טרענירונגען אויפן סטעידזש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

האב איך אזעלכע חברים וואס שוין אלס קינד האב איך זיי נישט געקענט פארשטיין.

אקעי, נישט אלעס מוז איך פארשטיין, אבער וואלווי איז איינער וואס האט גענומען מיין חוסר הבנה צום נעקסטן לעוול לכל הדעות.

שוין פון אלס קליין קינד פלעג איך זיך ווינדערן אויף זיינע מעשים מיט פארביסענע ליפן צווישן מיינע ציין.

וואלווי טייערער;
פארוואס מוזטו זיך שטעלן מיט אלע רייסערס אין די ליין אריינצודייוון אין פול ווען איך און דו ווייסן אז דו קענסט 'נישט' און דו גייסט אפהילכן א ציפעדיגער פאטש איבערן גאנצן קליינעם גוף???
פארוואס מוזטו אריבערטאנצן דעם פאדל צו ווייזן דיינע קונץ-טאלאנטן ווען איך און דו ווייסן אז דו קענסט נישט און דער מעשה גייט זיך ענדיגן מיט א חרוסת'דיגער לישב אינעם פאדל?
פארוואס מוזטו זינגען סאולאו ביי דיין חבר'ס בר מצוה 'ומאירים את העו-הו-לם' ווען איך און דו ווייסן אז דו קענסט נישט ארויפציען אפילו ביים זיך אונטערזינגען 'או-הו-הו מישענעכנעס אדר'?

אבער דאס איז וואלוויס איינגעבאקענער נאטור, ער נעמט טרענירונגען אויפן סטעידזש פארנט פון כל הקהל הקודש.


אזוי וואקסט וואלווי, און זיינע טאלאנטן וואקסן מיט!

ווען מיר זענען געווארן בחורים איז ער געווען דער געלונגענער בחור וואס האט אלעמאל געבעטן דעם גבאי זאל אים צושיקן צום עמוד.

אין א גרינעם דינסטאג ווען ער האט זיך צוגעוואקלט צום עמוד איז קיינעם נישט עכט אנגעגאנגען דעם קדיש'ליכן ספעקטאל ווען ער האט ביי יעדן קדיש זיך צוקעקעצט און רויט געווארן ביים מישן א קוגל פון באלמעדעוועראכעריסיי און ווייטער, און אזוי ווייטער ביי יעדן שטיקל וואס האט עטוואס שווערערע עברי ווי בלויז מודה אני. ווארום, ער ווייסט אויך אז ער ווערט צומישט און גייט צו יעדע וואך אין עוורידזש איין מאל א וואך מיט א פרישקייט נישט קימערנדיג זיך מיט די בזיונות.

אבער ווען עס איז געקומען א ראש חודש… או מעעען וואס דארט האציך אפגעטון... די נוסחאות פון ימים נוראים און קרובץ לפורים זענען זיך צוזאמגעלאפן און פארכאפט געווארן אין א פאטאלן סטעמפיד הארט פארן ארויסגאנג פונעם שטיקל, און דארט צוטרויטן געווארן דורך א פשוטער בלאסער מוצאי שלש סעודות נוסח וועלכע האט איבערגענומען דעם פאדיום נאך וואס די פריערדיגע נוסחאות האבן זיך אונטערגעגעבן מיט פארשטענדעניש. וואלווי איז געווארן רויט און אויפגעבלאזן, אבער ביים נעקסטן שטיקל די זעלבע זאך… און נישט נאר ביים נעקסטן שטיקל נאר ביים נעקסטן ראש חודש אויך…

דאס איז וואלוויס איינגעבאקענער נאטור, ער נעמט טרענירונגען אויפן סטעידזש פארנט פון כל הקהל הקודש.


שפעטער זענען מיר אונטערגעוואקסן. חברים האבן אנגעהויבן ווערן חתנים, און אט גייט מען זיך שוין באטייליגן ביים חתונה פונעם ערשטן חבר פון די עידזש.

וואס מיינסטו? ווער האט געגראמט ביי קבלת פנים? וואלווי!

דער גוטער נייעס איז ווי דער גאלדענער קייט רייסט זיך נישט אפ אפילו מען זאל עס שטארק שלעפן און אויסציען… און א קאמי-טראגישער קאאינצידענץ איז דער חתן פון די געליטענע ביי וועמענס בר מצוה וואלווי האט געסאולאו'ט דעם ומאירים את העלום און באא'מאירים'ט דעם זאל מיט זיינע טאלאטן. זעהט אויס דער חתן האט שוין פארגעסן, אדער האט ער פאר א זכות אינעם יום החופה מכבד געווען וואלווי זאל נאכאמאל קומען מאירים זיין און באשיינען זיין שמחה.

כמעשהו בראשונה ובשניה, יא יא, די זעלבער ספעקטאל.

וואלווי שטעלט זיך אויף. גיבט א קעקעץ אריין אינעם מייק, און דאן נאכאיינס, נאכגעפאלגט מיט נאך צוויי, און דער פראגראם הייבט זיך אן!

'אהוי!!!... יעצט צו מסיים זיין מיינע ווערעררעררר -----' אוי ניין, דאס איז דער לעצטער בלאט, טעות. מען הייבט נאכאמאל אן. אקעי יעצט ערנסט מיט א פרישקייט, נאך איין קעקעץ און כמו-פראפעסיאנאלער אויפשטויס אריין אינעם מייק, און ער איז ווידער לייף מיט אונז.

ס'הייבט זיך אן גיסן גראמען אויפן שניט ווי ער האט בשנים קדמניות געגראמט בפניו פונעם פורים רב פון קלאס. עניוועי הערט קיינער נישט אויס. אבער ווען עס קומט צום הויכן פאל פון מיכאל'ס לעכטעלע ניגון וואס ער האט געמוזט אריינלייגן אינעם שורה ווערט ער סטאק. בום. עס ציהט נישט אן העכער!

מען גייט אראפ א טאן, און דאן נאכאיינס. די חברים הייבן אן מיטברימען צו ראטעווען דעם מצב, און דער חזן נעמט זיך יאגן צום חופה - וועלנדיג דערמיט ראטעווען די בזיונות פון אנגיין מיט פארע, אבער דער גראמער ווייזט מיטן פינגער אז ער אישוין כמעט פארטיג און מען זאל אים לאזן זיך שטיקן אויף יעדן שטיקל ווי א טשיקעלע.

דאס איז וואלוויס איינגעבאקענער נאטור, ער נעמט טרענירונגען אויפן סטעידזש פארנט פון כל הקהל הקודש.


ווי קען מען פארגעסן דעם ספעקטאל וואס האט זיך אפגעשפילט ביים חתונה זעלבסט...

מען הויבט אן דעם צווייטן טאנץ, אלע חברים שטעלן זיך אויס אין א רינג און מיט א בחורישע סארט זעלבסטזיכערקייט הייבט מען אן דעם חק-בלי-טעם'יגן הארא טאנץ צום טאקט פון די הויכרוישנדע מוזיק וועלכע גרידזשעט מיט דעם מילביגן התקבצו דאן-אויפגעכאפטער ניגון, און אט הייבן זיך די פיסעלעך מיט א שטויס העכער דער ערד, העי! מי הוא זה ואיזה הוא מי עלה למרום!!!

דער חתן נעמט אפיר איין חבר נאכן צווייטן, ווען ביי יעדן חבר מאכט ער זיכער אריינצווארפן אזא גראבע שמייכל ווי דער בחור איז דער וואס ערגענצט דעם שמחה ביז צו די ברעגעס, און אין די זעלבע צייט ארבעטן די חברים העפטיג צו געבן פאר יעדן בחור כבוד הראוי, ביי איינעם פייפט מען, ביי א צווייטן פאטשט מען, און ביי א דריטן שאלט מען.

וואלווי איז אבער דער אחד יחיד מן החבורה וואס נעמט דעם געטענץ נעקסט לעוול, און שפרינגט אריין אינמיטן פונעם רינג מיט א ספאנטאנער קאדאטשקע, נאכלויפנדיג דעם חתן מיט די הענט אין די הייעך ווען בשעת מעשה דרייט זיך דער גאנצער קערפערל ווי א שלאנג פרובירנדיג נאכצומאכן זיין פעטער וואס קען עכט טאנצן קאדאטשקע.

אקעי, דאס איז אבער נאכנישט אלעס. געקומען צום קלימאקס איז עס ווען די מוזיק האט אנגעהויבן שפילן אמר רבי עקיבא, דאן האט זיך וואלווי צושפילט און צוטרייסלט, און באשלאסן ביי זיך אז יעצט קומט די ריעל עקשאן!

ער כאפט אן א בעזים פונעם דערנעבנדיגן ווינקל, און שטעלט זיך אריין אינמיטן רינג ארויפלייגנדיג דעם בעזים אויפן לאנגן נאניע. קוועטשט עס אריין, דערנאך פרובירט ער עס אריינצודרייען, אבער ווערט שנעל געווארן אז זיין נאז האט נישט דער פאסיגער לאך אריינצודרייען א בעזים שטעקן... אלענפאלס, ער פרובירט ווייטער, נעמט זיך טאנצן מיטן בעזים אויפן נאז, אבער איבריג צו זאגן - דער בעזים האט אראפגעהילכט אויף דער ערד מיט א זעץ.

אזוי פרובירט ער איין מאל און א צווייטע מאל, ביז ער אנערקענט; נאופס, דאס איז נישט פאר מיר.

דאס איז וואלוויס איינגעבאקענער נאטור, ער נעמט טרענירונגען אויפן סטעידזש פארנט פון כל הקהל הקודש.


פאר א לאנגע צייט האמיר וואלווי'ן נישט געזען. לעצטנס דרייט ער זיך אין עפעס א קליין שוהל'כל וואס לויט זיין טעאריע איז ער דער גאנצע קנאקער דארט. פיינע נייעס… אבער דעם פארלאפענעם חודש אלול האמיר אים ווידער געטראפן.

געווען איז עס אין א גרויען זונטאג. כ'שטעל מיך דאווענען שחרית, און נישט מער און נישט ווייניגער, דער איד נעבן מיר איז מיר קענטליך! וואלווי!!

מיינע געפילן וועקן זיך אויף אין א נאסטאלגישער שווייסיגן טייך ווען די גאנצע דאווענען הערט מען ברימערייען פון אונטער וואלווי'ס טלית, זיך דערמאנענדיג פון זיינע הארציגע תנועות וואס ער פלעגט אונז געבן צו הערן אין די גוטע צייטן. זיינע שטיקער חזנות זענען מיט אונז ווי אין יענע אינגע יארן וואס זענען מיט שפיציגע שוך פארלאפן, און מיט פרייד דאנק איך דעם אויבערשטן אז דאס מאל האט וואלווי זיך נישט קובע מקום געווען ביים עמוד נאר געלאזט דעם לאקאלן חיוב דאווענען.

נאכן דאווענען ברויך מען דאך שופר בלאזן. האט זיך געמאכט אזא סיטואציע אז פארן שופר וועלכע איז געליגן דארט אויפן טיש איז באשערט געווען גלגול שלג, און וואנדערנדיג פון איין שוימיגן מויל-עק צום צווייטן האט קיינער נישט באוויזן ארויסצושטופן די תקיעות פונעם אנדערן זייט.

ביז דער ישועה האט זיך אנגערוקט! וואלווי גיבט א ציצקע ארויס פון זיין טלית, און צייגט מיטן פינגער מען זאל אים דערלאנגען דעם שופר, ער העט דא סדר מאכן מיט דעם עקשן.

ער נעמט איבער דעם שופר, הייבט אן דרייען די שנויצן אריין אויף ארויף, און דער בארד בייגט ער אויף ארויס, און מיטן גאנצן זיכערקייט שמייסט ער אריין דעם שופר אין מויל בשעת ווען די אויגן פונעם גאנצן מנין זענען געוואנדן צו מיין שכן וואלווי, האפענדיג אז דאסמאל וועט דער שטן ווערן פיין אנגעפיפן.

וואלווי הייבט אן בלאזן, זיינע באקן ווערן געשוואלן, דער שופר וואקלט זיך, ער שטויסט מיט די פוס, און בלינקט מיט די אויגן, אבער אין קול ואין עונה. דער שופר איז שטיל.

ער גיבט נישט אויף, פרובירט נאכאמאל, דרייט ארויף, בייגט אראפ, דרייט זיך אויס מיטן פנים צו מעריב און דאן קיין צפון. דער עולם שטייט פארגליווערט, ער זעהט אויס ווי א רוח איז אין אים אריין דורכן שופר עפענונג, אבער קיין קול באווייזט ער נישט ארויסצוברענגען.

נאך מערערע פרואוון, גיבט ער זיך א דריי אויס צו מיר, און גיבט מיר איבער דעם שופר מיט אן אונטערגעגעבענע מינע 'נעעע… איך קען נישט בלאזן'...

אקעי, קודם א שקויעך וואלווי פארן מיך אינוואלוון אין דיינע בזיונות. אבער זאג נאר שעפעלע, פארוואזשע האסטו איבערגענומען דעם שופר פאר אלעמענס אויגן ווען דו ווייסט אז דו קענסט נישט???

נאר וואדען?

דאס איז וואלוויס איינגעבאקענער נאטור, ער נעמט טרענירונגען אויפן סטעידזש פארנט פון כל הקהל הקודש.


פארוואס שרייב איך דאס דא אפ?
כווייס נישט גענוי, אבער געוויס איז זונטאג היינט.

א פרייליכן זונטאג!
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:08 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לאמיר אייך זאגן חברה... דער וואלווי איז גארנישט אזוי שלעכט ... ער קען פיין זינגען און שפילן, לויפן און פארקויפן
און אלע גוטע מעלות און מידות
נאר וואס... אז פופציגער זאגט ווייס ער וואס ער זאגט.... שטימט עפעס נישט דא... איזער א געבאקענע נאטור? אדער איז דאס גארנישט וואר?
העל איך אייך פארציילן... ער האט איין טעות געמאכט אין זיין ביז איצטיגן לעבן....
ער האט באגעגנט פופצינען ... און אויף א זונטאג
ויצא העגל הזה ... איר קענט זיך מיט’ן רואיג משדך זיין
הע.... פרעגט פופצי’ן אליין ... נאר נישט היינט... בעסער פרעגט...
מארגן
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
און ווידער איז פופצי דא מיט אן ארטיקל
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער גוט!!!

כקען גראדע איטליכע אזאנע וואלוויס....
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

באלמעדעוועראכעריסיי איט איז…

פיפצי ;l;p-
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פופצי ביזט מורעדיג.
איך געדענק דיר נישט אין ישיבה, אבער וואלווין?! פיין געדענקעךעם
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פופצי מיט א פופצי סטיל ארטיקל.. נו וואדען? אודאי רייס איך מיך פאר געלעכטער..
אויך פונעם חלק וואלווי וואס אונז אלע האמיר פון מאל צו מאל..

פופציגער ;l;p- ;l;p-

דאס איז פופציגער'ס איינגעבאקענער נאטור, ער שרייבט שורות וואס שטורעמען אויף דעם גאנצן ארום מיט הילכיגע לאכערייען..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א מעסעדזש פון וואלווי: איך גיי קומען שרייבען אויף אייוועלט סאו גרייטס ענק פאר א פרישע ניק וואס גייט זיך לערנען וויאזוי צו שרייבען אין פאבליק.

פיין האט דער פופציגער אנגעדרייט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

פארוואס שרייב איך דאס דא אפ?
כווייס נישט גענוי, אבער געוויס איז זונטאג היינט.

ווייל וואלווי איז שולדיג אז דו ארבעטסט נישט זונטאג
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops:
:roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll:
’נישט פאר שוואכע הערצער’
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

פיינע ווארע פופצי!

הלוואי איז דא נאך אפאר זונטאג'ס א וואך...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

:lol: :lol: :lol: :lol:
שוין לאנג געטענהט אז זונטאג איז א ספעציעלען טאג

כה אמר ניין איין מינוט וויאזוי גייט עס נאר ואמרתם כה לחי יא

כה לחי מיר דארפן נאך
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

:lol: :lol: :lol: ;l;p-
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

פופצי, יאפ א געלונגעס! זונטאג, אינזער פופצי טאג!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זייער געלונגען כדרכך
און אמת יעדעס ווארט

האסט אבער אויסגעלאזט דעם חלק ווען ער פארכאפט דאס ליינען, און בעט אז מען זאל אים אונטערזאגן די טראפן בעת וואס ניטאמאל די עברי קען ער, און מען האפט - אז מיטן אויסלאזן 15 פראצענט אותיות -האט מען בדיעבד אפשר יוצא געווען

און אזוי אויך אויסרופן די עליות ביי זיין מנין, ווען דער משמש איז נישט דארט.

פארגעס נישט, אין ישיבה גדולה קען ער שוין אויך דרייוון א טראק אן א פערמיט - ביז די דריטע קראך
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

שופלאד האט געשריבן:
פארוואס שרייב איך דאס דא אפ?
כווייס נישט גענוי, אבער געוויס איז זונטאג היינט.

ווייל וואלווי איז שולדיג אז דו ארבעטסט נישט זונטאג


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
\
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

עכט נארמאל האט געשריבן:
שופלאד האט געשריבן:
פארוואס שרייב איך דאס דא אפ?
כווייס נישט גענוי, אבער געוויס איז זונטאג היינט.

ווייל וואלווי איז שולדיג אז דו ארבעטסט נישט זונטאג


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

יוא, די שלייפן טוען וויי פון אזויפיל לאכן... :lol: :lol:
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

פופציגער האט געשריבן:אבער ווען עס איז געקומען א ראש חודש… או מעעען וואס דארט האציך אפגעטון... די נוסחאות פון ימים נוראים און קרובץ לפורים זענען זיך צוזאמגעלאפן און פארכאפט געווארן אין א פאטאלן סטעמפיד הארט פארן ארויסגאנג פונעם שטיקל, און דארט צוטרויטן געווארן דורך א פשוטער בלאסער מוצאי שלש סעודות נוסח וועלכע האט איבערגענומען דעם פאדיום נאך וואס די פריערדיגע נוסחאות האבן זיך אונטערגעגעבן מיט פארשטענדעניש.


דיע לשונות, כקען נישט אטעמען.
:lol: :lol: :lol: ;l;p-
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

לשטתי נאך אזוויפיל לערנען דערלערנט מען זיך היינט איז ער א פיינע בעל תפלה וכדו'
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

איידעלער האט געשריבן:לשטתי נאך אזוויפיל לערנען דערלערנט מען זיך היינט איז ער א פיינע בעל תפלה וכדו'

וואלווי האט אויך געהאלטן אזוי.
די תוצאות האמער לייוו...
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

50
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בין איך דער איינציגער דא וואס ווייסט אז פופציגער הייסט וואלווי אויפ'ן נאמען?...

אזא שיינע אויטאביאגראפיע, נאך באפעפערט מיט ענותנותא יתירתא... אה, ווי נאר פופציגער קען באווייזן!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שקויעך פאר אלע שקויעכערס.

אגב, מ'האמיר איצט צוגעלייגט אן עפיזאד וואס איז בטעות ארויסגעפאלן נעכטן.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פופציגער האט געשריבן:שקויעך פאר אלע שקויעכערס.

אגב, מ'האמיר איצט צוגעלייגט אן עפיזאד וואס איז בטעות ארויסגעפאלן נעכטן.

אזוי קוקט מען אויס ווען מ'טרענירט אן ארטיקל אויפן סטעידזש...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טרענירונגען אויפן סטעידזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”