סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פילטערן סמארט פאונס פאר בחורים/מיידלעך און פאר יעדן!

איז עס טאקע נאר פאר ביזנעסס, דאן פילטערן מיר
9
3%
פילטערן סמארטפאונס פאר בחורים/מיידלעך אין דזשענעראל
77
28%
בכלל נישט פילטערן פאר בחורים אדער מיידלעך
9
3%
זאל מען פילטערן, אבער שטרענגער ווי פאר פארהייראטע
39
14%
אז ער/זי האט סייווי א סמארטפאון, זיי מער צוגענגליך, אזוי אום אז ער/זי זאל כאטש האבען עפעס א פילטער
71
26%
זאל מען איבערגעבן פאר די וועד, אזוי זיי אפשרעקן (מיר קאנען נישט נעמען קיין אחריות, אפילו אויב ער/זי קויפט אומגעפילטערט. א פאליסי איז א פאליסי)
8
3%
זאל דער בחור/מיידל שפירן אז מען טראסט זיי, און זיי זאלען וועלן לייגען א פילטער
62
23%
 
סך הכל שטימען: 275

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:און אגב אז מען רעדט דא פון דעם, טעג האט מיר נישט געוואלט לייגן קיין פילטער אויף מיין פאון צוליב דעם וואס איך האב זיי געבעטן צו לאזן א סאשעל מידיע עפפ וואס איך האב געדארפט לצורך פרנסה. (אדער זיך איינגערעדט אז איך דארף עס פאר פרנסה)

למעשה שפעטער האב איך געזעהן אז די עפפ איז מיר נישט געזונט פאר מיין רוחניות האב איך עס אראפגענומען, אבער דאס אז איך קום צו טעג פאר א פילטער און זיי האבן מיר עס נישט געוואלט גיבן צוליב דעם האט מיר זייער אויפגערעגט.


דעיס וואס די זאגסט איז א גרויסע פראבלעם וואס דארף א אויפוואכונג.

די נושא איז אביסל tricky, ווייל וואס זאל זיין מיין פאליסי, אז יעדער קען באשטעלן זיין פילטער וויאזוי ער וויל, קען מען נישט, פון די אנדערע זייט איז דא אמאל א מענטש אזוי ווי גראמער וואס זאגט אז אויב דו מאכסט נישט די פילטער וואס ער וויל לייגט ער בכלל נישט קיין פילטער, סא...


פארוואס קען מען נישט?

איינער האט געשריבן דא אז זשענטעק טוט אזוי און עס ארבעט זייער פיין
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

@היכי
צו זיין קלאר, וואס גייט זיך טוישן פון יעצט ביז 15 יאר?
ווילסט זאגן אז די עצם אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם?
להוי ידוע אז געוויסע האבן שוין געטענהט פאר פינף - צען יאר צוריק אז ביי נא גייט יעדער איד האבן א סמטרטפאון אדער אז עס גייט זיין אימעגליך בכלל צו פילטערן.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

היכי תמצא האט געשריבן:@פנימחדשות, דו ביסט קריסטאל קלאר. איך האב פארשטאנען יעדעס ווארט. דו ביסט נאכמער ווי גערעכט בנוגע חינוך, און נישט נאר פאר קינדער, פאר יעדע איד אין אלע יארגאנגן.

איך האב נאר געזאגט אז עס גייט מעגליך קומען א טאג ווען די אינטערנעט וועט זיין אזוי וויכטיג ווי עלעקטריק. לויט ווי איך פארשטיי קען מען אלע טעכנאלאגיע פילטערן לגבי עריות/שמירת עניים, כפירה, הוללת וכדו', און איך זעה נישט פארוואס מ'גייט עס נישט ווייטער אייביג קענען פילטערן אויף אזא אופן. מ'קען אייביג פילטערן א זאך וואס האט א סקרין.

אבער נישט דאס איז די אינטערנעט.. די אינטערנעט איז נישט א סקרין. מ'נוצט די אינטערנעט טעגליך אהן קוקן אויף א סקרין.

איך האלט און איין זאגן אז מ'זאל יעדעם מסביר זיין וואס די 'אינטערנעט' איז, און מ'טראכט אז איך רעד פון סאשעל מידיא וכדו'.. טאקע וועגן דעם דארף מען אויסלערנען וואס די 'אינטערנעט' איז. די 'אינטערנעט' איז נישט געווידמעט אויף סאשעל מידיא, עריות, כפירה, הוללת וכו'. די 'אינטערנעט' איז געמאכט פאר פראקטישע זאכן און דאס גייט ווערן א דבר יום ביומו וואס מ'גייט אהן דעם נישט קענען אנגיין.

איך זאג דען אז ס'גייט זיין א טאג וואס יעדער וועט דארפן זיצן אויפן אינטערנעט און שטופן די צייט?! אפילו די אלגעמיינע וועלט טוט דאס נישט (עכ"פ מענטשן מיט דורכשניטליכע ווירדן). דאס מיין איך טאקע! קיינער פארשטייט וואס די אינטערנעט איז.. און ווי אזוי מ'קען עס באמת עמטליך נוצן פאר די ריכטיגע צוועקן און אויף די זעלבע צייט עס אויסדרוקליך נישט נוצן פאר סיי וועלכע סארט עבירות, [דורכן האבען א פילטער (פאר זאכען וואס ס'שטייט אויף זיי אין אפוטרופוס) און דורכן נוצען די אייגענע כח המעצר (פאר אנדערע זאכען, ווי צייט ארויסווארפעריי וכדומה)].

צו דער תגובה (וואס איך האב אביסל ארומגעטוישט) בין איך פולי מסכים, כאטש וואס פון דיין פריערדיגע תגובה האט נישט ממש אויסגעזעהן אז דו מיינסט דאס, ווי אנדערע האבען שוין מעורר געווען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

גראמער האט געשריבן:און אגב אז מען רעדט דא פון דעם, טעג האט מיר נישט געוואלט לייגן קיין פילטער אויף מיין פאון צוליב דעם וואס איך האב זיי געבעטן צו לאזן א סאשעל מידיע עפפ וואס איך האב געדארפט לצורך פרנסה. (אדער זיך איינגערעדט אז איך דארף עס פאר פרנסה)

למעשה שפעטער האב איך געזעהן אז די עפפ איז מיר נישט געזונט פאר מיין רוחניות האב איך עס אראפגענומען, אבער דאס אז איך קום צו טעג פאר א פילטער און זיי האבן מיר עס נישט געוואלט גיבן צוליב דעם האט מיר זייער אויפגערעגט.


טעג האט רבנים, זיי פאלגן די פסקים פון זייערע רבנים.

אז מען רעדט שוין, טעג איז בעצם נישט איין ארגענאזאציע, ס'איז 40-50 ארגענאזאציעס, יעדער לאקאל איז אן ארגאנאזאציע פאר זיך, מיט אייגענע רבנים, אייגענע פאליסיס, און אייגענע פאנדרעיזיענג, זיי ארבייטען צוזאמען אונטער איין שירעם ארגענאזאציע, אבער באמת איז יעדער לאקעל אן ארגענאזאציע פאר זוך.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס'איז געווען אמאל א מעשה, א מענטש האט געהאט א קרענק, איז ער געגאנגען צום דאקטער, האט עם די דאקטער געזאגט אז די איינציגע רפואה איז, אז ער זאל עסן חזיר, און טאמער ער וועט נישט עסן די חזיר, וועט ער שטארבן, איז דער איד געגאנגען צו זיין רב, און פארציילט די גאנצע מעשה, האט די רב געזאגט, פיקוח נפש איז דוחה אלעס, און ער מעג עסן חזיר, די רב האט צוגעלייגט, אז כאטש די איסור פון עסן חזיר מוז ער עובר זיין, די איסור פון נבילות און טריפות מוז ער נישט עובר זיין, די רב האט געהייסן ברענגן א שוחט, וואס זאל שחט'ן די חזיר, און כשר'ן די חזיר, און דערנאך זאל די איד עסן די חזיר, און נתרפא ווערען, שוין, די איד האט אזוי געטוהן, ביים בודק זיין, האט מען געטראפן א שאלה אין די לינגען, איז מען געקומען צו די רב, און מען האט עם געפרעגט טאמער ס'איז כשר צו נישט, די רב האט זיך גענומען וויינען, פרעגט מען די רב פארוואס וויינסטו? ענטפער'ט ער, איך זעה אז ס'איז נישט קיין פראבלעם מיט די לינגען, אבער וואס ווילסטו איך זאל זאגן, אז די חזיר איז כשר?

והנמשל הוא, די ווילסט אז טעג, אדער די מוסדות אדער סיי ווער זאל דיר לייגן א פילטער, ער זאל דיר זאגן אז די פאון איז "כשר"? ווי קען דיר טעג דעס זאגן אויף א סמארטפאון פאר בחורים? ס'איז טריפה! אז די בחור וויל באמת, זאל ער גיין צו די GenTech דירעקט, פון זיי ערווארט מען נישט קיין הכשר. זיי זענען נישט קיין מכשירים. פארשטייט זיך אז דאס מוז אויסגעארבייט ווערן מיט רבנים, און ווי געשריבן אין מיין פריערדיג'ע תגובה, יעדער טעג לאקאל האט זיך זייער רבנים וואס זאגן זיי ווי איין און ווי אויס.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ארויס לאזן א בחור אדער אינגערמאן אן גארנישט איז בעסער הייסט עס.

כהער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

shimon7323 האט געשריבן:ארויס לאזן א בחור אדער אינגערמאן אן גארנישט איז בעסער הייסט עס.

כהער

דאס נישט געזאגט, אבער ווי קענסטו אים געבן א הכשר?!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

וואס הכשר ווען הכשר?

זיי שרייבען אים דען א כתב אז זיין פאון איז כשר און ער טאר עס נוצען, בחתימת רבנים?

זיי לייגען נאר ארויף א פילטער.
און דאס נישט צו טאן פאר בחורים (וואס קומען זיך בעטען פאר א פילטער), וואס מיינט 99 פראצענט (אויב נישט 100 פראצענט) אז דער בחור וועט האבען א אומגעפילטערטע דעווייס, איז א עוון פלילי.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די רבנים וואס טעג פרעגט האלטן אנדערש פון דער, און איינער וואס קומט צו טעג גייט ארויס מיט די געפיל אז מיין פאון איז "כשר"
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

בינעך נישט באקאנט זייער בחורים פאליסי בהוראת רבניהם.
אבער און אלגעמיין פילטערן זיי וואס דו הייסט אבער צו באקומען דעם זיגעל דארף מען נאכקומען זייער סטאנדארט.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

יתכן אז פאר א גאר שוואכע סטאנדארט וועלן זיי זאגן מיר האבן נישט קיין צייט, מיר האבן אידן ווארטן וואס דארפן א פילטער…
שטעל זיך פאר א בחור בעט א פילטער אבער וויל יוטוב אפען פולי…
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

lazy האט געשריבן:יתכן אז פאר א גאר שוואכע סטאנדארט וועלן זיי זאגן מיר האבן נישט קיין צייט, מיר האבן אידן ווארטן וואס דארפן א פילטער…
שטעל זיך פאר א בחור בעט א פילטער אבער וויל יוטוב אפען פולי…


יוטוב איז 99 פארצענט כשר, זיי זענען זייער שטרענגע וואס מען מעג לייגן דארט.

וואס זיי קענען טון איז לאזן יוטוב נאר אויפן בראזער אזוי קענען זיי פילטערן זאכן וואס טויגן נישט.

עס ארבעט פיין בײ מיר אויפן קאמפיוטער מיט techloq.com
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

Wow a1 האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:יתכן אז פאר א גאר שוואכע סטאנדארט וועלן זיי זאגן מיר האבן נישט קיין צייט, מיר האבן אידן ווארטן וואס דארפן א פילטער…
שטעל זיך פאר א בחור בעט א פילטער אבער וויל יוטוב אפען פולי…


יוטוב איז 99 פארצענט כשר, זיי זענען זייער שטרענגע וואס מען מעג לייגן דארט.

וואס זיי קענען טון איז לאזן יוטוב נאר אויפן בראזער אזוי קענען זיי פילטערן זאכן וואס טויגן נישט.

עס ארבעט פיין בײ מיר אויפן קאמפיוטער מיט techloq.com


ביים דור המבול איז די וועלט געווען 99% כשר (2 דריטל וואסער, רוב איז וועלדער וכו׳).
די 1% האט געלייגט אין געפאר די גאנצע וועלט, און געברענגט א מבול!

עניוועי צום נושא.
א ודאי ״קען מען״ (אפשר שוואכערהייט) פילטערן יו טוב, כהאב ארויסגעברענגט אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז טאמער דער בחור וויל ״אפענע״ יו טוב טאר מען אים קיין פילטער בפשטות געבן, אזוי אויך ווייסן זיי ווען עס האט נישט קיין פשט אנצוברענגן די צייט, אז דער אויסווארף זאל קענען מכשיל זיין נאך בחורים, נאך קענענדיג זאגן סאיז געפילטערט ביי טעג… והבן.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:אין 10 יאר ארום וועסטו מוזן האבן אינטערנעט אינדערהיים מיט ווייפיי. צו דו ווילסט יא, צו דו ווילסט נישט. די אלגעמיינע וועלט טוט אלעס מיט די אינטערנעט, און די קאמפאניס שטעלן אלעס צו אויף דעם אופן. חוץ אויב דו טראכסט אז זיי גייען ארויסגעבן ספעציעלע פראדוקטן פאר'ן היימישן ציבור. קארס האבן שוין אריינגעבויטע אינטערנעט, און אלסדינג. מ'גייט אויפהערן מאכן סיי וואס אהן אינטערנעט. עס גייט גארנישט עקזיסטירן אהן אינטערנעט.

נ.ב.
ביי די עמיש חברה האב איך געזעהן אז maytag האט געמאכט א ספעציעלע וואש מאשין פאר זיי אז עס זאל שטומען מיט זייערע הלכות וואס זיי האבן לגבי זיך באנוצען מיט לעקטער.


וואס דארפסטו גיין ביז די עימיש? די גרעסטע עפלייענס מאנופעקטשורערס אין די וועלט האבן כלים מיט שבת מאודס.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

סאיז דא שומרי שבת מיט אינטערנעט/ספ
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

צו די אלע וועלט פארזארגער דא וועגן וואס עס גייט זיין אין צען יאר ארום, אויב קוקט מען אויף די לעצטע צען יאר, זעהט מען א מצב אז ביי א ריזיג חלק כלל ישראל איז דער מצב סאך בעסער ווי עס איז געווען צען יאר צוריק, און נאכדעם איז אויך דא גרויס חלק ביי וועם דער מצב איז סאך ערגער, קיין נומערן ווייס איך נישט.
סאו אויף וויפיל היסטאריע קען פאראויסזאגן, דארפן מיר זען צו זיין אויף יענע זייט, (די זייט פון כינוס כלל ישראל, משומר, גדר, (ר' שאול יצחק, השומרים) וכו' וכו').
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מים חיים האט געשריבן:סאיז דא שומרי שבת מיט אינטערנעט/ספ


אמת, אבער עס איז נאכאלץ נאר א פיצעלער חלק פון די אלגעמיינע קאנסומער באזע, און רוב שומרי שבת נוצן נישט דווקא קיין שבת מאוד כלים.

דער עיקר איז דער געדאנק, אז מען קען ארבעטן מיט זיי, אויב האסטו א שטיקל באזע.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אקעי. גלייך איך נישט צופיל מגיב זיין אין מיינע אייגענע אשכולות.

לאמיר דא עפעס אויסקלארען פאר די מיימינים ומשמאילים... (וועלט אייך אליין אויס וועלכע איר זייט און וועלכע די אנדערע זיינען)

די פראגע איז דא נישט איבער כלל ישראל. עס איז איבער די וואס האבען יא די כלים! צו זאגען אז אזויפיל און אזויפיל פראצענט האבען יא אדער נישט איז בכלל נישט די שמועס דא. ווייל יעדער קאן זיין זיכער מיט זייער זייט, און זיין גערעכט דערביי. דער וואס ווייסט פאר א פאקט אז נאר אזויפיל פראצענט האבען די כלים, קאן לעבן אין א טעות, ווייל מען ווייסט נישט וויפיל האבען עס בעהאלטענערהייט. און דער וואס ווייסט פאר פאקט אז אזויפיל אזויפיל פראצענט האבען יא די כלים, קאן פונקט אזוי לעבן אין טעות, ווייל פילע מענטשן האבען דעם אויסקוק פון א סמארטפאון בעזיצער, אבער האט עס נישט.

אלזא, דאס איז מיין זייט אויף וואס די אנקעטע איז מעיקרא געבויט. קאן זיין (און שטארק מעגליך) אז איך בין צוריקגעבליבן אין דעם הינזיכט. אבער מיין פראגע בויגען איז באזירט אויף וויפיל אך קלער אז איך ווייס, און אויף וויפיל איך האב געהערט פון מעטשן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Wow a1 האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:יתכן אז פאר א גאר שוואכע סטאנדארט וועלן זיי זאגן מיר האבן נישט קיין צייט, מיר האבן אידן ווארטן וואס דארפן א פילטער…
שטעל זיך פאר א בחור בעט א פילטער אבער וויל יוטוב אפען פולי…


יוטוב איז 99 פארצענט כשר, זיי זענען זייער שטרענגע וואס מען מעג לייגן דארט.

וואס זיי קענען טון איז לאזן יוטוב נאר אויפן בראזער אזוי קענען זיי פילטערן זאכן וואס טויגן נישט.

עס ארבעט פיין בײ מיר אויפן קאמפיוטער מיט techloq.com

יוטוב איז הונדערט פראצענט טריפה, פרויען אין יעדע ווידעא, נאר שמוץ וואס הייסט שמוץ ביים גוי איז נישט ערלויבט, נשים, כפירה, וכדו' איז געהעריג ערלויבט
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

Wow a1 האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:יתכן אז פאר א גאר שוואכע סטאנדארט וועלן זיי זאגן מיר האבן נישט קיין צייט, מיר האבן אידן ווארטן וואס דארפן א פילטער…
שטעל זיך פאר א בחור בעט א פילטער אבער וויל יוטוב אפען פולי…


יוטוב איז 99 פארצענט כשר, זיי זענען זייער שטרענגע וואס מען מעג לייגן דארט.

וואס זיי קענען טון איז לאזן יוטוב נאר אויפן בראזער אזוי קענען זיי פילטערן זאכן וואס טויגן נישט.

עס ארבעט פיין בײ מיר אויפן קאמפיוטער מיט techloq.com

מיין פריינט, זיי לאזן אפיציעל דורך ווידעאוס פון נשים, זאג נישט אז סאיז 99% כשר, פאר גויאישע סטאנדארטן אפשר אבער דאס מיינט פאר אונז גארנישט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:@היכי
צו זיין קלאר, וואס גייט זיך טוישן פון יעצט ביז 15 יאר?
ווילסט זאגן אז די עצם אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם?
להוי ידוע אז געוויסע האבן שוין געטענהט פאר פינף - צען יאר צוריק אז ביי נא גייט יעדער איד האבן א סמטרטפאון אדער אז עס גייט זיין אימעגליך בכלל צו פילטערן.


אינטערסאנט צו באמערקן, אז דער ערשטער טענה איז שוין ליידער מקוים געווארן, יעדע פאן איז היינט אפן צו די אינטערנעט געהעריג, מיט אלע מעגליכקייטן, נישט קיין חילוק אין די דרויסענדיגע דיזיין פון די דיווייס,

די צווייטע טענה האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס זענען געשאפן געווארן גוטע פילטערס, מיט בלאקערס,
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

Wow a1 האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:יתכן אז פאר א גאר שוואכע סטאנדארט וועלן זיי זאגן מיר האבן נישט קיין צייט, מיר האבן אידן ווארטן וואס דארפן א פילטער…
שטעל זיך פאר א בחור בעט א פילטער אבער וויל יוטוב אפען פולי…


יוטוב איז 99 פארצענט כשר, זיי זענען זייער שטרענגע וואס מען מעג לייגן דארט.

וואס זיי קענען טון איז לאזן יוטוב נאר אויפן בראזער אזוי קענען זיי פילטערן זאכן וואס טויגן נישט.

עס ארבעט פיין בײ מיר אויפן קאמפיוטער מיט techloq.com

רחמנא ליצלן מהאי דעתא
ווי ווייט מ'האלט היינט
אויב קען מען נישט זען סי' ר"מ מיט אלע מפרשים איז עס שוין כשר?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

lazy האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:. לויט ווי איך פארשטיי קען מען אלע טעכנאלאגיע פילטערן לגבי עריות/שמירת עניים, כפירה, הוללת וכדו', און איך זעה נישט פארוואס מ'גייט עס נישט ווייטער אייביג קענען פילטערן אויף אזא אופן. מ'קען אייביג פילטערן א זאך וואס האט א סקרין.


אני הקטן בין מסכים מיט דעים, און ממילא דארף מען מחנך זיין קינד און קייט אז פונקט ווי עסן דארף א הכשר דארף אינטערנעט א פילטער, און בפשטות נאר דאס קען האבן א קיום ( שוין ברייט ארומגערעדט אינם אשכול א גריס פון יענע וועלט).

אבער אביסל פריער שרייבסטו דאס וואס אויף דעים בינעך מחולק, און די קומסט צו צי אנדערע מסקנות, ממילא בינעך נישט קלאר אוואו פונקטליך די צילסט באמת.
עס גייט קומען א טאג גאר בקרוב וואס מ'גייט מוזן נוצן די אפענע אינטערנעט אהן א פילטער פשוט צו קענען עקזיסטירן און לעבן פון טאג צו טאג און נארמאלע אומשטענדן..

אויב זאלסטו חלילה זיין גערעכט מיט דעים, דאן זענען די אוסרים לגמרי טאקע יא גערעכט…

מורי ורבותי, איך בעהט דא איבער דער ריבונו של עולם, רבנים, עסקנים, און אלע ניקס אויף אייוועלט פאר'ן שרייבן אזוילכע שורות. עס איז נישט אויסגעהאלטן, נישט אזוי ברויך א איד שרייבן, א איד הייבט קיינמאל אויף די הענט און זאגט אז איך גיב זיך אונטער צום גוי. ש'כח לעזי, מסתמא, פנימחדשות, און אלע אנדערע ניקס פאר'ן מעורר זיין אפאר קרומע מסקנות וואס איז איך האב (לכאורה בטעות) געשריבן. איך מיין אז איך האב זיך צופייערט אינמיטן מיין 'ויצעקו' און נישט געווען גענוג פארזיכטיג מיט וואס איך האב געשריבן...

lazy האט געשריבן:אני הקטן בין מסכים מיט דעים, און ממילא דארף מען מחנך זיין קינד און קייט אז פונקט ווי עסן דארף א הכשר דארף אינטערנעט א פילטער, און בפשטות נאר דאס קען האבן א קיום ( שוין ברייט ארומגערעדט אינם אשכול א גריס פון יענע וועלט)

שטארק און גוט אויסגעדרוקט, און דאס איז א חלק פון וואס איך זאג.

מסתמא האט געשריבן:@היכי תימצא

איך בין נישט קיין פוסק אדער א מנהיג (אבוויעסלי..) אבער להוי ידיעה אז דאס וואס די וועלט טוישט זיך איז אונז נישט מחייב, מיר האבן זיך געמאכט אונזער אייגענע באבל אפגעהאקט פון די אל"געמיינע" גאס, סאיז נישט אויסגעשלאסן אז דאמי וואקיום קלינערס און כעלעמע וואש מאשינען וכו' וועט זיין אן עקסלוסיוו אידישע פראדוקט
סאו וואט? דאס גייט אונז יעצט אפשטעלן? מיר זענען נישט מחיוב פון קיינעמס סטענדערטס

כהאב נישט אין קאפ קיין סטראקטשער אדער קלארע מהלך וואו איין און וואו אויס, מיר אלץ א כלל דארפן גוטע אידן אונז צו שטעלן אין פלאץ, אבער ציען מסקנות ווייל אזוי איז די ריעליטי?! מיר וועלן זיך מאכן אונזער אייגענע ריעליטי!! נישט דאס דארף זיין א קובע

דאס איז אונזער כלליות'דיגע בליק אן עס פארטייטשן אין פראקטיק

מסתמא, דו קומסט אריין זייער שטארק און דו ביסט 1000% גערעכט. מיר האבן זיך קיינמאל 'צוגעשטעלט' צום גוי, און מיר גייען זיך ווייטער נישט צושטעלן צום גוי און ווייטער לעבן און אונזער 'באָבל'.

איך זאג נאר, אז חוץ פון די גזירות און די מידיא וואס מאכט אלע סארט פילמס אונז צו באשמוצן (וואס קומט פון די אפגעפארענע אידן וואס זענען געווארן די גרעסטע שונאי ישראל, און נישט פון דער אלגעמיינער גוי וואס זוכט אונז בעצם נישט צו טשעפען), זענען די אלע אנדערע ערפינדונגען אריינגערעכנט די אינטערנעט נישט געמאכט געווארן מכשיל צו זיין אידן. נישט נאר דאס די אלע ערפינדונגען אריינגערעכנט די אינטערנעט ווערן נישט געמאכט דייקא עס צו נוצן פאר עס צו נוצן פאר אומ-ווירדיגע זאכן.

דערפאר, איז נישטא קיין סיבה זיך צו שלאגן מיט די עצם טעכנעלאגיע, אין די פאל די אינטערנעט, נאר צו באקעמפען די חלקים פון די אינטערנעט וואס איז אומ-ווירדיג אדער פשוט נישט געזונט פאר'ן רפואת הנפש (וואס דער גוי ווייסט אויך גאנץ פיין אז דאס איז א פראבלעם..).

מ'קען נוצן צענדליגע אופנים. פילטערס איז איצט פון די בעסטע וועגן, ווי אויך די פארשלאגען פון אנדערע ניקס צב"ש חינוך אין אמונה צו פארשטערקערן די יסודות פון אידישקייט. איך קען אין דעם נישט ווייל איך בין ווייט פון א מורה דרך אדער איינער וואס קען פארשלאגן מהלכים ווי אזוי צו באקעמפען די שלעכטע חלקים פון די אינטערנעט, די ארבעט לאז איך איבער פאר רבנים, עסקנים, אדער ניקס וואס האבן בעסערע מהלכים.

פארוואס זיך שלאגן מיט די גאנצע אינטערנעט אדער אלע אנדערע טעכנאלאגישע כלים וואס קומען דערמיט? דא האט פנימחדשות אביסל צוגעפיצט וואס איך האב געשריבן און בעסער ארויסגעברענגט:
פנימחדשות האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:איך זאג דען אז ס'גייט זיין א טאג וואס יעדער וועט דארפן זיצן אויפן אינטערנעט און שטופן די צייט?! אפילו די אלגעמיינע וועלט טוט דאס נישט (עכ"פ מענטשן מיט דורכשניטליכע ווירדן). דאס מיין איך טאקע! קיינער פארשטייט וואס די אינטערנעט איז.. און ווי אזוי מ'קען עס באמת עמטליך נוצן פאר די ריכטיגע צוועקן און אויף די זעלבע צייט עס אויסדרוקליך נישט נוצן פאר סיי וועלכע סארט עבירות, [דורכן האבען א פילטער (פאר זאכען וואס ס'שטייט אויף זיי אין אפוטרופוס) און דורכן נוצען די אייגענע כח המעצר (פאר אנדערע זאכען, ווי צייט ארויסווארפעריי וכדומה)].

צו דער תגובה (וואס איך האב אביסל ארומגעטוישט) בין איך פולי מסכים, כאטש וואס פון דיין פריערדיגע תגובה האט נישט ממש אויסגעזעהן אז דו מיינסט דאס, ווי אנדערע האבען שוין מעורר געווען.


לאמיך זאגן קלאר: לאמיר אלע אנהייבן נוצן די אינטערנעט לכתחילה! לאמיר עס נוצן פאר אלע סארט צוועקן, די צוועקן וואס די ערפינדער פון די אינטערנעט האבן עס געמאכט ( ערפינדער האבן עס נישט געמאכט פאר אומ-ווירדיגע צוועקן, זיי האבן קיינמאל געטראכט אז עס גייט זיין סאשעל מידיא און עדיקשאן וכדו'). מ'האט עס געמאכט פאר פראקטישע צוועקן פונקט ווי אלע אנדערע טעכנאלאגיע וואס ווערן געמאכט נייטראל, און מ'קען עס נוצן לטוב און לרע.

מ'האט ערפינדן קארס, האבן די גדולים מתיר געווען פאר מענער און נישט פאר פרויען. לייטס, עירקאנדישן, וכו' מותר אינדערוואכן, שבת מיט א שבת-זייגער. טעיפ רעקארדערס, סי די וכו' אידישע לעבעלס, זינגערס, קאמפאזערס און נישט גוי'אישע. נישט נאר טעכנישע זאכן נאר אלעס ווי אזוי די וועלט האט זיך, האמיר זיך אויך געטוישט אויפ'ן אידישן, היימישן שטייגער, סקולס פאר מיידלעך, מייסד געווען חתן-כלה שיעורים, בישויס אנטשטאט אנדערע מהלכים, אייגענע אויסגעהאלטענע צייטונגען און מאגאזינען, ווי אזוי צו זיין איידל און פארברענגן און טאנצן אויף א היימישע אופן אנטשטאט האלעווען. זאכן וואס די אלגעמיינע וועלט האט ערפינדן אדער אנגעהויבן צו טאן, זאכן וואס איז נאר פאר אונטערהאלטונג אדער שוואוילטאג און האט קיין אנדערע פראקטישע באנוץ אדער מהלך אפילו ביי די גוים האט מען נישט איינגעפירט ביי היימישע אידן און אויך נישט צו געשטעלט א היימישע אלטערנאטיוו צב"ש טעלעוויזשן, טיאטער, ספארטס וכדו'. ופשוט הוא, א נוצבארע זאך נוצט מען לטובה, אן אומ-נוצבארע זאך נוצט מען בכלל נישט.

און עס האט שטארק געארבעט דורכאויס די יארן. היימישע אידן פאלגן און נוצן די זאכן לטובה און אויסדרוקליך נישט די זאכן וואס האט קיין באנוץ חוץ שוואוילטאג איז קיינמאל איינגעריסן געווארן ביים היימישן ציבור. און די אלע זאכן וואס מען האט אפגעטיילט ווי אזוי עס צו נוצן לטובה, האט מען נישט אנגעהויבן נוצן לרע.

פארוואס איז עס אנדערש געווארן זייט קאמפיוטערס און אינטערנעט וואס מ'קען זיך נישט ספראווען און נאכלויפן די שאדן וואס עס מאכט אן וויפיל איסורים און מיטלען דערקעגן, רייסט עס נאכאלס שטיקער און דער עולם פאלגט נישט אזוי אינגאנצן. פארוואס? יא, איך פארשטיי אז די אינטערנעט שטעלט פאר אומ-דערהערטע נסיונות וואס איז שוין לאנג נישט געזעהן געווארן. יא, איך פארשטיי אז די אינטערנעט איז זייער, זייער שווער צו קאנטראלירן. טאקע דערפאר זאג אז איצט האלטן מיר ביי א שטאפל וואס איז דומה צו די צייטן פון די משכילים, עס אויך דומה צו די צייטן פון פאר די מלחמה דא אין אמעריקע.

איך האב שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה, אבער איך וועל עס נאכאמאל דערמאנען. פאר די מלחמה זענען דא געקומען צו אמעריקע צווישן 1880 און 1925 קרוב צו 20 מיליאן אידן און חוץ פון געציילטע הייליגע משפחות וואס האבן במסירת נפש, זענען אלע דורכגעפאלן און ס'נישט איבערגעבליבן קיין זכר פון זייערע אידישקייט ביי זייערע קינדער און אייניקלעך (טאקע אסאך פון די אידישע אימיגראנטן זענען שוין נישט געווען פרום אינדערהיים, לאמיר זאגן נאר 15% זענען געווען פרום בשעת'ן אימיגרירן איז די ציפער נאכאלס 3 מיליאן!). זעהט מען דאך אז עס איז געווען מוראדיג שווער צו האלטן אידישקייט אין אמעריקע, אבער דאך האבן זיך א געוואלד מיט גדולים צוזאמגענומען נאך די מלחמה און אוועקגעשטעלט אידישקייט מיט צענדליגע נייע גדרים נוסח אמעריקע. און האט געטוישט די שפיל.

קען מען דען נישט באקעמפן די אינטערנעט? מיינט דאס אז אזוי צו אזוי גייט די היימישע וועלט אונטערגיין? זיכער נישט! חס וחלילה!

וואס איך גיי איצט זאגן איז ראדיקאל, אבער נישט אומ-אויסגעהאלטן. איך האב קיין השפעה, און מיינונג גייט גארנישט טוישן. איך גיב זיך נאר אויס מיינע אינערליכע געדאנקען.

זאל מען אויפהערן האקן אויף דעווייסעס און די אינטערנעט זעלבסט. לאמיר אויפשטעלן א היימישע אינטערנעט מיט אלע פיטשיווקעס וואס זענען אויסגעהאלטן. א גרויס חלק איז שוין סיי ווי דא. קען מען דען נישט לערנען שיעורים אויפ'ן אינטערנעט, קען מען דען נישט ליינען אידישע נייעס אויפ'ן אינטערנעט, קען מען דען נישט פארברענגן אויף אידישע וועבזייטלעך (איינער דא איז אויף אייוועלט?...)? אבער, עס איז נישט געמאכט געווארן אפיציעל און לכתחילה. ווי אויך נוצט מען נישט די אינטערנעט פאר די פראקטישע חלקים. זאל יעדע מוסד, אידישע געשעפט, בתי מדרשים האבן וועבזייטלעך. געוויסע בתי מדרשים פלעגן אמאל האבן אקאונטס אויף פעיסבוק.. זאל מען נעמען אלעס וואס די וועלט נוצט אפיציעל אויף די אינטערנעט, און דאס מאכן אין אידיש, ווי לאנג עס איז אויסגעהאלטן.

זאל יעדער האבן אינטערנעט ביי זיך אינדערהיים מיט ווייפיי צוגעשטעלט דורך די היימישע אינטערנעט פירמעס און דאס זאל זיין א פעקעדזש וואס האט צוטריט נאר צו אידישע אינטערנעט און אהן אויסנאם. מ'קען עס נישט טוישן, צופיצן, אויסקלויבן צו גיין אויף נישט אידישע וועבזייטלעך. אידישע אינטערנעט, זה הוא. אפשר דאן וועט מען נישט גיין קריכן צו פרעמדע פלעצער.

דעווייסעס: אנשטאט קויפן א דעווייס א דעווייס אויפ'ן גוי'אישע מארקעט אדער וואס קומט דירעקט פון די גוי'אישע פאבריק און דערנאך דארף מען דאס שלעפן צו א פילטער קאמפאני. זאלן אידישע געשעפטן אדער אנליין אידישע געשעפטן פארקויפן דעווייסעס וואס קומט שוין אריינגעבויט מיט צוטריט נאר צו אידישע אינטערנעט אהן אויסנאם. די קען אויסדרוקליך נישט גיין צו א גוי'אישע וועבזייטל. אזוי קען יעדער האבן סיי וועלכע סארט דעווייס ווי לאנג מ'קויפט דאס פון א היימישע געשעפט און עס האט נאר צוטריט צו אידישע אינטערנעט.

א נייע זאך, אידישע אינטערנעט!

וועלכע סארט וועבזייטלעך מען זאל מאכן, דאס לאז איך שוין איבער פאר אדמורים, רבנים, און עסקנים. שרייטס מיר נישט אן אז איך וויל מאכן אידישע פעיסבוק און טוויטער ווייל דאס וועלן די רבנים אפמאכן. אויב די רבנים זאגן אז מ'קען אידישע עפפס, דאן זאל מען דאס מאכן. מאנכע וועלן שרייען אז דאס שמעקט פון השכלה, איך הער. אבער לאמיך אייך פרעגן א קשיא: אז מ'קויפט נישט גוי'אישע צייטונגען און מאגאזינען אין די גוי'אישע געשעפטן, פארוואס ליינט מען דאס יא אויפ'ן אינטערנעט? און אז איינער ליינט דאס נישט דירעקטליך, קאפי און פעיסט מען עס אז ער זאל עס יא קענען ליינען. מ'וואטשט נישט קיין אידישע ווידיאוס, פארוואס כשר'ט מען גוי'אישע ווידיאוס און מ'וואטשט דאס יא? די קשיות ווייס איך נישט די ענטפער און איך וועל דאס איבערלאזן פאר די מנהיגי ישראל. און די מנהיגי ישראל קענען מחליט זיין וואסארע סארט וועבזייטלעך מ'קען מאכן אויפ'ן אידישן אינטערנעט און וואסערע עפפס מ'קען מאכן אויפ'ן אידישן אינטערנעט.

איז דען בעסער צו האבן צוטריט צו א געמישטע אינטערנעט וואו ס'איז דא געוויסע אידישע וועבזייטלעך (עפפס?), און וואס ס'נישט דא אין אידיש גייט מען צום גוי'אישן וועבזייטל אדער עפפ. איז דאס בעסער? איך ווייס נישט. איך לאז דאס אויך איבער פאר די מנהיגי ישראל.

מיין געדאנקען גאנג איז פשוט. ביז איצט איז דער שטן א טריט פאראויס, און מיר לויפן איהם נאך. די אינטערנעט איז אסור לגמרי, אבער די שטן האט עס דורכגעבראכן און עס גענומען אפאר יאר ביז מ'האט דאס מתיר געווען מיט א פילטער. עס קומען ארויס פרישע דעווייסעס, אסור. דער שטן ברעכט עס דורך, נעמט א פאר יאר ביז מ'איז עס מתיר מיט געוויסע תנאים. בחורים און מיידלעך האבן סעלפאונס, אסור. דער שטן האט עס איינגעפירט, האט מען מתיר געווען געוויסע פאונס מיט פילטערס און וואס נישט.

אין יעדעס פאל איז דער שטן א טריט פאראויס אין די פאר יאר ווי לאנג עס נעמט איהם נאכצולויפן און שטעלן א לעזונג, געוואוינט זיך יעדער צו צו נוצן דעם שטן'ס ווערסיע ביז מ'זאגט דעם עולם אז מ'קען האבן עפעס ענליך נאר מיט געוויסע תקנות וואס עס מאכן מער אויסגעהאלטן. יעדעס מאל זאגט מען אז נאר די וואס פאלגן נישט זענען אויף צרות, ביז די חלק וואס פאלגט נישט פארמערט זיך, מאכט מען א פשרה פאר יעדעם.

אבער, מיט אידישע אינטערנעט וועלן מיר זיין א טריט פאראויס פונעם שטן. אז מ'שטעלט איצט צו וואס דער עולם וויל, אפשר וועט זיך די צאל פון די וואס פאלגן נישט זיך אויפהערן. עס איז זייער גרינג צו באשטעטיגן. האסטו דעם אידישן אינטערנעט פעקעדזש? איז דיין דעווייס א אידישע אינטערנעט דעווייס פון א אידישע געשעפט? ניין? פארוואס נישט? אידישע אינטערנעט איז גענוג? ס'דאך דא אלעס וואס איז אויסגעהאלטן? אלעס וואס דו האסט געהאט אויפ'ן גוי'אישן אינטערנעט, אלעס וואס דו ווילסט איז דא אויפ'ן אידישן אינטערנעט, באשטעטיגט אז עס אויסגעהאלטן דורך מנהיגי ישראל. אה, דו פאשעסט אויפ'ן גוי'אישן אינטערנעט, דאן טוסטו נאר אומ-אויסגעהאלטענע זאכן.

ס'דא נאך אסאך צו זאגן, אבער איך ווייס ניטאמאל וויפיל שטיינער איך וועל כאפן פאר'ן שרייבן די תגובה.

אני הקטן היכי תמצא
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פנימחדשות האט געשריבן:וואס הכשר ווען הכשר?

זיי שרייבען אים דען א כתב אז זיין פאון איז כשר און ער טאר עס נוצען, בחתימת רבנים?

זיי לייגען נאר ארויף א פילטער.
און דאס נישט צו טאן פאר בחורים (וואס קומען זיך בעטען פאר א פילטער), וואס מיינט 99 פראצענט (אויב נישט 100 פראצענט) אז דער בחור וועט האבען א אומגעפילטערטע דעווייס, איז א עוון פלילי.



100% גערעכט. א פילטער איז דען א הכשר אויפ'ן עצם האבען א כלי? עס איז אמווייניגסטענס את הרע במיעוטו.

כ' פארשטיי בכלל נישט קיין צד אויף פארקערט, הלמאי צי איז דען דא א בחור אויף דער וועלט וואס וועט אויפגעבען זיין סמארטפאון בלויז ווייל מ'האט איהם נישט געפילטערט? און לאמיר זאגען עס מאכט זיך אחד מני אלף וואס וואלט אזוי געטוהן, וואס איז מיט די אנדערע 999?

טאמער קעמען ארויפלייגען א פילטער, וואס דאס וועט עכ"פ אפהאלטען דעם בחור פון קוקען טינופות ממש, ווי אויך באזוכען אין אפיקורסישע (יודישע) פלעצער - וואס כל באיה לא ישובון - איז דען נישט ווערט אלעס אין דער וועלט דאס צו טוהן?

דער וואס איז נישט מסכים צו לייגען א פילטער בלויז ווייל דער בעל הסמארטפאון איז אומפארהייראט איז א חוטא ומחטיא ועתיד ליתן את הדין.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

lazy האט געשריבן: אזוי אויך ווייסן זיי ווען עס האט נישט קיין פשט אנצוברענגן די צייט, אז דער אויסווארף זאל קענען מכשיל זיין נאך בחורים, נאך קענענדיג זאגן סאיז געפילטערט ביי טעג… והבן.

דאס איז א נייע סברא וואס איך האב נישט געטראכט פון פריער, אז דורכן געבן א פילטער וועט דער בחור קענען גרינגער מכשיל זיין אנדערע (דורכן ברעכען די פילטער, אדער ווייזען זאכען וואס די פילטער לאזט יא דורך, און זענען אעפ"כ נישט געזונט פאר יוגענטליכע צו זעהן אד"ג), דורכן זאגען אז זיין פאון איז געפילטערט, איז דארף מען גדו"י (וואס קענען זיך אויס אין די היינטיגע מציאות) צו מחשב זיין שכר הפילטער כנגד הפסדה, אבער בעצם איז דאס אביסל דומה צו די "שיטה" אז מען זאל בכלל נישט מאכען פילטער'ס, וצ"ע.

@היכי, שימד"נ.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”