אומר אני האט געשריבן:אייגנארטיג האט געשריבן:וואס מיינט דער זאגן נומערן אין בעט 1 1 2 6 6 6
?
זעהט אויס א וועג אנציקומען צי א עפפ אדער ניצען א פונקציע פון איינער פון די עפפס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אומר אני האט געשריבן:אייגנארטיג האט געשריבן:וואס מיינט דער זאגן נומערן אין בעט 1 1 2 6 6 6
?
shimon7323 האט געשריבן:אומר אני האט געשריבן:אייגנארטיג האט געשריבן:וואס מיינט דער זאגן נומערן אין בעט 1 1 2 6 6 6
?
זעהט אויס א וועג אנציקומען צי א עפפ אדער ניצען א פונקציע פון איינער פון די עפפס
סיז מסודר האט געשריבן:shimon7323 האט געשריבן:אומר אני האט געשריבן:אייגנארטיג האט געשריבן:וואס מיינט דער זאגן נומערן אין בעט 1 1 2 6 6 6
?
זעהט אויס א וועג אנציקומען צי א עפפ אדער ניצען א פונקציע פון איינער פון די עפפס
לכאורה א וועריפיקעישן קאוד אריינצוסיינען אין וואטסעפפ
ירקרקות האט געשריבן:מען ברויך טוישן צוגאנג. אנשטאט אוועקצושטעלן דעם גאנצן חינוך אויף 'דעפענסיוו גיער', כלומר, וויאזוי באשיצט מען דעם בחור ער זאל נישט אנקומען צו קיין סמארט-פאון, ברויך מען עס אנשטעלן 'אפענסיוו', אוועקשטעלן דעם בחור אז אפילו ער זעט א סמארט-פאון זאל ער עס נישט וועלן, און אפילו אויב ער האלט שוין א סמארט פאון אין די הענט זאל ער נאך אלץ בלייבן א איד.
איז עס ?DOABLE אבסעלוטלי! און קיינער קען מיר נישט פארלייקענען, ווייל קיינער האט עס נאכנישט פרובירט.
מען ברויך פארשטערקערן דעם חינוך, איינבאקן די יסודות פון אידישקייט קלאר און גרונטליך, און האבן אין די עולם הישיבות מענטשן בעלי השפעה וועלכע קענען איבערגעבן און איינעמען די הערצער פון די בחורים. דער מציאות איז ליידער אז עס איז דא ווייניג ישיבות ווי עס איז בכלל דא א כח השפעה אויף די בחורים, וממילא יעדע רוח שאינו מצויה פארשלעפט זיי אינגאנצן.
לכה"פ העלפט בחורים זענען בעצם נישט קיין חלק פון די ישיבה און פון גארנישט וואס די ישיבה שטעלט מיט זיך פאר. זיי קומען צופרי און גייען ביינאכט אבער זענען בעצם דארט ווי א פרעמד געוואוקס.
עס איז פשוט מה יעשה הבן שלא יחטא, און דאן קומט מען און מען בויט אויף א שפיטאל נעבן דעם בריק.
מיר זענען נישט אין א מצב פון קענען ריכטיג אפשאצן די סכנה פון סמארטפאונס בעפאר אונזער חינוך איז אוועקגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין.
נשמה האט געשריבן:ירקרקות האט געשריבן:מען ברויך טוישן צוגאנג. אנשטאט אוועקצושטעלן דעם גאנצן חינוך אויף 'דעפענסיוו גיער', כלומר, וויאזוי באשיצט מען דעם בחור ער זאל נישט אנקומען צו קיין סמארט-פאון, ברויך מען עס אנשטעלן 'אפענסיוו', אוועקשטעלן דעם בחור אז אפילו ער זעט א סמארט-פאון זאל ער עס נישט וועלן, און אפילו אויב ער האלט שוין א סמארט פאון אין די הענט זאל ער נאך אלץ בלייבן א איד.
בס"ד
מיין עקספיריענס האט מיך געלערנט אז אזעלכע דיבורים זענען נישט עכט פאקטישע דיבורים. עס רעדט נישט פון אזאך וואס קען געשעהן.
די פאלגענדע דיבורים: ס'איז נישטא אזא זאך צו אויסלערנען א בחור אז אפילו ער האלט א סמארטפאון אין די הענט זאל ער עס נישט וועלן. טעכנאלאגיע רעדט זייער שטארק צו א בחור. ער האט עס זייער ליב און ער ווערט זייער אנטציקט דערפון. עס איז נישט אז ער וויל זעהן וואס מ'טאר נישט זעהן, ער האט ליב די איידיע דערפון, און זיך שפילן דערמיט. אפילו א פשוט'ע פליפפאון רעדט זייער שטארק צו א בחור.
די איינציגע זאך וואס דו קענסט טון צו ראטעווען א בחור איז נאר דורך דעם וואס דו אליין ביסט אפגעשיידט פון די אלע זאכן. און דו אליין ברענגסט אריין אין דיין שטוב אז מ'קוקט נישט קיין ווידעאו, און מ'זוכט נישט צו קוקען ווידעאו, מ'זוכט נישט צו טעקסטן, און מ'שטייט ווייט פון די אלע זאכן.
קענסט עס טון? אויב נישט איז ניש. ווייל דאס איז למעשה די איינציגסטע וועג. לאמיר זיין אויפריכטיג. לאמיר כאטש נישט לייקענען דעם פאקט אז ווען מיר ענדשויען קליפס, און ווידעאוס, און טעקסט, וועט דאס דער בחור'ל נאכאמאכן.
דאס איז דער אמת. לאמיר קוקען דעם אמת אין פנים.איז עס ?DOABLE אבסעלוטלי! און קיינער קען מיר נישט פארלייקענען, ווייל קיינער האט עס נאכנישט פרובירט.
מ'האט יא פרובירט, און ס'ארבעט נישט. טעכנאלאגיע איז שטערקער ווי דעם טעאריע אז "זיי א יוד, השי"ת לאזט נישט".
די איינציגע זאך וואס ארבעט איז די כאניאקישע וועג פון פארעקלן יעדע זאך וואס האט מיט טעכנאלאגיע. לאמיר נישט זיין קיין בת היענה.מען ברויך פארשטערקערן דעם חינוך, איינבאקן די יסודות פון אידישקייט קלאר און גרונטליך, און האבן אין די עולם הישיבות מענטשן בעלי השפעה וועלכע קענען איבערגעבן און איינעמען די הערצער פון די בחורים. דער מציאות איז ליידער אז עס איז דא ווייניג ישיבות ווי עס איז בכלל דא א כח השפעה אויף די בחורים, וממילא יעדע רוח שאינו מצויה פארשלעפט זיי אינגאנצן.
אזעלכע דיבורים מיין טייערער פריינד איז נישט אמת. א סמארטפאון האט גארנישט מיט איינבאקן יסודות פון יודישקייט קלאר און גרונטליך. א סמארטפאון האט מיט די פלענע זאך פון 'משוך ידך הימנו', טאטש עס נישט און פארטיג. דאס אלעס.
וויפיל קען א בחור'ל ווערן איינגעזאפט מיט יסודות פון יודישקייט?לכה"פ העלפט בחורים זענען בעצם נישט קיין חלק פון די ישיבה און פון גארנישט וואס די ישיבה שטעלט מיט זיך פאר. זיי קומען צופרי און גייען ביינאכט אבער זענען בעצם דארט ווי א פרעמד געוואוקס.
עס איז פשוט מה יעשה הבן שלא יחטא, און דאן קומט מען און מען בויט אויף א שפיטאל נעבן דעם בריק.
מיר זענען נישט אין א מצב פון קענען ריכטיג אפשאצן די סכנה פון סמארטפאונס בעפאר אונזער חינוך איז אוועקגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין.
לויט וויאזוי איך האלט מיט איז חינוך מיט סמארטפאונס צוויי באזונדערע זאכן. מ'קען נישט מיט חינוך פייטן א סמארטפאון, מ'קען נישט מיט חינוך לערנען אפענסיוו צו א סמארטפאון. דו קענסט אים סתם אויסלערנען "לאז עס אפ און טאטש עס נישט"
די נפש וואס ווערט אנטציקט פון א סמארטפאון קען נישט ווערן מחונך. ס'איז אזא סארט פרימיטיווע נפש. דו קענסט נישט רעדן צו עס. דו קענסט נאר זאגן "שעפעלע, מיר שטייען ווייט פון אזעלכע זאכן"
דאס איז דער אמת. צו מ'קען עס דערגרייכן אין אזא מצב, ווייסעך נישט. אבער דאס איז די פאקט. עפעס אנדערש ארבעט נישט.
לאמיר אלע אויסשרייען זייער קלאר: אונז גיימיר באגראבן אונזערע דורות (ח"ו) און זיי מקריב זיין אויפן קרבן פון טעכנאלאגיע ווייל מיר האבן נישט קיין ברירה, מיר מוזן עס האבן. לאמיר זיין אמתדיג, פיריעד.
וואס קאנען מיר טון?
והשם הטוב יעזור
ירקרקות האט געשריבן:1. מען קען ממשיך זיין טון אלעס קעגן סמארט פאונס ווייטער געזונטערהייט. כ'האב נישט געזאגט מען זאל נאכלאזן פון עפעס. (אגב: וואס עפעס דוקא סמארטפאונס? אינטערנעט קומט אין אלע פארמען, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך)
2. די וועג וואס איר זאגט האט מען שוין אויך פרובירט, און מען האלט ווי מען האלט.
3. ס'איז נישט ממש 1+1 אז ווער עס האט א סמארט פאון "מוז" יעצט ווערן א גוי. אויב איז יא אזוי ברויך מען עפעס מתקן זיין. (אודאי טאר מען עס נישט האבן, אבער נישט דאס איז די נושא)
נשמה האט געשריבן:
עכ"פ, צו אדאפטירן די מהלך פון חינוך וואס ווערט גענוצט פאר רעגולער "האב יראת שמים, זיי א יוד, היט דיך אפ, השי"ת זעהט אלעס" עס צו אדאפטירן צו "אפילו אויב דו אינטעראקטסט מיט אינטערנעט געדענק אז דו ביסט א יוד" איז א טעות אין פארשטיין וויאזוי די נפש ארבעט ביי אינטערנעט.
אויב מיר ווילן בוחר זיין צו ראטעווען דעם נייעם דור פון אינטערנעט, פון די מכשולות פון אינטערנעט, איז עס נאר דורכ'ן אריינברענגען אין אונז אליין די אינערליכע "איך בין געצווינגען דערצו" "און איך היט מיך אפ דערפון" "איך וויל עס נישט" "איך האב עס נישט ליב"
בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.
די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.
בניהו האט געשריבן:היינט האב אויסגעפונען מיט א קלארקייט.
יעצט, איך זאג נישט אז דאס האט נישט געקענט פאסירן. אלעס וואס די ערליכע מנהיגי העדה זאגן דארף מען פאלגן! אבער א מערכה למען קדושת כלל ישראל טאר נישט(!!!) געפירט דורך בחורים, אדער געפיטערט ווערן מיט שקרים. ווען יא, צריך בדיקה אחריו.
שם בן נח האט געשריבן:בניהו האט געשריבן:היינט האב אויסגעפונען מיט א קלארקייט.
יעצט, איך זאג נישט אז דאס האט נישט געקענט פאסירן. אלעס וואס די ערליכע מנהיגי העדה זאגן דארף מען פאלגן! אבער א מערכה למען קדושת כלל ישראל טאר נישט(!!!) געפירט דורך בחורים, אדער געפיטערט ווערן מיט שקרים. ווען יא, צריך בדיקה אחריו.
א) אלע מנהלים פון מתיבתא זענען אריינגעמישט דערין.
ב) ווייל זיי זענען די איינציגסטע וואס ווייסן ווי שלעכט די מצב איז עכט.
יקוש פייוויש האט געשריבן:@בניהו, לכבודך האביך איבער געליינט מיט א שנעלקייט דעם גאנצן בריוו, כ׳מוז דיר זאגן אז ס׳איז זייער א גוטע בריו, און כ׳האף ס׳טוט אויף, פארוואס פרעגסטו, ווייל בערך פופצן אכצן יאר צוריק ווען איך בין געווען אין דעם סטעידזש.. איז געווען די זעלבע זאך (לפי המצב.. אנשטאט עסדי קארד איז געווען הארד דרייווס.. אנשטאט טעלעגרעם איז געווען טשאטשא וכו׳) אין יא ס׳דויערט נישט מער ווי איין חודש פון א תמימותדיגע בחור׳ל ביז די אלע שרעקעדיגע זאכן וואס ער ברענגט ארויס
בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.
די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.
די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.
הער צו, יא אויסגעזויגן נישט אויסגעזויגן, בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער, און שאטן קען עס נישט.
ווייס איך נישט פינקטליך פארוואס, אבער מיך באדערט עפעס נישט אזוי אויב סאיז א עכטע מעשה אדער נישט, די נקודה שבו איז אמת סייווי.
בניהו האט געשריבן:יקוש פייוויש האט געשריבן:@בניהו, לכבודך האביך איבער געליינט מיט א שנעלקייט דעם גאנצן בריוו, כ׳מוז דיר זאגן אז ס׳איז זייער א גוטע בריו, און כ׳האף ס׳טוט אויף, פארוואס פרעגסטו, ווייל בערך פופצן אכצן יאר צוריק ווען איך בין געווען אין דעם סטעידזש.. איז געווען די זעלבע זאך (לפי המצב.. אנשטאט עסדי קארד איז געווען הארד דרייווס.. אנשטאט טעלעגרעם איז געווען טשאטשא וכו׳) אין יא ס׳דויערט נישט מער ווי איין חודש פון א תמימותדיגע בחור׳ל ביז די אלע שרעקעדיגע זאכן וואס ער ברענגט ארויס
איטס ען האנער…
איך האב קלאר געזאגט אז די נקודות פון די בריוו קען זיין אמת אבל לא זו הדרך. מיט שקר קעמפט מען נישט פארן אמת.
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.
די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.
הער צו, יא אויסגעזויגן נישט אויסגעזויגן, בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער, און שאטן קען עס נישט.
ווייס איך נישט פינקטליך פארוואס, אבער מיך באדערט עפעס נישט אזוי אויב סאיז א עכטע מעשה אדער נישט, די נקודה שבו איז אמת סייווי.
גא"מ, עס שטערט מיך אויך נישט אז עס איז נישט קען אמת'ע בריוו, קען זיין ווייל איך האב פון די ערשטע מינוט פארשטאנען אזוי משא"כ בניהו האט אפשר קודם געמיינט אז יא און ער איז געווארען מרוגש ווי פון א עכטע בריוו ממילא פילט ער ווי מען נארט דא אויס מענטשען.