מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

לכאורה האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

מנהל, אפשר דאך.. דער עולם וועט זיך זיכער מחי' זיין, ביסטעך די געפיל-שפראך מייסטער.

אפשר לייג עס ארויף אלס ''באקומען פון א ניק אין אישי''..

איך האב עס דערווייל בלויז אויף פענע און פאפיר, איך דארף טרעפן צייט דאס אפצוקלאפן (אויך איז עס שטארק פריוואט)

געב עס פאר איינעם צו אפקלאפן, די פריוואטע חלקים וועט מען ארויס שניידן (איך האף אז דעמאלטס וועט עס נישט פארלירן די שטארקייט)
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איך טוה מיר באדאנקן פערזענליך פאר די אלע וואס האבן רעאגירט און קאמפלימענטירט!

אז דער עולם האט הנאה וועט קומען נאך בעז"ה
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

עירוב תבשילין האט געשריבן:איך טוה מיר באדאנקן פערזענליך פאר די אלע וואס האבן רעאגירט און קאמפלימענטירט!

אז דער עולם האט הנאה וועט קומען נאך בעז"ה

שטארק הנאה געהאט
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הערליך שיין און הארציג אראפ געלייגט, מיינע אויגן זענען אויך געווען נאס בשעת'ן ליינען. האסט מיר צוריק גענומען עטליכע צענדליגער יארן ווען מיינע עלטערן האבן זיך געזענגט פון מיר שיקענדיג מיר קיין ארץ ישראל אין ישיבה.

לכתחילה האב איך געמיינט אז האסט געווידמעט דאס ארטיקל אויס צו שמועסן די סכנה פון שיקען א קינד קיין ארץ ישראל און ווי דו אליין שרייבסט און גיבסט די משמעות אז ווער ווייסט צו ער וועט בלייבן א יראת שמים, "ווער וועלן זיין זיין נייע חברים? ווער וועט אים מחזק זיין ווען ער האט שוועריגקייטן? און ווער וועט אים געבן א גוט ווארט און ליבע וואס נאר א טאטע קען?" בקיצור האסט אראפ געלייגט אלע סכנות וואס זענען דא בשעת דו ביזט ווייט אוועק און הייבסט נישט אן צו וויסן וואס עס גייט פאר און קענסט גארנישט אויס גראדען אויב עס פעלט אויס.

צוויי זאכן בשעת'ן ליינען האבן מיר געמאכט טראכטן אז עפעס שטימט נישט, כאטש איך האב זיי פארענטפערט און ווייטער געמיינט אז עס האט אקטועל פאסירט. איינס כ'האב געקוקט ווען האסט זיך איין געשריבן און זיך געווינדערט אז ביזט קוים דא א פאר חדשים ממילא מוזטו זיין א איגערמאנטשיק, אדער ביזטו טאקע א בן ארבעים (לבינה), און אויב האסטו נאך נישט געהאט א דריסת הרגל צו דער אינטערנעט ביז יעצט עקספלעינד עס אז דו האסט א 17 יעריג בחור א יראת שמים.

דער צווייטע זאך וואס האט מיר געמאכט זיך אפשטעלן אין מיטן ליינען איז געווען ווען האסט טאקע דאס געשריבן אז "מיין חיים איז א יראת שמים" און האסט נישט צוגעלייגט די צוויי אותיות ב"ה, אז ער איז "ברוך השם" א יראת שמים, ווייל יעדער טאטע וואס דערלעבט "היינטיגע צייטן" צו קענען עדות זאגן אויף זיין 17 יעריגע בחור אז ער איז א יראת שמים דארף אריין גיין אין א מוראדיגן עקסטאז און עס אויסדריקן בשעת"ן שרייבן. אבער פון דעסטוועגן האב איך עס פארענטפערט אז מיינסט עס כאטש שרייבסט עס נישט.

לכתחלה געטראכט בעסער נישט צו שרייבן, און נאכן שרייבן בעסער נישט צו שיקן, אבער יעדער מעשה קומט מיט א מוסר השכל, און דיינס קומט מיט א סאך, דערפאר שיק איך עס.

אזוי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, האסטו א שיין און זיס פעדער און א געפיליש הארץ, בלייבט נאר צו ווינטשן אז זאלסט עס ניצן דא צו הייבן און מהנה זיין דער עולם.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זכרונות האט געשריבן:הערליך שיין און הארציג אראפ געלייגט, מיינע אויגן זענען אויך געווען נאס בשעת'ן ליינען. האסט מיר צוריק גענומען עטליכע צענדליגער יארן ווען מיינע עלטערן האבן זיך געזענגט פון מיר שיקענדיג מיר קיין ארץ ישראל אין ישיבה.

לכתחילה האב איך געמיינט אז האסט געווידמעט דאס ארטיקל אויס צו שמועסן די סכנה פון שיקען א קינד קיין ארץ ישראל און ווי דו אליין שרייבסט און גיבסט די משמעות אז ווער ווייסט צו ער וועט בלייבן א יראת שמים, "ווער וועלן זיין זיין נייע חברים? ווער וועט אים מחזק זיין ווען ער האט שוועריגקייטן? און ווער וועט אים געבן א גוט ווארט און ליבע וואס נאר א טאטע קען?" בקיצור האסט אראפ געלייגט אלע סכנות וואס זענען דא בשעת דו ביזט ווייט אוועק און הייבסט נישט אן צו וויסן וואס עס גייט פאר און קענסט גארנישט אויס גראדען אויב עס פעלט אויס.

צוויי זאכן בשעת'ן ליינען האבן מיר געמאכט טראכטן אז עפעס שטימט נישט, כאטש איך האב זיי פארענטפערט און ווייטער געמיינט אז עס האט אקטועל פאסירט. איינס כ'האב געקוקט ווען האסט זיך איין געשריבן און זיך געווינדערט אז ביזט קוים דא א פאר חדשים ממילא מוזטו זיין א איגערמאנטשיק, אדער ביזטו טאקע א בן ארבעים (לבינה), און אויב האסטו נאך נישט געהאט א דריסת הרגל צו דער אינטערנעט ביז יעצט עקספלעינד עס אז דו האסט א 17 יעריג בחור א יראת שמים.

דער צווייטע זאך וואס האט מיר געמאכט זיך אפשטעלן אין מיטן ליינען איז געווען ווען האסט טאקע דאס געשריבן אז "מיין חיים איז א יראת שמים" און האסט נישט צוגעלייגט די צוויי אותיות ב"ה, אז ער איז "ברוך השם" א יראת שמים, ווייל יעדער טאטע וואס דערלעבט "היינטיגע צייטן" צו קענען עדות זאגן אויף זיין 17 יעריגע בחור אז ער איז א יראת שמים דארף אריין גיין אין א מוראדיגן עקסטאז און עס אויסדריקן בשעת"ן שרייבן. אבער פון דעסטוועגן האב איך עס פארענטפערט אז מיינסט עס כאטש שרייבסט עס נישט.

לכתחלה געטראכט בעסער נישט צו שרייבן, און נאכן שרייבן בעסער נישט צו שיקן, אבער יעדער מעשה קומט מיט א מוסר השכל, און דיינס קומט מיט א סאך, דערפאר שיק איך עס.

אזוי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, האסטו א שיין און זיס פעדער און א געפיליש הארץ, בלייבט נאר צו ווינטשן אז זאלסט עס ניצן דא צו הייבן און מהנה זיין דער עולם.

א גרויסען ש'כח פארן זיך נעמען די מיה און אפשרייבן דיינע הערות.

קודם כל בין איך נישטא עטליכע חדשים, נאר אביסל לענגער. איך בין שוין דא איין א האלב יאר צום גוטן ב"ה. (דאס יאר איז 2021 נישט 2020)

און וועגן די ב"ה ביסטו 100 פראצענט גערעכט, א טאטע וואס האט טאקע א 17 יעריגע טינעידשער א יראת שמים אין די דור דארף טאקע זאגן מזמור לתודה און דאנקען דעם אויבערשטען. אבער למעשה איז דיר פארענפערט געווארן דיין קשיא.

א דאנק פאר דיין פידבעק!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הקולמוס שלי האט געשריבן:געפיליש! זייער שיין! כרחם אב על בנים, כן תרחם ה' עלינו.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א דאנק!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די ווארט איז 'שפאנצירן' אדער 'שפאצירן' און סיז געווען בלויז א טעות הדפוס?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קרייסלער האט געשריבן:די ווארט איז 'שפאנצירן' אדער 'שפאצירן' און סיז געווען בלויז א טעות הדפוס?

מ'האט שוין געהערט זאגן "שפאנצירן" אויך, אזוי דאכצעך אבער אדרבה, זאל גרשון אויסקלארן

גרשון האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די ווארט איז 'שפאנצירן' אדער 'שפאצירן' און סיז געווען בלויז א טעות הדפוס?

מ'האט שוין געהערט זאגן "שפאנצירן" אויך, אזוי דאכצעך אבער אדרבה, זאל גרשון אויסקלארן

גרשון האט געשריבן:

שפאצירן איז ריכטיג, כאטש מ'קען אפשר טרעפן מיט'ן נ' אויך.

אין דייטש זאגט מען אויך נישט דעם נ'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יישר כח גרשון!

איך האב אמאל געהערט אן אונגערישע איד זאגן 'שפאנצירן'
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

@עירוב, אין אנהויב האב איך דיר נישט געוואלט אנטוישן דא ביי דיר אינדערהיים אין דיין אשכול, אבער השתא דאתית להכא און דו האסט אויסגעזאגט דעם סוד אז דו האסט קיין זוהן נישט פארשיקט קיין אר"י, מיין איך ס'איז צייט צו שרייבן אן ארטיקל (אביסל א ציפעדיק'ס), פון דעם בחור'ל, צוויי טעג (אדער פריער) נאכן אפפליען ממולדתו ומבית אביו, ווי ער פארגעסט שנעל אין אלע בענקענדיגע געבעטעכטס און געוואונטשעכטס פון זיינע עלטערן און ער הייבט אן צו ה-א-ק-ן א ל-ע-ב-ן...
לאמיר נישט מאריך זיין צופיל ממה שביודעי ומכירי קאמינא וממה שעיני ראיתי שמה כמה וכמה שנים, אבער זאלן די ניקי ארץ הקודש אהערקומען פארציילן אביסעלע וואס דארט טוצעך פאר די עלטערן וואס האבן "יא" געשיקט זייערע בחורים, אדער פאר די עלטערן וואס האבן צום סוף "נישט" אהין געשיקט (צ.ב.ש. אונזער הויכגעשעצטער מנהל וואס האט פאר זיין זוהן באקומען א "לא נתקבל" ווי פריער פארציילט)...

פארוואס איך שרייב דאס, איז, ווייל ווען איך האב געלייענט דעם אשכול קעפל "מיינע געפילן ביים באגלייטן..." בין איך געוועהן זיכער אז דו רעדסט וועגן דעם נושא, למעשה אז איך זעה אז דו דערמאנסט דאס נישט, איז טייטש אז עלטערן האבן טאקע נישט קיין דאגות דערמיט, וויל איך עס נאר צולייגן צו זייערע געפילן...

(בפאר איך גיי מיך: לאמיר נאר קלארשטעלן אז נישט אלע בחורים זענען בכלל הנ"ל, און אין "האקן א לעבן" איז פארהאן פארשידענע דרגות, און נישט ביי יעדן רעדט מען פון די שעדליכע סארט "האקן א לעבן", ביי אנדערע איז עס פשוט אינדזשויעמענט, און ביי אנדערע נאך וויינייגער, אבער פאקט איז פאקט...)
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

@בעל החבית דו זאגסט גוט און א דאנק פאר דיינע קאמענטארן.

איך זיך נישט יעצט צו אנהויבן א שמועס דערוועגן און אנזייען לענגערע דעבאטעס לכאן ולכאן כשזה אומר בכה וזה אומר בכה (און רוב מאל ענדיגט זיך עס נישט גוט...) בפרט אין די נושא וואס איז א האקעלע. איך האב גארנישט געמיינט עפעס מער אין דעם ארטיקל ווי אראפ שרייבן א טאטע'ס געפיל ווען ער לאט ארויס זיין בחור'ל פון זיינע שויס.

אויב וועל איך שרייבן אן ארטיקל איבער דאס וואס דו פארלאנגסט וועט אויסזעהן אז איך נעם א מיינונג אין א זאך וואס איז נישט קיין כלל. ס'וועט אויסזעהן ווי איך ציל עפעס, וואס דעמאלטס פארלירט עס די חן. לדעתי.

איך האף דו פארשטייסט מיר.

אבער יא, דו ביסט גערעכט. טאטעס דארפן ריכטיג שוקל זיין וואס איז די אמת'ע תועלת פון זייערע בחור און זיך א דורך רעדן מיט אן ערליכע איד פאר'ן מאכן זייערע באשלוס.

כל טוב!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

בעל החבית האט געשריבן:@עירוב, אין אנהויב האב איך דיר נישט געוואלט אנטוישן דא ביי דיר אינדערהיים אין דיין אשכול, אבער השתא דאתית להכא און דו האסט אויסגעזאגט דעם סוד אז דו האסט קיין זוהן נישט פארשיקט קיין אר"י, מיין איך ס'איז צייט צו שרייבן אן ארטיקל (אביסל א ציפעדיק'ס), פון דעם בחור'ל, צוויי טעג (אדער פריער) נאכן אפפליען ממולדתו ומבית אביו, ווי ער פארגעסט שנעל אין אלע בענקענדיגע געבעטעכטס און געוואונטשעכטס פון זיינע עלטערן און ער הייבט אן צו ה-א-ק-ן א ל-ע-ב-ן...
לאמיר נישט מאריך זיין צופיל ממה שביודעי ומכירי קאמינא וממה שעיני ראיתי שמה כמה וכמה שנים, אבער זאלן די ניקי ארץ הקודש אהערקומען פארציילן אביסעלע וואס דארט טוצעך פאר די עלטערן וואס האבן "יא" געשיקט זייערע בחורים, אדער פאר די עלטערן וואס האבן צום סוף "נישט" אהין געשיקט (צ.ב.ש. אונזער הויכגעשעצטער מנהל וואס האט פאר זיין זוהן באקומען א "לא נתקבל" ווי פריער פארציילט)...

פארוואס איך שרייב דאס, איז, ווייל ווען איך האב געלייענט דעם אשכול קעפל "מיינע געפילן ביים באגלייטן..." בין איך געוועהן זיכער אז דו רעדסט וועגן דעם נושא, למעשה אז איך זעה אז דו דערמאנסט דאס נישט, איז טייטש אז עלטערן האבן טאקע נישט קיין דאגות דערמיט, וויל איך עס נאר צולייגן צו זייערע געפילן...

(בפאר איך גיי מיך: לאמיר נאר קלארשטעלן אז נישט אלע בחורים זענען בכלל הנ"ל, און אין "האקן א לעבן" איז פארהאן פארשידענע דרגות, און נישט ביי יעדן רעדט מען פון די שעדליכע סארט "האקן א לעבן", ביי אנדערע איז עס פשוט אינדזשויעמענט, און ביי אנדערע נאך וויינייגער, אבער פאקט איז פאקט...)

שיקן בחורים לערנען קיין א"י
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

דברים אלו האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

מנהל, אפשר דאך.. דער עולם וועט זיך זיכער מחי' זיין, ביסטעך די געפיל-שפראך מייסטער.

אפשר לייג עס ארויף אלס ''באקומען פון א ניק אין אישי''..

גא"מ

וגא"מ
\
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:-e;/ :-e;/
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

עכט נארמאל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

מנהל, אפשר דאך.. דער עולם וועט זיך זיכער מחי' זיין, ביסטעך די געפיל-שפראך מייסטער.

אפשר לייג עס ארויף אלס ''באקומען פון א ניק אין אישי''..

גא"מ

וגא"מ
שש ושמח

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

פאלקאוויטש123 האט געשריבן:

@מנהל, רבינו הגדול @לכאורה, אז אלע בעטן...
וגם אני מצטרף ומכאן יוצא כרוז לכל הנוגעים בלב המנהל: אנא פשפשו בליבו ובכיסו, אולי יחוס, אולי ירחם וישלח לנו ברכה מרובה בעוה''ז ובעוה''ב
מנהל, מען טאר נישט זיין א רודה את הציבור ולהטיל אימה וחשיכה גדולה, נעם עס ארויס מאפילה לאור היום.
א דאנק פון פאראויס (א ניין וועט נישט אנגענומען ווערן)
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

שש ושמח האט געשריבן:
פאלקאוויטש123 האט געשריבן:
עכט נארמאל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:מנהל, אפשר דאך.. דער עולם וועט זיך זיכער מחי' זיין, ביסטעך די געפיל-שפראך מייסטער.

אפשר לייג עס ארויף אלס ''באקומען פון א ניק אין אישי''..

גא"מ

וגא"מ

@מנהל, רבינו הגדול @לכאורה, אז אלע בעטן...
וגם אני מצטרף ומכאן יוצא כרוז לכל הנוגעים בלב המנהל: אנא פשפשו בליבו ובכיסו, אולי יחוס, אולי ירחם וישלח לנו ברכה מרובה בעוה''ז ובעוה''ב
מנהל, מען טאר נישט זיין א רודה את הציבור ולהטיל אימה וחשיכה גדולה, נעם עס ארויס מאפילה לאור היום.
א דאנק פון פאראויס (א ניין וועט נישט אנגענומען ווערן)

דיסקלעימער:
מיר נעמען יא אן א ניין אויב די דיין וויל נישט!!!
\
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

זיך דערמאנט די לעצטע בליקן פון מיינע עלטרען ביים געיט
אוי האסטו מיר צושטורעמט די געפילען
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:@עירוב, אין אנהויב האב איך דיר נישט געוואלט אנטוישן דא ביי דיר אינדערהיים אין דיין אשכול, אבער השתא דאתית להכא און דו האסט אויסגעזאגט דעם סוד אז דו האסט קיין זוהן נישט פארשיקט קיין אר"י, מיין איך ס'איז צייט צו שרייבן אן ארטיקל (אביסל א ציפעדיק'ס), פון דעם בחור'ל, צוויי טעג (אדער פריער) נאכן אפפליען ממולדתו ומבית אביו, ווי ער פארגעסט שנעל אין אלע בענקענדיגע געבעטעכטס און געוואונטשעכטס פון זיינע עלטערן און ער הייבט אן צו ה-א-ק-ן א ל-ע-ב-ן...
לאמיר נישט מאריך זיין צופיל ממה שביודעי ומכירי קאמינא וממה שעיני ראיתי שמה כמה וכמה שנים, אבער זאלן די ניקי ארץ הקודש אהערקומען פארציילן אביסעלע וואס דארט טוצעך פאר די עלטערן וואס האבן "יא" געשיקט זייערע בחורים, אדער פאר די עלטערן וואס האבן צום סוף "נישט" אהין געשיקט (צ.ב.ש. אונזער הויכגעשעצטער מנהל וואס האט פאר זיין זוהן באקומען א "לא נתקבל" ווי פריער פארציילט)...

פארוואס איך שרייב דאס, איז, ווייל ווען איך האב געלייענט דעם אשכול קעפל "מיינע געפילן ביים באגלייטן..." בין איך געוועהן זיכער אז דו רעדסט וועגן דעם נושא, למעשה אז איך זעה אז דו דערמאנסט דאס נישט, איז טייטש אז עלטערן האבן טאקע נישט קיין דאגות דערמיט, וויל איך עס נאר צולייגן צו זייערע געפילן...

(בפאר איך גיי מיך: לאמיר נאר קלארשטעלן אז נישט אלע בחורים זענען בכלל הנ"ל, און אין "האקן א לעבן" איז פארהאן פארשידענע דרגות, און נישט ביי יעדן רעדט מען פון די שעדליכע סארט "האקן א לעבן", ביי אנדערע איז עס פשוט אינדזשויעמענט, און ביי אנדערע נאך וויינייגער, אבער פאקט איז פאקט...)

שיקן בחורים לערנען קיין א"י

ערשט נאכן לערנען דארט א תקופה האב איך אנגעהויבן ציטערן פאר 20 יאר שפעטער פון א טענטראם פון מיין בחור אז ער וויל גיין לערנען אין ארץ ישראל
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אוי האסטו מיר דערמאנט צייטן..
ווי איך בין געשטאנען מיט מיין טאטע און עירפארט ווי די געפיהלן רוישן ווי א וואסער-פאל אין די אנגעצויגנקייט און נערוועזקייט אויפן העכסטן פארנעם אז מען קען מיינען אז מען שטייט נעבן א קאלעך אויבן...
און מען האלט שוין ביי ווער ווייסט צום וויפלטן מאהל געזעגענען
קודם אינדערהיים מיט די ברידערס - שוועסטערס זיידע - באבע פעטערס - מומעס קאזינס וכו’
און יעצט צום לעצטן מאל איי איי איי...
מיין טאטע זעענדיג מיין פארלוירנקייט נערוועזקייט אנגעצויגנקייט קום צו צו מיר און זאגט מיר שטילערהייט אריין און מיין אויער פארגעס נישט אז די ביסט א איד זאלסט געדענקן צו ליינען קריאת שמע צוויי מאהל א טאג.....

עניוועי די ביסט עמעזינג! זעה צו עסן עפעס. און שרייבן אסאך...
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א ריזן דאנק!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”