אנהאלטן די אור פון די הייליגע טעג א גאנץ יאר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אנהאלטן די אור פון די הייליגע טעג א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך וויל רעדן (נאר געציילטע [טעות הדפוס ראשון: ס'געווארן מער פון געציילטע...]) אפאר דיבורים איבער די ענין פון אנהאלטן די אור פון די ראש השנה און יום כיפור א גאנץ יאר.

יעדער האט זיכער געהאט גאר גוטע מינוטן דורכאויס די הייליגע טעג, עס איז דאך טעג פון תשובה, טעג וואס מען טוט זיך צוריק קערן אין הארץ און אין עשיה צום אייבערשטן, מען האט חרטה אויף די נישט גוטע זאכן פון די גאנצע יאר און מען דערמאנט זיך באמת אז ס'דא א מלך אויף דער וועלט וועמען מען דארף דינען און מען פרובירט צו צוריקגיין צו אים און צו זיין תורה.

אבער די עיקר שאלה וואס יעדער פרעגט איז, וויאזוי קען מען אנהאלטן די דאזיגע אור א גאנץ יאר? יעדער וויל דאך בלייבן א גאנץ יאר נאנט צום אייבערשטן און צו זיינע מצוות!
נאכדערצו יעצט נאך יום כיפור, יעדער פילט אזא ריינקייט און נאנטקייט, און יעדער וויל עס אנהאלטן א גאנצע יאר, איז וויאזוי טאקע טוט מען דאס?

איז ס'דא אסאך גוטע קבלות וואס מען מאכט אין די עולם העשיה, מען נעמט זיך אינטער מער תורה, צדקה, תפלה בכונה, גמילות חסדים, שמירת עינים ומחשבה, ברכות בכונה, ועוד ועוד יעדער לויט זיינע השגות און רצונות.
אנדערע נעמען זיך שוין נישט אינטער גארנישט נאך האבנדיג א שלעכטע טעם אין מויל נאך פון אלע יארן ביז אהער ווען די קבלות האבן אנגעהאלטן פון קוואדער נאך ביז קוואדער צו...

אבער ס'דא א נקודה פון מיטנעמען די עצם ימים הקדושים מיט אונז, טאקע אקוראט דאס וואס האט אונז אזוי אויפגעהויבן אין די יעצטיגע טעג, קענען אונז ממשיך זיין אויף די גאנץ יאר, און דאס איז טאקע דער לעכטיגע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן - 'תשובה'.

תשובה איז נישט קיין מצוות עשה שהזמן גרמא פון די ימים נוראים... עס איז א שטענדיגע אקטועלע מצות עשה דאורייתא! מען קען און עס איז א מצוה צו עס מקיים זיין ווען מען קען!

אוודאי וויל יעדער זיך אינטערנעמען צו מער קיינמאל נישט דורכפאלן און זינדיגן אפילו א משהו, אבער א מענטש דארף זיין גרייט אויף אלעס, און די אייבערשטער האט אונז געגעבן טאקע דער מתנה וויסנדיג אונזער מצב, זכור כי עפר אנחנו, און אונז דארפן עס אויסנוצן אינגאנצן.

און עס איז נישט אזוי שווער און שרעקעדיג, פארקערט, די פסוקים הידועים 'כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו' שטייט בעצם ביי די מצוה פון תשובה און בעיקר גייט עס ארויף אויף דעם עיי''ש.
די תורה הק' האט גוט געוואוסט אז דוקא אויף די מצוה פון תשובה וועט מען טראכטן ס'א ווייטע שווערע זאך, עפעס העכער'ס און געאייגענט נאר פאר געוויסע באשטימטע טעג וואס גייען קומען אין אפאר חדשים ארום, אבער באמת איז עס קרוב אליך הדבר מאד! טאג טעגליך איז עס נוגע און מען מעג עס נוצן ווען מען וויל... און לאמיר נישט זיין קיין נערנים און שלימזלנים נאר טאקע נעמען גרענטעזש דערפון...

און ס'דאך אזוי שיין און געשמאק אזא זאך! יעדן טאג ווערן ריין פון עבירות! יעדן טאג האבן א שטיקל יום כיפור! זיין ממרא דחושבנא איז דאך פון די גרעסטע זאכן כמבואר בזוה''ק.

און מען רעדט נישט פון תעניתים און סיגופים און קאלטע מקוואות, נאר פשוט נעמען א תהלים און זאגן א קאפיטל תהלים, און נאכדעם רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש און אים דערציילן די מצב און תשובה טון דערויף, זאגן פארן אייבערשטן אז מען וויל אים דינען, אויסשמועסן וויפיל מען קען, ווי די תנא האט געזאגט 'רצונינו לעשות רצוניך אך שאור שבעיסה מעכב', און אויך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מער נישט טון קיין שלעכטס, און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן אלץ מער ווערט אוודאי א מחילת עוונות און קירבת אלקים.

און אפילו מען האט נישט קיין ספעציפישע עבירה יעצט צו תשובה טון, קען מען עס נאך אלץ טון פשוט אלץ מיטל צו זיך דערמאנען פונעם אייבערשטן, אביסל מער נתקרב ווערן צו אים, פילן אביסל א קירבת אלקים וואס דאס אליין קען ראטעווען פון אזויפיל שלעכטס, אביסל יישוב הדעת טעגליך קען זיכער נישט שאטן...
און בפרט אז מי יאמר זיכיתי לבי, ווער קען דען זאגן אז די גאנצע טאג האט ער מקיים געווען יעדע רגע די רצון ה' בשלימות?! און אויב פילט מען אז מען האט נישט גארנישט צו תשובה טון דארף מען ערשט זיך מיישב זיין די דעת וועט מען שוין זען וויפיל מען האט צו תשובה טון...

און אפילו אויב מען קען נישט יעדן טאג, איז עכ''פ האלטן דעם מצוה פאר די אויגן, געדענקן דערפון א גאנץ יאר און עס מקיים זיין ווען מען קען, אבער די נקודה איז אז מען דארף אריינלייגן דעם מצוה אין אונזער דיקשענערי פון טעגליכע מצוות, געדענקן אז עס איז נישט קיין מצוות עשה שהזמן גרמא פון די ימים נוראים... עס איז א אקטועלע און נוצבארע מצוה און מיטל צו זיך אפ'פטרן פון נישט גוטע זאכן און אנהייבן פון ניי כפי יכולתו.

און די בענעפיטס דערפון דארף מען נישט מסביר זיין, סיי בגשמיות איז דאך א עבירה א זאך וואס ברענגט יסורים און צער, אין יסורין בלא עוון, ס'דא עונשים אויף דער וועלט אויף יעדע חטא, איז אז מען טוט טעגליך תשובה ראטעוועט מען זיך אוודאי פון אזויפיל צער און יסורים. און אוודאי ברוחניות, יעדע עבירה איז מרחק פונעם אור ה', און תשובה נעמט פשוט אוועק די מחיצות של ברזל און געט אונז צוריק אונזער ריינע געפיל צום אייבערשטן.

ווי אויך ברענגט עס שמחה און חיות, ווייל עבירות ברענגט דאגות און עצבות, 'אדאג מחטאתי', א מענטש איז אמאל צובראכן און בעצבות ער מיינט ס'וועגן דאס און יענס, באמת קען זיין ס'איז פשוט ווייל ער איז ווייט פון זיין שורש און מקור, ער איז ווייט פון זיין טאטע אין הימל, אז ער וועט פשוט, ממש פשוט, תשובה טון און זיך אומקערן, וועט אלעס ווערן מסודר און ער וועט זיין פריילעך, עוז וחדוה במקומו.

און ווי זאגט די תנא (שבת קנג.): שוב יום אחד לפני מיתתך, ונמצא כל ימיו בתשובה, ואף שלמה אמר בחכמתו 'בכל עת יהיו בגדיך לבנים [רש''י: נשמתך טהורה ונקיה] ושמן על ראשך אל יחסר.

קחו עמכם דברים ושובו אל ה' - אין אני מבקש מכם אלא דברים!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: אנהאלטן די אור פון די הייליגע טעג א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

זייער ווארעם!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: אנהאלטן די אור פון די הייליגע טעג א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער שיין, ישר כח.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אנהאלטן די אור פון די הייליגע טעג א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שיין!
מ’דארף דיר אפטער דא
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”