א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:די שפראך דא דערמאנט מיר אביסל פון די אידן דייטשלאנד ארום 150 יאר צוריק...

נישט געוויסט אז מיר האבן דא א 150 יעריגער.. :wink:
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

יואל פעלזן האט געשריבן:דאס עפנט אויף אן אנדערע פראגע, פארוואס זענען די פרומע אידן מער פארגלייבט אין סיי וואס, כינעזע האניג וכד'?
מענטשן אן קיין שום ערציאונג מאכן מיליאנען מיט אויסהיילן אונזער עולם מיט שטותים.

למעשה, איך מיין אז מ'קען זען אז דער עולם אויף אייוועלט איז אנדערש ווי דער המון עם.

רוב פרויען אין וויליאמסבורג וועלן דיך אנקוקען ווי פון די לבנה אראפ אויב האסטו גענומען דעם שאַט, מ'קען זען (ניין, נישט קיין סייענטיפישע אנקעטע) אז דער עולם דא זענען רוב פרא סייענס.

דער ענטפער איז, ווי ס'גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך.

אין אמעריקע האבן רוב געבילדעטע געהאט ביידע שאטס שוין אין פעברואר, דער גאנצער ווידערשטאנד איז פון ארימע, אומוויסנדע, אומערצויגענע און מינאריטעטן.
(דאס קומט יא פון שטודיעס)

ממילא דער עולם דא איז מער געלערנט, מער אפן, די זעלבע זאך דער עולם אין בארא פארק איז מער אפן, ממילא איז נישטא דער קעגנערשאפט, לויט די סיטי דאטא איז 11219 שטארק וואקסינירט, רוב רובם פון ערוואקסענע, 11211 און 11206 איז א געמישטער איז שווער צו זאגן.

איך זאג נישט אז מענטשן אין וויליאמסבורג האבן נישט קיין שכל, נאר צו זיין פרומער דארף מען האבן ווייניגער אינטערנעט, און גלייבן מער מקוה געשמועסעכטס.

די חכמים האבן שוין אנגערופן די פרומע אלץ "בטלנים" נישט "למדנים" ווייל ווי פרומער מ'איז, אלץ א גרעסערער בטלן איז מען אין וועלטליכע זאכן, און אפשר טאקע אזוי האלט זיך אידישקייט ביי אונז.

סוי אידישקייט באשטייט פון אומווינסקייט. כ'הער.
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

אגב בטלן ביי עשרה בטלנים מיינט בטלים ממלאכה, עס האט גארנישט מיט בטלנות צוטון
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ר׳ יואל, וויט אלל דו רעספעקט, צו זאגן אז אלטערנאטיווע מעדיצין מאכט א לעבן פון היימישע מער ווי די אלגעמיינע וועלט איז א שקר און בלבול.
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די שפראך פון די געבילדעטע ליבעראלע ניקס כלפי די אומוויסנדע היימישע המון עם איז שוין אריבער אלע גבולים.

Enough with this nonsense!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ר' יואל, איך האב נאר יעצט געזעהן דיין חתימה
אלעס איז פארענטפערט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
השכל ודעת
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:27 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השכל ודעת »

איך האב מיך דא לעצטענס באגעגענט מיט דעם פעליטאן אויף די וואקסינען, זייער שיינע און שווערע ליצנות אויף די אנטיס, מישט א קוגל, חושט א גאלע, און לייגט צוזאם א הערליכן שטיקל פון לאדזשיקל פעלעסיס און סטראו מען ארגומענטן אז עס פארשעמט אלע דעמאגאגן פונעם לעצטן יאר הונדערט.

צו שאפן א פנים ווי אלעס איבער די וואקסינס באשטייט פון טשיפס און וויידלעך, און מיט הומאר, ווייל ס'נאר א דזשאוק, נעם עס נישט פערזענליך, קענסט נישט נעמען א דזשאוק, און די בעלאוניס.

באגלייט מיט באהאלטענע גאנצע שקרים, און אפענע האלבע ליגענטס, וויל יענער, און די רעזולטאטן זענען גאנץ גוטע, אראפמאלן יעדער וואס האט נאר מחשבות זרות איבער דעם 'הייל'-מיטל ווי א וויסטער אנאלפאבעט, וועלכע נעמט זיין אינפארמאציע פון נישט אזאכע פעלזן-פעסטע מקורות ווי דער אין דעם פעליטאן, בשעת וואס ביידע, דער שרייבער און דער אנטי טוען דעם זעלבן גארביטש פון לעבן אין אן עקאו טשעימבער, און קלויבן שטודיעס און ארטיקלען ווי מצומחות ערב פסח, די איינציגסטע חילוק איז אז דער שרייבער נעמט פראו און דראפט די אנטי כרצונו, און דער אנטי טוט פארקערט.

האסט זייער שטארק געבויעט דיין קעיס מיט ליצנותא דאייווערמעקטין, אבער דו ווייסט אז די זעלבע קען געשריבן ווערן מיט ליצנותא דפאוטשי'ס עבדים לעבדים.

נאכדערצו ווען עס פעלט בכלל נישט אויס די זינלאזע ליצנות און נארישע אטאקעס, וואס די סך הכל איז אז עס פארשווארצט די פנים פון די וואס דעבאטירן די אנטיס, געבנדיג דעם אויסקוק ווי דאס איז אונזער איינציגסטע מענה לשיטתם. און אויב איז דאס 'איינע פון די וועגן זיי צו אפענטפערן', שטיימיר זייער שלעכט.

קח את האוכל וזרוק את הפסולת, זיין אזוי שטארק אויף די לעין איז די זעלבע טפשות ווי זיין אויפן אנדערן עק פונעם לעין.

נעם נישט די ווילדסטע קאנספיראציעס און באשולדיג יעדער וואס צעגערט, באקרוין דאס נישט אלס פעליטאן, נאר ליבערשט אלס דעמאגאגישע געשפרענג אין פנים פון די אנטיס צו שטופן אן אגענדע.

לעב און לאז לעבן.

צום לעצט, איך בין ווייט פון אן אנטי, און מען קען רואיג דעבאטירן דעם וואקסין, אבער אן קיין קלינגעדיגע פראזן און לעכערליכע ליצנות.

און ווי אויך וויל איך יעדעם איבערבעטן אויב ביניך אריינגעקומען צו שארף... כ'מיין קיינעם פערזענליך חס ושלום.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@השכל, אויסער דעמאגאגיע ברענגסטו דא גארנישט, ברענג כאטש משלים צום אנדערן צד, זאג אויף וואס דו ביזט מחולק
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך אגרי גראדע מיט @השכל ודעת. (דיין אנדערע ניק ביטע...)

במחילת כבוד הרב ר' יואל, מיר האבן שוין דא אויף אייוועלט אויסגעדראשן דעם נושא, אויסגעקייעט און אויסגעלינקט. ער איז נישט מחדש קיין חידושים, סך הכל זאגט ער זיין מיינונג. אמת, איך האב גראדע הנאה געהאט פון דעם פעליטאן (מיינט: א לייכטע הומאריסטישע און קריטיקירנדע שריפט), איך גלייך זיין שפראך. אבער אין פאקטן איז ער א משהו אףף.. און קיין חידושים זענען אויך נישט דא.

---
דאס אז איך גיי אריין אין די פרא קאטאגאריע, איז נישט קיין סוד פאר קיינעם. כמדומני.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: יעצט לאמיר טוישן דעם היטל, און דערציילן די קאנספיראציע. ווייל איך בין נישט קיין נאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

יואל פעלזן האט געשריבן:יעדן דינסטאג באקומט דאנאלד טראמפ א ביטקוין דעליווערט צו זיין קוינבעיס אקקאונט, אין די זעלבע צייט באקומט יעדער וועלט'ס פירער, יעדער פרעזידענט, גאווערנאר, מעיאר, אלע לענדער, אלע פארטייען, אלע רעגירונג ארבייטערס, אריינגערעכנט אלע עף בי איי אגענטן, שב"כ, יעדער יעדער באקומט באצאלט, ס'קאסט פייזער א טריליאן טאלער, זיי האלטן אויך אויף א מיליציע וואס מאכן שטיל יעדער וויסלבלאוער, אבער וואס טוט מען נישט צו אויס'הרג'ענען די וועלט.



ר' יוא-ל איר האלט אויך אז טראמפ איז יעצט פרעזידענט פון אמעריקע??
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@השכל, אויסער דעמאגאגיע ברענגסטו דא גארנישט, ברענג כאטש משלים צום אנדערן צד, זאג אויף וואס דו ביזט מחולק

דעמאגאגיע? נו באלאנגט דאך עס דא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

יואל פעלזן האט געשריבן:נעם פלארידא למשל, ווי כמעט 98% פון עלטערע זענען וואקסינירט.

ביי העכער 12 יאר זענען 56% ווייסע וואקסינירט, און בלויז 36% שווארצע, ווידעראום ביי ספאנישע האבן 54% געהאט דעם שאַט (די פלארידע ספאנישע זענען מער רעפובליקאנער געשטימט)


דאס שטימט נישט מיט אייער אונטערשריפט!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@השכל, אויסער דעמאגאגיע ברענגסטו דא גארנישט, ברענג כאטש משלים צום אנדערן צד, זאג אויף וואס דו ביזט מחולק

דעמאגאגיע? נו באלאנגט דאך עס דא.

כ'האב געמיינט צו זאגן טענה אויף פונקטן, נישט לופט....
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@השכל, אויסער דעמאגאגיע ברענגסטו דא גארנישט, ברענג כאטש משלים צום אנדערן צד, זאג אויף וואס דו ביזט מחולק

דעמאגאגיע? נו באלאנגט דאך עס דא.

;l;p-
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

לאשתמודעתא האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט דעם אז די קליינארטיגע אסיפה קעגן די וואקסינען יענע וואך אין וויליאמסבורג וואלט קיינמאל נישט אראנזשירט געווארן אדער פארגעקומן אין בארא פארק.


fact check alert בארא פארק האט שוין לאאאאנג צוריק זוכה געווען צו אזא אסיפה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@השכל, אויסער דעמאגאגיע ברענגסטו דא גארנישט, ברענג כאטש משלים צום אנדערן צד, זאג אויף וואס דו ביזט מחולק

דעמאגאגיע? נו באלאנגט דאך עס דא.

כ'האב געמיינט צו זאגן טענה אויף פונקטן, נישט לופט....

איך זאל איבערשרייבן מיין תגובה?...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
השכל ודעת
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:27 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השכל ודעת »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@השכל, אויסער דעמאגאגיע ברענגסטו דא גארנישט, ברענג כאטש משלים צום אנדערן צד, זאג אויף וואס דו ביזט מחולק

משלים אויף וואס? כ'זאל אריינקומען מיט א לאנגס און א ברייטס און אראפ רייסן די וואס נעמען דעם וואקסין? האלטסט טאקע ס'נישט דא מיט וואס?

איך בין נישט מחולק מיט זיין מיינונג, הגם כ'בין נישט אזוי שארף ווי אים, אבער איך בין שטארק מחולק מיט זיין צוגאנג, און וועג פון שרייבן און אראפרייסן און מאכן א קוגל פון אלעס. סארי, אבער אזוי האלט איך. כ'מעג?

פעיק ניוז האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@השכל, אויסער דעמאגאגיע ברענגסטו דא גארנישט, ברענג כאטש משלים צום אנדערן צד, זאג אויף וואס דו ביזט מחולק

דעמאגאגיע? נו באלאנגט דאך עס דא.


;l;p- ;l;p-
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: יעצט לאמיר טוישן דעם היטל, און דערציילן די קאנספיראציע. ווייל איך בין נישט קיין נאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

יואל פעלזן האט געשריבן:פייזער און מאדערנא מאכן זיך כאילו זיי זענען א פאבליק קאמפאני, למעשה ווערן זיי געפירט דורך בילל געיטס און א קאבאל פון אינטערנאציאנאלע פארברעכערס.

די קאמפאניס זענען נישט דא צו מאכן געלט פון געלונגענע מעדיקעישאנס, זיי זענען דא צו אויס'הרג'ענען די גאנצע וועלט (ווינדאוס פארקויפט זיך גאר גוט אויפן בית עולם)
די קאמפאניס זענען נישטא צו ברענגען געלונגענע רווחים פאר זייערע שעירהאלדער, זיי נוצן די פראפיטן צו אונטערקויפן אלע רעגירונגען מיט גוטן און מיט בייזן.

יעדן דינסטאג באקומט דאנאלד טראמפ א ביטקוין דעליווערט צו זיין קוינבעיס אקקאונט, אין די זעלבע צייט באקומט יעדער וועלט'ס פירער, יעדער פרעזידענט, גאווערנאר, מעיאר, אלע לענדער, אלע פארטייען, אלע רעגירונג ארבייטערס, אריינגערעכנט אלע עף בי איי אגענטן, שב"כ, יעדער יעדער באקומט באצאלט, ס'קאסט פייזער א טריליאן טאלער, זיי האלטן אויך אויף א מיליציע וואס מאכן שטיל יעדער וויסלבלאוער, אבער וואס טוט מען נישט צו אויס'הרג'ענען די וועלט.

אבער דאס איז נאר דער אנהויב.

די טשיפס.
דאס איז עפעס מורא'דיג, א קליינטשיגער רינענדיגער אומזעבארער טשיפ, וואס קומט מיט א רינענדיגע בעטערי, 5G signal, יעדער באטל וואקסין קומט מיט פינף דאזעס, די טויזנטער פארמאסיסטן לערנען זיך וויאזוי צו מאכן זיכער יעדער באקומט איין אומזעבארער טשיפ, ווייל ס'איז דא פונקטליך פינף טשיפס אין דעם באטל.

אבער דא איז אינוואלווד אלע פאון קאמפאניס איבער די וועלט, מיט טויזנטער ארבייטער וואס אינסטאלירן 5G טאוערס, כאילו פאר שנעלערע דעיטע( :lol:), אבער דאס איז אלעס כדי צו טרעקן די גאנצע וועלט פאפולאציע.

די אויבערשטע פינף שטאקן פון די יו ען איז דעדיקעיטעד צו טרעקן די זיבן ביליאן מענטשן פאר די קומענדיגע פאר חדשים (דער טשיפ באטעריע האלט זיך נישט לענגער, אבער ווער דארף טרעקן טויטע?)

מ'קען מיך נישט איינרעדן זאכן, איך בין גאר גאר קלוג.


;l;p-

איינס בעסער ווי די אנדערע, keep it coming!
כוכב השמש
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 6:45 pm

Re: יעצט לאמיר טוישן דעם היטל, און דערציילן די קאנספיראציע. ווייל איך בין נישט קיין נאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוכב השמש »

קעדילעק האט געשריבן:
יואל פעלזן האט געשריבן:פייזער און מאדערנא מאכן זיך כאילו זיי זענען א פאבליק קאמפאני, למעשה ווערן זיי געפירט דורך בילל געיטס און א קאבאל פון אינטערנאציאנאלע פארברעכערס.

די קאמפאניס זענען נישט דא צו מאכן געלט פון געלונגענע מעדיקעישאנס, זיי זענען דא צו אויס'הרג'ענען די גאנצע וועלט (ווינדאוס פארקויפט זיך גאר גוט אויפן בית עולם)
די קאמפאניס זענען נישטא צו ברענגען געלונגענע רווחים פאר זייערע שעירהאלדער, זיי נוצן די פראפיטן צו אונטערקויפן אלע רעגירונגען מיט גוטן און מיט בייזן.

יעדן דינסטאג באקומט דאנאלד טראמפ א ביטקוין דעליווערט צו זיין קוינבעיס אקקאונט, אין די זעלבע צייט באקומט יעדער וועלט'ס פירער, יעדער פרעזידענט, גאווערנאר, מעיאר, אלע לענדער, אלע פארטייען, אלע רעגירונג ארבייטערס, אריינגערעכנט אלע עף בי איי אגענטן, שב"כ, יעדער יעדער באקומט באצאלט, ס'קאסט פייזער א טריליאן טאלער, זיי האלטן אויך אויף א מיליציע וואס מאכן שטיל יעדער וויסלבלאוער, אבער וואס טוט מען נישט צו אויס'הרג'ענען די וועלט.

אבער דאס איז נאר דער אנהויב.

די טשיפס.
דאס איז עפעס מורא'דיג, א קליינטשיגער רינענדיגער אומזעבארער טשיפ, וואס קומט מיט א רינענדיגע בעטערי, 5G signal, יעדער באטל וואקסין קומט מיט פינף דאזעס, די טויזנטער פארמאסיסטן לערנען זיך וויאזוי צו מאכן זיכער יעדער באקומט איין אומזעבארער טשיפ, ווייל ס'איז דא פונקטליך פינף טשיפס אין דעם באטל.

אבער דא איז אינוואלווד אלע פאון קאמפאניס איבער די וועלט, מיט טויזנטער ארבייטער וואס אינסטאלירן 5G טאוערס, כאילו פאר שנעלערע דעיטע( :lol:), אבער דאס איז אלעס כדי צו טרעקן די גאנצע וועלט פאפולאציע.

די אויבערשטע פינף שטאקן פון די יו ען איז דעדיקעיטעד צו טרעקן די זיבן ביליאן מענטשן פאר די קומענדיגע פאר חדשים (דער טשיפ באטעריע האלט זיך נישט לענגער, אבער ווער דארף טרעקן טויטע?)

מ'קען מיך נישט איינרעדן זאכן, איך בין גאר גאר קלוג.


;l;p-

איינס בעסער ווי די אנדערע, keep it coming!

גא''מ ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

לאשתמודעתא האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:איך האב א שטיקל מאדנע שאלה, און איך ווייס נישט אויב עס קומט אין א אשכול אדער נישט.

די שאלה איז קאמפליצירט אבער לאמיר עס פרעגן גראד אין אפען, פארוואס איז אין וויליאמסבורג דא אסאך א גרעסערע פראצענט אנטי- וועקסערס ווי אין בארא פארק?

וואס מאכן די ווילאמסבורגע כאניאקישע אידן מער גלייבן אין כל מיני קאנספעראציעס, אז אלע רעגירונגען מכל קצוות תבל האבן זיך צוזאמגענומען מיט איין ציהל, צו אפווישן די מענטשליכע ראסע פונעם ערד קוגל (פארשטייט זיך אז אנדערע באשעפענישן באקומען נישט די וואקסין)?

פארוואס ווען איך הייב אהן מסביר זיין פאר איינעם אז איך האב געהערט א דרשה פון איינע פון די דיינים אין ירושלים, ווי ער איז מסביר דארט אז ביל געיטס און זיינס אין גלייכן האבן א געפערליכע קנאה צו די גרויסע קינדער געבענטשטע משפחות (ווי כאילו ער וואלט נישט געקענט ערלויבן א גרויסע פאמיליע) און די גאנצע סיבה פארוואס זיי האבן געמאכט די וואקסין איז צו אפשטעלן אונז היימישע אידן פון האבן נאך קינדער, אויב וואוינט דער צוהערער אין בארא פארק וועט ער מיר זאגן אז די מיט דיין אינאיינעם ברויכן וויכטיג זעהן א דאקטאר, אבער אין ווילאמסבורג וועט יענער פרעגן מיט עקסטאז ״וועלכע דיין האט דאס געזאגט״? און נאך צוגעבן א שפיי צו די זייט צולייגענדיג, יימח שמם, ערגער ווי די נאציס.

פארוואס ווען איך פארצייל פאר איינע פון מיינע בארא פארקער חברים אז איך האב גענומען ביידע דאזעס פון פייזער וועט ער אדער זאגן אז ער אויך, אדער זיך פארענפערן אז ער האט פשוט נישט קיין צייט צו גיין אין עירדזשינט קעיר, און ווען איך וועל ח״ו זאגן פאר א וויליאמסבורגע ידיד אז איך האמיר געשטאכן, וועט ער מיר עפענען א ברייטע פאר אויגן ווי כאילו ער זעהט מיר אראפשלינגען א באטל טיילענאל אויפאמאל?

פארוואס ווען איך ווייז פאר איינעם א נייעס באריכט איבער די עפעקטיווקייט פון די וואקסין, און וויפיהל מענטשן האבן דאס שוין גענומען, און ווי ווייניג זענען די שאנסן אז עפעס זאל געשעהן צו איהם פון די וואקסין קעגן די פראצענט אז אזא זאך זאל געשעהן פון קאוויד, איז אויב איז ער מער ווילאמסבורג געשטימט וועט ער אנשרייען ״די גלייבסט די מידיע? זיי זענען א פארט פון די זאך, זיי מאכן גרויס געלט דערפון״ און מיר ארויסשלעפן עפעס אן ארטיקל אין עפעס א פאריקטע וועבזייטל וואס פלוידערט ארום איבער די שעדליכקייט פונעם וואקסין, אויב איז יענער מער א בארא פארקער וועט ער מיטשאקלען מיטן קאפ.

זענען טאקע אונזערע חברים אין ווילאמסבורג קלוגער ווי אונזערע ידידים אין בארא פארק?

וואס איז די שורש פון די דיפערענצן?

איז דען דא עפעס אין די ווילאמסבורגע לופט מער ווי אין בארא פארק וואס מאכט אז מ׳זאל גלייבן קאנספעראציעס?

אנטשולדיגט אויב איינער ווערט אויפגערעגט פון די תוכן, איך מיין נישט קיינעם צו טשעפען, איך וויל פשוט פארשטיין מה נשתנו אלו מאלו?

דו האסט דאטא אונטערצושטיצן דיין באשולדיגונג?

לאמיר אנהייבן מיט דעם אז די קליינארטיגע אסיפה קעגן די וואקסינען יענע וואך אין וויליאמסבורג וואלט קיינמאל נישט אראנזשירט געווארן אדער פארגעקומן אין בארא פארק.


אין וויליאמסבורג איז יא גיווען די אסיפה? דרייסיג אנטיס פון 5 שטעט זיך צוזאם געקומען אין א מאדערנע שול ביים עק שטאט..
לעצט פארראכטן דורך קעדילעק אום זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קעדילעק האט געשריבן:



דו גייסט דא מאכן חוזר חזרה פון די גאנצע אשכול?
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט דעם אז די קליינארטיגע אסיפה קעגן די וואקסינען יענע וואך אין וויליאמסבורג וואלט קיינמאל נישט אראנזשירט געווארן אדער פארגעקומן אין בארא פארק.


fact check alert בארא פארק האט שוין לאאאאנג צוריק זוכה געווען צו אזא אסיפה.

היינט פארגעקומען א מיטונג ביי עפעס א ראביניקעל קאורט אין בארא פארק, ראן דזשאנסאן האט אויך גערעדט דארט צווישן אנדערע דאקטורים וכו'
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט דעם אז די קליינארטיגע אסיפה קעגן די וואקסינען יענע וואך אין וויליאמסבורג וואלט קיינמאל נישט אראנזשירט געווארן אדער פארגעקומן אין בארא פארק.


fact check alert בארא פארק האט שוין לאאאאנג צוריק זוכה געווען צו אזא אסיפה.

היינט פארגעקומען א מיטונג ביי עפעס א ראביניקעל קאורט אין בארא פארק, ראן דזשאנסאן האט אויך גערעדט דארט צווישן אנדערע דאקטורים וכו'


ווכער איז דאס און אין וועלכער קאארט?
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

יואל פעלזן האט געשריבן:די פארמאסוטיקעלס ווילן אונז ארייננארן מיט דעם צוואנציג טאלער'דיגער וואקסין, זיי ווילן נישט מיר זאלן נעמען רעמדעזיוויר פאר $3,120, מאנאקולאר אנטיבאדיס פאר $2,100, אדער $700 פאר די נייע דראג, זיי ווילן אויך נישט אונז זאלן אנקומען אין שפיטאל און צאלן $***,***, זיכער ווילן זיי נישט מיר זאלן שטארבן פון קאוויד, ווי יעדער דאקטאר באקומט א $45,000 טשעקל פאר יעדער קאוויד טויטעס שיין.



אויב ווילסטו דווקא יא גיין צום דאקטאר, אומבאדינגט בעטן קלארין, כ'מיין צו זאגן קלאראקווין, אפילו קיינער נעמט עס מער נישט, אבער דאס איז וועגן די דראג קאמפעני געלטער, אפילו טראמפ האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן און נישט גענומען היידראקסיקלאראקווין, ווייל ער איז אויך אין די פאקעט פון געיטס-פאוטשי טעראריסטן.

אבער פארוואס רעדן מיר פון אלטע זאכן, לאמיר נישט רעדן פון די פערדן וואס גלייבן אלעס, לאמיר רעדן פון די פערדן מעדיצין זעלבסט: אייווערמעקטין, ווייל אונז לאזן זיך נישט פון די מערדערליכע דאקטוירים וואס ווילן אונז אלע הרג'ענען, איך האב געזען אויפן געוועב אז דאס היילט גראד אויס אלעס, און גוגל באהאלט אלע שטודיעס וואס זאגן קלאר אז אייווערמעקטין איז נישט פאר בהמות, ווייל מיר זענען דאך נישט קיין בהמות, מיר מאכן "ריסוירטש"...

דא קוקט אויס אז עס איז נישט אזוי אפגעפרעגט ביי אפי' לייסענסד דאקטורים.
מערק אז עס זענען דארט בערך 100 דאקטורים פון דעם ליבעראלן פעסטונג קאליפארניע
און גראדע, א פיל פון אייווערמעקטין אין אמעריקע קען מען באקומען פאר 0.83 סענטס... עס איז ווייניגער ווי $20 אויב אויף דעם איז די הוכחה...
לעצט פארראכטן דורך צייט פארטרייבונג אום זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: א פעליטאן איבער די וואקסינען און קאנספיראציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט דעם אז די קליינארטיגע אסיפה קעגן די וואקסינען יענע וואך אין וויליאמסבורג וואלט קיינמאל נישט אראנזשירט געווארן אדער פארגעקומן אין בארא פארק.


fact check alert בארא פארק האט שוין לאאאאנג צוריק זוכה געווען צו אזא אסיפה.

היינט פארגעקומען א מיטונג ביי עפעס א ראביניקעל קאורט אין בארא פארק, ראן דזשאנסאן האט אויך גערעדט דארט צווישן אנדערע דאקטורים וכו'


ווכער איז דאס און אין וועלכער קאארט?

ווייסעך נישט אדערווייל
עפעס א אידישער בית דין אזוי צו זאגן.
איין זאך ווייס איך אז זיי קענען ענגליש ווייל אלע רעדעס זענען געווען ענגליש.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”