מיט וועמען דרייעסטו זיך?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
מיט וועמען דרייעסטו זיך?
"יואלי! דאס זעט מיר נישט אויס געזעצליך, דער געשעפט". זאגט מענדי. "איך האלט נישט אז אן ערליכע געזעצטער בחור ווי דיר האט וואס צו זוכן ביי אזעלכע מינע מענטשן".
יואלי ציהט מיט די פלייצע און זאגט: "הער מענדי, אונז זעמיר אלעמאל געווען גוטע חבירים. אונז האבן מיר צוזאמען פארברענגט אלעמאל. געגאנגען אין קעמפ צוזאמען. געפארן זיך אויסלופטערן אביסל יעדע שטיק צייט. איך מיין עס איז געקומען די צייט אז יעדער זאל זיך גיין זיין וועג, און פארשטייט זיך מיר וועלן ווייטער זיין בקשר..." אבער מענדי האט נישט איינגעגעבן: "זיי וועלן דיך קאליע מאכן-יואלי. דו אליינס האסט דאך געזאגט אז דו ווייסט אז זיי באנעמען זיך מיט אומלעגאלע אקטיוויטעטן". אבער יואלי איז שוין געווארן אומגעדולדיג: "מענדי איך זאג דיר, איך גיי ארבעטן מיט זיי פאר א חודש צוויי, אז איך זאל האבן אביסל געלט אנצוהייבן די נייע זמן. און זאג מיר ביטע נישט קיין מוסר! לאמיר אפמאכן אז פון יעצט און ווייטער פרעגט קיינער נישט איבער דעם אנדערן'ס געשעפטן, און מיר בלייבן גוטע פריינט".
און אזוי איז טאקע געווען. די צוויי חברים האבן ווייטער גערעדט אויפן טעלעפאן איינמאל א וואך, און זיך געטראפן איינמאל א חודש, אבער די שמועסן זענען נאר געווען איבער די משפחה אדער פאליטיק, די וועטער און דאס גלייכן. מענדי האט נישט פארציילט פאר יואלי אז ער איז געווארן א סי אי אוי פון א גרויסע קאמפעני, און אויך זיכער געמאכט נישט צו פרעגן פון יואלי פון ווי ער האט געלט.
איין טאג, ווען מענדי איז געווען אויפן וועג צו זיין קאר נאך א טאג ארבעט, ריקן זיך צו צוויי באוואפענטע לייט פון הונטער אים, און נעמען אים ארום פון ביידע זייטן, און זאגן אים: "מיסטער! דו קומסט מיט אונז צו יענע ווייסע קאר וואס איז דארט פארקירט". מענדי האט פארשטאנען אז ער וועט נישט קענען אנטלויפן פון זיי, און אן קיין אנדערע אפציע איז ער מיט געגאנגען מיט זיי אריין אין די ווייסע קאר, ווי דארט האבן שוין געווארט אויף אים נאך צוויי באוואפענטע לייט. "אונז ווייסן אז דו פארמאגסט א גרויסע פארמעגן" האט אנגעהויבן צו מסביר זיין איינער פון די וואס זיצן אין די קאר מיט א גרויסע היטל וואס פארדעקט זיין פנים: "מער פון דעם, אונז האבן געהערט אז רוב פון דיין פארמעגן איז איינגעשטעקט אין דיימאנטען וואס דו האלטסט אין די סעיף פון די באנק וואס איז נעבן דיין הויז". מענדי האט פרובירט צו מורמלען אז ער ווייסט נישט פון וואס זיי רעדן, אבער אינעווייניג אין זיין הארץ האט ער אנגעהויבן צו ציטערן אז ער וועט פארלירן זיין גאנצע פארמעגן וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט דורך די לעצטע פאר יאר פון שווערע ארבייט ארום דעם זייגער. "איז וואס ווילט עטץ פון מיר?" האט ער געפרעגט. "אז דו זאלסט אונז זאגן ווי דו האלטסט די קארטל וואס קען עפענען די סעיף, און אזוי אויך זאלסטו אונז זאגן די סעקיוריטי קאוד. אויב וועסטו אונז אפזאגן, וועסטו אונז דאס אויסזאגן דורך אנדערע מיטלען..."
איינע פון די צוויי וואס האבן אים אנגעכאפט, האט אויסגעפירט א פולע זוכעניש אויף אים דורכאויס די רייזע. אים צוגענומען זיין סעלפאן, גענישטערט אין זיין בערזל און אויסגעליידיגט זיין טאשקע וואס ער האט געהאט מיט זיך. ווען ער האט נישט געטראפן דעם קארטל וואס ער האט געזוכט, האט ער אים געזאגט: "אדער זאגסטו אונז ווי דער קארטל געפינט זיך, אדער וועלן מיר מאכן א זוכעניש אין דיין גאנצע הויז, א זאך וואס איך טראכט נישט אז עס וועט דיר שטארק שמעקן".
ווען דער קאר האט זיך אפגעשטעלט נעבן אן אפגעזונדערטע הויז ארום גענומען מיט געדעכטע ביימעלעך, האט מענדי פארשטאנען אז ער איז אויף געהאקטע צרות. אבער עס איז אים לייכטער געווארן נאך וואס מען האט אים אריינגענומען אינ'ם הויז -ווי עס זענען געווען נאך באוואפענטע לייט- און פלוצלינג זעט ער אז איינער פון זיי איז.... יואלי! וואס האט אים געגעבן א ווינק מיט די אויגן אבער האט זיך געמאכט ווי זיי קענען זיך נישט.
מענדי איז געווארן אריינגעפירט אין א קליינע צימער מיט א שטיקל ברויט און א פלעשל וואסער. אויסער דעם איז גארנישט געווען אינ'ם צימער. "אונז וועלן דיר ארויסנעמען איינמאל צופרי און איינמאל ביינאכט פאר דיינע באדערפענישן" האט אים געזאגט איינער פון די מענטשן, "און אין די אנדערע צייטן וועסטו דא זיצן אליין און צופלאצט ווערן, ביז דו וועסט מחליט זיין אונז ארויסצוגעבן אלעס וואס מיר פארלאנגען. אויב דאס וועט אויך נישט ארבעטן, וועלן מיר אריבערגיין צו אנדערע מיטלען...". און האט אים דארט איבערגעלאזט פאר די נאכט.
שפעט אינמיטן די נאכט עפנט זיך די טיר פונ'ם צימער. מענדי וועקט זיך אויף און זעט אז יואלי ווייזט אים צו זיין שטיל. "הער צו" זאגט אים יואלי: "איך קען דיך נישט באפרייען, ווייל אויב וועלן זיי אויסגעפונען אז איך האב דאס געטון, גלייב איך אז זיי גייען מיר אפווישן פון וועג. אבער איך האב א געדאנק וויאזוי צו ראטעווען דיין פארמעגן. זאג מיר ווי ליגט באהאלטן דיין קארטל, גיב מיר די סעקיוריטי קאוד און איך וועל גיין אויסליידיגן דעם סעיף איבערלאזנדיג ממש אפאר קליינע דיאמאנטן. נאכדעם ווען זיי גייען דיך אויספרעגן, וועסטו זיי ענטפערן אז דו האסט דערלייגט דיין גאנצע פארמעגן אין שלעכטע אינוועסטמענטס, און דו האסט עכט כמעט גארנישט אין דיין סעיף. און נאכדעם וועסטו דיך מאכן ווי דו ברעכסט דיך און דו גיבסט איין, און וועסט זיי זאגן די קאוד און ווי די קארטל ליגט. זיי גייען אהינגיין, און וועלן זיך אליין איבערצייגן אז עס איז כמעט גארנישט דא, און זיי גייען דיך באפרייען. נאכדעם וועל איך דיר אלעס צוריק געבן". מענדי האט ארומגענומען זיין פריינט, און אים געגעבן אלע אינפארמאציע וואס ער האט געבעטן און זיך צוריק געלייגט שלאפן אויף די קאלטע פלאר.
דער פלאן האט געארבעט וואונדערליך. מענדי וואס האט געטויגט אראפצולייגן א שפיל, האט געוויינט און זיך געבעטן און זיי געזאגט אז זיי האבן זיך טועה געווען, ווייל ער האט שוין דערלייגט זיין גאנצע פארמעגן.
"עס איז מיר איבערגעבליבן ממש געציילטע דיאמאנטן, האטס רחמנות און לאזסטס מיר דאס האבן..." האט ער געזאגט צו זיי בעטנדיג. אבער דער אויספארשער האט נישט איינגעגעבן: "אדער גיבסטו אהער די אינפארמאציע אדער גיימיר אריבער צו אנדערע מיטלען". מענדי האט זיך "געבראכן" און אלעס ארויסגעגעבן.
נאך וואס זיי האבן אוועק גענומען די פאר איבערגעבליבענע דיאמאנטן וואס איז געווען אינ'ם סעיף, האבן זיי באפרייעט מענדי אין כעס און אנטוישט.
עס איז אריבער צוויי טעג, רופט מענדי אן זיין חבר יואלי: "א גוט מארגען מיין טייערע חבר יואלי. איך וויל דיר באדאנקען פאר דיין הילף, איך ווייס אז די ריזיקע זיך אנצוטשעפענען מיט די חברה איז זייער גרויס, און איך שעץ שטארק דיין געטרייע פריינטשאפט וואס האסט ארויסגעוויזן. ווען קען איך קומען נעמען מיין פארמעגן?"
יואלי לאכט זיך אונטער און זאגט: "מענדי, איך האב געוואוסט אז דו האסט נישט קיין ברירה און האסט זיך נאר געקענט פארלאזן אויף מיר. האסט מיר געגעבן אלע אינפארמאציע אז איך זאל נעמען דיין פארמעגן און אכטונג געבן דערויף. אבער אויס צו וועלן צווישן אונזער פריינטשאפט אדער רייכטום וואס די אלע דיאמאנטן קענען מיר צוברענגען, די רייכטום געווינט! און וויסנ'דיג אז דו ווייסט נישט ווי איך וואוין, און מארגען גיי איך טוישן מיין טעלעפאן נאמבער, מיין איך אז דו ביזט געלאדענט זיך צו געזעגענען פון דיינע דיאמאנטן. עס איז געווען איינגענעם זיך צו קענען, מיין פריינט." און יואלי האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. מענדי האט געשפירט א שטאך אין הארץ אויף זיין גוטע חבר וואס איז געפאלן אין אזעלכע קרימינאלע ערטער און אומבאגלייבטקייט.
א צוויי שעה שפעטער פראלט זיך אויף די טיר פון יואלי'ס הויז, עס שפאצירן אריין א גרופע פאליציי לייט און ארעסטירן יואלי'ן. זיי מאכן א זוכעריי אינעם גאנצען הויז ביז זיי האבן געטראפן גאנצע פעק מיט געגנב'טע סחורה, אריינגערעכנט מענדי'ס דיאמאנטען.
זיצענדיג אינ'ם אויספארשונג צומער אינ'ם פאליציי סטאנציע, זאגט אים דער אויספארשער: "מענדי האט דיך גלייך חושד געווען אז אפשר גייסטו אים אפנארן, האט ער זיך געוואנדען גלייך צו אונז, אז מיר זאלן קענען נאכגיין פון ווי דיין טעלעפאן קאמיוניקאציע קומט, און אזוי אויך אז אונז זאלן קענען רעקארדירן ענקער שמועס, אז מיר זאלן דאס קענען נוצען קעגן דיר ביי דיין משפט..."
"אבער וואס איז אים איינגעפאלן אז איך זאל אים וועלן אפנארן?" האט יואלי געפרעגט ערשטוינט. "זייער פשוט" ענטפערט אים דער אויספארשער מיט א שמייכל: "ער האט אונז געזאגט אז ער וועט זיך פרייען דיר צו גלייבן, אבער נאך די אלע יארן וואס דו ביזט געווען ארומגענומען מיט נידריגע חברה, איז דער שאנס אז דו ביזט געבליבן ערליך נישט צו הויעך... און ליידער איז ער געווען גערעכט".
---------------------------------
לוט -זאגן אונז חז"ל- איז סופו מוכיח על תחילתו. וויבאלד ער האט צום סוף געהאט די פרשה מיט זיינע טעכטער, ווייזט דאס אז ער איז לכתחילה אוועק געגאנגען פון א גוטע סביבה, ביי אברהם אבינו, און האט זיך אוועק געצויגן צו די ערגסטע פלאץ אויפן כדור הארץ, די שטאט סדום, צוליב נישט קיין גוטע כוונות. ער האט געוואלט האבן אביסל א גוד טיים. און האט נישט אכטונג געגעבן אין וואספארא געגענט ער גייט אריין.
א מענטש דארף אייביג זיכער מאכן און גוט איבער קוקן ווער זענען זיינע חברים און אויב זיי ציען אים אויף ארויף אדער פארקערט. די סביבה אין וואס מיר דרייען זיך קען משפיע זיין אסאך אויף אונזער מהות. מיר דארפן זיך צוריק האלטן פון שלעכטע חברים און זיך באהעפטן צו גוטע און ערליכע חברים, אז אונז זאלן מיר זיך אפלערנען פון זייערע גוטע מידות און ווערן אזוי ווי זיי.

לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2168
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
מזל טוב צום טויזנטער! גימיר זיך זעצו ליינען.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
מאסיוו!! און מאזעטאוו צום טויזנטער!!
גראדע האט דער יואל'י שפעטער תשובה געטון, וואדעווער.

- גרינע בלעטעלע
- שר מאה
- תגובות: 170
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
הערליך שיין!!
מזל טוב
ר’ חוח אז דו קענסט די מעשה פארצייל עס דו

א געזונטן זומער
- רעים
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7405
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
- לאקאציע: אישי
- פארבינד זיך:
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
א דאנק פאר אלע דאנקערס. דער טויזענטערס האב איך געוואלט זאל זיין עפעס זאכליך.
און יעצט איז עס שוין איינס ווייטער.
און יעצט איז עס שוין איינס ווייטער.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 632
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
- לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
הערליך שיין!
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
- ריעל עסטעיט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3530
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am
- לאקאציע: ביים באנק אקואנט
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
זייער שיין
לעצט פאראכטן דורך ריעל עסטעיט אום מאנטאג ינואר 10, 2022 4:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 999 סך הכל.
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
זייער גוט אראפגעלייגט האסט א גוטע פעדער.
מז'ט צום אלפ'ל.
מז'ט צום אלפ'ל.
- א נייניקל
- שר האלפיים
- תגובות: 2002
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
- לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
10Q אזוי גוט געשילדערט. מיר ווארטן אויף נאך (מיט מוסר פארשטייט זיך)
עפעס אנדערש האבעך דיר געוואלט זאגן! מז''ט

- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
זייער זייער שיין!
א גוטע פעדער, רייכע לשון, און א שיינע אויספיר
א גוטע פעדער, רייכע לשון, און א שיינע אויספיר
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
וואף, שפאנענד
- הערינג מיט ברוינפען
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3589
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
שיין איז נישט דאס ווארט!
הערליך שיין איז יא...
הערליך שיין איז יא...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
זייער שיין!
שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל, און פון די מעסעזש.
מז"ט.

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- unit 13
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3261
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
- לאקאציע: Command Center
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
Wow...1,000 Mazal Tov
A lot's of Ivelt Nachas
A lot's of Ivelt Nachas
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
Wow wow
- 36 געסט
- שר האלפיים
- תגובות: 2321
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
- לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
זייער שיין
מזל טוב
עיין רמב"ן שבן נח מותר בבתו רק שהיה הדבר מכוער בעיניהם ולא נעשה כן מעולם

- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4215
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
איי דער יואלי…
הערליך שיין, מז״ט.
הערליך שיין, מז״ט.
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

- תגובות: 925
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
Wow it's a master piece
!!!!
MAZEL TOV
One thousand
!!!!!
!!!!
MAZEL TOV
One thousand
!!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
דאס איז נישט 'עפעס אנדערש', נאר 'עפעס ספעציעל', משהו מיוחד בלשונם הבדוי.
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
שלמה מולכו האט געשריבן:איי דער יואלי…
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4215
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: מיט וועמען דרייעסטו זיך?
פרישע קוגל האט געשריבן:שלמה מולכו האט געשריבן:איי דער יואלי…
אויב שפירט איר א געברויך אויסצוגעבן אייער ווייטאג, כעס, עסעניש, אדער פרישטאג, ביטע זיכט אייך א צווייטע אדרעס. (קרעדיט פרישע קוגל)