JD Media האט געשריבן:צפת - א משפחה וועלכע איז געגאנגען צום בית החיים אין מירון זענען פלוצים ווילד איבערגעפאלן דורך די פאליציי דער טאטע אין עלטער פון 76 יאר איז פארוואונדעט געווארן און זיין זוהן איז שטארק צוקלאפט געווארן. נאכן אנפרעגן די פאליציי וואס זיי ווילן איז קלאר געווארן אז די פאליציי האט געמאכט א אידענטיפיקאציע טעות און בטעות האבן זיי געכאפט דעם נישט ריכטיגן מענטש. און כאטש דער טעות האט נישט געפאסט פאר די פאליציי צו אויפגעבן און האבן געהאלטן די אידן אין ארעסט ביז די משפחה לויער איז געגאנגען קלאגן אין קארט וואס דעמאלטס זענען זיי געצווינגען געווארן זיי צו באפרייען. די משפחה האפט צו קענען קלאגן די פאליציי.
דער מאנגל אין זיץ-פלייש דא אויפ'ן באס, איז מרמז אז די רייזע קומט באלד צו אן ענדע. אט אט גרייכט מען מירון און פון דארט איז מען ממשיך קיין צפת, בעזר השם. א קורצע טעלעפאנישע געשפרעך מיט די ב"ב וואס איז שוכן אין די הינטערשטע טייל פונעם באס באשטעטיגט מיין השערה.
- "סליחה, יש לך פלאפון?" [זאג, זעסטו דען נישט אז כ'האב עס יעצט פארענדיגט נוצן? נ'עוואדע האב איך…]
- "כן."
- "אני יכול לעשות שיחה קטנה?"
- "בשמחה, גם ארוכה."
שוין בתחילת הדרך איז מיין אויג אויף אים געפאלן, ער האט זיך מיישב געווען ממש פארנט פון מיר. א גאנצע וועג איז ער געזעצן איינגעקורטשעט אין זיך, צוגעקלעבט צום פענסטער און געקלאצט. יא, פשוטו כמשמעו, געקלאצט. נישט קיין עירפאונס, נישט קיין דרימל, נישט קיין ספר'ל, נישט קיין גארנישט, בלויז געקלאצט און געקלאצט. ווארשיינליך איז ער אביסל פאר'תם'ט - האב איך משער געווען. ביי אייך אין אמעריקע וואלט מען געזאגט אז ער איז SLOW, און מיינע ליטווישע שכנים וואלטן אים גערופן א 'טמבל'.
'בכמה דקות אני מגיע' איז ער מודיע פאר מיין סעלפאון. 'הייסט עס אז ער איז דא אליין', מאך איך א שנעלע חשבון. מיינסט אז ער וואוינט אין מירון? ער גייט באקליידעט מיט א פולע חסיד'ישע טראגע. נו, ווער זאגט אז ס'איז א סתירה? בכל אופן וואלט געווען אינטערעסאנט צו פארפירן מיט אים א שמועס.
'אתה נוסע לבד?' פרעג איך אים. ער שאקלט יא. 'יש לך קרובים שם במירון?' בין איך ממשיך. 'לא, אנחנו גרים באור הגנוז.' - 'ואתה לומד בירושלים במשך השבוע' ערגענץ איך דעם בילד. ער שאקלט מיט אלס הסכמה.
[אור הגנוז איז א דערפל בשכינות פון מירון.]
"וויאזוי איז דאס לעבן אין אור הגנוז?". א פינק פון שטאלץ דערקענט זיך אין זיינע אויגן. "די לעבן דארט איז זייער שיין, אונז האבן א מוסדות, א ביהמ"ד און א מקוה." אויב אין אנהייב האט ער גערעדט גאנץ טרוקן האט זיין שטימע יעצט באקומען א חיות.
- "אזוי גאר? א חסידישע מוסד אדער א ליטווישע?"
- "די רוב איז חסידיש, ס'זענען דא אפאר ספרדישע משפחות אויך, אבער זיי זענען ממש א מועט."
און דא איז די באס געקומען צו אן אפשטעל, כהאב זיך ווארעם געזעגנט פון מיין נייע פריינט - דער בחור'ל וועס האט מצליח געווען מיט אויפצושאקלען ביז די טיפעניש פון מיין נשמה - ער האט געכאפט זיינע געפעק, מיר געשאנקען א געזעגנונגס שמייכל, און ער איז אראפ פון די באס.
די איבריגע שטיקל וועג ביז קיין צפת בין איך געזעצן איינגעקורטשעט אין זיך, צוגעקלעבט צום פענסטער און געטראכט. יא, פשוטו כמשמעו, געטראכט. נישט קיין עירפאונס, נישט קיין דרימל, נישט קיין ספר'ל, נישט קיין קול מבשר, נישט קיין גארנישט, בלויז געטראכט און געטראכט. מיינע ארומיגע האבן מיר ווארשיינדליך אנגעקוקט ווי א פאר'תם'טער אדער ווי מ'זאגט ביי אייך אין אמעריקע SLOW, וואס מיינע ליטווישע שכנים רופן אן א 'טמבל', אבער איך האב נישט געהאט קיין צייט צו טראכטן איבער דעם, איך בין געווען פארנומען מיט אנדערע מחשבות. מחשבות איבער מיך, מחשבות איבער מיין לעבן.
איך האב אלס געוויסט אז די דארפישע איינוואוינער זענען אין א קעסטל, אבער אז איך בין גאר דער מצומצם דאס איז מיר נישט איינגעפאלן. זעט אויס אז איך האב נאך וואס זיך צו לערנען...
ווי זאגט סאכדעס אין אזא פאל? בא ללמד ונמצא חוזק...
שוין, כ'בין אביסל פארקראכן פון צפת, אבער דאס איז געווען א טייל פון מיין איבערלעבעניש, האב איך עס מיטגעטיילט. המשך יבא בעזרת השם.