סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פילטערן סמארט פאונס פאר בחורים/מיידלעך און פאר יעדן!

איז עס טאקע נאר פאר ביזנעסס, דאן פילטערן מיר
9
3%
פילטערן סמארטפאונס פאר בחורים/מיידלעך אין דזשענעראל
77
28%
בכלל נישט פילטערן פאר בחורים אדער מיידלעך
9
3%
זאל מען פילטערן, אבער שטרענגער ווי פאר פארהייראטע
39
14%
אז ער/זי האט סייווי א סמארטפאון, זיי מער צוגענגליך, אזוי אום אז ער/זי זאל כאטש האבען עפעס א פילטער
71
26%
זאל מען איבערגעבן פאר די וועד, אזוי זיי אפשרעקן (מיר קאנען נישט נעמען קיין אחריות, אפילו אויב ער/זי קויפט אומגעפילטערט. א פאליסי איז א פאליסי)
8
3%
זאל דער בחור/מיידל שפירן אז מען טראסט זיי, און זיי זאלען וועלן לייגען א פילטער
62
23%
 
סך הכל שטימען: 275

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לאור די היינטיגע קראך פון WHATSAPP, און שאלען און יובל'ען פון געוויסע און נערוון שפילן פון אנדערע. נישט קיין צווישנשייד, צו דאס איז פאר אדער אנטקעגן סמארטפאונס. שטעלט זיך מיין פראגע אזוי.
איבער פילטערן סמארטפאונס פאר בחורים און מיידלעך.

פאר די וואס וועלן זעהן די וואלען אין עטליכע יאהר ארום, 10/04/2021 האט WHATSAPP געקראכט פאר עטליכע שטונדען. דאס איז "געווען" א טשעט פלאטפארמע וואס איז דאן געווען די מערסט באנוצט, א שטייגער ווי "***" וואס מען נוצט היינט צוטאגס, אדער פאר די עלטערע דור וואס געדענקן BLACKBERRY מעססענדזשער ארום א צעהן יאהר פאר דעם...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

האט נישט מיין אויסוואל
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שרייב אריין, און דער עולם קאן פרייוויליג קאמענטירן דערויף
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

קיינער האט מיר נישט געפרעגט אויב איך בין פארהייראט, ווען איך האב געלייגט די פילטער אויף מיין טעבלעט gentech
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

א שווערע שאלה.

קודם ווייס איך נישט פארוואס 'אומפארהייראטע איז די פונקטליכע גדר. איך וואלט ענדערש געזאגט אונטער א געוויסע עידזש, אדער שלא לצורך פרנסה.

יא פילטערן פאר יעדעם איינעם, איז א פראבלעם, ווייל אויב ווערט עס לעגיטים אז בחורים דרייען זיך מיט געפילטערטע סמארטפאון, קען עס ברענגען עס זאל ווערן מער איינגעריסן\.

נישט פילטערן, איז א הימל געשריי.

לכאורה תורה'דיג דארף מען יא פילטערן. אין אומרים לאדם חטא בשביל שיזכה חבירך. איי וואס וועט זיין מיט אנדערע בחורים? יבוא בעל הכרם.

אפשר זאל מען מאכן אז מ'פילטערט, אבער מ'דארף קודם אויספילן א פראגע-בויגן, פארוואס מ'דארף עס, וכדומה. אדער עפעס א אנדערער טאקטיק, צו אראפשטעלן דעם טאן, אז איז נישט קיין לכתחילה.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיר רעדן דא הויפטזעהכליך פון קהילה באזירטע פילטער קיאסקען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

סטאר זיך נישט געפינען קיין דיווייס ביי א איד וואס איז נישט געפילטערט.
פינטל פינטל פינטל.

די קאמפאניס דארפן האבן א מינימום פילטער וואס זיי לייגן אפילו אומזיסט, און זיכער פרובירן בדרכי נועם נישט ארויסלאזן פון געשעפט אפילו א 6 יעריג קינד אן דער מינומם.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

צו געזונט האט געשריבן:מיר רעדן דא הויפטזעהכליך פון קהילה באזירטע פילטער קיאסקען

אויב אזוי, דעמאלטס זאל מען מאכן אז די קהילה זאל זאגן, מיר קענען נישט פילטערן קיין סמארטפאון, פאר בחורים/שלא לצורך פרנסה, גיי צו טעג.

'טעג' זאל האבן דעם אויבנדערמאנטן קוועסשאנעיר.
דרייצן
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 1:46 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייצן »

לעניות דעתי האט נישט דער פילטער לייגער וואס אריינצורעדן נאר טוהן זיין זשאב בנאמנות צופרידען צו שטעלען דעם קאסטומער זיי זענען נישט קיין מחנכים,
אז איינער קומט אריין צו זיי איזעס מיט א גוטע כונה ער זאל נאר זיכער מאכן אז זיי זאלן וועלן נאכאמאל אריינקומען
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ממוצע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:מיר רעדן דא הויפטזעהכליך פון קהילה באזירטע פילטער קיאסקען

אויב אזוי, דעמאלטס זאל מען מאכן אז די קהילה זאל זאגן, מיר קענען נישט פילטערן קיין סמארטפאון, פאר בחורים/שלא לצורך פרנסה, גיי צו טעג.

'טעג' זאל האבן דעם אויבנדערמאנטן קוועסשאנעיר.

Makes Sense

האט TAG קיאסקען אין אלע היימישע געגנטער?
האט דער בחור/מיידל גרינגע צוטריט צו זייער אפיס?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

וואס דארף מען א קיאסק אז מקען פילטערן רימאוטלי?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

די פראבלעם איז אז די אפיציעלע אהערגעשטעלטע קהילה פילטערס האבן זייער איינגעצוימטע גיידליינס, קען זיין מיט רעכט וויבאלד עס טראגט די קהילה'ס שטעמפל איז דאס כאילו א הכשר אז דער און דער מקום איז צוגעפאסט פאר א חבר הקהילה, און במילא געבן א פילטער פאר א בחור הייסט געגעבן די הסכמה פאר זיין האבן א פאון.

מיטן היינטיגן מציאות אז אלעס איז אנליין, איז דאס כאילו א קאר זאל נאר קענען פארן צו ערטער וועלכע זענען באשטעטיגט דורך די קהילה אלץ אויסגעהאלטן (און פאר א דאקטאר'ס אפוינטמענט קענסטו אריינרופן אין אפיס בעטן רשות דיין קאר זאל מעגן פארן אין די אדערווייז צווייפלהאפטיגע געגנט). פארשטייט זיך אז די תוצאה איז אז אסאך קויפן נישט די קהילה'ס קאר, אדער פארמאגן זיי נאך א קאר אין גאראזש לעת הצורך. אפגערעדט די פאר וועמען די קהילה וויל נישט פארקויפן א קאר ווייל זיי טארן נישט דרייוון לויט די תקנות...

דער פראבלעם איז א חלק פונעם כלליות'דיגן פראבלעם, אז די כוחות ווערן נישט פארלייגט קונה צו זיין דעם עצם ענין פון שמירת עינים, און דער ריכטיגער וועג וויאזוי א איד דארף זיך באנוצן מיט די טעכנאלאגיע, נאר מען פאוקוסט אויף די תקנת הקהילה אדער דער סייז און פארעם פון די כלי. וואס באדייט אז אנשטאט האבן א אינדיווידועלייזד צוגעפאסטע אפראוטש פאר יעדן יחיד'ס געברויכן באזונדער, מיט די כלליות'דיגע גיידליין אז מען ברויך האבן שמירת עינים איבעראל וואו מען גייט און אויף וועלכע זייטל מען באזוכט, איז דא אוועקגעשטעלט א וואן סייז פיטס אלל מהלך וואס די קהילה נעמט עמטליך די אחריות דערויף.

און די תוצאה איז גאר שטארק ניכר ביי די יונגערע יונגעלייט, עלטערע בעלי בתים, די צווייטע (באהאלטענע) פאון, די פליפ פאון'ס און פארשטייט זיך ביי בחורים און מיידלעך. בקיצור אלעס און איבעראל וואו מען מיידט אויס די תקנת המוסדות, וואס קומט אלעס פון דעם זעלבן שורש, עס איז אדער אלעס אדער גארנישט.

יתכן אז דער וועג איז למעשה דער בעסערער און ריכטיגער, אז דער עולם וואס האלט זיך צו די עמטליכע פארשריפטן פון די קהילה שטייט א דאנק דעם שענער לוינט דאס אפשר אפילו פארן פרייז אז דער איבריגער ציבור האט לכבוד דעם גארנישט קיין פילטער וכדו'.

עס וואלט אבער געווען א גוטע זאך ווען עס זאל זיין א וועבסייט לשמה, וואו אידן זאלן קענען לייגן א פילטער בלויז צוליב יראת שמים. א סייט וואו מען קען דאונלאודן א פילטער פאר יעדע סארט דיווייס, נאו קוועסשאנס עסקד, יעדער זאל זיך קענען אליין אנשטעלן די דרגות פון וויפיל און ווי שטארק ער וויל בלאקירן, א.א.וו.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

צו געזונט האט געשריבן:Makes Sense

האט TAG קיאסקען אין אלע היימישע געגנטער?
האט דער בחור/מיידל גרינגע צוטריט צו זייער אפיס?

חוץ קרית יואל מיין איך אז אין אלע געגנטער איז עס דא. און פונקט אזא צוטריט ווי צו די קהל'ישע.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

Programming האט געשריבן:עס וואלט אבער געווען א גוטע זאך ווען עס זאל זיין א וועבסייט לשמה, וואו אידן זאלן קענען לייגן א פילטער בלויז צוליב יראת שמים. א סייט וואו מען קען דאונלאודן א פילטער פאר יעדע סארט דיווייס, נאו קוועסשאנס עסקד, יעדער זאל זיך קענען אליין אנשטעלן די דרגות פון וויפיל און ווי שטארק ער וויל בלאקירן, א.א.וו.

עס איז דא GenTech
אחוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז עס דארף זיין אומזיסט
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
נאך איינער

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

Programming האט געשריבן:.

עס וואלט אבער געווען א גוטע זאך ווען עס זאל זיין א וועבסייט לשמה, וואו אידן זאלן קענען לייגן א פילטער בלויז צוליב יראת שמים. א סייט וואו מען קען דאונלאודן א פילטער פאר יעדע סארט דיווייס, נאו קוועסשאנס עסקד, יעדער זאל זיך קענען אליין אנשטעלן די דרגות פון וויפיל און ווי שטארק ער וויל בלאקירן, א.א.וו.

טעג שטעלט מער ווייניגער צי דאס, דער פראבלעם שטעלט זיך אויב דער יונגערמאן פילט אז ער איז א שייגעץ מיט דעם וואס ער קויפט בכלל אדער קויפט נאך איין סמארט פאון, אין ער ברויך עס מימלא באהאלטן, אין נישטא קיין שים פרעשור צי טראגן פילטערן די פאון ביי טעג, ממילא לאזט מען עס אזוי ווי סאיז רח"ל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Programming האט געשריבן:די פראבלעם איז אז די אפיציעלע אהערגעשטעלטע קהילה פילטערס האבן זייער איינגעצוימטע גיידליינס, קען זיין מיט רעכט וויבאלד עס טראגט די קהילה'ס שטעמפל איז דאס כאילו א הכשר אז דער און דער מקום איז צוגעפאסט פאר א חבר הקהילה, און במילא געבן א פילטער פאר א בחור הייסט געגעבן די הסכמה פאר זיין האבן א פאון.

מיטן היינטיגן מציאות אז אלעס איז אנליין, איז דאס כאילו א קאר זאל נאר קענען פארן צו ערטער וועלכע זענען באשטעטיגט דורך די קהילה אלץ אויסגעהאלטן (און פאר א דאקטאר'ס אפוינטמענט קענסטו אריינרופן אין אפיס בעטן רשות דיין קאר זאל מעגן פארן אין די אדערווייז צווייפלהאפטיגע געגנט). פארשטייט זיך אז די תוצאה איז אז אסאך קויפן נישט די קהילה'ס קאר, אדער פארמאגן זיי נאך א קאר אין גאראזש לעת הצורך. אפגערעדט די פאר וועמען די קהילה וויל נישט פארקויפן א קאר ווייל זיי טארן נישט דרייוון לויט די תקנות...

דער פראבלעם איז א חלק פונעם כלליות'דיגן פראבלעם, אז די כוחות ווערן נישט פארלייגט קונה צו זיין דעם עצם ענין פון שמירת עינים, און דער ריכטיגער וועג וויאזוי א איד דארף זיך באנוצן מיט די טעכנאלאגיע, נאר מען פאוקוסט אויף די תקנת הקהילה אדער דער סייז און פארעם פון די כלי. וואס באדייט אז אנשטאט האבן א אינדיווידועלייזד צוגעפאסטע אפראוטש פאר יעדן יחיד'ס געברויכן באזונדער, מיט די כלליות'דיגע גיידליין אז מען ברויך האבן שמירת עינים איבעראל וואו מען גייט און אויף וועלכע זייטל מען באזוכט, איז דא אוועקגעשטעלט א וואן סייז פיטס אלל מהלך וואס די קהילה נעמט עמטליך די אחריות דערויף.

און די תוצאה איז גאר שטארק ניכר ביי די יונגערע יונגעלייט, עלטערע בעלי בתים, די צווייטע (באהאלטענע) פאון, די פליפ פאון'ס און פארשטייט זיך ביי בחורים און מיידלעך. בקיצור אלעס און איבעראל וואו מען מיידט אויס די תקנת המוסדות, וואס קומט אלעס פון דעם זעלבן שורש, עס איז אדער אלעס אדער גארנישט.

יתכן אז דער וועג איז למעשה דער בעסערער און ריכטיגער, אז דער עולם וואס האלט זיך צו די עמטליכע פארשריפטן פון די קהילה שטייט א דאנק דעם שענער לוינט דאס אפשר אפילו פארן פרייז אז דער איבריגער ציבור האט לכבוד דעם גארנישט קיין פילטער וכדו'.

עס וואלט אבער געווען א גוטע זאך ווען עס זאל זיין א וועבסייט לשמה, וואו אידן זאלן קענען לייגן א פילטער בלויז צוליב יראת שמים. א סייט וואו מען קען דאונלאודן א פילטער פאר יעדע סארט דיווייס, נאו קוועסשאנס עסקד, יעדער זאל זיך קענען אליין אנשטעלן די דרגות פון וויפיל און ווי שטארק ער וויל בלאקירן, א.א.וו.

איך הער דיין פוינט, אבער איך גלייב נישט אז דו האסט רעכט.

צוויי נקודות.

1) ווי אזוי זאל מען זיך 'פארלייגן צו קונה זיין שמירת עינים'? מ'קען נישט איבערמאכן מענטשן. איך מיין אז דער עצם מצב ארום דעם איז פונקט גענוג. עס ברענגט שטארק ארויס דער ענין פון שמירת עינים. איך מיין אז ס'פעלט בכלל נישט קיין התעוררות אויף דעם ענין פון שמירת עינים. איך מיין אז דער טענה איז אינגאנצן נישט ריכטיג.

2) ס'איז דיר מסתמא געליגן אונטערן באוואסטזיין בשעת'ן שרייבן דיין תגובה.. דער מאמר חז"ל אין אפוטרופסות לעריות. ולאו דוקא עריות. ס'איז בכלל שווער זיך צו איינהאלטן אויף א אפענע כלי. אפגערעדט פון די אומווילענדיגע מכשולות. און אפילו נישט קיין גענצליכע אפענע, נאר אזוינס וואס ברענגט מיט זיך, אדער קען ברענגען, געוויסע מכשולות. כ'גלייב נישט אז מ'מעג עס לאזן אפן.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בעל מנוחה האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:עס וואלט אבער געווען א גוטע זאך ווען עס זאל זיין א וועבסייט לשמה, וואו אידן זאלן קענען לייגן א פילטער בלויז צוליב יראת שמים. א סייט וואו מען קען דאונלאודן א פילטער פאר יעדע סארט דיווייס, נאו קוועסשאנס עסקד, יעדער זאל זיך קענען אליין אנשטעלן די דרגות פון וויפיל און ווי שטארק ער וויל בלאקירן, א.א.וו.

עס איז דא GenTech
אחוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז עס דארף זיין אומזיסט

יא א פיינע עקספיריינס געהאט מיט זיי דארפסט בכלל נישט אראפגיין זיי זענען ביזנעס'דיג מאכן נישט משוגע טוען זייער ארבעט און פארטיג
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

א בחור וואס וויל האבן א פילטער איז דא גענוג אפציעס פאר אים, דעס אז א קהילה זאל אפיציעל געבן די סערוויס איז א פראבלעם ווייל זיי זענען מיט דעם מתיר דאס האבן א סמארטפאון. אמאל פלעגט טאקע טעג נישט לייגן א פילטער פאר בחורים אבער איך מיין עס האט זיך געטוישט. עניוועיס א בחור וואס וויל זיין אפגעהיטן האט ער געניג אפציעס.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

@פראגראמינג נאגלט עס, איך מיין סאיז שוין אמאל געווען דא א אנקעטע אויף צווייטע אומגעפילטערטע פאונס, די אחראים האבן עס שנעל מבער געווען מן הארץ.
#בשיטה נישט
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Programming האט געשריבן:די פראבלעם איז אז די אפיציעלע אהערגעשטעלטע קהילה פילטערס האבן זייער איינגעצוימטע גיידליינס, קען זיין מיט רעכט וויבאלד עס טראגט די קהילה'ס שטעמפל איז דאס כאילו א הכשר אז דער און דער מקום איז צוגעפאסט פאר א חבר הקהילה, און במילא געבן א פילטער פאר א בחור הייסט געגעבן די הסכמה פאר זיין האבן א פאון.

מיטן היינטיגן מציאות אז אלעס איז אנליין, איז דאס כאילו א קאר זאל נאר קענען פארן צו ערטער וועלכע זענען באשטעטיגט דורך די קהילה אלץ אויסגעהאלטן (און פאר א דאקטאר'ס אפוינטמענט קענסטו אריינרופן אין אפיס בעטן רשות דיין קאר זאל מעגן פארן אין די אדערווייז צווייפלהאפטיגע געגנט). פארשטייט זיך אז די תוצאה איז אז אסאך קויפן נישט די קהילה'ס קאר, אדער פארמאגן זיי נאך א קאר אין גאראזש לעת הצורך. אפגערעדט די פאר וועמען די קהילה וויל נישט פארקויפן א קאר ווייל זיי טארן נישט דרייוון לויט די תקנות...

דער פראבלעם איז א חלק פונעם כלליות'דיגן פראבלעם, אז די כוחות ווערן נישט פארלייגט קונה צו זיין דעם עצם ענין פון שמירת עינים, און דער ריכטיגער וועג וויאזוי א איד דארף זיך באנוצן מיט די טעכנאלאגיע, נאר מען פאוקוסט אויף די תקנת הקהילה אדער דער סייז און פארעם פון די כלי. וואס באדייט אז אנשטאט האבן א אינדיווידועלייזד צוגעפאסטע אפראוטש פאר יעדן יחיד'ס געברויכן באזונדער, מיט די כלליות'דיגע גיידליין אז מען ברויך האבן שמירת עינים איבעראל וואו מען גייט און אויף וועלכע זייטל מען באזוכט, איז דא אוועקגעשטעלט א וואן סייז פיטס אלל מהלך וואס די קהילה נעמט עמטליך די אחריות דערויף.

און די תוצאה איז גאר שטארק ניכר ביי די יונגערע יונגעלייט, עלטערע בעלי בתים, די צווייטע (באהאלטענע) פאון, די פליפ פאון'ס און פארשטייט זיך ביי בחורים און מיידלעך. בקיצור אלעס און איבעראל וואו מען מיידט אויס די תקנת המוסדות, וואס קומט אלעס פון דעם זעלבן שורש, עס איז אדער אלעס אדער גארנישט.

יתכן אז דער וועג איז למעשה דער בעסערער און ריכטיגער, אז דער עולם וואס האלט זיך צו די עמטליכע פארשריפטן פון די קהילה שטייט א דאנק דעם שענער לוינט דאס אפשר אפילו פארן פרייז אז דער איבריגער ציבור האט לכבוד דעם גארנישט קיין פילטער וכדו'.

עס וואלט אבער געווען א גוטע זאך ווען עס זאל זיין א וועבסייט לשמה, וואו אידן זאלן קענען לייגן א פילטער בלויז צוליב יראת שמים. א סייט וואו מען קען דאונלאודן א פילטער פאר יעדע סארט דיווייס, נאו קוועסשאנס עסקד, יעדער זאל זיך קענען אליין אנשטעלן די דרגות פון וויפיל און ווי שטארק ער וויל בלאקירן, א.א.וו.

זאל מען זאגען אז מען קען נישט לייגען די סטעמפל פון די קהילה אויף א בחור'ס סמארטפאון אבער יא די אלגעמיינע "כשר" סטעמפל, ער מוז דאך נישט האבען די קהילה'ס פילטער ער שיקט דאך נישט קיין קינדער אין די מוסדות.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

געשטימט פארן פיפטן ביז כ'האב דאס געזען
צו געזונט האט געשריבן:מיר רעדן דא הויפטזעהכליך פון קהילה באזירטע פילטער קיאסקען

בינעך אריבער צו דעם
ממוצע האט געשריבן:אויב אזוי, דעמאלטס זאל מען מאכן אז די קהילה זאל זאגן, מיר קענען נישט פילטערן קיין סמארטפאון, פאר בחורים/שלא לצורך פרנסה, גיי צו טעג.
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

יא פילטערן. און לדעתי אפילו בחורים ווייסן אז מען פילטערט לכתחילה וועט דעי בחור וואס האט ביז היינט נישט געקויפט, ווייטער נישט קויפן. ווייל אזוי איז עס
ווען מען וואקסט אויף אין א סיסטעם וויל מען זיך אינסטינקטלי צושטעלן צו די רולס, חוץ אויב מען פאלט ארויס פון די סיסטעם (הנקרא: drop out) וואס דעמאלטס קויפט מען די סמארטפאון ענדערוועי! פארשטייסט?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

א קליינע וועלט! האט געשריבן:יא פילטערן. און לדעתי אפילו בחורים ווייסן אז מען פילטערט לכתחילה וועט דעי בחור וואס האט ביז היינט נישט געקויפט, ווייטער נישט קויפן. ווייל אזוי איז עס
ווען מען וואקסט אויף אין א סיסטעם וויל מען זיך אינסטינקטלי צושטעלן צו די רולס, חוץ אויב מען פאלט ארויס פון די סיסטעם (הנקרא: drop out) וואס דעמאלטס קויפט מען די סמארטפאון ענדערוועי! פארשטייסט?

ניין...

איר ווייסט מסתמא נישט וואס די אומאפיציעלע רולס זענען... פרעגט אייך נאך ביי בחורים אביסל, צו מ'דארף זיין א דראפ אוט צו האבן א געפילטערטע סמארטפאון.
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

ממוצע האט געשריבן:
א קליינע וועלט! האט געשריבן:יא פילטערן. און לדעתי אפילו בחורים ווייסן אז מען פילטערט לכתחילה וועט דעי בחור וואס האט ביז היינט נישט געקויפט, ווייטער נישט קויפן. ווייל אזוי איז עס
ווען מען וואקסט אויף אין א סיסטעם וויל מען זיך אינסטינקטלי צושטעלן צו די רולס, חוץ אויב מען פאלט ארויס פון די סיסטעם (הנקרא: drop out) וואס דעמאלטס קויפט מען די סמארטפאון ענדערוועי! פארשטייסט?

ניין...

איר ווייסט מסתמא נישט וואס די אומאפיציעלע רולס זענען... פרעגט אייך נאך ביי בחורים אביסל, צו מ'דארף זיין א דראפ אוט צו האבן א געפילטערטע סמארטפאון.

דו האסט אינסייד אינפא?
ביידערוועי מ'קען נישט רעדן פון בחורים בכלליות, יעדע פלאץ איז אנדערש
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: סמארטפאון פילטער פאר יעדן אנע אויסנאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

א זייטיגע קרישקעלע

אין די אנקעטע האט ער יעדע מאל געשריבן ער/זי, בחורים - מיידלעך, איך מיין אז דאס קומט פון אסאך ליינען אומגעפילטערטע זאכן.
שרייטס נישט, איך האב גארנישט שלעכט געזאגט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”