פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
זעכציגער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 12:57 pm

פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעכציגער »

אט געב איך איבער דעם מייקראפאן פאר מיין קאלעגע פופציגער.
הק' פופציגער - זעכציגער
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איי אייוועלט אייוועלט…

אינעם גוגל פראווינץ, זיצט זיך א קליין דערפל פארשטופט און פארווארפן צווישן רוישיגע שטעט. א קליין דערפל וואס אויף די מאפע איז זי אפשר קליין און נישטיג, אבער אין ווערד איז דאס אומשאצבאר.

א דערפל וועלכע שיינט ארויס מיט איר אייגנארטיגקייט פון אלע אירע רוישיגע שכנים, זייענדיג אוועקגעשטעלט מיט שטארקע פרינציפן אין א שארפן קאנטראסט פון אלע געגנטער אין דעם שטופי זימה'דיגער פראווינץ. דער דערפל איז באזעצט מיט א באפעלקערונג וואס רעכנט זיך אלס די געקליבענע שיכט פון דעם געקליבענעם פאלק כלל ישראל, וועלכע האט מקבל געווען א תורה מיט קלארע געזעצן וועלכע האבן זיך נישט געביטן פון יענעם היסטארישן טאג ווען דער גאנצער פאלק איז געשטאנען פארן בארג סיני און אויסגעשריגן דעם הילכיגן נעשה ונשמע!

א באשיידענעם קרעטשמע איז אוועקגעשטעלט געווארן אין דעם הייליג דערפל. אן ארט ווי עוברים ושבים קענען צו יעדע צייט אריינקומען זיך דערכאפן ס'הארץ מיט א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט.
אן ארט וואו עס ליגן פארשטעקט אוצרות ע"ג אוצרות פון אויסגעהאלטענע שרייבעריי ווערק פונעם העכסטן קוואליטעט.
אן ארט וואו עס קומען זיך צונויף חברים און ידידים וועלכע זוכן א טובה צו טון א צווייטן איד, טראץ וואס דער צווייטער איד קומט אריין מיט א פארשלייערטער געזיכט פונקט ווי דער בעל חסד.
אן ארט וואו ערליכע אידן קומען און פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד נאך א שווערן טאג ארבעט, נאך א געשמאקן טאג ארבעט, און אין א רעגנדיגן זונטאג צוגלייך.
אן ארט וואו סוקסעספולע ביזנעסלייט טיילן גערן מיט זייערע ביזנעס ערפארונג און העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן.
אן ארט וואס שיינט ארויס דעם מי כעמך ישראל זעענדיג ווי אידן זוכן נישט אריינצופאלן אין די ברייט אויסגעשפרייטע נעצן פון די ארומיגע שכנים.

אה… ווי געשמאק איז געווען צו זיין א חלק פון אט די הייליגע טייערע אייוועלט חברים.

ווי זיס זענען געווען די מאמענטן ווען מען האט זיך צונויפגעשמועסט, און זיך אויסגעגעבן על הכתב צווישן אזעלכע געהויבענע לייט. דאס פארנעמט א געשעצטע פלאץ אין די מח קעמערלעך, און עס ברענגט ארויף די זעלבסט ווירדע. אשרינו שזכינו!

אצינד אבער, נאכן אפקלאפן 4999 תגובות און 49 ארטיקלען, ביים שוועל פון א ראנג העכערונג, איז געקומען די צייט פאר חשבון הנפש, און מיט א ציטערדיגער געמיט דארף מען באשלוסן וואס וועט זיין דער ווייטערדיגער שריט פון דא.

געוויס האט איר צוגעטראפן פון וואס די רעדע איז. דאס איז דער מכה אשר לא כתובה בתורה - גילוי!

שוין ארום דריי יאר כולם שוין לטובה דריי איך מיך ארום דא אויפן וועלטל. און אריבער א יאר אונטער דעם פופציגער ניק. פרובירנדיג צוצולייגן צום קרעטשמערישן געטראנק וואו אימער איך קען, און איבערלאזנדיג מיינע פינגער אפדרוקן אין יעדן ארט וואו איך האב געקלערט אז עס קען זיין אינטערסאנט פאר עמיצן.

אמאל באקומט מען א קאמפלימענט, און אמאל א שטיקעלע קריטיק. עולם כמנהגו נוהג, מען גייט ווייטער אן.

ביז עס איז געקומען דעם גילוי קלאפ, וואס האט איבערגעלאזט דעם פופציגער ניק אינגאנצן צוקלאפט.

זייט וויסן מיינע טייערע פריינט, אז אייוועלט איז נישט דער איינציגער פלאץ וואו איך נוץ מיין פעדער. איך האב ב"ה נאך פלעצער וואו איך לופטער מיינע שריפטליכע ווערק, און אין אנדערע פלעצער באקום איך באצאלט פאר דעם…

נאר וואזשע דען? איין זאך האב איך געגליכן דא ביינונז אויף אייוועלט, נעמליך, דאס אז איך קען שרייבן זאכן וואס אין אנדערע פלעצער נישט, און איך קען זיך אויסגעבן אונטער אן אנאנימער ניק לויט וואו מיינע געפילן טראגן מיר.

וואס זאל איך אייך זאגן? אויב נאכן ערשטן גילוי קלאפ האב איך געמיינט אז איך וועל זיך שנעל ערהוילן דערפון, איז געקומען א צווייטע, און דאן א דריטע, וכו' וכו' וכו'. ביי מיר איז שוין קלאר געווען אז צופיל מענטשן ווייסן שוין בסוד שבסוד סודות מיין אידענטיטעט, אבער דאך האב איך געגליכן דעם פלאץ. עד שבא פלוני, דער מייסטער מגלה, וועלכע האט געלייגט דעם לעצטן שטרוי אויפן קעמל'ס רוקן מיט אפאר טאג צוריק, ברענגענדיג מיר צו פאסן דעם באשלוס אז איך בין פארטיג מיט מיין הייליגע אייוועלט.

מיינע טייערע פריינט. איך בין נישט געקומען דא זיך מספיד זיין ווייל איך זוך אייערע וויינעדיגע בענקענישן. נאר אביסל צו מעורר זיין דעם ציבור שארית הפליטה איבער דעם הארבן איסור פון גילוי שכבר צווחו על זה אריות שבחבורה נבג"מ.

ביטע האט שכל!! דער אנאנימער ניק וועלכע האט זיך דא אריינגערוקט צו שרייבן אויף אט דעם פלאטפארמע האט זיך נישט איינגעשריבן מיט זיין פולן נאמען, ווייל ער וויל דאס נישט! און אויב ביסטו אמאל אויף סיי וועלכן אופן דערגאנגען די אידענטיטעט פון א געוויסן ניק. ביטע. ביטע, האלט דאס ביי דיר! עס וועט דיר גארנישט בויען אין קיינעם'ס אויגן ווען דו וועסט מגלה זיין א צווייטן, נאר עס וועט ברענגען א סתימת הגולל אויף דעם באטראפענעם ניק.

איך בין צופרידן אז איך לאז איבער אונטער מיר א געהענגל פון 49 ארטיקלען וועלכע זענען אפגעשריבן געווארן אויף דעם הייליג פלאץ, און איך בין צופרידן מיט יעדן שמייכעלע אדער אבק שמייכעלע וואס איך האב בעז"ה באוויזן ארויפצוברענגען אויף אייך מיינע טייערע חברים. אבער ס'צייט זיך צו געזעגענען.

איך בין נישט דער ערשטער - און איך קען באשטיין צו זיין דער לעצטער - וואס פארלאזט דעם וועלטל צוליב א גילוי אטאקע, און עס איז צייט מען זאל זיך אויפוועקן און אויסוואקסן דעם קינדערישן תאווה פון מגלה זיין אנדערע ניקים.

אזוי אינג, מיט אזויפיל חומר אין קאפ וואס מען וואלט נאך געקענט אנפירקלען אויף די קרעטשמע ווענט. מיט עטליכע אפענע דרעפטס פון ארטיקלען. עס טוט מיר וויי. אבער דאס איז דער באשלוס וואס איך האב געמוזט פאסן אין אט דעם שווערן סיטואציע.

אלזא, מיינע טייערע פריינט. איך וואונטש אייך איר זאלט האבן פון אלעם גוטן. אין מיין חתימה קענט איר טרעפן דעם געהענגל מיט מיינע ארטיקלען וואס איך האב פארשריבן במשך די צייט, און איך האף איר וועט הנאה האבן.

גלייכצייטיג וויל איך אויסנוצן די געלעגנהייט איבערצובעטן מיינע קאלעגעס אויב האב איך אמאל עמיצן וויי געטון אויף סיי וועלכן אופן, במזיד אדער בשוגג, און איך האף אז קיינער וועט נישט בלייבן מיט פארווייטאגטע זכרונות פון דעם ניק פופציגער.

אויב ווילט איר זיך מחמת איזה סיבה פארבינדן מיט מיר קענט איר מיר קאנטעקטן אויף אימעיל [email protected]

אויף דערווייל איז דער פלאן זיך נישט צום ווידערזעהן. ונראה איך יפול דבר בס"ד.

הצלחה מיט שמחה, כל טוב.
הק' פופציגער
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט דאט קאם.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער צווייטער גילוי קרבן אין די לעצטיגע טעג. דאס מוז זיך אויפהערן!

פופצי מיר וועלן זיך בענקען נאך דיין געשמאק.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך אקטאבער 20, 2021 1:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

:x :x :x
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

נישט נארמאל וואס דא קומט פאר!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

ניין טו עס נישט. אונז דארף מיר נאך דא
א קלאפ פאר איי וועלט
פופצי לא נישכח ממך 50צו
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אין פארוואס 'פונקט' געהאט גילו ווען פופצי האלט ביי די 99 סינדראם?! 4999...

עפעס איז פי(פצו)שי דא..
על "טעם וריח" אין להתווכח
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

ה' נתן וה' לקח יהוא שם ה' מבורך מעתה ועד עולם...
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

פעיק ניוז האט געשריבן:דער צווייטער גילוי קרבן אין די לעצטיגע טעג. דאס מוז זיך אויפהערן!

פופצי מיר וועלן זיך בענקען נאך דיין געשמאק.

האמיר געכאפט דעם שילדיגן...
viewtopic.php?p=3077307#p3077307
באקלאפטס אים די ביינער...
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

וואס איז די גילו מגיפה דא לעצטענס??
ווער איז נעקסט? איז עס סתם א קאליווער?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

אינעם גוגל פראווינץ, זיצט זיך א מענטשעלע פארשטופט און פארווארפן אין א קליין דערפל צווישן רוישיגע שטעט.
א מענטשעלע פארשלייערט אונטערן בילד פון פרעזידענט גרענט, און אַזוי ווי געוויסע האָבן ליידער עובר געווען אויף איינע פון די ג' חמורות גילוי ע.. האָט דער קליין מענטשעלע באַשלאָסן אז אין דעם קרעטשמע קען ער און וועט ער זיך מער נישט דערכאַפּן דאָס האַרץ זיינער, און דאָס אַפעקטירט ליידער אַלע קרעטשמעריסטן אויף א שוידערליכע פארנעם!

פופצי, פופצי! קשה עלינו פרידתך!!

אזויפיל ביישטייערונגען האָסטו דאָ געמאַכט און ליידער ליידער ביסטו געפאַלן א קרבן צו דער מגלה! ווער וואָלט זיך געגלייבט און ווער וואָלט זיך געחלומ'ט אזוי יונג און אזוי טראַגיש פארשניטן צו ווערן פון אונזער קרעטשמע!!! כליפ קליפ!!

זאָל דער פון אויבן העלפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויאמר למלאך המשחית הרף און דאָס זאָל זיין דאָס סאַמע לעצטע קרבן וואָס ווערט פארשניטן פון דעם מכה אשר לא כתובה בתורה ובלע המוות לנצח וכו' וכו'
לעצט פארראכטן דורך אכט אום מיטוואך אקטאבער 20, 2021 1:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

תגובות: 4999...
לפנות בוקר
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

דור הולך ודור בא
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

masmid האט געשריבן:וואס איז די גילו מגיפה דא לעצטענס??
ווער איז נעקסט? איז עס סתם א קאליווער?

שמעקן שמעקט עס אַז דאָ רעדט מען פון דער איין און דער זעלביקער מגלה.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

סאמטינק פישי
'זעכציגער' האט איבערגעגעבן דעם מייק פאר 'פופציגער'
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

וועט זעכציגער דא בלייבן אדער איז ער אויך געפאלן א קרבן?


האקט
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
זעכציגער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 12:57 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעכציגער »

היינו טעמא דפופציגער היינו טעמא דזעכציגער.

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש.

טשעקינג אוט.
הק' פופציגער - זעכציגער
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

זעכציגער האט געשריבן:היינו טעמא דפופציגער היינו טעמא דזעכציגער.

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש.

טשעקינג אוט.

העי גילו.... טראגטס אים ארויס פון דא.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אכט האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:וואס איז די גילו מגיפה דא לעצטענס??
ווער איז נעקסט? איז עס סתם א קאליווער?

שמעקן שמעקט עס אַז דאָ רעדט מען פון דער איין און דער זעלביקער מגלה.

איך האב דעי וואך גערעדט מיט איינער וואס האבן געליטן פון גילוי און יענער איז געווען אויסער זיך פון צער. יענער האט אויך געסטאפט צו זיין אקטיוו דא
---------

מדארף מאכן א באזינדערע אשכול וועגן די גילוי אישו און דא זאל מען לאזן פארן געבן די כבוד האחרון פאר 50צו
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

כאטשיג שרייבן נאך ’איין’ ארטיקל,
וועט עס זיין 5000 תגובות און פיפציג ארטיקלען!

מ’העט זיך שטארק בענקן, איך רעדט פון מיר פראזענדליך וואס האט אויסטערליש שטארק הנאה געהאט פון פיפציגער!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

דעת בעל הבית האט געשריבן:כאטשיג שרייבן נאך ’איין’ ארטיקל,
וועט עס זיין 5000 תגובות און פיפציג ארטיקלען!

איך האף אז תגובה 5000 איז רעזערווירט צו מעלדן די קאלארוואר
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:כאטשיג שרייבן נאך ’איין’ ארטיקל,
וועט עס זיין 5000 תגובות און פיפציג ארטיקלען!

איך האף אז תגובה 5000 איז רעזערווירט צו מעלדן די קאלארוואר

אםםם...
מאכסט מיר טראכטן... הלוואי!!
אבער אויב יא טאר מען דאך נישא אויסזאגן!..
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

איי פופצי פופצי מיר גייען זיך בענקען א עכטע פארלוסט
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

אויב, און ווי עס קוקט אויס, אז דאס איז א ווערטל.
איך בעט אייך, מאכט ווערטלעך וואס זענען געשמאק און בא'טעם'ט, נישט סתם מאכן מענטשען פילן שלעכט, און אריינלייגן א פחד אין אנדערע אז מ'וועט אויף זיי אויך ארויפקומען....
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: פופציגער'ס געזעגענונגס רעדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

אוי ואבוי. דאס איז א שטארקע פארלוסט פאר אונז תושבי מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג און פרייטאג.
מיר וועלן זיך גאר שטארק בענקן.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”