מיין תענית חלומ[-מויד]

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מיין תענית חלומ[-מויד]

שטיי איך מיר אויף, אויף א גרינעם דאנערשטאג, נישטא וואו זיך צו יאגן, ס'הייסט? ס'דאך כאלעמויד!
מ'שלעפצעך ארויס צום סוכה טרינקען א קאווע, מ'שמעקט די לופט, שווארצע וואלקענעס באדעקן דעם האריזאנט (מסתם צום ערשטן מאל וואס דאס ווערט באנוצט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט) כ'פארענדיג ס'קאווע, און שליידער אראפ דעם שלאק, מ'באפעסטיגט עס פון אלע צדדים, און מ'גיימיר דאווענען.

קומט מען זוי אן אין בית המדרש, מ'לויפמיר אריבער צום מקוה, אויש! ש'טייצעך מ'האט נישט קיין געלט! ס'דעך כאלעמויד!, דער מקוה איד זעצעך אויס איז די זעלבער מין האנושי ווי מיר, און כ'געפין דעם טיר ברייט אפן.

גיי מיר אזוי אריין אין מקוה זיך מטהר זיין קודם התפלה (מ'גימיר נישט דעקן די זמן וואס דאס איז געווען), און נאך א שנעלע - לויט מיינע השגות - מקוה, גרייט מיר זיך צום דאווענען.

יעדער פארשטייט אז כאלעמויד אויפן וועג ארויס פון מקוה איז נישט פארהאן קיין אנדער מהלך אחוץ זיך אנשטויסן אין איינע פון דיינע געליבטע מיט וועמען ס'טרעפט זיך נישט אזוי אפט, און זיכער אויב דו יאגסט זיך כאפן סיי-וועלכע זמן... אין מיינער פאל ס'שפעטסטע..., נאך א קורצע 20 מינוט'יגע שמועס על דא ועל הא האבן מיר זיך צעשיידעט מיט א קלארע צוזאג אז אונז דארפן זיך טרעפן אפטער...

גיי מיר אריבער אין סוכה פונעם סמעדרעש א ברכה מאכן אויף די טייערע ד' מינים, זעלבסטפארשטענדליך אז איינמאל מ'איז שוין אין סוכה פארגלוסט זיך א קאווע - א תאווה וואס איז ריין לשם שמים והא ראי' מ'האמיר עס נאכגעגעבן, און א אידיש קינד איז נישט נחשד אין נאכגעבן סתם תאוות.
נאכן מאכן די נענועים אויף א פארנעם וואס האט זיכער אויפגעשאקלט די עולם, אינאיינעם מיט אלע אנדערע עולמות, גיי מיר צוריק אריין אין שול אפיר זוכן א מנין שחרית.

קוים עטליכע סעקונדעס נאכן אנהייבן מיין זוך אקציע האבעך געטראפן נאך 2 - 3 זוכערס, און נאך אפאר מינוט האמיר געהאט פולע 5 מתפללים, כדרך העולם שטעלט מען זיך ווען מיר זענען בטוח אז נאך אביסל האב מיר אונז א 50 אידן - בדוק ומנוסה.
האלטנדיג נאך קריאת שמע האב מיר זיך געטראפן אז איין אויבער חכם האט זיך אונטער געפוילט, און אונז ברויך מיר צואווארטן, כמנהג העולם זענען דא די אידן וואס קענען קיין ווארט נישט טאן, און מ'האצעך געמוטשעט אנוהאלטן ס'מנין, כ'האב שנעל א כאפ געטאן ס'לייצעס, און פארזיכערט ס'פארט נישט ארויס פון קאנטראל.
נאך א קורצע 7 - 10 מינוט'יגע ווארטן האמיר געהאט 7 - נישט 6 מתפללים.
נאך הלל האט זיך אנגעהויבן א זוכעריי פאר א ספר תורה, א התלשלות וואס קען נאך צוברענגען צו גילוי, דעריבער העלן מיר עס לאזן ביי דעם.

נאכן דאווענען האמיר זיך אומגעקערט לביתי, און מ'האתעך געגרייט צו עסן א שטיקל סעודה לכבוד יו"ט.
די אויבנדערמאנטע שווארצע וואלקענעס האבן זין אין דער צווישנצייט אנגעיאגט דטארק צו צעשפרייטן, און האבן אראפגעלאזט ברויזנדע כוואליעס מיט גרויסע קוואנטומען רעגן-וואסער, קיין צוויי ברירות האבעך ניש געהאט, און האמער זיך געזעצט אויסווארטן ס'רעגן.

די רעגן האצעך ערנסט געלאזט ווארטן, און ווארטן און ווארטן און ווארטן און ווארטן.... כ'האב פארלוירן די אינטערעסע צו זיצן און עס אויסווארטן, זעמיר אריבערגעגאנגען אביסל אויסשפיאנירן דעם וועלטל, - אן עולם התיקן (כמעט), און אויך די וואך אין שריפט (אין ראם פון מיין לענגערע אויסגאבעס אנאליז), און אזוי געוואט אביסל.
נאכן זען אז מיטן ווארט קומט מען נישט אן זוי שנעל, האב מיר אביסל מסיח דעת געווען פון די גאנצע עסן דאגה, און מ'האמיר זעך אריין געלייגט אין די פילצאליגע אנדערע פראבלעמען וועלכע האבן געפאדערט מיין קאנצענטראציע.

ערגעץ וואו אינמיטן מיין פאסט טאג, האב איך איינגעזען אז די אלע בילדער פון עסן וואס מענטשן שיקן ארום ביום התענית פארמאגן א זערא אפעקט אויף מיין הונגער - והא ראי' היינט האט מיר עס קיינער נישט געשיקט, און די הונגער האט דאך א נאג געטאן.

נאך א פייערדיגע מנחה, קומט מען אן צוריק אהיים, נאך א קורצע אישי אויסטויש מיט כאניש'ל (בלויזע 1,000 אישי'ס) בנוגע ענינים העומדים ברומו של עולם, האט ער מיר אינפארמירט אז יעצט רעגנט נישט (כ'האב געמעגט אויסזאגן??)
פרייליך צו ברעכן מיין תענית, גיי איך צו צום שלאק, און כ'געב א געזונטן שלעפ אויפן בענדל וועלכע האט געזאלט עפענען ס'שלאק, אבער ס'רירצעך נישט.
כ'מאך א שנעלע אינספעקציע, און כ'זע אז ס'האצעך פארמירט א שטיקל גרובל וואסער אינעם הונטערשטן אפטיילונג פונעם גיגאנטישן שלאק...

די דאזיגע סוכה - אינאיינעם מיט'ן שלאק, האט מיר א שלאק שמש געבויט - א בחור'ל וועלכע האט זיך אמגעיטראגן אז ער איז ס'וועלט'ס גערעסטע עקספערט (נישט אין פאליטיק, נאר) אין בויען סוכות, און אויך שלעק!, יעצט איזדי פוילקייט מיינער צוריק געקומען מיר בייסן.

איך כאפ א שטעקן, און כ'געב אזא געזונטע שטופ ארויף פארן וואסער גריבל, און.... די שלאק האט מיר באטראפן... נישט ממש, אבער די וואסער פון די שלאק האט מיר שוין איינמאל באטראפן, כ'בין געווארן דורכגענעצט פון קאפ ביז פיס... -- כמובן נאך איידער פרישטאג!! (9:30 אויפדערנאכט...) נו שוין, אביסל כפרת עוונות שאדט נישט, מ'האמיר פארענדיגט די שלאק ארויפגעציאכץ, און מ'האמיר זיך אריבער געטוישט בגדים מהכל ועד כלה, און דערנאך זיך געזעצט פרישטאגן.

איצט פארשטייט איר שוין פארוואס כ'האב נישט קיין קעפל??!!
לעצט פארראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 3:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די אשכול אנע קעפל -- צוליב מאנגל אין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זייער גוט אראפ געלייגט

אבער מען טאר נישט פאסטן יו"ט און חוה"מ. געווען מקומות וואס (אויך די חסידים, נישט נאר די צדיקים) האבן געגעסן אינעם רעגן, און זאגאר געמאכט א לישב אויך, אבער פאסטן טאר מען זיכער נישט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די אשכול אנע קעפל -- צוליב מאנגל אין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Programming האט געשריבן:זייער גוט אראפ געלייגט

אבער מען טאר נישט פאסטן יו"ט און חוה"מ. געווען מקומות וואס (אויך די חסידים, נישט נאר די צדיקים) האבן געגעסן אינעם רעגן, און זאגאר געמאכט א לישב אויך, אבער פאסטן טאר מען זיכער נישט

קיין פאסט איז עס נישט, כאבדעך געהאט צוויי קאוועס...
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: די אשכול אנע קעפל -- צוליב מאנגל אין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

פיין
דא האט מען פריער גערעדט פון די ענין
viewtopic.php?p=3032894#p3032894
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די אשכול אנע קעפל -- צוליב מאנגל אין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אדם א מענטש האט געשריבן:פיין
דא האט מען פריער גערעדט פון די ענין
viewtopic.php?p=3032894#p3032894

יישר כח, כ'וועל עס נישט ממש אנרופן א תאווה, אבער כ'זע די שמועס האצעך ממש געצויגן איבער די זעלבע נושאים... גריבעלעך אינעם שלאק וכדו'...
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

פיין געשריבען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

רייכער איד האט געשריבן:פיין געשריבען

יישר כח, כאטש איז דא איינער וואס פאסמאקעוועט זיך מיט מיינע צרות
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער פיין געשריבן!!

ווייסעך נישט ווען דו האסט גענדיגט מוסף, אין וומס״ב האט נישט אנגעהויבן רעגענען פאר זעקסע נאכמיטאג…
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הר גריזים האט געשריבן:זייער פיין געשריבן!!

ווייסעך נישט ווען דו האסט גענדיגט מוסף, אין וומס״ב האט נישט אנגעהויבן רעגענען פאר זעקסע נאכמיטאג…

ירא שמים יוצא ידי שניהם, מ'האמער געענדיגט זעהר נאנט צו זעקסע... חוץ מזה איז די מעשה נישט געבינדן קיין וויליאמסבורג. ואידך פירושא זיל גמור

אז מ'רעדמיר שוין, ש'כח פאר די ש'כח
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

הנאה געהאט פון דיינע צרות...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

הנאה געהאט פון דיינע צרות...

יאפ, בכלל נישט דער איינציגסטער, דער ציבור יראים ושלמים פאסמאקעוועט זיך מיט מיינע צרות...
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:מיין תענית חלומ[-מויד]

נאך א קורצע אישי אויסטויש מיט כאניש'ל (בלויזע 1,000 אישי'ס) בנוגע ענינים העומדים ברומו של עולם

הייסט טויזענט אישי'ס מיינט א קורצע אויסטויש, וויפיל איז א לאנגע אויסטויש? זאג האסט נאך קנעפלעך אויף דיין קיבארד? טאמער נישט קען איך דיר שיקן א נייע, אבער לייג זיי ביטע פאר'ן גאנצן ציבור צו לעיזן, אזוינע שיינע ענינים לאזן איינגעשפארט? מען דארף זיי זאפארט באפרייען, פדיון שבוים אקציע גייט שוין אריין אין קראפט...
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:

ש'כח מומוהרהגהצוה"ק מאניש'ל פאר דיינע אייערע ווארימע דברי חיזוק.

אגב כאבאמערקט אז ענדיגסט אלעמאל מיט א באנטש קאשיעס, ס'דאווקע?

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

מוטשע דעך פלעגט מיין מגיד שיעור זאגן, אפשר זוי וועסטו קענען בעסער לערנען.....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין תענית חלומ[-מויד]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

האבעכעס יעצט איבערגעליינט, א שאד ס'דא פראבלעמען פון גילוי, מיין ספר תורה סומעטאכע וואלט ערגענצט דאס בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”