מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זיץ איך מיך אין די קאר מיט מיין עלטסטן בכור מיין זיס לעכטיג בחור'ל חיים'ל. עס איז ערב ראש חודש חשון אין עס ווארט אונז אפ א לאנגע ווינטער זמן מיט פילע חידושים און פארשטייט זיך נאר גוטע בשורות.
מיט א ויחד יתרו'דיגע געמיט מאך איך מיין וועג צום לופטפעלד ווען מיין רעבעצין זיצט אין פארנט, און די קליין צוויי יעריגע שרה'לע פון אונטן און חיים'ל.

איך בין פריילעך ביז גאר אז חיים'ל גייט לערנען אין א גאר חשוב'ע ישיבה אין ירושלים עיה"ק ת"ו. איך בין אבער אויך באזארגט ביז גאר אז ער זאל האבן א גליקליכע רייזע און מצליח זיין אין ישיבה.

"חיים'ל זיסקייט, דו ביסט טאקע בלויז 17 יאר" הייב איך אן מיין פתיחת הזמן דרשה, "אבער טאטי מיט מאמי ווייסן אז דו ביזט גענוג גרויס און ערוואקסן דיר צו קענען שיקן אויף ארץ ישראל".

איך ענטפער נישט יעצט קיין טעלעפאן רופן און איך ליין נישט יעצט קיין מעסעדזשעס – יעצט שענק איך פריוואטע צייט פאר מיין באליבטע זוהן אין די סאמע לעצטע מינוט'ן פאר ער פארט אין ישיבה אריין.

"ער וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן" האט מיין אשת חיל מיך איבערגערעדט נעכטן נאכט ווען איך אין אנפאנג האב איך נישט געהאט בדעה אים צו נעמען צום לופטפעלד, זינט די טרעפיק אין די סיטי איז קשה מנשוא און פארפעלן עטליכע שעה ארבעט איז נישט קיין קינדער שפיל יעצט נאך די הייליגע טעג ווען מ'האט שוין אזוי אויך פארפאסט אזוי פיל ארבעט.

"ווען ער קומט אן קיין ארץ ישראל וועט ער שוין נעמען א טעקסי" האט זי מיט א חכמת נשים מיך פרובירט צו איבערעדן. און.. ס'איז איר געלונגען. דא זיץ איך יעצט מיט מיין זוהן וועלכע איז אויך צומישט און באזארגט, נישט וויסענדיג וואס ווארט אים אפ.

מיין הארץ איז אנגעפילט מיט זארג, אין די לעצטע פאר נעכט האב איך מיר זאגאר געפלאגט צו איינשלאפן. ווער וועט אים אזוי ווארעם אויפנעמען און ארומנעמען? ווער וועט אים צוגרייטן אזא געשמאקע נאכטמאל וואס נאר א מאמע קען? און דער עיקר: ווער וועלן זיין נייע חברים? ווער וועט אים מחזק זיין ווען ער האט שוועריגקייטן? און ווער וועט אים געבן א גוט ווארט און ליבע וואס נאר א טאטע קען?

נאכ'ן זיך א דורך רעדן מיט מיין חשוב'ע רב שליט"א האב איך געמאכט די באשלוס אז דאס איז די טובה פון מיין זוהן. עס איז טאקע א ריזיגע הוצאה, און יעדע וויל זיין זוהן ביי זיך אינדערהיים אבער פאר די תורה לערנען און הצלחה פונעם קינד שפארט מען נישט קיין געלט און מ'איז אלעס מוותר. אזוי גייט דער כלל.

אריינגעשיקט די אפליקאציע, פארהערט, אנגענומען און באשטעלט א קארטע אויף ער"ח.

מיין בכור חיים'ל איז א געלונגענע און א פארשטענדליכע מיט א שארף קעפל, אבער א טאטע'ס געפיל איז גאר סענסעטיוו און זארגענד.

***

די לאנגע וועג מיט די שווערע טרעפיק איז געקומען צו אן ענדע – און ענדליך באווייזט זיך פאר אונז די הויכע קאנטראל טורעם וואס שטייט מיט א מאכט און קאנטראלירט די עיר טרעפיק. "די קאנטראל טורעם שטייט מיט א פעסטקייט און קאנטראלירט די טרעפיק", זאג איך מיין זוהן, "אזוי דארף א בחור וואס גייט אין ישיבה אריין זיך האלטן פעסט און מעכטיג אנטקעגן די שווערע נסיונות מיט א שטייפע האנט און זיך קענען קאנטראלירן".

די שנעל פארנדע עראפלאנען וועלכע הייבן און לאנדן זיך העכער אונזערע קעפ מאכט א נערווירענדע גרודער. אן עטיאפישע עירליין איז נארוואס געקומען צו לאנדן, וועלכע ברענגט באשיינפערליך ארויס די משמעות פון "א קליינע וועלט".

מיין פרוי, מיט די קליינע שרה'לע אין די האנט, נוצט אויס די סצענע פאר נאך א ווארעמע ווארט לכבוד'ן נייע זמן, "א בחור וואס פארט אין ישיבה אריין, האט גארנישט מיט קיין לופטפעלד און פליגערס, ניטאמאל דארף ער שענקען אן אויגן בליק אויף די עראפלאנען, דאס פארן מיט אן עראפלאן איז בלויז א מיטל וויאזוי אנצוקומען צו די הייליגע ישיבה ווענט" זאגט זי מיט ליבשאפט.

איך שפאנציר אריין אין לופטפעלד און די טאג זעהט זיך אויס איז היינט היבש פארנומען דא אין טערמינאל. די צענדליגע שפראכן און מענטשן פון אלע עקן וועלט ברענגט א צעמישעניש אין מוח. מיין חיים איז א יראת שמים און היט זיך די אויגן. די גלעזער אראפ, און ער שענקט נישט קיין איבריגע בליק צו די גרודער ארום אים.

די פילע דעסטינאציעס אויפן שילד געט א געפיל ווי כאילו די וועלט איז א קליין דערפ'ל. צווישן איין פליגער מיט די אנדערע מערק איך אן די יונייטעד פליגער וועלכע פארט קיין תל אביב. 'אן טיים' האט די סקרין געלויטעט, ברוך השם פארדעם.

אינצווישן איז מיין בחור'ל געלאפן מאכן אן אשר יצר. איך שטיי און איך באטראכט אים ווי ער ווערט קלענער און קלענער צווישן די מאסן. ער קומט שוין צוריק, קלער איך צו מיר – אבער בלויז פאר א קורצע וויילע, און באלד וועט ער פארשווינדן ווערן פאר גאנצע 6 חדשים.

נאכ'ן ווארטן פאר עטליכע מינוט איז געקומען אונזער רייע צו פארשיקן די רענצלעך.

"עס וועלן זיין נאך אסאך אידן אויפן פליגער, עס איז אנפאנג זמן", זאגט מיר די טרעוול אגענט ווען איך האב באשטעלט די טיקעט. איך זעה אז ער איז גערעכט געווען, די פליגער גייט ב"ה זיין אן אנגעפילטע פליגער מיט היימישע בחורים וועלכע מאכן זייער לאנגע וועג צו די ישיבה ווענט. עס געט מיר א גוטע געפיל אז ער וועט נישט דארפן זיצן אליין.

איי ווי שטארק וואלט איך דיר געוואלט באגלייטן ביז אין דיין צימער אריין, קלער איך צו מיר. אבער נישט אלעס קען מען. טאטי דארף גיין צו די ארבעט כדי דיר צו קענען שפייזען מיט די גאנצע פאמיליע, און כדי דו זאלסט ווייטער קענען שטייגן אין ישיבה.

***

"פון דא און ווייטער זענען נאר רייזענדע ערלויבט צו גיין", כאפט מיר די טונקלהויטיגע ערל אין שאק. ווי צו זאגן "געזעגן זיך יעצט מיט דיין זוהן".

אבער ניין, איך וויל אויך מיטפארן מיט אים קיין ארץ ישראל, ווי קען איך אים אזוי ארויסלאזן פון מיינע הענט? איך וויל אים נישט יעצט לאזן פארן, "אפשר בלייבסטו דא?" רוף איך מיך אן צו חיים'ל, ווען גלייך דערנאך מאך איך א שמייכל ווי כאילו ס'איז געווען א ווערט'ל.

מיט א ווארעמע געפיל און ליבשאפט וועלכע גרייכט ביזן הימל נעם איך ארום מיין זיס בחור'ל און איך געב אים א קיש, יא, א קיש דא אין עירפארט. מיינע עמאציעס ארבעטן אויפן העכסטן גראד און ברעכן אויף אלע טויערן.

איך רעד נישט און איך זאג גארנישט, די סצענע רעדט פון זיך אליין. נאר איין קורצע זאץ האב איך אים אריינגערוימט אין אויער בשעת ווען איך האב אים ארומגענומען: "טאטי און מאמי טראכטן פון דיר יעדן טאג".

מיין קינד! אין ישיבה דו גייסט יעצט אריין
אן ערליכע איד זאלסטו שטענדיג זיין
געדענק אלעמאל אז דו ביסט מיין

איך מיט מאמי וועלן דיר אייביג געדענקן
א נחת זאלסטו אונז שענקען
איי, אונז וועלן זיך צו דיר זייער בענקען

זהו, דאס איז עס – ער דארף כאפן די פליגער. מיין ב"ב איז יעצט אין די רייע, און בייגט זיך אראפ צום קינד און נעמט אים ארום מיט א פייערליכע ליבשאפט. "יעדע וואך ביי די שבת לעכט וועלן איך דיר אינזין האבן און בעטן אז דו זאלסט מצליח זיין אין ישיבה".

שטייט זיך א טאטע מאמע אין די רוישיגע לופטפעלד ווי פליגערס הייבן זיך און לאנדן יעדע פאר סעקונדען און האלזן ארום זייער בחור'ל. א מאדנע ספעקטאקל, הא? אבער נישט פאר א טאטע וועלכע שיקט אוועק זיין זוהן צום ערשטן מאל אין זיין לעבן.

איך קוק אויפן זייגער און ס'ווערט שפעט – איך וויל נישט מיין זוהן זאל אנקומען שפעט צום פליגער דעריבער איז געקומען די צייט אים צו באפרייען פון מיינע הענט.

"פאר לחיים ולשלום, האב א גוטע רייזע, און אן הצלחה'דיגע זמן, פארגעס נישט צו בארגן א טעלעפאון גלייך ווען דו לאנדעסט אין ארץ ישראל, אפי' ס'איז אינמיטן די נאכט" זאג איך אים. "איך וועל שוין רופן דיין משגיח, אז ער זאל זעהן צו ערלעדיגן חברותות און א גוטע צימער"

איך, מיין פרוי, און מיין קליין טאכטער'ל שטייען און פאכע'ן מיט די הענט און מיין זוהן ווערט פארשוואונדן צווישן די טויזענטע רייזענדע, אנו רצים והם רצים קלער איך צו מיר. דער פארט קיין לאס אנדזשעלעס און דער פארט קיין טערקיי, אבער מיין זוהן פארט לחיי העולם הבא ווי ער גייט אויסוואקסן און אויסשטייגן אן ערליכע איד בעזרת השם.

***

נאכ'ן פאברענגען א הלאבע שעה דא אין לופטפעלד, מאך איך מיין וועג ארויס פון לופטפעלד, און איך גיי צו צום קאר, די בענקשאפט צו מיין זוהן האט זיך שוין באלד אנגעהויבן. איך זעץ מיר אריין אין קאר און איך דריי מיך אויס צו מיין פרוי. עס איז שא שטיל, קיינער רעדט נישט. די שטילקייט רעדט שוין פאר זיך אליין...
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

הארציג ביז גאר.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

געפיליש! זייער שיין! כרחם אב על בנים, כן תרחם ה' עלינו.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

געליינט מיט טרערן
אוועטאר
WTC
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:55 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך WTC »

הקולמוס שלי האט געשריבן:געפיליש! זייער שיין! כרחם אב על בנים, כן תרחם ה' עלינו.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

beautiful!!
It's a real tearjerker
פוצה פה ומצפצף
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יאפ, געדענק איך ווען איך בין געפארן אין ישיבה מיין טאטע דערהייבט נישט די געזענעכץ ער איז צי עמוישענאל, האט ער זיך געזעגנט א נאכט פארדעם, מיין מאמע האט זיך געזעגט מיט טרערן, אין א גאנצע וועג ביזן עירפארט האב איך געהאט טרערן...
עירוב זייער הארציג. הצלחה
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

לייטער האט געשריבן:געליינט מיט טרערן
אוועטאר
די רוזשינער
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:53 pm
לאקאציע: On the phone

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רוזשינער »

יעצט ביים ריפלייען גליטשן זיך נאך אראפ אפאר טרערעלעך
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

כרחם אב על בנים
אזוי רוי.....
דאס דארף מען געבן אין די ישיבות פאר די בחורים צו ליינען
א געזונטן זומער
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

יעצט ביים ריפלייען גליטשן זיך נאך אראפ אפאר טרערעלעך
שש ושמח

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

לייטער האט געשריבן:געליינט מיט טרערן

גא''מ
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

האסט מיר געמאכט גוס באמפס

איך דערמאן זיך ווען איך בין געפארען אין ישיבה און מיינע עלטערן זענען געקומען צום עירפארט, און די לופט איז געווען אנגעצויגען, מיין מאמע איז בטבע א פארמאכטער, זי ווייזט נישט אזוי גרינג ארויס געפילען - עס פלעגט זיין א זעלטענע זאך איך זאל פון איר הערן סיי וועלכע מוטערליכע אויסדרוק, אבער דא האט זי זיך נישט געקענט איינהאלטען און עס האט זיך פון איר ארויסגעכאפט דו ווערטער "זיי געזונט זיסע"...... איך געדענק ווי דאס איז מיר אריין אין די ביינער, און במשך די זמן וואס איך בין געווען אין ישיבה האט זיך די קורצע סצענע איבערגעשפילט אין מיין קאפ צענדליגע מאל.... עס האט מיר אסאך געהאלפען...

עניוועי... זכרונות...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יצחק טובי'. האט געשריבן:הארציג ביז גאר.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

איך וויין.

:-e;/ :-e;/ :-e;/
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט

יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי, איך האב אפאר פראגעס (אה, פאר איך פארגעס: די אויגן זענען מיר געהעריג נאס!)

דו שרייבסט נישט פון וועלכע לאנד דו האסט אים געשיקט (כ'קלער אז פון ענגלאנד, אבער למעשה האסטו די לעצטע פאר טעג געשריבן קרישקעלעך פון ירושלים... האסטו זיך אזוי שנעל פארבענקט און געלאפן באזוכן דעם זוהן? האט דיין זוהן גע'גנב'עט דיין לאג-אין אינפארמאציע און זיצט אין קיאסק צו שרייבן מיט דיין ניק נאמען?)

נאך א פראגע: וואס באדייט דאס: "די לעצטע פאר נעכט האב איך מיר זאגאר געפאלגט צו איינשלאפן."

דריטע פראגע: פארוואס נאר די מאמע האט זיך געדארפט אראפבייגן צום קינד... איז זי העכער?...

און יעצט א קאמענטאר: איך האב אויך דעם זמן אוועקגעשיקט א קינד אין ישיבה אריין, טאקע נישט אין ארץ ישראל, אדער אפילו איבער'ן ים, נאר צו אן אנדערע שטאט, צו א ישיבה מיט א דארמיטארי (כ'לויב און דאנק השי"ת - אגב - אז מ'האט אים לא נתקבל'ט אין א געוויסע ישיבה, וואו איך וואלט געווען זייער אומרואיג די גאנצע צייט וואס ער איז דארט! ער האט למעשה ב"ה באקומען א נתקבל אין א פיל בעסערע ישיבה - עכ"פ אין מיינע אויגן)

איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

זאלן אלע אידישע קינדער אויפגעראכטן ווערן (ליידער זע איך טעגליך בחורים - פיינע בחורים! - וואס זענען נאך אויף די גאס רח"ל)
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

וואוו.. א שטיק געפיל! האסט ארויסגעקוועטשט פון מיר א טרער..
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

לכאורה האט געשריבן:איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

מנהל, אפשר דאך.. דער עולם וועט זיך זיכער מחי' זיין, ביסטעך די געפיל-שפראך מייסטער.

אפשר לייג עס ארויף אלס ''באקומען פון א ניק אין אישי''..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אל תדאג האט געשריבן:

איך האב עס דערווייל בלויז אויף פענע און פאפיר, איך דארף טרעפן צייט דאס אפצוקלאפן (אויך איז עס שטארק פריוואט)
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

לכאורה האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

מנהל, אפשר דאך.. דער עולם וועט זיך זיכער מחי' זיין, ביסטעך די געפיל-שפראך מייסטער.

אפשר לייג עס ארויף אלס ''באקומען פון א ניק אין אישי''..

איך האב עס דערווייל בלויז אויף פענע און פאפיר, איך דארף טרעפן צייט דאס אפצוקלאפן (אויך איז עס שטארק פריוואט)

איך בין אויך נייגעריג, אָבּער פאר דיין זוהןס וועגן שטעל עס נישט.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט

יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לכאורה האט געשריבן:אקעי, איך האב אפאר פראגעס (אה, פאר איך פארגעס: די אויגן זענען מיר געהעריג נאס!)

דו שרייבסט נישט פון וועלכע לאנד דו האסט אים געשיקט (כ'קלער אז פון ענגלאנד, אבער למעשה האסטו די לעצטע פאר טעג געשריבן קרישקעלעך פון ירושלים... האסטו זיך אזוי שנעל פארבענקט און געלאפן באזוכן דעם זוהן? האט דיין זוהן גע'גנב'עט דיין לאג-אין אינפארמאציע און זיצט אין קיאסק צו שרייבן מיט דיין ניק נאמען?)

נאך א פראגע: וואס באדייט דאס: "די לעצטע פאר נעכט האב איך מיר זאגאר געפאלגט צו איינשלאפן."

דריטע פראגע: פארוואס נאר די מאמע האט זיך געדארפט אראפבייגן צום קינד... איז זי העכער?...

און יעצט א קאמענטאר: איך האב אויך דעם זמן אוועקגעשיקט א קינד אין ישיבה אריין, טאקע נישט אין ארץ ישראל, אדער אפילו איבער'ן ים, נאר צו אן אנדערע שטאט, צו א ישיבה מיט א דארמיטארי (כ'לויב און דאנק השי"ת - אגב - אז מ'האט אים לא נתקבל'ט אין א געוויסע ישיבה, וואו איך וואלט געווען זייער אומרואיג די גאנצע צייט וואס ער איז דארט! ער האט למעשה ב"ה באקומען א נתקבל אין א פיל בעסערע ישיבה - עכ"פ אין מיינע אויגן)

איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

זאלן אלע אידישע קינדער אויפגעראכטן ווערן (ליידער זע איך טעגליך בחורים - פיינע בחורים! - וואס זענען נאך אויף די גאס רח"ל)

קודם כל איז עס מיר א פערזענליכע כבוד אז די מנהל אליין רעאגירט צו מיין ארטיקל. לאמיר ענטפערן אויף די פראגן על ראשון ראשון.

1'טע: איך האף אז קיינער איז נישט בייז אבער כ'וועל אייך מגלה זיין די עכטע סוד.. איך האב נאך קיינמאל נישט אוועקגעשיקט א זוהן אין ישיבה. איך האב נאכנישט קיין זוהן אין דעם עלטער, איך האב מיר פשוט פרובירט אריינצולייגן אין א טאטע'ס הארץ וויאזוי ער שפירט ווען ער שיקט אוועק זיין באליבטע זוהן אין ישיבה אריין, בפרט ווען מ'רעדט פון די עלטסטע זוהן. כמיין, ס'איז נישט אינגאנצן ארויסגעזויגן פון פינגער, ווי נישט ווי איז עס א געפיל וואס יעדע טאטע שפירט, אריינגערעכנט מיין טאטע'ן שליט"א - וואס ווען ער האט מיר אוועקגעשיקט לערנען איז אויך אזוי געווען די מעשה בערך, גענומען אין עירפארט, באגלייט, געוויינט, געזעגענט אא"וו...דעריבער האב איך נישט געפילט פאר וויכטיג אריינצולייגן די פלאץ פון ווי כ'האב אים געשיקט, יעדע טאטע שפירט די זעלבע אין יעדע פלאץ פון די וועלט. (אז דער עולם האט נישט ליב ווען ס'איז נישט עכט, איז נישט.) און דעס וואס דו ביסט צעמישט ווי פונקטליך איך וואוין - עיין בתיבת האישי שלך.

2'טע: טעות הדפוס, וצ"ל: "געפלאגט" צו איינשלאפן

3'טע: פארוואס נאר די מאמע האט זיך געדארפט אראפבייגן? די טאטע האט זיך בעצם אויך געדארפט אראפבייגן נאר ביי די מאמע האב איך עס אויסגעשמועסט ווייל ס'הערט זיך עפעס בעסער, לדעתי איז עס מער עמאציאנאל..ווי א מאמע בייגט זיך אראפ און נעמט ארום איר קינד (איך האב גראדע אויך געטראכט פון די קשיא בשעת'ן שרייבן)

אלענפאלס, ש'כח פאר דיין הערות מנהל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פאר'ן אויסקלארן!

ביסט א פיינער שרייבער, מעגסט שרייבן נאך ארטיקלעך
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

וואו אזוי גוט צו אראפלייגען א זאך
זיעער עמאצניאל ממש געהאט טרערן אין די אויגען

מיר דערמאנט פון מיין אוועקפארען אין ישיבה

מיר ווילען נאך אזעלכע פיינע 'תבשילין'
שש ושמח

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

[quote="עירוב תבשילין"]

איך האף אז קיינער איז נישט בייז אבער כ'וועל אייך מגלה זיין די עכטע סוד.. איך האב נאך קיינמאל נישט אוועקגעשיקט א זוהן אין ישיבה.
בס''ד
אויב אזוי האסטו ערשט טאלאנט מיט א פיינע דמיון פורח בלע''ה!!!
חזק ואמץ בעבודתך!!!
מצפים לעוד.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: מיינע געפילן ביים באגלייטן מיין זוהן צו ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אל תדאג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב אים א נאכט בעפאר'ן אפרייזן אפגעשריבן א הארציגע בריוו אויף דריי עמודים, עס איינגעקנייטשט און אריינגעשטעלט מיט א קאנווערט אין זיין תפילין בייטל... ווען איך קען עס דא אהערשטעלן...

מנהל, אפשר דאך.. דער עולם וועט זיך זיכער מחי' זיין, ביסטעך די געפיל-שפראך מייסטער.

אפשר לייג עס ארויף אלס ''באקומען פון א ניק אין אישי''..

גא"מ
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”