סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פילטערן סמארט פאונס פאר בחורים/מיידלעך און פאר יעדן!

איז עס טאקע נאר פאר ביזנעסס, דאן פילטערן מיר
9
3%
פילטערן סמארטפאונס פאר בחורים/מיידלעך אין דזשענעראל
77
28%
בכלל נישט פילטערן פאר בחורים אדער מיידלעך
9
3%
זאל מען פילטערן, אבער שטרענגער ווי פאר פארהייראטע
39
14%
אז ער/זי האט סייווי א סמארטפאון, זיי מער צוגענגליך, אזוי אום אז ער/זי זאל כאטש האבען עפעס א פילטער
71
26%
זאל מען איבערגעבן פאר די וועד, אזוי זיי אפשרעקן (מיר קאנען נישט נעמען קיין אחריות, אפילו אויב ער/זי קויפט אומגעפילטערט. א פאליסי איז א פאליסי)
8
3%
זאל דער בחור/מיידל שפירן אז מען טראסט זיי, און זיי זאלען וועלן לייגען א פילטער
62
23%
 
סך הכל שטימען: 275

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

גראמער האט געשריבן:סמארטפאונס ביי בחורים איז היינט שטארק אריינגעריסן, לאו דוקא ביי דראפאוטס און עס איז א גרויסע פראבלעם ווען עס קומט צו די פילטער.

איך ווייס איין ישיבה ווי עס לערענט א בחור וואס קען גוט די מלאכה און קען זיך אויס אין טעכנילאגיע, און ער האט אליינס געפילטערט צענדעליגער פאונס פון בחורים.

דער בחור איז א צדיק! מ'מעג איהם ווען אנערקענען. זאל מען איהם אריינלאזן מיט א קוויטל צו רבי'ס און רבנים וואס זאלן זיך באדאנקן און איהם געבן א ברכה ווי עס ברויך צו זיין.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שאגת ארי האט געשריבן:א זייטיגע קרישקעלע

אין די אנקעטע האט ער יעדע מאל געשריבן ער/זי, בחורים - מיידלעך, איך מיין אז דאס קומט פון אסאך ליינען אומגעפילטערטע זאכן.
שרייטס נישט, איך האב גארנישט שלעכט געזאגט

איך גיי נישט שרייען אויף דיר איך גיי נאר מסביר זיין פארוואס ער האט אזוי געשריבן (בכלל דו האסט דאך א שאגת ארי און דו קענסט דאך שרייען העכער פון מיר...)

ער האט אזוי געשריבן ווייל די אנקעטע איז אויך וועגן מיידלעך. און פאר עטס הייבטס דו אויגן ברעמען, לאמיך ענק פארציילן א מעשה.

ס'געווען א 12 יעריגע מיידל וואס האט אריינגעברענגט אן אומגעפילטערטע כלי און סקול. ביז וואו וואס ווען האבן האלב פון די קלאס זיך אנגעזען כל מיני שטותים און ווידיאוס (מילד געזאגט). עס האט אפאר חדשים ביז די הנהלה האט דאס געכאפט (!), און דערנאך זענען אלע מיידלעך פון קלאס דורכגעגאנגען ספעציעלע חינוך/טעראפיע סעסיעס זיך צו קענען אויסהיילן די שאדן וואס דאס האט אנגעמאכט. אפאר זענען געפלויגן פון סקול, און כאטש איין מיידל איז צום סוף אראפ פון וועג.. דערנאך האט מען אנגעזאגט אלע עלטערן צו מאכן א שתיקה (מ'האט זיי געווארנט אז מ'גייט ארויסווארפן זייערע קינדער פון סקול), מ'האט גענומען די פרשה און עס אריינגעשטופט אין די טיפסטע קעלערן כדי עס זאל חס וחלילה נישט שאטן די רעפוטאציע פון די סקול.. איצט די ערגסטע חלק: דאס האט פאסירט 7 יאר צוריק, גיי ווייס וואס די מצב איז היינט.. איך האב פערזענליך מיט געהאלטן די גאנצע פרשה צוליב געוויסע סיבות, און ווייס אלע דעטאלן (איך וועל קיין שום דעטאלן ארויסגעבן אין אישי, אויסדרוקליך נישט).

איך האלט שוין היינט נישט מיט וואס עס קומט פאר אין סקולס/ישיבות, איז עס געווארן בעסער?! דעמאלט האט מען אויך געשריגן "אויב מ'טוט עפעס דערוועגן קען עס ווערן ערגער", "ס'נאר איין פאל..", און די אלע אנדערע ראציאנאלע חשבונות פארוואס נישט צו אפיציעל אנערקענען די פראבלעם..

ציילט נישט די צאל פון בחורים/מיידלעך וואס האבן אומגעפילטערטע כלים, פאר יעדע בחור/מיידל וואס האט א כלי איז דא 'כאטשיג' 5 אנדערע וואס "בארגן" די כלי אויף אפאר שעה. די שאדן וואס דאס מאכט אן ברויך איך נישט מסביר זיין.. זאג נישט אז די בחורים/מיידלעך וואס האבן די כלים זענען נאר די פארדארבענע וכו'.. קיינער ווערט געבוירן פארדארבן! ערגעץ הייבט זיך עס אן, און דאס מאכט זיך ביי אלע סארט משפחות פון די רבי'שע ביז די עמך אידן... מ'ברויך צו גיין צום שורש פון די פראבלעם אז קיינער זאל אריינפאלן דערין און מיטשלעפן נאך פינעף.. וואס פארדינט מען פון סתם זאגן די אפנזיכטליכע פאקט אז א בחור/מיידל וואס האט אן אומגעפילטערטע כלי האט אינערליכע אידישקייט פראבלעמען? זה פשוט הוא.. פרעג: ווי אזוי האט זיך דאס געמאכט? וויפיל אנדערע האלטן איצט פאר'ן באקומען אזוינס? ווי אזוי קען מען פארשטאפן די לאך וואס זינקט די שיף?

לאמיר רעדן וועגן טעכנעלאגיע: מ'דעבאטירט דא 4G פאונס. רבותי, 5G עקזיסטירט שוין 3 יאר! די עקספערטן זאגן אז עס גייט טוישן די גאנצע מהלך פון אינטערנעט איבער דער גארער וועלט (איך האב שוין געליינט אפאר ארטיקלען דערוועגן, אבער איך כאפ נאכאלס נישט ווי אזוי דאס גייט ארבעטן), ווער ווייסט ווי גרעסער די פראבלעם גייט דאן זיין! אילאַן מאָסק האט שוין ארויפגעשיקט 30,000 סעטעלייטס אין ספעיס וואס גייט דעקן די גאנצע וועלט מיט אינטערנעט! מ'קען שוין איצט האבן אינטערנעט אין די נארט פאול! איך טרייב נישט איבער. דער פלאנט נאך צו שיסן צענדליגער טויזנט סעטעלייטס ביז עס וועט זיין קיין אמה אויפ'ן כדור הארץ וואו עס גייט נישט זיין אינטערנעט. איך פארשטיי נישט, פארוואס זארגט מען זיך איבער 6 יעריגע טעכנאלאגיע ווען מיר ווייסן אלע אז טעכנאלאגיע מאכט פארשריט אין סעקונדעס? מארגן גייט זיין פרישע טעכנאלאגיע וואס גייט פארלייגן א פרישע, סאך גרעסערע פראבלעם, און מ'וועט זיך ברעכן קאפ "וואס טוט מען?", "פון וואנעט איז דאס געקומען?", "ווי אזוי איז דאס איינגעריסן ביים היימישן ציבור?"

קאמפיוטערס עקזיסטירן שוין 50 יאר. ווער ס'געדענקט נאך, מ'האט גע'אסר'ט קאמפיוטערס נאכפאר די אינטערנעט האט עקזיסטירט. איך גיי נישט זאגן ווי סאך עס האט געהאלפן.. אינטערנעט עקזיסטירט שוין איבער דרייסיג יאר, ווי לאנג האט עס גענומען ביז מען האט געמאכט פילטערס? קודם האט מען גע'אסר'ט די אינטערנעט לגמרי, און ווער עס האט א קאמפיוטער אינדערהיים אהן א שלאס אויף די קלאזעט האט געהאט א שווערע פראבלעם צו טרעפן מוסדות פאר זייערע קינדער. ס'האט נישט געדויערט לאנג ביז די ערשטע סארט קאמפיוטערס וואס מ'קען ארומטראגן, וואס איינשפארן אין קלאזעט העלפט נישט.. נאכדעם איז "פלוצלינג" געקומען סאשעל מידיא, אביסל שפעטער איז "פלוצלינג" געקומען מעסעדזש פלאטפארמעס, און אזוי ווייטער.

יעדע פאל האט מען געזאגט "נע, דאס גייט נישט אנקומען צום היימישן ציבור, נאר גוים נוצן דאס, לאמיר עס שנעל אפ'אסר'ן, לאמיר זיך איינרעדן אז די זאכן עקזיסטירן נישט און פטור אן עסק".. די תוצאה ברויך איך נישט מסביר זיין..

פאר ווער עס שלאפט נאך, וועקטס ענק אויף!!!

מיר זענען איצט אין א זמן אין היסטאריע וואס גייט אפמאכן די צוקונפט פון אידישקייט אינעם היימישן ציבור, אזוי אין די צייטן פון די משכילים. דאן איז עס געווען אין פארעם פון פילאזאפן מיט ביכער וואס האבן אוועקגעריסן 90% פון פון די אידישע פאפולאציע! היינט איז עס אין פארעם פון טעכנאלאגיע און אפענקייט.

די וועלט ווארט נישט און שטעלט זיך נישט צו פאר אונז. פארקערט, עס איז קריטיש. די רעגירונג וויל טוישן חינוך וכל מיני גזירות.. מ'באשמיצט אונז און אלע סארט מידיא. מ'מאכט פילמס פון אונז וואס פארבט אונז אפ מיט אלע סארט איבערגעטריבענע שטותים.. עס גייט קומען א צייט בקרוב ווען האבן אינטערנעט וועט זיין אזוי וויכטיג ווי עלעקטריק. די וועלט גרייט זיך צו פארדעם רוב זאכן וואס מ'בויט הייזער זענען שוין היינט קלוג, צב"ש טערמאסטאטס.. מ'גייט אויפהערן צו מאכן מאשינען וואס ארבעטן נאך אהן אינטערנעט. די גאנצע וועלט גרייט זיך פאר דעם. די אמעריקאנע רעגירונג ארבעט איצט צו דעקן גאנץ אמעריקע אפילו פארמס מיט ווייערס פאר שנעלע אינטערנעט, און ווי אויבנדערמאנט די סעטעלייטס.

איך וועל זיך וואגן צו זאגן אפאר זאכן וואס יעדער ווייסט אבער וויל דאס הויך נישט זאגן. אומגעפער אין תש"י האט מען גע'אסר'ט 'טעלעוויזשן', און אוי האט דאס פיין געארבעט. מ'האלט שוין זיבעציג יאר שפעטער און ס'נאכאלס נישט דא א היימיש שטוב וואס האט א טעלעוויזשן! ליידער האט היינט אסר'ן נישט די זעלבע געוויכט. מ'אסרט רעכטס און לינקס אבער דער שטן איז איז שוין א שטאפל פאראויס. אסר'ן טוט אביסל אבער נישט גענוג (געדענקטס ווען מ'האט גע'אסר'ט ליפא שמעלצער מיט ריזיגע פלאקאטן?...).

עס צייט צו מחנך זיין אלע קינדער, בחורים/מיידלעך, יונגעלייט/פרויען, און אלע יארגאנגן וואס די אינטערנעט איז מיט אלע אירע כלים, און ווי גרויס די סכנה איז און אז מ'מוז האבן א פילטער. מ'דארף מאכן דרייווס אין ישובות/סקולס וואו יעדער קען ברענגען זייערע כלים צו לייגן א פילטער אהן פרעגן סיי וועלכע קשיות.. ווייל אז נישט וועט שוין באלד קיינער ווילן א פילטער..

איך טרייב איבער? פיין. קומטס און ליינטס די דאזיגע תגובה אין 5-10 יאר ארום (ווענדט זיך ווי שנעל טעכנאלאגיע וועט לויפן), און זאגט מיר דאן אז איך בין נישט געווען גערעכט!

אני הקטן היכי תמצא
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

היכי תמצא האט געשריבן:
אני הקטן היכי תמצא

דברים כדרבונות! ;l;p-
אגב מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט קאמפיוטער סתם, נאר צו האבן אינדערהיים פאר אונטערהאלטונג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

@היכי, מאסיוו!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דברים כדרבונות!

(כאטש איך בין נישט מסכים צו דיין מהלך...)
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

די ווילסט מען זאל מסביר זיין פאר א 13 יעריגע וואס פעיסבוק איז?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

IMBZ האט געשריבן:די ווילסט מען זאל מסביר זיין פאר א 13 יעריגע וואס פעיסבוק איז?

וואס א סמארטפאון איז איז מען איהם שוין מסביר מיט גוטן און שלעכטן שוין אפאר יאר פריער.

ניין מען דארף נישט אויסלערנען וואס פעיסבוק איז. אבער יא וואס שמירת עיניים איז.

אלע דרשות איז געווידמעט אויף סמארטפאון נישט אויפן עצם פראבלעם (די סמארטפאון איז די כלי המכשיל והממשיך) אבער צי וואס עס איז ממשיך און וואס אונזער פראבלעם דערמיט איז זאגט מען נישט
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ממוצע, איך בין מסכים אז מיין מהלך איז לאוו דאווקא די ריכטיגע. אדרבה, זאלן עסקנים אויפקומען מיט בעסערס.

אמבז, דו גלייכסט מער ווען זיי געפונען אויס אליינס? אה, דו טראכסט אז זיי ווייסן נישט, איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי דיר אויפציווייזן וואס די קינדער ווייסן אלס. וועסט דאס אליינס אויסגעפונען ווען עס איז צו שפעט.

אבער, ניין מען דארף נישט מסביר זיין דייקא וואס פעיסבוק איז, נאר וואס די אינטערנעט איז, און וואס מ'דארף אוועקשטיין פון. אין 10 יאר ארום וועסטו מוזן האבן אינטערנעט אינדערהיים מיט ווייפיי. צו דו ווילסט יא, צו דו ווילסט נישט. די אלגעמיינע וועלט טוט אלעס מיט די אינטערנעט, און די קאמפאניס שטעלן אלעס צו אויף דעם אופן. חוץ אויב דו טראכסט אז זיי גייען ארויסגעבן ספעציעלע פראדוקטן פאר'ן היימישן ציבור. קארס האבן שוין אריינגעבויטע אינטערנעט, און אלסדינג. מ'גייט אויפהערן מאכן סיי וואס אהן אינטערנעט. עס גייט גארנישט עקזיסטירן אהן אינטערנעט.

קוקסט מיר אן משוגע? יא יא, ווען איינער האט געזאגט 15 צוריק אז יעדער גייט האבן ביי זיך אין שטוב קלוגע ספיקערס וואס מ'דארף זיי סך הכל רופן ביים נאמען און זיי וועלן אנצינדן לייטס, טוישן די דעגרי אויפ'ן טערמאסטאט, אנצינדן און אויסלעשן די אויוון, אויפשפארן און צושפארן דו שלאס אויף דיין טיר, אנצינדן די דישוואשער, די וואש מאשין, דיר זאגן וואס איז אויף דיין קאלענדאר, די וועטער אינדרויסן, אנצינדן דיין קאר אינדרויסן אז עס זאל זיך אנווארעמען אין די ווינטער, כ'מיין איך קען דא אנפילן בלעטער מיט בלעטער וואס קליינטשיגע סמארט ספיקער קען טון סך הכל ווייל דו זאגסט עס מיט'ן קול אזוי צו טון. יענעם וואלט מען אויך אנגעקוקט משוגע, אבער ער איז שוין גארנישט אזוי משוגע, איז ער?

מ'דארף זיך איצט צוגרייטן צום איבערנעמונג פון די אינטערנעט פאר עס קומט "פלוצלינג" אן ווי אלע אנדערע זאכן.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

היכי תמצא ביסט עפעס געוואלדיג

קודם די טעכנישע פרטים וואס איך בין אביסל מער באקאנט
דערווייל ארבעט אילאן מאסק'ס טעכנאלאגיע נאר מיט א דיש, דהיינו מקען האבן איבעראל אינטערנעט, אבער נישט מיט א שטיקל וואס ליגט אין טאש, און וויפיל איך ווייס איז נישט אין פלאן סזאל זיך טוישן
5G וועט מאכן גאר שנעלע אינטערנעט אין די גרויסע שטעט, אנדערע פלעצער וועט עס ווייטער ארבעטן מיט די 4G בענדס, ווייס איך נישט פונקטליך וואס סמאכט אויס לגבי אונזער שמועס, חוץ אויב דו מיינסט דאס וואס מען רופט די Iot , אבער דאס איז וואס דו שרייבסט ווייטער אז אלעס וועט ארבעטן מיט אינטערנעט

דיינע טענות זענען געוואלדיג און ממש אומאפפרעגבאר
די דוגמא וואס דו ברענגסט וועגן קארן איז א גוטע דוגמא, סאיז שוין דא א שיינע פאר טעסלא'ס ביים ציבור, און אויף וויפיל איך ווייס איז עס נישט שייך צו פילטערן, און די רידערערס האבן עס נאכנישט באמערקט

דיין מסקנה אז מען דארף פשוט אויסלערנען אז אינטערנעט מוז גיין מיט א פילטער, אנשטעט אז אינטערנעט איז אסור, בין איך נישט ממש מסכים, ווייל לויט דיינע טענות וועט א פילטער אויך נישט זיין קיין לעזונג, און איך האב פאר דיר נייעס, כהיום יום איז א פילטער פאר א בחור נישט צופיל ווערט
איך בין נישט קיין בחור, און איך האב אייביג געהאט אויף אלע מיינע דעווייסעס פילטערס, און איך האב נאכנישט געטראפן די פילטער וואס האט נישט קיין אינטערטירן, דערפאר האב איך שוין אפאר מאל געטוישט פילטערס (חוץ נעטפרי וואז איז נישט מעגליך פאר מיר צו נוצן)
און כל שכן אז דו גייסט מיט די מהלך אז זאכן לויפן צו שנעל פאראויס, דו וואלסט געפארן מיט א געפילטערטע סעלף דרייווינג קאר? איך נישט

אויך, נישט פאר אלע נסיונות העלפט א פילטער, וואס וועט עס העלפן פאר די היץ קעגן אונז אין די מידיא? וואס וועט העלפן קעגן די מאוויס? וואס וועט עס העלפן פאר די מיאוסע בילבאורדס? וכו'
און מער פון אלעס, וואס וועט עס העלפן קעגן די ליבעראלע געדאנקן וואס איז שוין דא יעצט ביין היימישן ציבור, אפילו אויף זאכן וואס איז ממש נגד התורה? און וואס לא ימלט מזאל נישט הערן און ליינען דערפון
(סאיז נישט אזוי ווייט איבערגעטריבענע שטותים - כאטש דאס אויך, נאר די וועלט איז געווארן אזוי צודרייט, אז וואס איז אמאל געווען סטאנדארט אפילן ביי גויים, ווערט היינט אנגעקוקט ממש ווי צודרייט ודי ואכמ''ל)

וואס יא? האב איך מורא צו שרייבן

(צק, האב איך שוין געשריבן אז די פאקט איז אז יעדער קען היינט באקומען א פילטער אן אראפגיין, במילא פארשטיי איך נישט די שאלה, וועם גייט אן אז סאיז דא געוואוסע וואס ווילן נישט פילטערן)
לעצט פארראכטן דורך מים חיים אום פרייטאג אקטאבער 08, 2021 12:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

shimon7323 האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:די ווילסט מען זאל מסביר זיין פאר א 13 יעריגע וואס פעיסבוק איז?

וואס א סמארטפאון איז איז מען איהם שוין מסביר מיט גוטן און שלעכטן שוין אפאר יאר פריער.

ניין מען דארף נישט אויסלערנען וואס פעיסבוק איז. אבער יא וואס שמירת עיניים איז.

אלע דרשות איז געווידמעט אויף סמארטפאון נישט אויפן עצם פראבלעם (די סמארטפאון איז די כלי המכשיל והממשיך) אבער צי וואס עס איז ממשיך און וואס אונזער פראבלעם דערמיט איז זאגט מען נישט

גלייב מיר אז אסאך 13 יעריגע ווייסן וואס פייסבוק איז אן האבן סמארטפאונס. קען זיין נישט פונקטליך, און א ערוואקסענע אויב האט ער עס נישט מוז אויך נישט זיין אז ער ווייסט פונקטליך.

מען איז סיי סייווי מעורר איז אינטערנעט און סאושעל מידיע. און זיי כאפן אויף אסאך.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

און אגב אז מען רעדט דא פון דעם, טעג האט מיר נישט געוואלט לייגן קיין פילטער אויף מיין פאון צוליב דעם וואס איך האב זיי געבעטן צו לאזן א סאשעל מידיע עפפ וואס איך האב געדארפט לצורך פרנסה. (אדער זיך איינגערעדט אז איך דארף עס פאר פרנסה)

למעשה שפעטער האב איך געזעהן אז די עפפ איז מיר נישט געזונט פאר מיין רוחניות האב איך עס אראפגענומען, אבער דאס אז איך קום צו טעג פאר א פילטער און זיי האבן מיר עס נישט געוואלט גיבן צוליב דעם האט מיר זייער אויפגערעגט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מים חיים, דו ביסט אויך געוואלדיג ווייל דו האסט ארויס געוויסע חלקים פון די נושא נאך בעסער ווי מיר, זיכער מיט טעכנאלאגיע. דו ברענגסט אויך ארויף זייער גוטע נקודות. די פאקט אז עס אזוי אנגענומען ביים היימישן ציבור וועגן די אלע סארט אומנאטורליכע "רעכטן" וואס דער גוי וויל אלץ (און מ'שטעלט זיך זייער שיין צו...), איז ממש שטוינענד! דאס איז די גרעסטע ראי' צו וואס איך טענה אז אונזערע צייטן זענען דומה צו די צייטן פון די משכילים... וואו האט מען זיך אויסגעלערנט צו רחמנות אויף דער גוי וואס וויל נעמען די יסודות פון נאטור און עס איבערדרייען להפך.. שגיוענות! איך געשריבן אן ארטיקל דערפון בדרך צחות "משוגענע פרייהייט".

איך מיין אז איך ווייס וואס דו האסט מורא צו שרייבן, וועל איך עס שרייבן.

עס גייט קומען א טאג גאר בקרוב וואס מ'גייט מוזן נוצן די אפענע אינטערנעט אהן א פילטער פשוט צו קענען עקזיסטירן און לעבן פון טאג צו טאג און נארמאלע אומשטענדן.. די פאקט אז אסאך ליינען שוין אדער ווייסן שוין (דען א חילוק פון ליינען אליינס ווי הערן פון א צווייטער מיט אלע דעטאלן?!) ווייסט נאר אן אז דער עולם נוצט דער אינטערנעט האלב אומ-געפילטערט, און די חלק נוצט וואס נוצט עס נישט הערן אלע פרטים פון די וואס נוצן יא.

מ'דארף זיך איצט אויסלערנען וויאזוי צו לעבן מיט די אינטערנעט. סיי ווי אזוי עס גייט. און מ'דארף זיך אויסלערנען וואס יעדער ווייסט באמת אז די אינטערנעט איז זייער נוצבאר (נישט דורך די אור-אלטע לצורך פרנסה היתר..) און יעדער קען עס נוצן פאר אלעם גוטן. און עס נישט נוצן אויף שלעכטן וואס איז זייער פשוט, און איך גלייב אז אויב מ'נוצט די אינטערנעט פאר וואס עס איז בעצם געמאכט געווארן, וועט זיין זייער גרינג פארשטיין אויף וואס עס נישט צו נוצן.. ס'דאך אזוי פשוט, די אלע שלעכטע וועגן וויאזוי מ'קען דאס נוצן זענען דאך די זעלבע עבירות וואס יעדער ווייסט אז מ'טאר נישט טון. די אינטערנעט האט נישט אויפגעמאכט עפעס פרישע עבירות.. די אינטערנעט האט נישט קיין ווילן אדער א שאיפה וואס עס וויל טון.. די אינטערנעט שטעלט צו וואס מען פארלאנגט און וואס מ'לייגט דערויף ארויף.. נו, נוץ די אינטערנעט פאר דו גוטע זאכן וואס עס שטעלט צו, און נוץ עס נישט פאר די זאכן וואס דו האסט ביז איצט נישט גענוצט.. פלעגסט נישט קויפן די ניו יארק טיימס אין געשעפט? דאן ליין עס נישט אויפן אינטערנעט. גייסט נישט אין טיאטער, דאן וואטש נישט די זעלבע פילמס אויף די אינטערנעט, ועוד ועוד.. נאר וואס, די אינטערנעט מאכט עס גרינגער ווייל עס שטעלט צו אלע עבירות אויף איין פלאץ.

די זעלבע חברה וואס שטעלן צו די עבירות אויפ'ן גאס אדער ריעל לייף ווי מ'זאגט, שטעלן צו די עבירות אויפ'ן אינטערנעט. מ'לעבט דאך אין ריעל לייף, מ'האט זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו גיין אויפ'ן גאס און בלייבן ערליך! פאר די מלחמה זענען מיליאנע אידן געקומען קיין אמעריקע און אלע זענען אפגעפארן חוץ א מיעוט פון געהויבענע הייליגע פעלזן פעסטע משפחות וואס האבן אנגעהאלטן אידישקייט. נאכ'ן מלחמה זענען געקומען קיין אמעריקע גאונים וקדושים אדירים און אונז אויסגעלערנט ווי אזוי צו האלטן אידישקייט אין אמעריקע, און נאך ווי, גייען שטאלץ מיט'ן לבוש, בארד און פיאות! מ'האט זיך צוזייעט און צושפרייט לרחצה ולרחבה און מ'וואוינט איבעראל ווי ערליכע חסידישע אידן. יעדער ווייסט דאס, איך פארצייל קיינעם קיין נייעס.

מ'האלט איצט ביי אזא שטאפל די אינטערנעט ווערט אן אמעריקע וואו מ'מיינט אז מ'קען נישט האלטן אידישקייט, אמעריקע אליינס טוישט זיך אויף אומ-דערהערטע אופנים וואס מ'מיינט אז מ'קען נישט בלייבן ערליך.

מ'קען דאס נישט אויסמיידן. די אינטערנעט איז דא און עס גייט ווערן שטערקער. אמעריקע טוישט זיך דערווייל אויף אומ-ווירדיגע אופנים וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן זינט סדום ועמורה.. נו, וואס איז בעסער צו לייקענען אז די גאנצע זאך קומט בכלל פאר? יא, דאן ווען עס קומט וועט עס רייסן שטיקער פונעם היימישן ציבור (אויב ס'האט זיך נאכנישט אנגעהויבן..). אדער קען מען עס אנערקענען און פארשטיין אז דאס דו מציאות אז מ'מוז לעבן מיט און נוצן די אינטערנעט, מ'מוז לעבן און א ווערסיע פון אמעריקע וואס איז קיינמאל געווען אזוי אומ-ווירדיג, און מ'קען נאכאלס בלייבן א איד! יא פילטער, נישט פילטער, יא גזירות, נישט גזירות.. מ'גייט פשוט איבערשטייגן סיי וועלכע נסיונות וואס מ'שטעלט אונז צו, ווייל אויב נישט, אויב מיר גלייבן טאקע אז מ'קען נישט לעבן מיט'ן אינטערנעט און די היינטיגע אמעריקע און נאכאלס בלייבן א איד, דאן וועט יעדער פאלן, יעדער וועט פאלן ביז מ'אנערקענט און מ'נעמט אז די נסיונות זענען דא.. יעדער ווייסט דערפון עס איז נאריש עס צו פארשטעקן און זיך איינרעדן אנדערש.. לאמיר זיך הייבן די קעפ און ווייטער בלייבן אידן מיט אפענע נסיונות וואס גייען סיי נישט אוועקגיין קיין חילוק וויפיל מאל מ'פליקט עס..

לאמיר. זיך. אלע. אויפוועקן. גענוג. איז. גענוג!!!

אני הקטן היכי תמצא
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

היכי תמצא האט געשריבן:ממוצע, איך בין מסכים אז מיין מהלך איז לאוו דאווקא די ריכטיגע. אדרבה, זאלן עסקנים אויפקומען מיט בעסערס.

אמבז, דו גלייכסט מער ווען זיי געפונען אויס אליינס? אה, דו טראכסט אז זיי ווייסן נישט, איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי דיר אויפציווייזן וואס די קינדער ווייסן אלס. וועסט דאס אליינס אויסגעפונען ווען עס איז צו שפעט.

אבער, ניין מען דארף נישט מסביר זיין דייקא וואס פעיסבוק איז, נאר וואס די אינטערנעט איז, און וואס מ'דארף אוועקשטיין פון. אין 10 יאר ארום וועסטו מוזן האבן אינטערנעט אינדערהיים מיט ווייפיי. צו דו ווילסט יא, צו דו ווילסט נישט. די אלגעמיינע וועלט טוט אלעס מיט די אינטערנעט, און די קאמפאניס שטעלן אלעס צו אויף דעם אופן. חוץ אויב דו טראכסט אז זיי גייען ארויסגעבן ספעציעלע פראדוקטן פאר'ן היימישן ציבור. קארס האבן שוין אריינגעבויטע אינטערנעט, און אלסדינג. מ'גייט אויפהערן מאכן סיי וואס אהן אינטערנעט. עס גייט גארנישט עקזיסטירן אהן אינטערנעט.

קוקסט מיר אן משוגע? יא יא, ווען איינער האט געזאגט 15 צוריק אז יעדער גייט האבן ביי זיך אין שטוב קלוגע ספיקערס וואס מ'דארף זיי סך הכל רופן ביים נאמען און זיי וועלן אנצינדן לייטס, טוישן די דעגרי אויפ'ן טערמאסטאט, אנצינדן און אויסלעשן די אויוון, אויפשפארן און צושפארן דו שלאס אויף דיין טיר, אנצינדן די דישוואשער, די וואש מאשין, דיר זאגן וואס איז אויף דיין קאלענדאר, די וועטער אינדרויסן, אנצינדן דיין קאר אינדרויסן אז עס זאל זיך אנווארעמען אין די ווינטער, כ'מיין איך קען דא אנפילן בלעטער מיט בלעטער וואס קליינטשיגע סמארט ספיקער קען טון סך הכל ווייל דו זאגסט עס מיט'ן קול אזוי צו טון. יענעם וואלט מען אויך אנגעקוקט משוגע, אבער ער איז שוין גארנישט אזוי משוגע, איז ער?

מ'דארף זיך איצט צוגרייטן צום איבערנעמונג פון די אינטערנעט פאר עס קומט "פלוצלינג" אן ווי אלע אנדערע זאכן.

און צוצעלייגן אויף וואס דו זאגסט איז צו אלע צרות איז די חנוכה געלט פון איין יאר גענוג אויף צו קויפן א מער ווי גוד אינוף לאקט סמארטפאון (ער דארף דאך נישט קיין סערוויס ער דארף נאר די ווייפיי)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

@היכי תמצא קומט מיט שטארקע טענות, אבער מיט זייער ראדיקאלע מסקנות, לטעמי.

א זאך וואס איז אסור ע"פ תורה טאר מען נישט נוצען, נישט א חילוק וואס, און טאמער איז אפענע אינטערנעט אסור ע"פ תורה, אלס אין אפוטרפוס לעריות, וועט עס קיינמאל נישט מותר ווערן, אויסער טאמער וועט עס זיין א שאלה פון סכנת נפשות, און דאן וועט מען דארפען דן זיין צי ס'איז נישט אין די זעלבע גדר ווי מיידלעך צו גיין אין מיליטער, וואס די גדולי הדור האבען גע'פסקנ'ט פאר בערך 70 יאר צוריק אז ס'איז ביהרג ואל יעבור.

אנשטאטס אויסצולערנען קינדער וואס אינטערנעט איז, און וואס פילטער'ס זענען, (ווי כאילו פילטער'ס וועלן אפהאלטען קינדער פון זעהן וואס מ'טאר נישט און פון וויסען וואס איז נישט געזונט און אויסגעהאלטען צו וויסען, אזויווי אנדערע האבען שוין ארויסגעברענגט אז ווי יונגער מען איז, און וואס א קלענערע עול מען האט אויפן קאפ, וועט מען וואס מער אויסשפילען די פילטער, און כאטש וואס ווי פארשטענדליך איז א דעווייס מיט א פילטער טויזענט מאל בעסער ווי א דעווייס אן דעם, איז עס דאך ממש ממש נישט א מהלך אנצונעמען כמעט לכתחילה אז קינדער זאלען זיך דרייען מיט געפילטערטע אינטערנעט), דארף מען טוישען די גאנצע מהלך פון חינוך, און אנשטאטס נאר זיין פארנומען מיטן אויסלערנען חומש און גמרא אד"ג, דארף מען האבען שטארקע אידישקייט שיעורים, ווי מ'באקט אריין אמונה און פשוטע יראת העונש וכו' וכו', און פראבירען צוצוברענגען די נענטסטע וואס מען קען צו אמונה חושית, און נאר אזוי זעה איך א מהלך אז היימישע אידישקייט זאל נישט כמעט אינגאנצען אונטערגיין ח"ו ח"ו ביז עטליכע געציילטע יארען, און בעצם טאמער איז מען מחנך גוט דארף עס אויך העלפען אז נאכן חתונה, ווען מען גייט ארויס צו די ארבעט און מען האט כלים מכלים שונים, זאל מען זיך האלטען ביים אידישקייט, און פון זיך אליינס וועלן ארויפלייגען א שטארקע פילטער אא"וו, און נישט אז ס'זאל אויסקוקען ווי היינט, וואס לויט ווי געוויסע ניק'ס האבען געשריבען אין אנדערע אשכולות האלט עס ביי א מצב אז רוב עלטערע מענטשען וואס האבען סמארטפאונ'ס, האבען עס אן א פילטער אינגאנצען, וואס טאמער איז דאס ריכטיג איז עס דאך ממש א הימעל געשריי, און דאס איז מוכיח אז די גאנצע קאמערציאלע אידישקייט מהלך הינקעט אונטער אויף טויזענט רח"ל.

היות איך בין נישט א פראפעסיאנאלע שרייבער, אזויווי @היכי תמצא און אנדערע, קען איך זיך נישט ארויסברענגען בכתב גענוג קלאר, איז איך האף אז דער תגובה איז פארשטענדליך, אויך אן מאריך זיין לפי וואס ס'פעלט זיך באמת אויס.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

@פנימחדשות, דו ביסט קריסטאל קלאר. איך האב פארשטאנען יעדעס ווארט. דו ביסט נאכמער ווי גערעכט בנוגע חינוך, און נישט נאר פאר קינדער, פאר יעדע איד אין אלע יארגאנגן.

ביסט גערעכט מיינע מסקנות זענען שרעקליך ראדיקאל. ווען מ'קען עמטליך אנגיין מיט א פילטער זאל מען אייביג אזוי טון. איך האב נאר געזאגט אז עס גייט מעגליך קומען א טאג ווען די אינטערנעט וועט זיין אזוי וויכטיג ווי עלעקטריק. לויט ווי איך פארשטיי קען מען אלע טעכנאלאגיע פילטערן לגבי עריות/שמירת עניים, כפירה, הוללת וכדו', און איך זעה נישט פארוואס מ'גייט עס נישט ווייטער אייביג קענען פילטערן אויף אזא אופן. מ'קען אייביג פילטערן א זאך וואס האט א סקרין.

אבער נישט דאס איז די אינטערנעט.. די אינטערנעט איז נישט א סקרין. מ'נוצט די אינטערנעט טעגליך אהן קוקן אויף א סקרין.

איך האלט און איין זאגן אז מ'זאל יעדעם מסביר זיין וואס די 'אינטערנעט' איז, און מ'טראכט אז איך רעד פון סאשעל מידיא וכדו'.. טאקע וועגן דעם דארף מען אויסלערנען וואס די 'אינטערנעט' איז. די 'אינטערנעט' איז נישט געווידמעט אויף סאשעל מידיא, עריות, כפירה, הוללת וכו'. די 'אינטערנעט' איז געמאכט פאר פראקטישע זאכן און דאס גייט ווערן א דבר יום ביומו וואס מ'גייט אהן דעם נישט קענען אנגיין.

איך זאג דען אז ס'גייט זיין א טאג וואס יעדער וועט דארפן זיצן אויפן אינטערנעט און שטופן די צייט?! אפילו די אלגעמיינע וועלט טוט דאס נישט (עכ"פ מענטשן מיט דורכשניטליכע ווירדן). דאס מיין איך טאקע! קיינער פארשטייט וואס די אינטערנעט איז.. און ווי אזוי מ'קען עס באמת עמטליך נוצן פאר די ריכטיגע צוועקן און אויף די זעלבע צייט עס אויסדרוקליך נישט נוצן פאר סיי וועלכע סארט עבירות.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Programming האט געשריבן:דו מיינסט אלס די 4 זשי פאון'ס?

ניין.

Programming האט געשריבן:מיר - ווי א צוקוקער פון דערווייטנס וויפיל איך זעה - זעהט מיר אויס אז די בחורים זענען פיין צופרידן מיט זייערע פליפ פאונס היינט און האבן ענדערש ווייניגער סמארטפאון'ס ווי אמאל

עס קוקט דיר נישט גוט אויס.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ממוצע האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:יא פילטערן פאר יעדעם איינעם, איז א פראבלעם, ווייל אויב ווערט עס לעגיטים אז בחורים דרייען זיך מיט געפילטערטע סמארטפאון, קען עס ברענגען עס זאל ווערן מער איינגעריסן.

איך ווייס נישט אויב איר ווייסט - אבער עס האלט ממש ביי דעם סייווי!

איך ווייס, אבער פארט, ס'קען נאך ווערן ערגער.

עס גייט ערגער ווערן סייווי - היל"ת.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

היכי תמצא האט געשריבן:. לויט ווי איך פארשטיי קען מען אלע טעכנאלאגיע פילטערן לגבי עריות/שמירת עניים, כפירה, הוללת וכדו', און איך זעה נישט פארוואס מ'גייט עס נישט ווייטער אייביג קענען פילטערן אויף אזא אופן. מ'קען אייביג פילטערן א זאך וואס האט א סקרין.

אני הקטן בין מסכים מיט דעים, און ממילא דארף מען מחנך זיין קינד און קייט אז פונקט ווי עסן דארף א הכשר דארף אינטערנעט א פילטער, און בפשטות נאר דאס קען האבן א קיום ( שוין ברייט ארומגערעדט אינם אשכול א גריס פון יענע וועלט).

אבער אביסל פריער שרייבסטו דאס וואס אויף דעים בינעך מחולק, און די קומסט צו צי אנדערע מסקנות, ממילא בינעך נישט קלאר אוואו פונקטליך די צילסט באמת.
עס גייט קומען א טאג גאר בקרוב וואס מ'גייט מוזן נוצן די אפענע אינטערנעט אהן א פילטער פשוט צו קענען עקזיסטירן און לעבן פון טאג צו טאג און נארמאלע אומשטענדן..

אויב זאלסטו חלילה זיין גערעכט מיט דעים, דאן זענען די אוסרים לגמרי טאקע יא גערעכט…
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ער מיינט מסתמא אזוי ווי די 4 זשי פאונס וועלכע נוצן שוין די נייע volte (וואויס אווער לטע) טעכנאלאגיע פאר געווענליכע וואויס קאלס, וואס באדייט אז מען נוצט די אינטערנעט צו מאכן דעם קאל, און מען קען עס נישט פילטערן...
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

היכי תמצא האט געשריבן:

איך בין מסכים מיט דיר 95 פראצענט!!

זאגסט גוט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

Programming האט געשריבן:ער מיינט מסתמא אזוי ווי די 4 זשי פאונס וועלכע נוצן שוין די נייע volte (וואויס אווער לטע) טעכנאלאגיע פאר געווענליכע וואויס קאלס, וואס באדייט אז מען נוצט די אינטערנעט צו מאכן דעם קאל, און מען קען עס נישט פילטערן...

אויך אזוי געקלערט, אבער דאן איז ער געפארן אףף טרעק, דעיס קומט נישט אריין ווען מען רעדט פון סכנת הטעכנעלאגיע, און פאסט נישט זיך אויסצודריקען אומגעפילטערע.
וואס גייט מיך אן צו מיין היים טעלעפאון ארבעט מיט ״קאפער״ אדער מיט ״פייאס ווויפ״ סערוויס, עס איז גענצליך אומשעדליך אנע געברויך פאר פילטער.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

גראמער האט געשריבן:און אגב אז מען רעדט דא פון דעם, טעג האט מיר נישט געוואלט לייגן קיין פילטער אויף מיין פאון צוליב דעם וואס איך האב זיי געבעטן צו לאזן א סאשעל מידיע עפפ וואס איך האב געדארפט לצורך פרנסה. (אדער זיך איינגערעדט אז איך דארף עס פאר פרנסה)

למעשה שפעטער האב איך געזעהן אז די עפפ איז מיר נישט געזונט פאר מיין רוחניות האב איך עס אראפגענומען, אבער דאס אז איך קום צו טעג פאר א פילטער און זיי האבן מיר עס נישט געוואלט גיבן צוליב דעם האט מיר זייער אויפגערעגט.

דעיס וואס די זאגסט איז א גרויסע פראבלעם וואס דארף א אויפוואכונג.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Wow a1 האט געשריבן:

די נושא איז אביסל tricky, ווייל וואס זאל זיין מיין פאליסי, אז יעדער קען באשטעלן זיין פילטער וויאזוי ער וויל, קען מען נישט, פון די אנדערע זייט איז דא אמאל א מענטש אזוי ווי גראמער וואס זאגט אז אויב דו מאכסט נישט די פילטער וואס ער וויל לייגט ער בכלל נישט קיין פילטער, סא...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

@היכי תימצא

איך בין נישט קיין פוסק אדער א מנהיג (אבוויעסלי..) אבער להוי ידיעה אז דאס וואס די וועלט טוישט זיך איז אונז נישט מחייב, מיר האבן זיך געמאכט אונזער אייגענע באבל אפגעהאקט פון די אל"געמיינע" גאס, סאיז נישט אויסגעשלאסן אז דאמי וואקיום קלינערס און כעלעמע וואש מאשינען וכו' וועט זיין אן עקסלוסיוו אידישע פראדוקט
סאו וואט? דאס גייט אונז יעצט אפשטעלן? מיר זענען נישט מחיוב פון קיינעמס סטענדערטס

כהאב נישט אין קאפ קיין סטראקטשער אדער קלארע מהלך וואו איין און וואו אויס, מיר אלץ א כלל דארפן גוטע אידן אונז צו שטעלן אין פלאץ, אבער ציען מסקנות ווייל אזוי איז די ריעליטי?! מיר וועלן זיך מאכן אונזער אייגענע ריעליטי!! נישט דאס דארף זיין א קובע

דאס איז אונזער כלליות'דיגע בליק אן עס פארטייטשן אין פראקטיק
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

היכי תמצא האט געשריבן:אין 10 יאר ארום וועסטו מוזן האבן אינטערנעט אינדערהיים מיט ווייפיי. צו דו ווילסט יא, צו דו ווילסט נישט. די אלגעמיינע וועלט טוט אלעס מיט די אינטערנעט, און די קאמפאניס שטעלן אלעס צו אויף דעם אופן. חוץ אויב דו טראכסט אז זיי גייען ארויסגעבן ספעציעלע פראדוקטן פאר'ן היימישן ציבור. קארס האבן שוין אריינגעבויטע אינטערנעט, און אלסדינג. מ'גייט אויפהערן מאכן סיי וואס אהן אינטערנעט. עס גייט גארנישט עקזיסטירן אהן אינטערנעט.

נ.ב.
ביי די עמיש חברה האב איך געזעהן אז maytag האט געמאכט א ספעציעלע וואש מאשין פאר זיי אז עס זאל שטומען מיט זייערע הלכות וואס זיי האבן לגבי זיך באנוצען מיט לעקטער.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”