סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פילטערן סמארט פאונס פאר בחורים/מיידלעך און פאר יעדן!

איז עס טאקע נאר פאר ביזנעסס, דאן פילטערן מיר
9
3%
פילטערן סמארטפאונס פאר בחורים/מיידלעך אין דזשענעראל
77
28%
בכלל נישט פילטערן פאר בחורים אדער מיידלעך
9
3%
זאל מען פילטערן, אבער שטרענגער ווי פאר פארהייראטע
39
14%
אז ער/זי האט סייווי א סמארטפאון, זיי מער צוגענגליך, אזוי אום אז ער/זי זאל כאטש האבען עפעס א פילטער
71
26%
זאל מען איבערגעבן פאר די וועד, אזוי זיי אפשרעקן (מיר קאנען נישט נעמען קיין אחריות, אפילו אויב ער/זי קויפט אומגעפילטערט. א פאליסי איז א פאליסי)
8
3%
זאל דער בחור/מיידל שפירן אז מען טראסט זיי, און זיי זאלען וועלן לייגען א פילטער
62
23%
 
סך הכל שטימען: 275

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

כ'פארשטיי נישט די פראגע, זינט ווען קענען בחורים נישט באקומען א פילטער?

@פראגראמינג, דו מיינסט עכט אז עס איז געווען איינער וואס האט געהאט יראת שמים און ער האט נישט געטראפן קיין פילטער פאר זיין געברויך? ווייסט וויפיל פילטער'ס עס איז דא אויפן מארק? אדער אפשר מיינסטו טאקע אז יעדער האט אדער די גענויע פילטער וואס זיין אייגענע קהיליה פארלאנגט אדער האט מען גארנישט?

ממש איך פארשטיי נישט די פראגע בכלל, עס קוקט אויס ווי דיסקאנעקטעד פון רעאליטעט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די קהלה אדער פילטערינג קאמפעני טאר נישט געבן אן אקעי פאר א בחור מיט א סמארטפאון - אבער לאו דוקא בחור, נאר סיי וועמען שלא לצורך פרנסה ממש עם היתר, אבער זיי זאלן האבן א דעד-דראפ וואו מ'לאזט עס איבער און זיי ווייסן ניטאמאל צי ס'א בחור ווייל מ'טארזיי נישלאזן אנא פילטער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מצד אחר איז א פילטער פאר אזא איינעם להלכה ווערטלאז, ס'איז אבער א גדר כדאיכא דרכא אחרינא און ס'פארמיידט מכשולות, נישט ס'איז מתיר
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

צ/ק.
וואס איז דער חילוק פון אפציעס צוויי און זיבן?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די פראגע, זינט ווען קענען בחורים נישט באקומען א פילטער?

איך האב געזען ווי א בחור איז אריינגעקומען צו טע"ג ארויפצולייגן א פילטער און מ'האט אים אוועקגעשיקט אן קיין פילטער.

שוין א מעשה פון א יאר-צוויי צוריק מסתמא, כ'האף אז היינט לייגט מען שוין יא ארויף פאר בחורים.

כ'ווייס נישט וויפיל דזשענטעק איז ווערד אויב לייגט מען עס נישט דורך טעג.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

...I don't understand even one question
It looks like you made a google translate from a different language
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שאגת ארי האט געשריבן:א זייטיגע קרישקעלע

אין די אנקעטע האט ער יעדע מאל געשריבן ער/זי, בחורים - מיידלעך, איך מיין אז דאס קומט פון אסאך ליינען אומגעפילטערטע זאכן.
שרייטס נישט, איך האב גארנישט שלעכט געזאגט

בכלל נישט שלעכט געזאגט. אבער עס האט נישט צו טוהן מיט קוקען אומגעפילטערטע זאכען (גראדע האב איך נישט קיין סמארטפאון).

די נקודה דערביי איז געווען אז בכלל איינער וואס האט שוין יא אזא סארט דעווייס זאל האבען צוטריט צו א שטאפל בעסער אוואו אן גארנישט, אז עס מיינט נישט דירעקט נאר א בחור אדער נאר א מיידל. ווייל יעדע סארט האט די אייגענע סיבה פארוואס עס איז מעגליך אז זיי זאלען עס האבען.

צ.ב.ש., א בחור ביי די 17 איז אין ישיבה און ווען ער פארלאזט ישיבה און ער גייט ארבעטן, דאן הייסט ער שוין שוואך (דאס איז א טעמע פאר זיך, פארוואס עס איז אזוי) אבער א מיידל גייט שוין ארבעטן ביי די 17 יאהר, און זייענדיג אין אפפיסעס אדער אנדערע פלעצער קריגען זיי שוין צוטריט צו אנדערע זאכען אוואו ווען זיי זיינען געווען אין שולע. אפילו די אפיס איז מיט א פילטער. אבער דאן איז פארהאן טעקסט גרופעס מיט די פרענדס א.ד.ג. און פון דארט ביז א סמארטפאון, אז מען זאל קאנען נאך גרינגער זיין אין שטענדיגע בארירונג מיט די פרענדס איז שוין א קאצן שפריג.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך הער וואס ממוצע שרייבט און איך הער וואס פראגראמינג שרייבט. מיין מיינונג איז ערגעץ אינדערמיט.

קודם כל, ברויך זיין די ציהל אז סיי וועלכע כלי וואס געפינט אין אידישע הענט זאל האבן א פילטער, קיין חילוק די יארגאנג, אומשטאנד, אדער סיי וואס. זאל מען מאכן דרייווס פאר פילטערס פאר יעדעם נאו קוועסטשוינס עסקד!

די בחורישע יארן איז זייער א האקעלע צייט. מ'קען האבן א שטארקע יאר און דערנאך א שוואכע יאר און דערנאך צוריק, אדער דער ציהל ברויך זיין אז מ'זאל נישט אוועקפאלן, נאר חתונה האבן מיט א לויטערע קאפ און נשמה צו האבן א גוטע יסוד החיים.

א בחור קען גיין פון האבן א סמארטפאון אדער סיי וועלכע אינטערנעט כלי ביזן גיין אהן א קאפל און מעגליך אז די איין זאך וואס גייט דאס פארמיידן איז א פילטער! און אפשר וועט ער נאך אוועקווארפן די פאון נאכ'ן האבן א בעסערע יאר. ווען מ'איז מחליט ווען צו לייגן א פילטער, זאל מען קוקן אויף די כלי און תיכף לייגן די פילטער, אנטשטאט קוקן אין וועמענ'ס הענט עס ליגט.

די וועלט פארט צו מיר לויפן עס נאך אדער נישט. עס האט גענומען איבער 10 יאר ביז מ'האט בכלל געמאכט פילטערס, און דאמאלס איז אנגעגאנגען די זעלבע טענה'עריי. "מ'וועט אסר'ן די אינטערנעט לגמרי! און אויב מ'מאכט פילטערס וועט דאס נאר ווייזן אז די אינטערנעט איז אקעי"... יא יא, וואו האלט מען היינט? נאך וואס הונדערטער זענען ליידער אוועקגעפאלן האט מען ענדליך אנערקענט אז די אינטערנעט עקזיסטירט און עס רייסט שטיקער, האט מען פילטערס.

פארוואס זאל מען מאכן די זעלבע טעות מיט בחורים?

מ'ווארט ביז צופיל בחורים וועלן האבן סמארטפאונס און דאן וועט מען זיך בעהטן בײ זיי ארויפצולייגן פילטערס? וועלן זיי דען נישט פרעגן "אה, איך האב געמיינט אז איך טאר נישט האבן א פילטער?!" (אויבער חכם, יא...).

די זעלבע איז מיט באהאלטענע פאונס און אלע אנדערע זאכן. דער שטן לויפט זייער שנעל און מיר לויפן איהם נישט נאך גענוג שנעל. עס איז צייט צו אנערקענען ווען דער שטן איז דא אנטשטאט זיך צו מאכן טאמעוואטע ביז ער שרייט הויך. עס איז צייט נישט אונטערצושאצן די שטן.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

ווישוואש האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די פראגע, זינט ווען קענען בחורים נישט באקומען א פילטער?

איך האב געזען ווי א בחור איז אריינגעקומען צו טע"ג ארויפצולייגן א פילטער און מ'האט אים אוועקגעשיקט אן קיין פילטער.

שוין א מעשה פון א יאר-צוויי צוריק מסתמא, כ'האף אז היינט לייגט מען שוין יא ארויף פאר בחורים.

כ'ווייס נישט וויפיל דזשענטעק איז ווערד אויב לייגט מען עס נישט דורך טעג.

פארוואס זאגסטו אזוי?
איך ווייס פון איינעם וואס טעג מיט זייערע שלעכטע קאסטעמער סערוויס פון דארפן ווארטן שעות ביז מען ווערט סערווירט אומפראפעשינאל בנוסף פון משוגע מאכן אויף זיינע פארלאנגען וואס דארפסטו דאס און דאס דו ווייסט אז איז נישט אזוי לכתחילה וכו'
דאס האט גורם געווען זאל נישט האבן א פילטר ביז ער האט געהערט מען קען גיין צו דשענדעק אליינס און מיט א פוין קויל האט ער געהאט א פילטער אויף די פוין.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ווייל מיט טע"ג דארפסטו דיר צושטעלן צו זייערע סטאנדארטן, דזשענטעק וועט דיר עפענען כמעט אלעס מיין איך.

איינמאל דו האסט אינטאלירט די פילטער דורך טעג דארפסטו שוין נישט נוצן זייערע קאסטומער סערוויס, אלע רעקוועסט און טעק סופארט גייען דירעקט צו דזשענטעק וואס וועלן עס עפענען לפי די טע"ג גיידליינס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ממוצע האט געשריבן:יא פילטערן פאר יעדעם איינעם, איז א פראבלעם, ווייל אויב ווערט עס לעגיטים אז בחורים דרייען זיך מיט געפילטערטע סמארטפאון, קען עס ברענגען עס זאל ווערן מער איינגעריסן.

איך ווייס נישט אויב איר ווייסט - אבער עס האלט ממש ביי דעם סייווי!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דו מיינסט אלס די 4 זשי פאון'ס?

מיר - ווי א צוקוקער פון דערווייטנס וויפיל איך זעה - זעהט מיר אויס אז די בחורים זענען פיין צופרידן מיט זייערע פליפ פאונס היינט און האבן ענדערש ווייניגער סמארטפאון'ס ווי אמאל
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

פיין ציפרידן, ווייל מיט מעסעדזש פלאס דעקט מען אלעס, ווער רעדט נאך די וואס האבן עפפס פאר פליפ, האבן זיי סאך מער ווי ספ פון אסאך אינגעלייט האבן.

זיי זיצן פונקט אזוי און נאך מער ציגעשמידט צי דער פליפ פאון
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

און עס האט נאך די בענעפיט פון אויסזען אומשילדוג
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איה"נ, פון דעם רעדט מען
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Programming האט געשריבן:איה"נ, פון דעם רעדט מען

צו וואס באציהסטו זיך?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

די 2 נאכפאלגנדע תגובות נאך מיינע האבן בעסער מסביר געווען די נקודה
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אה, ריכטיג.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נשמת השכל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:יא פילטערן פאר יעדעם איינעם, איז א פראבלעם, ווייל אויב ווערט עס לעגיטים אז בחורים דרייען זיך מיט געפילטערטע סמארטפאון, קען עס ברענגען עס זאל ווערן מער איינגעריסן.

איך ווייס נישט אויב איר ווייסט - אבער עס האלט ממש ביי דעם סייווי!

איך ווייס, אבער פארט, ס'קען נאך ווערן ערגער.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ממוצע האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:יא פילטערן פאר יעדעם איינעם, איז א פראבלעם, ווייל אויב ווערט עס לעגיטים אז בחורים דרייען זיך מיט געפילטערטע סמארטפאון, קען עס ברענגען עס זאל ווערן מער איינגעריסן.

איך ווייס נישט אויב איר ווייסט - אבער עס האלט ממש ביי דעם סייווי!

איך ווייס, אבער פארט, ס'קען נאך ווערן ערגער.

ריכטיג, און ווען עס ווערט אט אט ערגער וועט מען זיך דעמאלטס קראצן קאפ פארוואס מ'האט נישט געטיילט פילטערס רעכטס און לינקס.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

היכי תמצא האט געשריבן:דער שטן לויפט זייער שנעל און מיר לויפן איהם נישט נאך גענוג שנעל. עס איז צייט צו אנערקענען ווען דער שטן איז דא אנטשטאט זיך צו מאכן טאמעוואטע ביז ער שרייט הויך. עס איז צייט נישט אונטערצושאצן די שטן.


אזוי גערעכט!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אנהייב און ווי היכי האט יעצט ציגעשריבן,

א פילטער קאמפעני וואס א אידיש קינד קומט אריין בעטן א פילטער, דארף און זאל זען אז נאך פאר וואס ווען ווי זאל דער פאון האבן א פילטער און אויב וויל יענער נישט באצאלן איז נישט. דאס דארף זיין די קרוין און שפיץ פון ציל פון אזא סטאר אז נישט איז עס א פלעינע ביזנעס מיט ביליגע פר
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

דער עולם דא האלט מיט וואס טוט זיך ביי בחורים?
א בחור פילטערט נישט קיין סמארטפאון! א בחור דארף דאס פאר סאושעל מידיא עפפס וואס די פילטער לאזט נישט דורך, און אסאך האבן דאס היינט אויף די פליפ פאון.

א בחור וואס קומט אריין בעטן צו פילטערן א פאון איז א השחתה אים ארויסצושיקן מיט אפענע אינטערנעט.
דער וואס פארשיקט העט נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

נישטא קיין בחור אין ישיבה מיט א געפילטערטע סמארטפאון, א בחור וואס פילטערט מוז זיין א עלטערע בחור וואס ארבעט צו וואס, סאו ער האט דאס אפיציעל (ליסען ער ארבעט דאך...סייווי א באם..)
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

סמארטפאונס ביי בחורים איז היינט שטארק אריינגעריסן, לאו דוקא ביי דראפאוטס און עס איז א גרויסע פראבלעם ווען עס קומט צו די פילטער.

איך ווייס איין ישיבה ווי עס לערענט א בחור וואס קען גוט די מלאכה און קען זיך אויס אין טעכנילאגיע, און ער האט אליינס געפילטערט צענדעליגער פאונס פון בחורים.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”