נאכן שרייבן 499 קורצע תגובת אין זינלאזע טענה'רייען מיינך איז צייט פאר עפעס מער תוכן - פיל,
איך האב פרובירט אריינצולייגן אלע באשטאנדטיילן וואס זענען היינט גאנגבאר אין א עדיטאריעל
~ זיך אויספאקן פארן ציבור
~ ארויסנעמען מעסעדזשעס פון מיינע ערפארונגען
~ פאבריצירן בויך תורות און רמזים
~ א טעלער חיזוק מיט א לעפל מוסר...
כ'האף אז איר וועט הנאה האבן
מיין סוכה הנופלת
עס איז ערב סוכות.
שטיי איך אויף מיין פארטש בויענדיג די סוכה. איך טוה עס יעצט וויבאלד איך שטופ עס שוין אזוי לאנג אפ אז אויב נעמט זיך נישט דערצו שוין, קען איך גיין שלאפן און עסן קאסט ביים שווער. און דאס לאז איך איבער פאר דיר.
אביסל בעקגראונ"ד איבער "מיין" סוכה: איך בין נישט פון די וואס וועלן אויך קויפן פשוט'ע סוכה פאנעלן ביים סוכה צענטער. איך בין דאך קלוג און אריגינעל. פאכמאניש און פאטענטיש. גיימיר קויפן גלאטע ברעטער, שניידן צום מאָס און פשוט אריינדרילן אין האלצערנעם פארטש אריין - ווי עס שטייט אין גייט, און אזוי ארום פארשפארן אסאך איבריגע צייט און שווערע ארבייט...
פון די ערשטע מינוט זענען זאכן געגאנגען דרום-צו. מיינע פאכמאנישע הענט און חושים האבן געשניטן קרום, און אין ענדע האב איך מיר דערזעהן מיט פרוץ מרובה על העומד - אקעי נישט ממש, אבער גענוג גרויס אז א שיינע פראצענט פון די פילע באשעפענישן אין די בריאה זאלן טרעפן א גרינגע וועג אריין צו אינוואדירן מיין רואיגקייט.
צו א שלאק פארשטיי איך אויך אביסל, אבער למעשה איז דאס אויך געווען צי שמאל און האט נישט באוויזן צו באשיצן מיין וואוין פון נאס ווערן אין די רעגן.
נאך א שטיקל אינפארמאציע צו פארשטיין די המשך הדברים: פאראיאר האב איך אריינגעברענגט די השפעות פונעם יום טוב ביז אריין אין חודש שבט. די סוכה איז געלעגן אינדרויסן פאר עטליכע חדשים און געווארט אויף א ישועה, וויבאלד גארנישט האט מיך עס געמאכט אוועקלייגן שוין היינט יעצט - כ'מיין, מארגן איז אויך א טאג. און אזוי האט עס אריינגעהויבן רעגן און שניי און אלדעס-גוטס. א לייכטע שיכט פון ברוינליכע אומפרישקייט האט ארויסגעוואקסן און פארשמירט די אמאל העל קאלירטע האלץ. די סכך איז גענצליך ארויס פון באנוץ און די ווענט האט מען געראטעוועט א מינוט נאך די לעצטע.
יעצט עס איך די פירות וואס איך האב איינגעפלאנצט... פון די פאטענטישע "גרינגע" סוכה איז געבליבן א מערכה נישט צום שפייען און נישט צום שלינגען. עס איז פיל מיר קאמפליצירט ווי מיינע געלונגענע הענט קענען דעליווערן. אבער יעצט - ווען אין קאפ דרייט זיך מחשבות פון אתרוגים און כל-ערליי הכנות וואס זענען נאך אויף די צו-טוהן ליסטע - אלעס מיט א שטרענגע דעדליין פון די זמן ערב יו"ט, ברויך איך האנדלען דערמיט.
די ברעטעלעך - שוין איינמאל געמיינע, ביים ברעג פון אריבערשפרייזן די ליניע צו א דירה סרוחה, שמייכלען כלל נישט צו מיר, און איך האב נאך א האלבע סוכה צו גיין. אוי טאטע זיסער. אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ.
***
זיץ איך מיר סוכות אויפדערנאכט אין מיין סוכה'לע. א ווארעמקייט באנעמט מיר דאס הארץ און צושפרייט זיך אין די אדערן איינהילנדיג אין א העכערע גייסט דאס גאנצע וועזן. מ'שטעלט זיך מאכן קידוש מיט א ברען, צוענדיגנדיג מיט א קאכעדיגע שהחיינו און "לישב בסוכה". אהַ! עס האט זיך געלוינט יעדע טראפל שווייס צו בויען דעם אנגענעמער דירת ארעי.
דא אין דעם ארט וועל איך פאר די קומענדיגע זיבן טאג פארברענגען אין שאטן פון אונזער טאטע אין הימל. באשיצט אין די ענני הכבוד ווי די דור דעה.
די שטילע פייף פון די ווינטן וואס ברעכן דורך די שפאלטענעס אין די ווענט, דערמאנען מיר אז נישט די ווענט זענען די וואס באשיצן פון רוחות נושבות. די שיטערע סכך צודעק מיט די אומפונקציאנירנדע שלאק וועלכע אנטבלויזט דעם ביידל צום רעגן, איז נאך אן אנערקענונג אז דער פון אויבן איז דער ריכטיגער מחסה מזרם וממטר. די ברוינליכע ברעטעלעך גיבן דאך אזויפיל צו צום היימליכער געפיל און ערוועקט נאסטאלגיע... א בענקעניש צו אויטענטישקייט און א בענקשאפט צו העכערס, אפגעשיידט פונעם דירת קבע, די הבלי עולם הזה.
יא! דאס אלעס אויף וואס איך האב מיר אזוי געעגבערט און אויפגעגעסן, איז יעצט אין די דערהויבענע מאמענטן פון קלארקייט און אמת אזא נישטיגע פאקטאר. עס העלפט גאר צו צום ריינעם געפיל.
נאכן ברכה דרייט מען ארום דעם אתרוג מיט דעם פיטום אויף ארויף. אוי ווי עס האט זיך געלוינט.
***
מיט אזעלכע מחשבות קער איך מיך צוריק צום רעאליטעט. אין מיין האלב געבויטע סוכה פארשוויצט די פנים, פארבוימלט די הענט, מיט'ן שרויפל אין רעכטן האנט און דעם האמער אין לינקען.
יא עס לוינט זיך צו ארבייטן אפילו עס קומט אן שווער. לאמיר זיך נישט לאזן פאלן ווייל נאכן לישב וועט זיך אלעס האבן געלוינט. שוין איינמאל געלוינט.
***
הרחמן הוא יקום לנו את סוכת דוד הנופלת...
אין לעבן פרוביר איך מיר צו בויען. שטייגן און וואקסן און עבודת ה' און אין גשמיות'דיגע זין.
אינטערוועגנס שטויס איך זיך אן אין פראבלעמען און שוועריגקייטן וואס איך האב אליין איינגעפלאנצט מיט פארנאכלעסעגונג און מיט נארישע שריט פונעם עבר. שטיינדעלעך קומען אינטער און עס שפירט זיך אז מ'גיבט אויף. אמאל שפירט מען ווי אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ...
אבער ווען עס וועט קומען די מינוט פון קלארקייט וועלן מיר אנערקענען אז די בוי-ארבייט מיט די איינגעפאלענע ברעטעלעך געמיינע, די פארמעסטן צווישן די שפאלטענעס אנטבלויזט צו ווילדע ווינטען און שטורמישע רעגן. דאס האט געברענגט אויבן די גרעסטע נחת רוח.
דער סוכת דוד הנופלת, די איינגעפאלענע זמנים וועלן האבן א תקומה, ווען דער רחמן וועט עס פאר אונז בקרוב מקים זיין. יעדע ביסל ארבייט וועט זיך האבן געלוינט דעמאלטס ווען די פיטום וועט זיין אויף ארויף און מיר וועלן באשיינפערליך זעהן ווי טאקע די גלות און שוועריגקייטן זענען א קרוין פארן מענטש.
***
מיט אזעלכע מחשבות קער איך מיך צוריק צום רעאליטעט. אין מיין טאג-טעגליכע לעבן, פארשוויצט די פנים, פארבוימלט די הענט, מיט'ן שרויפל אין רעכטן האנט און דעם האמער אין לינקען.
יא עס לוינט זיך צו ארבייטן אפילו עס קומט אן שווער. לאמיר זיך נישט לאזן פאלן ווייל דעמאלטס וועט זיך אלעס האבן געלוינט. שוין איינמאל געלוינט.