און שוין! האט געשריבן:געוואלדיג! א גרויסן יישר כח!!
(ער רעדט פון די קאזינס, זיי זענען אפשר זיינע קאזינס נישט מיינע....)
קענסט נעבעך די מעשה מיט די פרוי וואס איז אריינגעפאלן מיט אן עטאאיסט ל"ע?
ווען זי האט זיך געכאפט וואסא סחורה דער איז האבן זיי שוין געהאט א קינד, און זי האט פראבירט צו ראטעווען וואס מער, האט זי גענומען ס'קינד און אנגעהויבן פארציילן.
'דו ווייסט אונז שטאמען פון הייליגע עלטערן, אברהם יצחק יעקב' און פארציילט פון נח און אדם הראשון.
זאגט דאס קינד 'מאמי, טאטי האלט מיך אינאיין זאגן אז מיר שטאמען פון מאנקיס... וויאזוי שטומט דאס?'
זאגט די קלוגע מאמע 'וואס פארשטייסטו נישט מיין קינד? יעדער רעדט פון זיינע עלטערן... ער רעדט פון ווי ער שטאמט, און איך רעדט פון ווי איך שטאם...'