א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די פראבלעם מיט די פעליטאן איז אז ס'מישט אויס לעדזשיד טענות צווישן די סטופיד טענות... ס'מאכט חוזק פון ביידע בנשימה אחת, כאילו עניבאדי וואס פרעגט צו ער דארף נעמען די וואקסין נאכן האבן דעם וויירוס איז א קאנספירעסי טעאריסט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די פראבלעם מיט די פעליטאן איז אז ס'מישט אויס לעדזשיד טענות צווישן די סטופיד טענות... ס'מאכט חוזק פון ביידע בנשימה אחת, כאילו עניבאדי וואס פרעגט צו ער דארף נעמען די וואקסין נאכן האבן דעם וויירוס איז א קאנספירעסי טעאריסט...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יואל פעלזן האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:איך האב א שטיקל מאדנע שאלה, און איך ווייס נישט אויב עס קומט אין א אשכול אדער נישט.

די שאלה איז קאמפליצירט אבער לאמיר עס פרעגן גראד אין אפען, פארוואס איז אין וויליאמסבורג דא אסאך א גרעסערע פראצענט אנטי- וועקסערס ווי אין בארא פארק?

וואס מאכן די ווילאמסבורגע כאניאקישע אידן מער גלייבן אין כל מיני קאנספעראציעס, אז אלע רעגירונגען מכל קצוות תבל האבן זיך צוזאמגענומען מיט איין ציהל, צו אפווישן די מענטשליכע ראסע פונעם ערד קוגל (פארשטייט זיך אז אנדערע באשעפענישן באקומען נישט די וואקסין)?

פארוואס ווען איך הייב אהן מסביר זיין פאר איינעם אז איך האב געהערט א דרשה פון איינע פון די דיינים אין ירושלים, ווי ער איז מסביר דארט אז ביל געיטס און זיינס אין גלייכן האבן א געפערליכע קנאה צו די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות (ווי כאילו ער וואלט נישט געקענט ערלויבן א גרויסע פאמיליע) און די גאנצע סיבה פארוואס זיי האבן געמאכט די וואקסין איז צו אפשטעלן אונז היימישע אידן פון האבן נאך קינדער, אויב וואוינט דער צוהערער אין בארא פארק וועט ער מיר זאגן אז די מיט דיין אינאיינעם ברויכן וויכטיג זעהן א דאקטאר, אבער אין ווילאמסבורג וועט יענער פרעגן מיט עקסטאז ״וועלכע דיין האט דאס געזאגט״? און נאך צוגעבן א שפיי צו די זייט צולייגענדיג, יימח שמם, ערגער ווי די נאציס.

פארוואס ווען איך פארצייל פאר איינע פון מיינע בארא פארקער חברים אז איך האב גענומען ביידע דאזעס פון פייזער וועט ער אדער זאגן אז ער אויך, אדער זיך פארענפערן אז ער האט פשוט נישט קיין צייט צו גיין אין עירדזשינט קעיר, און ווען איך וועל ח״ו זאגן פאר א וויליאמסבורגע ידיד אז איך האמיר געשטאכן, וועט ער מיר עפענען א ברייטע פאר אויגן ווי כאילו ער זעהט מיר אראפשלינגען א באטל טיילענאל אויפאמאל?

פארוואס ווען איך ווייז פאר איינעם א נייעס באריכט איבער די עפעקטיווקייט פון די וואקסין, און וויפיהל מענטשן האבן דאס שוין גענומען, און ווי ווייניג זענען די שאנסן אז עפעס זאל געשעהן צו איהם פון די וואקסין קעגן די פראצענט אז אזא זאך זאל געשעהן פון קאוויד, איז אויב איז ער מער ווילאמסבורג געשטימט וועט ער אנשרייען ״די גלייבסט די מידיע? זיי זענען א פארט פון די זאך, זיי מאכן גרויס געלט דערפון״ און מיר ארויסשלעפן עפעס אן ארטיקל אין עפעס א פאריקטע וועבזייטל וואס פלוידערט ארום איבער די שעדליכקייט פונעם וואקסין, אויב איז יענער מער א בארא פארקער וועט ער מיטשאקלען מיטן קאפ.

זענען טאקע אונזערע חברים אין ווילאמסבורג קלוגער ווי אונזערע ידידים אין בארא פארק?

וואס איז די שורש פון די דיפערענצן?

איז דען דא עפעס אין די ווילאמסבורגע לופט מער ווי אין בארא פארק וואס מאכט אז מ׳זאל גלייבן קאנספעראציעס?

אנטשולדיגט אויב איינער ווערט אויפגערעגט פון די תוכן, איך מיין נישט קיינעם צו טשעפען, איך וויל פשוט פארשטיין מה נשתנו אלו מאלו?


דאס עפנט אויף אן אנדערע פראגע, פארוואס זענען די פרומע אידן מער פארגלייבט אין סיי וואס, כינעזע האניג וכד'?
מענטשן אן קיין שום ערציאונג מאכן מיליאנען מיט אויסהיילן אונזער עולם מיט שטותים.

למעשה, איך מיין אז מ'קען זען אז דער עולם אויף אייוועלט איז אנדערש ווי דער המון עם.

רוב פרויען אין וויליאמסבורג וועלן דיך אנקוקען ווי פון די לבנה אראפ אויב האסטו גענומען דעם שאַט, מ'קען זען (ניין, נישט קיין סייענטיפישע אנקעטע) אז דער עולם דא זענען רוב פרא סייענס.

דער ענטפער איז, ווי ס'גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך.

אין אמעריקע האבן רוב געבילדעטע געהאט ביידע שאטס שוין אין פעברואר, דער גאנצער ווידערשטאנד איז פון ארימע, אומוויסנדע, אומערצויגענע און מינאריטעטן.
(דאס קומט יא פון שטודיעס)

ממילא דער עולם דא איז מער געלערנט, מער אפן, די זעלבע זאך דער עולם אין בארא פארק איז מער אפן, ממילא איז נישטא דער קעגנערשאפט, לויט די סיטי דאטא איז 11219 שטארק וואקסינירט, רוב רובם פון ערוואקסענע, 11211 און 11206 איז א געמישטער איז שווער צו זאגן.

איך זאג נישט אז מענטשן אין וויליאמסבורג האבן נישט קיין שכל, נאר צו זיין פרומער דארף מען האבן ווייניגער אינטערנעט, און גלייבן מער מקוה געשמועסעכטס.

די חכמים האבן שוין אנגערופן די פרומע אלץ "בטלנים" נישט "למדנים" ווייל ווי פרומער מ'איז, אלץ א גרעסערער בטלן איז מען אין וועלטליכע זאכן, און אפשר טאקע אזוי האלט זיך אידישקייט ביי אונז.


וואס איז פשט?
While about 77 percent of New Yorkers have received one dose of the vaccine, the rate is only 51 percent in Borough Park in Brooklyn, which has a large Orthodox community. In South Williamsburg, where several leading Hasidic sects are centered, the rate is about 59 percent.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די פראבלעם מיט די פעליטאן איז אז ס'מישט אויס לעדזשיד טענות צווישן די סטופיד טענות... ס'מאכט חוזק פון ביידע בנשימה אחת, כאילו עניבאדי וואס פרעגט צו ער דארף נעמען די וואקסין נאכן האבן דעם וויירוס איז א קאנספירעסי טעאריסט...

;l;p-
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”