ם מארגן שטערן, בעסער לאמיר אויספירן דעם שריט... זאל זיין וואס זאל זיין…

מיט צווייפעל און אומזיכערקייט טוט ער דאס אומערווארטעטע!

את הנעשה אין להשיב, נישט דא קיין צוריק, ווי א פליענדע פייגל פארביי, ווי דאמפף צובלאזן און ווי פון א וואלף פארצוקט!

בלויז עטליכע מינוט שפעטער הערשט פלוצלינג א קאמפלעטע שטילקייט אין די קליינע וואוינונג, אויך די טרוקן-מאשין וואס האט מיט איין פייף געלאזט וויסן אז זי איז פארטיג מיט איר אויפגאבע, איז אריין אין א סטאטוס פון גענצליכע רוה.

* * * * *

כאטש די טאגליכט האט שוין געטוהן שטראלן און די גערויש פון גאס האט זיך שוין געלאזט הערן, האט ער זיך נישט דערוועקט פון זיין טיפן שלאף. ניטאמאל די געשריי פון א מאמע וואס באפעלט איר קינד שוין צום דריטן מאל אנצוטוהן זיין צווייטע זאק האט אויף איהם געטוהן ווירקן.

אפילו ווען די צוויי קליינע האבן זיך געפאטשט מיט יללות, האט ער זיך בלויז געדרייט פון צפון צו דרום און פארגעזעצט זיין "והשינה משובחת מיסיע".

עס איז געווען די קוויטש פון א קינד וואס איז געקומען מיט פאניק צו לויפן פון קוך ארויס מיט יאמערליכע קולות, וואס האט איהם געמאכט עפענען איין אויג.

דאס קינד איז געווען ווייס ווי קאלעך, דערשראקן ביז גאר און מיט שאק און שוידער געברענגט די ביטערע נייעס פאר די אנדערע פיר צוזאמען מיט זייער מאמע וואס זענען געשטאנען מיט גרויסע אפענע אויגן ווארטענדיג אז ער זאל שוין קומען צום ווארט.

באגלייט מיט געוויין האט ער איינגעמאלדן אז איינער האט אויפגעגעסן אלע פינף טשאקלעטס וואס זענען געווען צוגעגרייט פאר זיי אויפ'ן טיש…

* * * * *

יא, לאמיר אויסקלארן, נישט אלעס וואס זעהט אויס שווארץ אדער הערט זיך שרעקעדיג איז טאקע אזוי ווי מען מיינט, זיי קענען גאר מיטאמאל ווערן אויסגעקלארט צו לעכטיגע בילדער בלויז מיט איין פרט.

פון אפנארמאלמע סיטואציעס צו געווענליכע און טעגליכע ערשיינונגען!

געדענק, ווען דו הערסט א מעשה אדער דו זעהסט אן אקט, ס'קען אייביג זיין אז דו פארפעלסט אפאר איינצעלהייטן, דו זעהסט נישט א גאנצע בילד אפילו אויב ס'איז פארהוילן בלויז איין שטיקל פונ'ם פאזל, קען עס טוישן די גאנצע בליק און די וועג וויאזוי מען טוט אורטיילן און נייגן דעם וואגשאל.

* * * * *

פון צימער הערט מען פלוצלינג די גערויש פון נעגל וואסער וואס גיסט באגלייט מיט א אויסרוף: "קינדער, זארגטס ענק נישט, איך וועל עס פארגוטיגן און פארגלייכן."
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

האסטו א פעדער! וואוו!! מיין הארץ קלאפט נאך פון שרעק!
אוי ביסטו גוט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ערשטע רעאקציע!




יעצט גיימיר ליינען.....


_________

האקט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מעכטיג! פאררוקט! מורא'דיג! כ'בין ווערטערלאז! הארץ קלאפענישלאז -זע אוועטאר- און אטעמלאז!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

:grin: ;l;p- :smile:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פאר דעם שרעקסטו אן אידישע קינדער!!!!???
;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol:
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דו ביסט אבנארמאל גוט! און די מוסר השכל, נעקסט לעוועל!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יו איז דעס גוט
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דער האט א דיקשאנערי פון שרייב טאלאנט.
אוועטאר
WTC
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:55 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך WTC »

;l;p- ;l;p- ;l;p- משוגע צו ווערן!!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

צוגעקלעבט. פארטרערט. אטעםפארכאפט. דראמאטיש געשפאנט. אז הארצרייסנדע מאמענט.

דערנאך קומט די אויספיר, אה, בלויז דאס. א שמייכעלע באווייזט זיך. א גוטמוטיגקייט לאזט זיך אראפ.

אבער באלד דערנאך ערשיינט די מוסר השכל מיט טרומפייטערדיגע אנאנסאנען, ער שניידט אריין טיף אין הארץ. פארשטעקט עס ביז די עמקי הנשמה.

אוי ווי דערהערט. עס בלייבט א קנין עולם. א "שמחת עולם".

יישר כח שמחת עולם פאר די געוואלדיגע איבערלעבעניש און פאר די טיפגרייכנדע מוסר השכל. א אמת'ע דאנק.
אוועטאר
יליד טאהש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2020 11:14 am

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד טאהש »

מיין בארץ קלאפט נאך אביסל שנעל אבער גענוג רואיג צו לייגן א ❤️ ;l;p-
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

:grin: יישר כח!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

יליד טאהש האט געשריבן:מיין בארץ קלאפט נאך אביסל שנעל אבער גענוג רואיג צו לייגן א ❤️ ;l;p-
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

חחחחח יוש…. @שמחת ביסט גוט!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p- ;l;p- ריזיג
דאס איז מאסיוו הערליך..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

איך בין דא יעצט ......
וואסאחילוק ווי....
כ'האב אויסגעפלאצט בקול רעש גדול.
נעבעך.
קיינער ווייסט נישט פארוואס.
( און איך ווייס נישט ווי זיך אהין צוטוען פאר בושה.....)
כתר שם טוב
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 5:50 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר שם טוב »

פארווייטאגט האט געשריבן:איך בין דא יעצט ......
וואסאחילוק ווי....
כ'האב אויסגעפלאצט בקול רעש גדול.
נעבעך.
קיינער ווייסט נישט פארוואס.
( און איך ווייס נישט ווי זיך אהין צוטוען פאר בושה.....)

פעטער טייערער, קוק דארט רעכטס, יענס איז מיך.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אויסנאם גוט.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

כתר שם טוב האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:איך בין דא יעצט ......
וואסאחילוק ווי....
כ'האב אויסגעפלאצט בקול רעש גדול.
נעבעך.
קיינער ווייסט נישט פארוואס.
( און איך ווייס נישט ווי זיך אהין צוטוען פאר בושה.....)

פעטער טייערער, קוק דארט רעכטס, יענס איז מיך.



חאטש איינער פארשטייט מיר.

יא! ווייל ער האט געזעהן דער גאנצע בילד!.

שמחת עולם האט געשריבן:יא, לאמיר אויסקלארן, נישט אלעס וואס זעהט אויס שווארץ אדער הערט זיך שרעקעדיג איז טאקע אזוי ווי מען מיינט, זיי קענען גאר מיטאמאל ווערן אויסגעקלארט צו לעכטיגע בילדער בלויז מיט איין פרט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בעסער ווי גוט!

בדידי הוה עובדא...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

א מעסטער פיס!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

WOW הערליך שיין אין דיין פעדער איז נאך שענער
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בררר... שרעקעדיג גוט!
פיינע נייעס פון אנפאנג ביזן ענדע!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: פארצווייפעלטע שריט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

א הערליכע ארבעט ;l;p-
דו האסט אונז ליב צו נעמען אויף א רייד :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”