אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

די אמעריקאנע מיליטער'ס היסטאריע גייט נאך צוריק ביזן יאר 1607 ווען ענגלאנד האט אנגעהויבן אויפצושטעלן זייערע בריטישע קאלעניעס אין ווירדזשיניע בשעתן האבן שלעכטע קשרים מיט די אינדיאנע שבטים (נעיטיוו אמעריקאנס)

זייענדיג געוואוינט צו די געווענליכע פנים צו פנים קאמפן זענען די בריטישע נישט געווען געוואוינט צו א נייע דערהער פון קאמף וואס איז זיי אויפגעקומען ווען די ווילדע שבטים פלעגן פלוצלינג איבערפאלן זייערע קאלעניעס און הרגענען און חרוב מאכן

דעמאלטס האבן די גאווערנערס פון אלע קאלעניעס זיך צוזאמגענומען און געגרינדעט באוואפענטע מיליצעס וואס האבן אפגעשלאגן און אפגעהיטן די קאלעניעס און אלע מענער האבן געדארפט זיין דארט איינגעשריבן און אין יעדע הויז האט זיך געדארפט געפינען כאטש איין כלי זיין

עס פלעגן דעמאלטס כסדר פארקומען קאמפן צווישן ביידע זייטן באוויסט אלטס די אינדיען אמעריקאן מלחמות

זיי זענען נישט געווען קיין געהעריגע צוזאמגענומענע ארמיי נאר פלעגן זיך צוזאמקומען אפאר מאל א יאר און צוזאמען האבן זיי דורכגעפירט אזאלעכע דרילס זיך אויסצושארפן נייערע טאקטיקן

אין יאר 1675 בשעת די באוויסטע קינג אננאס מלחמה ווי ענגלאנד און פראנקרייך און אזוי אויך געוויסע שבטים מיט וועם מען האט שלום געמאכט פריער זענען געגאנגן אין מלחמה אנטקעגן די איבריגע שבטים, איז געווען א קאלעניעסט מיטן נאמען בענזשימן טשירטש וואס האט געפארעמט א בריגאדע וואס האבן מלחמה געהאלטן דורך גערילע סטיל טאקטיקן, זיי זענען געווען די ערשטע אמעריקאנע רעינזשירס און בענזשימן טשירטש ווערט טאקע אנגערופן די טאטע פון אמעריקאנע ארמיי רעינדזשירס.
chrome_c4Wmckb1rX.png
chrome_c4Wmckb1rX.png (144.84 KiB) געזען 16987 מאל

אין יאר 1754 איז פארגעקומען די באקאנטע מלחמה צווישן די פראנצויזישע מיליצעס און בריטישע סאלדאטן איבער ווער עס זאל האבן קאנטראל אויף געוויסע געגנטער, אויף די בריטישע זייט זענען געווען די אמעריקאנע קאלעניסטאן איינע פון דעי איז געווען דזשארזש וואשינגטאן וואס ער איז געווען ענגלאנדס ספעיציעלער שליח צו פראנקרייך צו פארלאנגן אז זיי זאלן זיך אפטראגן פונעם אהייאו ריווער וואס דאס האט צוגעבערענגט צום מלחמה

דזשארזש וואשינגטאן איז דעמאלטס געווען א קאמאנדיר פון א בריגאדער וואס האט געהאט אינטער זיך אפאר קאלעניעס

נאך יענע מלחמה ווען ענגלאנד האט געווינען אין יאר 1763 זענען אסאך פון די קאמענדירן געווארן די אנפירערס פון די אמעריקאנע קאלעניסטישע מיליצעס צוזאמברענגענדיג זיי אלע אינטער איין קערפערשאפט ווען אין שפיץ איז אונזער באוויסטע דזשארזש וואשינגטאן אנפריערנדיג די נייע געגרינדעטע קאנטענעטל ארמיי וואס האבן זיך געשלאגן מיט די בריטישע צו באקומען פרייהייט און גרינדן אן אייגענע לאנד און נאכדעם געווינען די פרייהייט קריג פארמירענדיג א נייע לאנד וואס איז היינט באוויסט אלטס די פאראייניגטע שטאטן

אין יאר 1775 איז געגרינדעט געווארן די ארמיי און שפעטער אין יאר אויך די נעיווי און די מארינס אלטס עקסטערע אפטיילונגן אין די קאנטענעטעל ארמיי

שפעטער אין יאר 1784 נאכן פאריזע אפמאך איז די ארמיי אפטיילונג געווארן באשטעטיגט דורך קאנגרעס אלטס א קראפט צו מלחמה האלטן אזוי אויך איז געווארן באשטעטיגט די נעיווי אין יאר 1794 און די מארינס און 1798

אין יאר 1787 ווען די קאנסטעטאציע איז אריין אין קראפט איז איינע פון די זאכן געווען אז קאנגרעס איז באשטימט צו הייבן און שטארקן די ארמיי און אזוי אויך צו דעקלערן קריג ווען ספעלט זיך אויס און אזוי אויך אז די פרעזידענט איז די העכסטע מאן אין מיליטער באוויסט אלטס קאמענדער און טשיף

אין יאר 1790 איז געגרינדעט געווארן א באוואפענטע אפטיילונג וואס פלעגט זיך אפגעבן מיט אלע גרעניצן זאכן וואס קומען אריין דורכן וואסער און אין יאר 1915 איז עס געווארן צוזאמגעשטעלט מיט אן אנדערע באוויסטע נישט מיליטערישע אפטיילונג וואס זיי פלעגן זיך אפגעבן צו ראטעווען מענטשן און שיפן אין וואסער און דעי צוויי אפטיילונגן זענען געווארן איין קערפערשאפט און מיט א נייעם נאמען באוויסט אלטס די קאוסט גארדס

אין יאר 1947 איז געגרינדעט געווארן א נייע אפטיילונג אינעם אמעריקאנעם מיליטער וואס איז היינט באוויסט אלטס די שטערקסטע עיר פארס אינעם וועלט פארדעם איז עס געווען אינטער די ארמיי אפטיילונג

אין יאר 2019 איז געגרינדעט געווארן א נייע און זעקסטע אפטיילונג אינעם מיליטער באוויסט אלטס די ספעיס פארס וואס איז געווען ביז דעמאלטס אינטער די עיר פארס

עס איז גראדע געווען נאך אן אפטיילונג ביזן יאר 1952 וואס איז געווען געשטעלט איבער העלט זאכן אבער למעשה איז עס געווארן ארויסגענומען פונעם מיליטער

וואס זענען די חילוקים צווישן אלע זעקס ברענטשעס און וויאזוי לויפן די ראנגען און נאך?
נעקסטע חלק....

פאר הגהות והערות וכדומה שרייבטס דא
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

וואס זענען די חילוקים צווישן אלע זעקס ברענטשעס און וויאזוי לויפן די ראנגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

המשך 2

קודם ווי מיר ווייסן יעצט האלט עס אז די מיליטער איז אפגעטיילט אין זעקס חלקים

די ארמיי
די נעיווי
די עיר פארס
די מארינס
די קאוסט גארד
און ספעיס פארס

וואס זענען די חילוקים צווישן אלע אפטיילונגן און אזוי אויך וואס איז דאס די דעלטא פארס די גרין בעריס און נעיווי סיעלס

לאמיר קודם אנהייבן מיטן ארמיי "ערד טרופן"

וויאזוי זענען זיי איינגעטיילט וויאזוי גייען זיי אנגעטוהן יעדע ראנג וואס עס באדייט ווען ווערט מען א גענעראל און נאך

די ארמייס ארבעט ביי א מלחמה איז צו טוהן פינף זאכן:

1) פייטן אויפן פלאר גראנד דורך גאנס טאנקן ארטילערי וכדומה

2) זייער ארבעט איז צו אטאקירן די פיינט איינס נאכן צווייטן ווען איין גרופע ענדיגט זייער אויפגאבע קומט א צווייטע און שיסט ווייטער צו דורך ארטילערי טאנקן אדער העליקאפטערס מאכנדיג אוממעגליך פארן שונא זיך צו פארטיידיגן

3) ספעציעלע אפאראציעס וואס נעמט אריין די גרין ברעיס רעינזשערס וכדומה

4) סופלייען די מאשינען, טוישן צובראכענע, און בויען בריקן ארויסנעמען פארוואנדערטע

5) שפיאנאזש אויפן סצענע

די ארמיי איז איינגעטיילט אינטער פיר קאמענדס וואס דריי דערפון זענען געמאכט אנצוקומען אינטער די פערטע אפטיילונג

די פיר זענען:

1) פיוטשיר קאמענד לערנט אויס נייע טיקנאלעזשי

2) טרעינינג און דאקטארן קאמענד לערנט אויס טאקטיקן וכדומה

3) מאטריאל קאמענד לערנט אויס זיך צו באגיין מיט מאטריאל וויאזוי צו פארעכטן

4) פארסעס קאמענד ווי רוב סאלדאטן זענען

נאכדעם איז דא נאך 21 קאמענדס וואס זיי זענען הויפטקווארטירט איבער אלע פלעצער ווי די ארמיי איז אקטיוו סיי אין לאנד און סיי אינדרויסן פון לאנד ווי אויך עקסטערע קאמענדס איבער סייבער און נייע וואפן

די פארסעס קאמענד איז איינגעטיילט אין צען חלקים וואס דאס איז וויאזוי די ארמיי איז געבויט היינט צוטאגס

1) די טיעם, באשטייט פון פיר סאלדאטן צוויי וואס שיסן מיטן רייפל איין פירער (סארזשענט) און איינער וואס ווארפט גראנאטן (גריינדער) ביי ספעציעלע אפאראציעס האבן זיי אטאמאטישע מאשין געווער

2) סקוואד, באשטייט געווענליך פון צוויי טיעמס (ביז צען סאלדאטן) און ווערט געפירט דורך א סטעף סארזשענט

3) פלאטאן, באשטייט פון דריי פיר סקוואדס (ביז 36 סאלדאטן) און ווערט אנגעפירט דורך א ערשטע אדער צווייטע לוטענאנט

4) קאמפעני/בעטערי/טרופ, באשטייט פון דריי אדער פיר פלאטאנס (ביז 200 סאלדאטן) און ווערט אנגעפירט דורך א קעפטאן זיי האבן די מעגליכקייט צו אנפירן א שלאכט אליין אן קיין הילף, די חילוק ווען עס הייסט בעטערי אדער טרופ ווענד זיך וואס זיי טוהן ארטילערי קאמפעניס ריפט מען בעטערי און באוואפענטע און אזוי אויך העליקאפטער יוניטס ריפט מען טרופס

5) באטליאן/סקוואדרן באשטייט פון פיר צו זעקס קאמפעניס (ביז טויזענט סאלדאטן) און ווערט געפירט דורך א לוטענאנט קאלנעל און צו זיין רעכטע היינט שטייט א סארזשענט מעזשיר

6) בריגאדע באשטייט פון צוויי ביז פינף באטליאנס (ביז 3200 סאלדאטן) און ווערט געפירט דורך א קאלנעל און צו זיין רעכטע היינט שטייט א סארזשענט מעזשיר, ווען מען ניצט א חלק גרופע פאר ספעציעלע אפערעישנס אדער פאר א גרופע רענזשירס פון דעם בריגאדע רופט מען זיי רעגימענטס און נישט א בריגאדע

7) דעוויזיע באשטייט געווענליך פון דריי אדער מער בריגאדעס (ביז 16000 סאלדאטן) און ווערט געפירט דורך א גענעראל מעזשיר און צוגאב פון צוויי בריגאדער גענעראלן וואס העלפן ארויס

8) קארפס באשטייט פון צוויי אדער מער דעוויזיעס (ביז 45000 סאלדאטן) און ווערט געפירט דורך א לוטענענט גענעראל און ווערט ארויסגעהאלפן דורך א קאמענט סארזשענט מעיזשיר

9) פעלד ארמיי באשטייט פון צוויי קארפס (ביז 50000 סאלדאטן) און ווערט געפירט דורך א גענעראל אדער לוטענעט גענעראל אדער איינער מיט א העכערע ראנג ווי מען וועט שוין זעהן שפעטער ווי אזוי עס לויפט

10) א ארמיי גרופ באשטייט געווענליך פון צוויי פעלד ארמייען און ווערט געפירט דורך א גענעראל
דאס איז אין א געווענליכע מלחמה אבער ווען סקומט צו אן אינוואזיע איז אנדערש דעמאלטס ניצט מען אויך אסאך פון די באטליאנס

אין די אמעריקאנע ארמיי איז דא הינדערט אכט און צוואנציג עקסטערע דעוויזיעס וואס יעדע דעוויזיע האט זייער אייגענע סימבאל און ארבעט וואס זיי טוהן

קודם פאר מיר גייען אויסרעכנען אלע דעוויזיעס איז גוט צו געדענקן די פאלגענדע
אין די ארמיי איז דא בערך אכט מינע סאלדאטן אחוץ די ספעציעלע פארסעס:

1) קעווארלי סאלדאטן געמאכט צו ארבעטן אין געדעכטע וועלדער

2) אינפעטרי סאלדאטן וואס גייען אויף די פיס

3) העליקאפטער סאלדאטן

4) לייט וואס טראגן לייכטע וואפן און ריקן זיך שנעל

5) עירבראן סאלדאטן וואס מברענגט דורך פליגערס מער באוויסט אלטס פאראטרופערס טאנצן מיט פאראשאוטן

6) בערג סאלדאטן זענען געלערענט צו קריכן אויף בערג און שטיינער

7) מאטארייזט סאלדאטן וואס פארן מיט טרעקלעך

8) ארמערט סאלדאטן מיט טענק באוויסט אלטס טאנקיסטאן

היינט צוטאגס זענען נאר דא 5 מינע דעוויזיעס:

1) קעווארלי
2) אינפעטרי
3) עירבארן
4) ארמערט
5) בערג

די אנדערע סיי מאטארייזט און לייט און אזוי אויך די העליקאפטער יוניטס זענען געווארן א חלק פון די קעווארלי דעוויזיע

די ערשטע דריי דעוויזיעס זענען געגרינדעט געווארן דורך דזשארזש וואשינגטאן אבער געווארן אויפגעלעזט און מער געניצט קליינע גרופעס ביז די באוויסטע ברידער קריג צווישן די דרום און צפון שטאטן וואס דעמאלטס איז צוריק געגרינדעט געווארן די ערשטע דריי דעוויזיעס וואס איז שוין געבליבן אויף שטענדיג נאכן ווערן דורכגעפירט אלטס א געזעץ אין קאנגערס מיט די יארן איז עס פארברייטערט געוארן צו הינדערט אכט און צוואנציג דעוויזיעס וואס יעדע האט זיך זיין ספעציאלעטעט געוויסע זענען סתם סאלדאטן וואס שיסן מיט גאנס געוויסע מיט טאנקן געוויסע מיט העליקאפטערס און געוויסע בויען בריקן וכדומה און אזוי אויך זענען געוויסע די נעשינעל גארדס און ספעציעלע פארס סאלדאטן אדער רעינזשערס

היינט צוטאגס זענען דא צען אקטיווע ארמיי דעוויזיעס אכט נעשינעל גארד דעוויזיעס און נאך

פינף אינפעטרי
איין ארמערט
איין בארג
איין קעווארלי
און צוויי עירבארן

ווי מיר האבן פריער געשריבן זענען דא צען חלקים אין די ארמיי וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט און אז למעשה איז היינט נאר דא דעוויזיעס און נישט קיין קלענערס ווי בריגאדעס וכדומה (חוץ ביי אינוואזיע) און אויך האבן מיר געזעהן אז יעדע זאך ווערט געפירט צו דורך א לוטענאנט אדער גענעראל און קאלנאל שטעלט זיך די פראגע וואס מאכט אז איינער זאל זיין א גענעראל אדער לוטענענעט און וויאזוי זעהט מען אויף יענעמס מונדיר וואסערע ראנג ער איז און נאך וועט ווערן באשריבן אי"ה אין די קומענדיגע חלק

פאר הגהות והערות קומט אריין דא

שכח פאר @בעסי פארן איבערקוקן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

.
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

נארמאליזעם האט געשריבן:[align=center]כבין אביסעל אסאך פארנומען מיטן קאמפיין פאר די דריי קינדערלעך ווי איר קענט זיך נאך משתתף זיין דורכן לינק אין מיין אינטערשריפט
איינמאל ממאכט דעם גאול גייט מען ווייטער בעזר השם[/align]

ב"ה האסט מצליח געווען זאל דער אויבערשטער דיר בענטשן אין זכות פון העלפן זיינע קינדערלעך!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

[align=center]די וועג וויאזוי מען ווערט א סאלדאט [/align]

ווען איינער קומט זיך איינשרייבן אינעם מיליטער איז דא אפאר זאכן אויף וואס מקוקט 1) קאלידזש דעגרי וכדומה, 2) יארגאנג, 3) פיזישע און גייסטישע געזונט צושטאנד, מגייט דורך אפאר טעסט'ס אויגן-דראגס-שטארקייט-בלוט-וואג-פעטנס, 4) מדארף זיין א בירגער אדער א רעזידענט.

איינמאל מען איז עס דורך און אלע 4 זאכן זענען גוט איז דא צוויי פלעצער ווי מקען גיין, 1) אינליסטעד 2) קאמישען (אפעציר)
די חילוק צווישן ביידע גרופעס זענען: 1) וואס זיין טוהן: אינליסטעד זענען וואס פירן אויס זאכן און זענען געלערנט פאר קריג וויאזוי אויסצופירן באפעלן משא"כ אפעצירן זענען וואס פירן די אינליסטעד סאלדאטן ווי למשל טרענירן זיי (אינסטראקטערס) אדער פלאנירן מיסיעס (מענעזשירס), 2) בכלל: אפעצירן העכער אינליסטעד סאלדאטן, 3) א אינליסטעד קען מען ווערן מיט א קאלידזש דיפלאום אבער א אפעציר דארף האבן א קאלידזש דעגרי פון מינימום 4 יאר.
כדי צו ווערן א אפעציר קען מען דורך צוויי וועגן: 1) נאכן זיין די העכסטע ראנג אינליסטעד קען מען ווערן אן אפעציר, אדער אויב מזעהט אינמיטן אז מטויגט בעסער פאר דעם איז דא א ספעציעלע וועג וויאזוי עס צו ווערן, דעס איז נאר אויב מען איז א העכערע ראנג אין די אינליסטעד קאטעגאריע, 2) אויב מקומט אן מיט א ספעציעלע דעגרי ווי למשל א דאקטער א לויער גייט מען געווענליך דארט אריין.

נאכדעם איז דא א זאך וואס הייסט א נאנקאמישענד אפעציר (NCO) וואס דאס איז א סארזשענט (E4) אדער העכער, וואס איז נישט קיין אפעציר אין די קאמישענד (אפעציר) ראנג נאר ער איז אין די אינליסטעד ראנג אבער האט זיך צוגעלערנט וויאזוי צו פירן און נאך זאכן וואס מאכן עם קענען פירן און עדווייזן זיינע קלענערע ראנג חברים, די חילוק צווישן עם און א געהעריגע קאמישענד אפעציר איז דריי עיקר חלקים: 1) ער דארף זיין א געוויסע ראנג צו קענען ווערן א נק"א משא"כ א קאמישענד ווערט גלייך ביים אריינקומען אין די ארמיי, 2) אנדערע טרעינונג, 3) ער דארף פאלגן העכערע פון עם אין די אינליסטעד ראנגן משא"כ א קאמישענד באקומט זיינע באפעלן גלייך פונעם ארמיי קאמענד סענטער און נישט פון איינעם העכער עם אין ראנג,
אויך איז דא נאך א זאך וואס הייסט א ווארענט אפעציר דאס איז איינער וואס איז א ספעשיליסט אין א געוויסע ענין און איז נאך בעסער אין יענע זאך ווי א קאמישענד אפעציר.

[align=center]ליסטע פון נאנקאמישענד אפעצירן[/align]
סארזשענט (E4)
סטעף סארזשענט (E5)
סארזשענט ערשטע קלאס (E6)
מעסטיר סארזשענט(E7)
ערשטע סארזשענט (E8)
קאמענד סארזשענט(E9)
סארזשענט מעזשיר פון די ארמיי (E9)

[align=center]ליסטע פון קאמישענד אפעצירן[/align]
צווייטע לאטענענט (O1)
ערשטע לאטענענט(O2)
קעפטין(O3)
מעזשיר(O4)
לאטענעט קאלנאל(O6)
קאלנאל(O7)
בריגאדער(O8)
מעזשיר גענעראל(O9)
לאטענעט גענעראל(O9)
גענעראל(O10)
גענעראל אויף די ארמיי(O10)

[align=center]ווארענט אפעצירן ליסטע[/align]
ווארענט אפעציר 1(WO1)
טשיף ווארענט אפעציר 2(CWO2)
טשיף ווארענט אפעציר 3(CWO3)
טשיף ווארענט אפעציר 4(CWO4)
טשיף ווארענט אפעציר 5(CWO5)

ליסטע פון אלע ראנגן מיט זייערע בעדזשעס

אנצוהייבן אין די ערשטע דריי ראנגן פון די אינליסטעד רענג דארף מען דורכגיין ספעציעלע טרעינונג וואס ביז מקומט אן צו ווערן אE4 נעמט בערך צוויי צו דריי יאר די ערשטע זאך גייט מען צו באאט טרעינונג ווי מלערנט אויס צו פאלגן איינער וואס איז העכער אין ראנג מלערנט בעסיק מלחמה טאקטיקן ווי שיסן דרייוון לויפן קריכן טאנצן וכדומה

[align=center]באט קעמפ/טרעינונג איז איינגעטיילט אין דריי חלקים [/align]
[align=center]פאזע רויט-ווייס-בלוי[/align]

פאזע רויט נעמט דריי וואכן
[align=center]ערשט וואך[/align]
גלייך ווען מקומט אן מיט די באס ווערט מען אראפגעשיקט באגלייט מיט קולות און מדארף זיך גלייך אויסשטעלן אין א רייע

דערנאך מארשירט מען אריין ביז די הויפט זאל אינעם קעמפוס וואס דארט צוטיילט מען זיי פער פיפציג מענטשן און יעדע גרופע באקומט זייער באשטימטע פירער וואס הייסט טוהן אלעס חוץ פון דעם זענען דא אבזערווירער וואס מאכן זעכער אז אלעס ווערט געטוהן אויפן האר

נאכן צוטיילן פירט מען זיי אדער בעסער געזאגט מארשירן זיי צו די פלאץ ווי סליגן יעדעמס פעקלעך גוט אויסגעמישט און משטעלט אן א טיימער ווי לאנג ממעג זיכן זייערע פעקלעך, די געדאנק דערפון איז אויסצולערנען צו ארבעטן צוזאמען
נאכדעם גייט מען און יעדער באקומט זייערע מונדירן און שטיוואל אזוי אויך שערט מען יעדן אפ און מבאקומט זיך א בעט וואס מדארף זיך אליין אויסבעטן און א קלאזעט פאר די זאכן און מדארף זיך אליין ביגלן די העמדער און הויזענעס אזוי אויך פאלישן די שיך וואס מבאקומט
אזוי אויך לערנט מען אויס זיך צו פירן מאראליש און אזוי אויך איבער ראסעס
מגייט דורך קערפער עקסערסייז ווי מארשירן לאנגע וועגן פאש אפס לויפן און טאנצן שלעפן און נאך

אויך לערנט מען איבער די זיבן זאכן
1) גלייבן אין די קאנסטעטוציע
2) אויספירן דיין חלק אין א מיסיע (דא קען עס מיינען טוהן א זאך וואס מהייסט דיר)
3) ריספעקט
4) סעלף'לעס סערוויס דאס טייטש אז די דארפסט לייגן די לאנדס אינטערעסן פאר דיינע
5) לעבן צו באקומען די מעדאל אויף האנער
6) זיין ארענטלעך
7) בויען די אייגענע קוראדזש ווי למשל איינער וואס האט מורא פון פייער זאל פיזיש ארבעטן אוועקצונעמען די פחד דערפון

[align=center]צווייטע וואך[/align]
לערנט מען אויס פייטן
אזוי אויך לערנט מען מיט זיי וויאזוי צו ליינען מעפס נעוועגאציע וכדומה איינע פון די וועגן וויאזוי מלערנט עס אויס איז דורכן הייסן גיין אין געדעכטע וועלדער און דארפן אנקומען צו געוויסע פאונטס

און עקסערסייז צו קריכן און טאנצן פון הויכע און שמאלע פלעצער ווי אראפ קריכן א הויכע טורעם גיין אויף שאקלדיגע בריקן וכדומה

אויך לערנט מען מיט זיי ערשטע הילף און וויזאוי קעיר צו נעמען פון היידרעישן

[align=center]דריטע און לעצטע וואך פון פאזע רויט[/align]
דא לערנט מען אויס וויאזוי צו שלעפן מענטשן און בכלל זיך ארויסצוזעהן פון פיזישע פראבלעמען
אויך טראגט מען אריין די סאלדאטן אין גאז טשעמבערס ווי מלערנט זיי אויס וויאזוי זיך צו באגיין אין א כעמישע אדער נוקלערע אטאקע וויאזוי צו האלטן גוט אנגעטוהן די גאז מאסקעס

די דריטע וואך קענען זיי שוין האלטן עפעס גאנס
מבאקומט א M16 און א M4 רייפעל ווי מלערנט אויס וויאזוי סארבעט און וויאזוי מקלינט עס און טוישט מאגאזין וכדומה משיסט נאכנישט ביזדערווייל

נאכן דורכגיין די ערשטע פאזע "רויט" גייט מען אריבער צו פאזע "ווייס"
וואס נעמט אויך צוויי וואכן

[align=center]פאזע ווייס[/align]
[align=center]ערשטע וואך[/align]
נעמט אריין זיך לערנען שיסן און צילן
יעדער באקומט צוויי מינע רייפעלס א M4 און א M16 און סאיז אויסגעשטעלט צילן ווי מדארף שיסן יעדע ציל איז ווייטער און ווייטער אפגעריקט און מדארף שיסן פערציג קוילן וואס פון דעם דארפן כאטש אכט און צוואנציג טרעפן אין ציל די גאול איז צו באקומען איינע פון די דריי טיטלען א מארקאס אדער א שארפשיסער אדער א עקספערט געוואנדן וויפיל מטרעפט גוט אין ציל
אזוי אויך לערנט מען אויס וויאזוי זיך צו באגיין מיט גראנאטן און גראנאטן שיסערס און אויך לערנט מען זיך אויס וויאזוי מאשין געווער ארבעט

[align=center]אין די צווייטע וואך[/align]
לערנט מען מיט זיי איבער וויאזוי אנטי טאנק וואפן ארבעטן און מדארף קענען טוהן געוויסע ארבעט אין א געוויסע צייט ווי למשל שיסן מיט מאשין געווער און גלייך אריינלייגן נייע ראולס פון קוילן ווי אויך אויפשטעלן געוויסע וואפן וואס דעי אלע ארבעט פארלאנגט מזאל ארבעטן אפאר סאלדאטן אויף אמאל

נאכדעם מאכט מען געוויסע עקסערסייז בשעתן האבן אויף זיך דעם רייפל אנגעהאנגן און בשעת מעשה דארף מען פייערן קוילן צו געוויסע צילן און אזוי ווייטער

נאכדעם קומט די בלויע פאזע
[align=center]בלוי פאזע[/align]

אין די לעצטע פאזע גייט מען דורך דרי טעסטעס צו זעהן אויב מען גרייט
כדי צו דרוכמאכן די טעסטעס דארף מען האבן פיפציג פוינטס ביי יעדע טעסט עקסטער צוזאמען הונדערט און פיפציג פוינטס
אין די לעצטע פאזע לערנט מען אויס וויאזוי זיך צו באגיין אין די טינקל מגייט אריין אין וועלדער צופרי ביז שפעט ביינאכט
די בלויע פאזע ריפט מען אן די ריקאווערי וואך וואס טייטשט אז יעדע סאלדאט דארף העלפן אויפרוימען דאס פלאץ פיקסן צובראכענע זאכן און שיין אוועקלייגן אלעס וואס מנעמט נישט מיט נאכן ארויסגיין פונעם באאט קעמפ און אז אלעס זאל זיין גרייט פאר די נעקסטע גרופע סאלדאטן
אזוי אויך גרייט מען זיך צום גראדואציע וואס קומט פאר סוף פונעם בלויע פאזע וואס נעמט אריין אנטרייען די נייע יוניפארעמס ביגלן נייען גרייט מאכן צום מארש וכדומה
געווענליך נאכן ענדיגן ווערט מען געקרוינט מיטן ערשטען בעדזש פונעם מיליטער און מווערט א E2

שפעטער גייט מען צו נאך קורסעס וואס קען נעמען ביז נאך א יאר וואס דארט ריקט מען זיך ארויף צו ווערן א E3 און אזוי ווייטער

נעקסטע באשרייבונג וועט מען דורכגיין אלע וואפן מיט וואס די ארמיי באניצט זיך

פאר הגהות והערות קומט אריין דא
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

חוץ פון היימארס און M270'ס איז דא נאך עפעס וואס איינער וויל וויסן?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

יא, מלחמה טאקטיקן מיט אירע פילע מאדערניזירונגען, און די חידושים פון די גרויסע מחות אין 'ארט אוו וואר' א שטייגער ווי אלכסנד מוקדון, נעפאליען, וכו'
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
יא, מלחמה טאקטיקן מיט אירע פילע מאדערניזירונגען, און די חידושים פון די גרויסע מחות אין 'ארט אוו וואר' א שטייגער ווי אלכסנד מוקדון, נעפאליען, וכו'
די רוימישע איז אויך אינטערסאנט
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הארזים האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
יא, מלחמה טאקטיקן מיט אירע פילע מאדערניזירונגען, און די חידושים פון די גרויסע מחות אין 'ארט אוו וואר' א שטייגער ווי אלכסנד מוקדון, נעפאליען, וכו'
די רוימישע איז אויך אינטערסאנט
גא"מ צו ביידע. באַשרייבן אלכסנדר מוקדון דער געשעצטער קריגסמאַן באַפרייענדיג גריכנלאַנד פון די פערסן, נאַפאָלעאָן באַנאַפאָרטע דער מיליטערישער סטראַטעגיסט און בראַווסטער גענעראַל אין היסטאָריע מיט איבער אַכציג שלאַכטן אונטער זיך, און אודאי דער רוימישער לעגיאָן וואָס איז געווען דער מאַכטפולסטער קריגס מאַשין בעפאָר דער מאָדערניזירטער וועלט.
ש'כח נארמי!

(כ'וואָלט צוגעלייגט אויך דער צווייטער וועלט מלחמה, וואָס קען אָבער זיין זייער קאָמפליצירט זייענדיג דער שווערסטער שלאַכט נאר אַמאָל געווען און אַרייננעמענדיג אַזויפיל פראָנטן פון אַלע זייטן…)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
נאר איך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:06 pm
לאקאציע: אין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר איך »

מעכטיג גיי ווייטער ;l;p- ;l;p- ;l;p-
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

א דאנק, זייער שיין באשריבען
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

איז דא א pdf פון דעם?
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm

שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!

ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

העי, די ארמיי זעה איך, די נעווי און די עירפארס זעה איך נאכנישט...

(כאילו דו ביסט עפעס שולדיג פאר איינעם..)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:06 am
העי, די ארמיי זעה איך, די נעווי און די עירפארס זעה איך נאכנישט...

(כאילו דו ביסט עפעס שולדיג פאר איינעם..)
סטענד ביי פאר אוקריינע (אוכריינע😝).
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נאר איך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:06 pm
לאקאציע: אין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר איך »

לויט די פארליסטן פון די אוקריינער קוקט נישט אויס ווי די אמעריקאנע [מערב וועלט] וואפן ארבעטן געהעריג 🤔
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:09 pm
לויט די פארליסטן פון די אוקריינער קוקט נישט אויס ווי די אמעריקאנע [מערב וועלט] וואפן ארבעטן געהעריג 🤔
זיי מסביר

נארמאליזעם האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:20 pm
נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:09 pm
לויט די פארליסטן פון די אוקריינער קוקט נישט אויס ווי די אמעריקאנע [מערב וועלט] וואפן ארבעטן געהעריג 🤔
זיי מסביר
viewtopic.php?p=4375666#p4375666
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע: The Pentagon

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:43 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:20 pm
נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:09 pm
לויט די פארליסטן פון די אוקריינער קוקט נישט אויס ווי די אמעריקאנע [מערב וועלט] וואפן ארבעטן געהעריג 🤔
זיי מסביר
viewtopic.php?p=4375666#p4375666
לאמיר דיר זאגן, אויב ליגט מען נישט אין די מיליטערישע ענינים סתם אזוי איז זייער שווער מסביר צו זיין, עפשער אנדערע קענען יא, איך וואלט דיך געזאגט קום צוריק און צוויי חדשים פון יעצט און מען וועט דעמאלסט שמועסן ווי גוט די וואפן ארבעט.
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
ליסטע פון די מאסיווע כלים וואס אוקריינא האט אנגעגרייט צום אפענסיווע.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:43 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:20 pm
נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:09 pm
לויט די פארליסטן פון די אוקריינער קוקט נישט אויס ווי די אמעריקאנע [מערב וועלט] וואפן ארבעטן געהעריג 🤔
זיי מסביר
viewtopic.php?p=4375666#p4375666
געב א קוק וואס סאיז געווארן פון די 3 טעג געווינס, פון היימארס און עני אנדערע וואפן האסטו פארגעסן? דארפן זייערע זאכן זיין באמבע פרוף? חוץ פון דעם זענען די ברעדליס ריטייערט ווייל סקומט שוין נישט נאך די מיליטערישע פארשריפטן.

און ווי מיליטערישע עקספערט זאגט, מען דארף ווארטן און זעהן וויאזוי זאכן גייען, קען זיין האט זיך געלוינט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נאר איך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:06 pm
לאקאציע: אין בעט

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר איך »

כפארשטיי שוין [האלבוועיגס]
כהאב מיך געווינדערט אז אזוי סאך אמעריקאנע ברעדליס זאלן גיין א גאנג
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: אמעריקאנע מיליטער היסטאריע און אלעס ארום "באשרייבונג"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

נארמאליזעם האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:11 pm
נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:43 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:20 pm
נאר איך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:09 pm
לויט די פארליסטן פון די אוקריינער קוקט נישט אויס ווי די אמעריקאנע [מערב וועלט] וואפן ארבעטן געהעריג 🤔
זיי מסביר
viewtopic.php?p=4375666#p4375666
געב א קוק וואס סאיז געווארן פון די 3 טעג געווינס, פון היימארס און עני אנדערע וואפן האסטו פארגעסן? דארפן זייערע זאכן זיין באמבע פרוף? חוץ פון דעם זענען די ברעדליס ריטייערט ווייל סקומט שוין נישט נאך די מיליטערישע פארשריפטן.

און ווי מיליטערישע עקספערט זאגט, מען דארף ווארטן און זעהן וויאזוי זאכן גייען, קען זיין האט זיך געלוינט.
וואף! @נארמאליזעם מיט זיין זיסע קורצע קלארע נאלידזשעבל פעדער...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”