אן ערב סוכות עדיטאריעל:

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ערב סוכות עדיטאריעל

נאכן שרייבן 499 קורצע תגובת אין זינלאזע טענה'רייען מיינך איז צייט פאר עפעס מער תוכן - פיל,

איך האב פרובירט אריינצולייגן אלע באשטאנדטיילן וואס זענען היינט גאנגבאר אין א עדיטאריעל
~ זיך אויספאקן פארן ציבור
~ ארויסנעמען מעסעדזשעס פון מיינע ערפארונגען
~ פאבריצירן בויך תורות און רמזים
~ א טעלער חיזוק מיט א לעפל מוסר...‎

כ'האף אז איר וועט הנאה האבן

מיין סוכה הנופלת

עס איז ערב סוכות.

שטיי איך אויף מיין פארטש בויענדיג די סוכה. איך טוה עס יעצט וויבאלד איך שטופ עס שוין אזוי לאנג אפ אז אויב נעמט זיך נישט דערצו שוין, קען איך גיין שלאפן און עסן קאסט ביים שווער. און דאס לאז איך איבער פאר דיר.

אביסל בעקגראונ"ד איבער "מיין" סוכה: איך בין נישט פון די וואס וועלן אויך קויפן פשוט'ע סוכה פאנעלן ביים סוכה צענטער. איך בין דאך קלוג און אריגינעל. פאכמאניש און פאטענטיש. גיימיר קויפן גלאטע ברעטער, שניידן צום מאָס און פשוט אריינדרילן אין האלצערנעם פארטש אריין - ווי עס שטייט אין גייט, און אזוי ארום פארשפארן אסאך איבריגע צייט און שווערע ארבייט...

פון די ערשטע מינוט זענען זאכן געגאנגען דרום-צו. מיינע פאכמאנישע הענט און חושים האבן געשניטן קרום, און אין ענדע האב איך מיר דערזעהן מיט פרוץ מרובה על העומד - אקעי נישט ממש, אבער גענוג גרויס אז א שיינע פראצענט פון די פילע באשעפענישן אין די בריאה זאלן טרעפן א גרינגע וועג אריין צו אינוואדירן מיין רואיגקייט.

צו א שלאק פארשטיי איך אויך אביסל, אבער למעשה איז דאס אויך געווען צי שמאל און האט נישט באוויזן צו באשיצן מיין וואוין פון נאס ווערן אין די רעגן.

נאך א שטיקל אינפארמאציע צו פארשטיין די המשך הדברים: פאראיאר האב איך אריינגעברענגט די השפעות פונעם יום טוב ביז אריין אין חודש שבט. די סוכה איז געלעגן אינדרויסן פאר עטליכע חדשים און געווארט אויף א ישועה, וויבאלד גארנישט האט מיך עס געמאכט אוועקלייגן שוין היינט יעצט - כ'מיין, מארגן איז אויך א טאג. און אזוי האט עס אריינגעהויבן רעגן און שניי און אלדעס-גוטס. א לייכטע שיכט פון ברוינליכע אומפרישקייט האט ארויסגעוואקסן און פארשמירט די אמאל העל קאלירטע האלץ. די סכך איז גענצליך ארויס פון באנוץ און די ווענט האט מען געראטעוועט א מינוט נאך די לעצטע.

יעצט עס איך די פירות וואס איך האב איינגעפלאנצט... פון די פאטענטישע "גרינגע" סוכה איז געבליבן א מערכה נישט צום שפייען און נישט צום שלינגען. עס איז פיל מיר קאמפליצירט ווי מיינע געלונגענע הענט קענען דעליווערן. אבער יעצט - ווען אין קאפ דרייט זיך מחשבות פון אתרוגים און כל-ערליי הכנות וואס זענען נאך אויף די צו-טוהן ליסטע - אלעס מיט א שטרענגע דעדליין פון די זמן ערב יו"ט, ברויך איך האנדלען דערמיט.

די ברעטעלעך - שוין איינמאל געמיינע, ביים ברעג פון אריבערשפרייזן די ליניע צו א דירה סרוחה, שמייכלען כלל נישט צו מיר, און איך האב נאך א האלבע סוכה צו גיין. אוי טאטע זיסער. אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ.

***

זיץ איך מיר סוכות אויפדערנאכט אין מיין סוכה'לע. א ווארעמקייט באנעמט מיר דאס הארץ און צושפרייט זיך אין די אדערן איינהילנדיג אין א העכערע גייסט דאס גאנצע וועזן. מ'שטעלט זיך מאכן קידוש מיט א ברען, צוענדיגנדיג מיט א קאכעדיגע שהחיינו און "לישב בסוכה". אהַ! עס האט זיך געלוינט יעדע טראפל שווייס צו בויען דעם אנגענעמער דירת ארעי.

דא אין דעם ארט וועל איך פאר די קומענדיגע זיבן טאג פארברענגען אין שאטן פון אונזער טאטע אין הימל. באשיצט אין די ענני הכבוד ווי די דור דעה.

די שטילע פייף פון די ווינטן וואס ברעכן דורך די שפאלטענעס אין די ווענט, דערמאנען מיר אז נישט די ווענט זענען די וואס באשיצן פון רוחות נושבות. די שיטערע סכך צודעק מיט די אומפונקציאנירנדע שלאק וועלכע אנטבלויזט דעם ביידל צום רעגן, איז נאך אן אנערקענונג אז דער פון אויבן איז דער ריכטיגער מחסה מזרם וממטר. די ברוינליכע ברעטעלעך גיבן דאך אזויפיל צו צום היימליכער געפיל און ערוועקט נאסטאלגיע... א בענקעניש צו אויטענטישקייט און א בענקשאפט צו העכערס, אפגעשיידט פונעם דירת קבע, די הבלי עולם הזה.

יא! דאס אלעס אויף וואס איך האב מיר אזוי געעגבערט און אויפגעגעסן, איז יעצט אין די דערהויבענע מאמענטן פון קלארקייט און אמת אזא נישטיגע פאקטאר. עס העלפט גאר צו צום ריינעם געפיל.

נאכן ברכה דרייט מען ארום דעם אתרוג מיט דעם פיטום אויף ארויף. אוי ווי עס האט זיך געלוינט.

***

מיט אזעלכע מחשבות קער איך מיך צוריק צום רעאליטעט. אין מיין האלב געבויטע סוכה פארשוויצט די פנים, פארבוימלט די הענט, מיט'ן שרויפל אין רעכטן האנט און דעם האמער אין לינקען.

יא עס לוינט זיך צו ארבייטן אפילו עס קומט אן שווער. לאמיר זיך נישט לאזן פאלן ווייל נאכן לישב וועט זיך אלעס האבן געלוינט. שוין איינמאל געלוינט.

***

הרחמן הוא יקום לנו את סוכת דוד הנופלת...

אין לעבן פרוביר איך מיר צו בויען. שטייגן און וואקסן און עבודת ה' און אין גשמיות'דיגע זין.

אינטערוועגנס שטויס איך זיך אן אין פראבלעמען און שוועריגקייטן וואס איך האב אליין איינגעפלאנצט מיט פארנאכלעסעגונג און מיט נארישע שריט פונעם עבר. שטיינדעלעך קומען אינטער און עס שפירט זיך אז מ'גיבט אויף. אמאל שפירט מען ווי אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ...

אבער ווען עס וועט קומען די מינוט פון קלארקייט וועלן מיר אנערקענען אז די בוי-ארבייט מיט די איינגעפאלענע ברעטעלעך געמיינע, די פארמעסטן צווישן די שפאלטענעס אנטבלויזט צו ווילדע ווינטען און שטורמישע רעגן. דאס האט געברענגט אויבן די גרעסטע נחת רוח.

דער סוכת דוד הנופלת, די איינגעפאלענע זמנים וועלן האבן א תקומה, ווען דער רחמן וועט עס פאר אונז בקרוב מקים זיין. יעדע ביסל ארבייט וועט זיך האבן געלוינט דעמאלטס ווען די פיטום וועט זיין אויף ארויף און מיר וועלן באשיינפערליך זעהן ווי טאקע די גלות און שוועריגקייטן זענען א קרוין פארן מענטש.

***

מיט אזעלכע מחשבות קער איך מיך צוריק צום רעאליטעט. אין מיין טאג-טעגליכע לעבן, פארשוויצט די פנים, פארבוימלט די הענט, מיט'ן שרויפל אין רעכטן האנט און דעם האמער אין לינקען.

יא עס לוינט זיך צו ארבייטן אפילו עס קומט אן שווער. לאמיר זיך נישט לאזן פאלן ווייל דעמאלטס וועט זיך אלעס האבן געלוינט. שוין איינמאל געלוינט.
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 11:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

WOW! נאכנישט געליינט, אבער ס'גוט צו זעהן ווי די טיסט צו די זאך
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

גאר גוט, רייך און באלערנד.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:גאר גוט, רייך און באלערנד.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שיין געשריבען! יאפ, א וואלידע פאוינט וואס מען ברויך אלעמאל געדענקען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מעכטיג און פרעכטיג! נעם דיר שרייבן טעגליכע עדיטאריעלס - אדער מינימום וועכנטליך, ס'קען רואיג אריין פליסן אינעם שרייבער אויסגאבע - און העסט נאך קריגן א 'הרב'
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

זייער פיין געשריבן!!! ;l;p-
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

אריין אין אויסגאבע.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:WOW! נאכנישט געליינט, אבער ס'גוט צו זעהן ווי די טיסט צו די זאך

א Wow פארן ליינען מיינט שוין עפעס נעקסט לעוויל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:מעכטיג און פרעכטיג! נעם דיר שרייבן טעגליכע עדיטאריעלס - אדער מינימום וועכנטליך, ס'קען רואיג אריין פליסן אינעם שרייבער אויסגאבע - און העסט נאך קריגן א 'הרב'

כאטש מיין הארץ קלאפט אביסעל אנדערש ווי דיין אוועטער אין איך בין בסה''כ האלב פין דיין ואת האלף פלאס לאזטי זיך אזוי שטארק אראפ אזאש ביז א הרב איך בין נתפעל פין דיינע מידות

פרישע קוגל האט געשריבן:שיין געשריבען! יאפ, א וואלידע פאוינט וואס מען ברויך אלעמאל געדענקען

דיינס א ווארט האט א חשיבת ביי מיר
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Programming האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:גאר גוט, רייך און באלערנד.

ישר כח!!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אלטע קוגל האט געשריבן:זייער פיין געשריבן!!! ;l;p-

אה..... די געסט אויך א הסכמה?!?! מאכסט מיר פריילעך!!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

קאנסאלטענט האט געשריבן:אריין אין אויסגאבע.

מיט א שנעלקייט הא?!! ישר כח פאר די גיט ווארט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

מזל טוב צום 500'סטן תגיב!
זייער שיין און רייך! משל נמשל, מוסר השכל, קאמיש סטייל!
איין קאשע בינעך געבליבו, וואס מיינט "אינוואדירן" :wink: (סוף דריטע פעריגרעף)
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ראש המערכה האט געשריבן:מזל טוב צום 500'סטן תגיב!
זייער שיין און רייך! משל נמשל, מוסר השכל, קאמיש סטייל!
איין קאשע בינעך געבליבו, וואס מיינט "אינוואדירן" :wink: (סוף דריטע פעריגרעף)

איוואדירן מיינט איינעמען
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

גוט געשריבען, צו די זאך און תוכן׳פיל!! הערליכע געדאנק!
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

פרישע קוגל האט געשריבן:
ראש המערכה האט געשריבן:מזל טוב צום 500'סטן תגיב!
זייער שיין און רייך! משל נמשל, מוסר השכל, קאמיש סטייל!
איין קאשע בינעך געבליבו, וואס מיינט "אינוואדירן" :wink: (סוף דריטע פעריגרעף)

איוואדירן מיינט איינעמען

גooד טו קנא,
גיימער אינוואדירן חלה מיט פיש יעצט.
גוט יו"ט
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מזל טוב
די שרייבסט זייער פיין
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

את פתח לו האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:מעכטיג און פרעכטיג! נעם דיר שרייבן טעגליכע עדיטאריעלס - אדער מינימום וועכנטליך, ס'קען רואיג אריין פליסן אינעם שרייבער אויסגאבע - און העסט נאך קריגן א 'הרב'

כאטש מיין הארץ קלאפט אביסעל אנדערש ווי דיין אוועטער אין איך בין בסה''כ האלב פין דיין ואת האלף פלאס לאזטי זיך אזוי שטארק אראפ אזאש ביז א הרב איך בין נתפעל פין דיינע מידות

כ'זע דו האסט שוין די גרעסטע הסכמות בדורינו, אלטע מיט פרישע קוגל... אגב אז דו פראבירסט מיר איבערצושטייגן אין אמט, גוד לאק
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

געוואלדיג!!

שיין און גוט מיט א שטארקע פוינט!

אמר"ש, מז"ט צום 500ער
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

;l;p-
אוועטאר
א בעזים מיט א שאוועל
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 3:33 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א בעזים מיט א שאוועל »

Wow מאסיוו אריין אין די סוכות אויסגאבע
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

Kollel האט געשריבן:געוואלדיג!!

שיין און גוט מיט א שטארקע פוינט!

אמר"ש, מז"ט צום 500ער

גא"מ
א בעזים מיט א שאוועל האט געשריבן:Wow מאסיוו אריין אין די סוכות אויסגאבע

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אן ערב סוכות עדיטאריעל:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:געוואלדיג!!

שיין און גוט מיט א שטארקע פוינט!

אמר"ש, מז"ט צום 500ער

גא"מ
א בעזים מיט א שאוועל האט געשריבן:Wow מאסיוו אריין אין די סוכות אויסגאבע

;l;p- ;l;p-

אמרש ברוכם תהיא
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”