מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

נא_שכל האט געשריבן:סליחות מיט מוזיק אין די אויגן פון א פראפעסער יהודה הרשלר אין א"י.

זיין שרייבן איז עקעלדיג, אבער ער ברענגט ליידער ארויס אביסל וואס ליגט אונטער די אלע ענינים, און די פנים וואס ס'האט. סתם סליחות אדער תהילים האט נישט קיין משמעות און ווערט ביי אונז.


פעך. ברענג נישט נאך אזאנס.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ירקרקות האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:סליחות מיט מוזיק אין די אויגן פון א פראפעסער יהודה הרשלר אין א"י.

זיין שרייבן איז עקעלדיג, אבער ער ברענגט ליידער ארויס אביסל וואס ליגט אונטער די אלע ענינים, און די פנים וואס ס'האט. סתם סליחות אדער תהילים האט נישט קיין משמעות און ווערט ביי אונז.


פעך. ברענג נישט נאך אזאנס.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעך. ברענג נאך אזאנס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

פעיק ניוז האט געשריבן:פעך. ברענג נאך אזאנס.


סארי, אבער דער שרייבער מאכט חוזק פונ'ם עצם באגריף פון מורא האבן פונ'ם יום הדין, און רופט אן דעם סדר הסליחות מיט זייער פרעכע אויסדרוקן. מען טאר עס נישט ליינען אפילו אויב עס ליינט זיך געשמאק.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האלט גראדע אז מען מעג יא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שופר של פורים

דוד דמן
ג' תשרי התשפ"ב

https://he.mishpacha.com/column/%d7%a9% ... %99%d7%9d/
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

געהערט יעצט צום ערשטן מאל די וואויס נאויט, די נקודה איז שוין א אלטע טענה, אבער איין נקודה להתבונן, וויפיל אנדערע זאכן איז דא פאר די היינטיגע טייערע יונגע נשמות ווי זיי קענען זיך אויסגעבן און יא! שפירן קאנעקטעט, וויפיל זאכן רעדן צו זיי? נישט א ס'איז נישטא עפעס אנדערש, אבער וואס רעדט צו זיי?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אגב די ווארט שפירן קענעקטעט איז א מיאוס'ע ווארט

איך האב געהערט א שטארקע הגדרה פון איינעם

אז די אלע וואס שפירן קענעקטעט זענען אבער אינגאנצן דיסקענעקטעט פון אלעס אנדערש און ארום ודי
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שמו האט געשריבן:אגב די ווארט שפירן קענעקטעט איז א מיאוס'ע ווארט

וואספארא שטיות?!

[סליחה פאר די שארפע אויסדריק]
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נשמת השכל האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אגב די ווארט שפירן קענעקטעט איז א מיאוס'ע ווארט

וואספארא שטיות?!

[סליחה פאר די שארפע אויסדריק]

ביי אונז האט מען נישט געטארט זאגן דאס ווארט בעקעלע

סדערמאנט פון קאכן, און מקאכט צימאל פאר א שמחה, צימאל פאר א חתונה..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שמו האט געשריבן:אגב די ווארט שפירן קענעקטעט איז א מיאוס'ע ווארט

איך האב געהערט א שטארקע הגדרה פון איינעם

אז די אלע וואס שפירן קענעקטעט זענען אבער אינגאנצן דיסקענעקטעט פון אלעס אנדערש און ארום ודי

וואס איז די ענגלישע אפטייטש פון דביקות?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מסתמא האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אגב די ווארט שפירן קענעקטעט איז א מיאוס'ע ווארט

וואספארא שטיות?!

[סליחה פאר די שארפע אויסדריק]

ביי אונז האט מען נישט געטארט זאגן דאס ווארט בעקעלע.

סדערמאנט פון קאכן, און מקאכט צימאל פאר א שמחה, צימאל פאר א חתונה.

:lol: :lol:
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בניהו האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אגב די ווארט שפירן קענעקטעט איז א מיאוס'ע ווארט

איך האב געהערט א שטארקע הגדרה פון איינעם

אז די אלע וואס שפירן קענעקטעט זענען אבער אינגאנצן דיסקענעקטעט פון אלעס אנדערש און ארום ודי

וואס איז די ענגלישע אפטייטש פון 'דביקות'?

דו האסט יעצט געזאגט א מיאוסע ווארט - דו ווייסט?

זאגן א מיאוסע ווארט אין לשון הקודש איז עפעס בעסער מיינסטו?? פארקערט - דו ביסט מטמא די הייליגע שפראך..
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יע יע...
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

שמו האט געשריבן:אגב די ווארט שפירן קענעקטעט איז א מיאוס'ע ווארט

איך האב געהערט א שטארקע הגדרה פון איינעם

אז די אלע וואס שפירן קענעקטעט זענען אבער אינגאנצן דיסקענעקטעט פון אלעס אנדערש און ארום ודי

האסטעך ארויפגעכאפט אויפן ווארט, אבער די נקודה איז זייער פשוט, קיינער רעדט נישט פון בחורים אדער יונגעלייט וואס באקומען סיפוק און צופרידנקייט פון זיצן און לערנען וכו', פארוואס נישט איז א באזונדערע נושא, אבער דאס איז די מציאות ביי זיי, די איינציגסטע זאך וואס איז זיי מחבר (כ'נוץ נישט די ווארט קאנעקטען...) מיט אידישקייט אדער מיט עפעס מער ווי בעיסיק, איז די ענין פון פארן צו קברי צדיקים וכדומה. ס'ווערט טאקע געטון זייער מגושם, אבער מיט דעם אלעם קלעפט זיך אן אביסל פון די הייליגקייט פונעם צדיק און לאזט איבער א רושם.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

האבעך אדורכגעליינט דעם גאנצן אשכול אין איין אטעם, מערצעשעם העמיר מגיב זיין און זיך אריין לאזן אינעם ענין ווען מ'העמיר האבן צייט
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:האבעך אדורכגעליינט דעם גאנצן אשכול אין איין אטעם, מערצעשעם העמיר מגיב זיין און זיך אריין לאזן אינעם ענין ווען מ'העמיר האבן צייט

בינעך נייגעריג וואס דו גייסט זאגן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:האבעך אדורכגעליינט דעם גאנצן אשכול אין איין אטעם, מערצעשעם העמיר מגיב זיין און זיך אריין לאזן אינעם ענין ווען מ'העמיר האבן צייט

אה געוואלדיג, יישר כח פארן מודיע זיין, אגב וואס האסטו געגעסן פאר מלוה מלכה?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:האבעך אדורכגעליינט דעם גאנצן אשכול אין איין אטעם, מערצעשעם העמיר מגיב זיין און זיך אריין לאזן אינעם ענין ווען מ'העמיר האבן צייט

אה געוואלדיג, יישר כח פארן מודיע זיין, אגב וואס האסטו געגעסן פאר מלוה מלכה?

חמין, וחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון דא

bundel האט געשריבן:צולם באוקראינה: פיני איינהורן ולהקת 'שלעפן נחת': "טוב הבעש"ט"
פיני איינהורן משיק את הסינגל "טוב הבעש"ט" בו הוא מארח את להקת 'שלפען נחת', את השיר מלווה קליפ מרהיב עם כל האווירה המרוממת של נסיעה לציון הבעש"ט במעז'יבוז https://drive.google.com/file/d/1f-KQT8 ... NoM8y/view
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מען האט אנגעהויבן איבער'ן הוט, ניקים האבן זיך געשטעלט אויף החיים חיותו וואסטו יא אדער נישט געגאנגען מיט א דאשיק,

פרעג פשוט און גראד

וואלסטו ביי סיי וועלכע גרויסע אדמו"ר געגאנגען אזוי? אפילו נישט דיין אייגענע? וואלסטו אין גאס אזוי געוואקט? וואלסטו פארן פרעזידענט אזוי געשטעלט?
א הוט אויפן קאפ טוט מען אן אלץ זעלבסט-רעספעקט, יעדעס זעלבסט רעספעקטירנדער ניק וואלט ביי סיי וועלכע ערנסטע מצב זיך אנגעטון שיין ווי עס פאסט

ווען ער מאכט ווען חתונה ביי קאוויד מיט א קארגע מנין וואלט ער נאכאלץ אנגעהאט א שטריימל - און דייקא זיין שענסטע! א געביגלע העמד! וכדו'
פארוואס?
נישט פאר פיער פרעשור, קיינער זעט ניטאמאל, נאר ער פארשטייט און ער שעצט זיך אליינס.

די זעלבע איז מיט מקומות הקדושים לענ"ד
איך זע נישט וויאזוי מען קען אריין וואקן צום צדיק מיט א דאשיק - דאס איז -נאכאמאל לענ"ד - מורה אויף לייכט(זיניג)קייט

_______________

ס'דא אזא זאך ווי גיין צו מקומות הקדושים
ס'דא אזא זאך ווי גיין טשילן/וואקאציע/שוואוילטאג

די גבולים צווישן די צוויי זענען מטושטש געווארן

איך בין דייקא א ליבעראלער, הגם איך גרויל מיר פון א קומזיץ - איך לאז יעדן איינעם מאכן וויפיל קומזיצן ער וויל - איך גיי נישט פארפירן אז ס'איז גוי'איש וכדו'

אבער.....

ביי סליחות קומט עס נישט, פינטל
און ביי קברי צדיקים אויך נישט.......

איי ס'ווארעמט דיין הארץ?
ס'שטייט נישט אז מ'טאר נישט?
ועוד?

כ'ווייס נישט, מיין געפיל לאזט מיר נישט בשום אין אופן פארשווייגן אזאנס, אין מיינע אויגן - און אזוי האט מען מיר מחנך געווען - איז דאס א גרויל!!!

כ'האב באקומען א ראנג חינוך? קען זיין....

________________

אנהענגען א געוויסע צרה אין א געוויסע פירצה איז קיינמאל נישט געווען פון די זאכן וואס איך האב געשטיצט אי לאוו ס'איז א רבי פון חסידים וכדו'
איך גלייך נישט ווען יעדער מענטש קען אליינס ארויפוואקן אין הימל אויבטשעקן וועכע פירצה ס'וועגט די מערסטע

________________

לכבוד אלע וואס קענען נישט טרעפן קיין לימוד זכות אויפן "מקטרג" וואס דארף גיין נעמען לעסאנס ביים בארדיטשובער

אנטשולדיגט

הייבטס אן ביי ענק אליין, טרעפטס א לימוד זכות אויף אים

שרייטס נישט "גרויליג" "מקטרג" וכדו'

פאר מער זעט דא - צום פינטל
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1639093

_______________

ווייטער, די קומזיץ און ניגונים וואס מ'זינגט דארט וואלט מען נאך ביי קיין שום היינטיגע אדמו"ר נישט געזינגען, ס'איז אנגענומען אלץ גרויליג, און נאר ביי די קומזיצן זינגט מען עס
די ניגונים זענען בדרך מליצה בגדר טריפה אלצ'ן נישט מקיים זיין י"ב חודש

פארוואס זינגסטו עס ביי דעם צדיק וקדוש??
וואלסטו עס דען געטון בחייו? אדער וואלט דיר געווארפן הענט און פיס בחייו?

ווען ער שטעלט זיך אויף פון קבר וואלסט ווייטער געזינגען? אדער וואלט דיר אנגעכאפט א פחד און שרעק כאפנדיג אז מיט איין בליק זעט ער כל הנסתרות??!!

און אויב וואלסטע ווייטער געזינגען............ דאן........ טאטע העלף!

_______________

קומט איינער און שרייבט עפעס וואס איז לענ"ד ליצנות, דעריבער ברענג איך עס אן א נאמען

מיר אלע זענען אויפגעוואקסן מיט די סיפורי צדיקים אנגעהויבן מיטן בעש"ט און ווייטער ביי זיינע תלמידים און תלמידי תלמידיו, איבער אן אמעראציש קינד וואס האט געשפרינגען איבער א גרוב שרייענדיג טמא טמא, דער דארפיש קינד וואס האט געזאגט א' ב' אנשטאטס נעילה, דער איד וואס ביים סדר פסח ביינאכט הארט נאך גאל ישראל האט ער זיך געשטעלט דאווענען שמונה עשרה, ועוד ועוד.

שטעלט אייך פאר די אשכולות אין אייוועלט יענע יארן מיט שרייעדיגע קעפלעך:

"טמא איבער א גרוב, האבן דאס די אנשי כנסת הגדולה געמיינט?"

"ברכות לבטלה ביים סדר, האט ער דאס געזעהן ביי זיינע עלטערן?"

"פראסטאק אין בארדיטשובע קרעטשמע פארגלייכט זיך מיטן אייבערשטן און בעהט זיך איבער איבער א גלעזל בראנפן ערב יום כיפור, לאן התדרדרנו!!"

רבותינו די קדושי עליון נבג"מ האבן זיך נאך אזוי פיל געזארגט פארן באשעפערס כבוד ווי אונז, איז וואס האבן זיי געזאגט אין אזעלכע פעלער, געגאנגען פראטעסטירן? געחתמט קול קורא'ס? ארויסגעטראסקעט פון ביהמ"ד? בכלל נישט, זיי האבן דאס געזעהן און געקוואלען פאר פרייד און נישט אויפגעהערט ארויסצוברענגען וואספארא נחת רוח עס ברענגט פארן טאטן אין הימל און וואספארא גזירות רעות דאס צורייסט, אזוינע גזירות וואס די גרעסטע צדיקים וקדושים האבן נישט געקענט מבטל זיין האבן די דארפס אידן אומווילנדיגערהייט צעריסן אויף פיצלעך.

זענען די דארפס אידן געווען גענצליך אומשולדיג? לכאורה ניין, יעדע פון זיי האט געקענט גיין צו עמיצן וואס זאל איהם אויסלערנען וויאזוי די ריכטיגע וועג צו דאווענען איז, ס'טייטש די אלע וואס דאווענען יא געהעריג האט דאך אויך עמיצער אויסגעלערנט, גענוג בעלי תשובה האבן זיך אויסגעלערנט אויף די עלטער וויאזוי צו טאן ריכטיג אלע מצות, עס איז טאקע שווער אבער עס איז דורכפירבאר, אבער וויאזוי האבן אונז די צדיקים אויסגעלערנט דאס צו באטראכטן, אין הארצן האבן זיי זיכער באוויינט די מצב וואס האט צוגעברענגט אז אזוי פיל מענטשן ווייסן נישט וויאזוי צו טאן די מצות כתיקונם, אבער אויף למעשה האבן זיי ארויפגעקוקט די עפפארט וואס די מענטשן מאכן און ארויסגעהויבן די ריינע כוונות.



איך גיי מיר נישט אראפלאזן צו נטפערן אויף יעדע שורה, אבער לאמיר גיין אויבערפלעכליך

די צדיקים האבן דאך געשעפט א מורא'דיגע נחת רוח פון די תמימות פונעם דארפסמאן וואס די איינציגסטע ווארט וואס ער קען איז טמא, און ער טאנצט פון איין זייט גרוב צו צווייטן פארן אויבערשטן שרייענדיג טמא

וואס וואלטן זיי געזאגט ווען עס יאווען זיך חבורות וקבוצות וואס הערן אויף דאווענען, לערנען, מאכן ברכות, א.א.וו., און הייבן אן שרייען טמא איבער א גרוב???

און דער קומט נאך זאגן אז יענע זענען נישט געווען רעכטע אמעראצים...

אמאל זענען געווען עכטע עמי הארץ, וואז האבן נישט געקענט קיין צורת האות, קיינער האט זיי נישט געזאגט אז א איד ארף דאווענען, קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט אז א איד דארף לערנען, זיי האבן געוויסט פון איין זאך, שעפסן און ציגן, שוסטער און שניידער.
אבער.... זיי האבן געהאט נאך איין זאך, תמימות! לויטערע תמימות!!!!
און ער האט געויסט אז לשון הקודש איז די אויבדערוועלטע שפראך!
ער האט געוויסט ער איז א איד!
ער האט געוויסט א איד דארף דינען דעם אויבערשטן!
ער האט געוויסט אז ער ווייסט נישט וויאזוי!
ער האט געוויסט אז ס'דא איין זאך וואס ער קען יא, שרייען טמא בשעת'ן טאנתן איבער א גרוב, האט ער דאס געטון פארן אויבערשטן

*

איינער וואס גייט צו מקומות הקדושים מיט א גיטאר, האט געזען בעסערס ביי זיינע עלטערן, און ער האט זיך אפגעלאזט דערפון
ער טוט עס נישט אויס תמימות
ער טוט עס נישט אויס דינען דעם אויבערשטן

*

די היינטיגע ווערסיע פונעם דעמאלטסדיגן דארפסמאן אזי דער טראדיציאנאלער אמעריקאנער איד וואס האט געזען בי זיינע עלטערן קוים אייניגע מצוות, און דאס האלט ער איין מיט א תמימות..

די ווארט איז "תמימות"....

____________________

און צום שלוס
געמבלער רעדט צום פינטל מיט א משל
viewtopic.php?p=2954208#p2954208

____________________

שטיגליץ האט געשריבן:
ווען איינער זאל ווען אנפרעגן דעם בעש"ט הקדוש אויב ער זאל דאווענען נעילה אדער זאגן א' ב' וואלט ער איהם זיכער גענטפערט וואס איז די שאלה? אוודאי נעילה!

ווען איינער זאל פרעגן דעם בעלזא רב זי"ע אויב ער זאל דאווענען שמונה עשרה ביים סדר אדער נישט , וואלט ער איהם אוודאי געזאגט אז נישט.

די זעלבע לעניננו, אויב איינער זאל דיר אדער מיר פרעגן צו עס איז ענדערש צו זאגן תהילים אדער שפילן גיטאר ביי מקומות הקדושים, וואלטן מיר ביידע געדארפט ענטפערן בפה מלא אז עס איז נישט דא קיין שום שאלה און אוודאי זאל ער לאזן די גיטאר אינדערהיים און איינרייסן מיטן תהילים'ל מיט א ערנסטקייט.

אבער ווען עס קומט למעשה אז עס איז דא געוויסע וואס טוען אנדערש ליידער, וויאזוי דארפן מיר זיי אנקוקען? אויף דעם זעען מיר נישט פון איינס נאר פון צענדליגע מעשה רב פון אונזערע צדיקים אשר מפיהם אנו חיים וממימיהם אנו שותים אז מען זאל ארויסנעמען די חלק הטוב דערפון און משבח זיין וואס יענער טוט לויט זיין מצב, ווייל לויט זיין מצב טוט יענער באמת דאס בעסטע.

איי יענער איז דאך אויפגעוואקסן מיט אונזער חינוך, ווי קומט צו איהם אזא פארגרעבטקייט? אויף דעם איז די ענטפער, למאי נפק"מ? יא! ביים בית דין של מעלה וועט מען דן זיין אויף יעדע החלטה ביי יעדע שטאפל אין זיין פארגרעבטקייט צו עס איז געווען בשוגג אדער במזיד, און וואס יענער האט געטראכט ביי זיך זעלבסט בשעת ער האט זיך דערקייקלט, למעשה יעצט איז יענער אין א פארגרעבטע מצב גארנישט אנדערש ווי די אמאליגע פויערן און לויט דעם מצב טוט ער דאס בעסטע און מיר מוזן דאס ארויסהייבן ווייל דאס האבן אונז געזעהן ביי טאקע די צדיקים צו וועמען מיר פארן.

דברים של טעם

אבער....

ס'מעג עקלען!!!!! טאקע ווייל ס'איז נישט מיט תמימות פון די א' ב' זאגער במקום נעילה וכדו'!!!

א תם ומתמם וואס שפילט מיט א גיטאר ווייל ער וייסט נישט פון בעסערס, נו שוין
אבער א היימישער וואס ווארפט אוועק זיין חינוך און טוט אזאנס??!!
אויב גייסטו זיך נישט גרוילן דערפון וואס איז דיין גאראנטי אז דו לאנדטסט נישט דארט??!!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

;l;p- ;l;p- ;l;p- @עקספערט

א גאר שטארקע ס"ה
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Rak Tov האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- @עקספערט

א גאר שטארקע ס"ה

ש'כח
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

Rak Tov האט געשריבן: ;l;p- ;l;p- ;l;p- - @עקספערט

א גאר שטארקע ס"ה
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: מקומות הקדושים מיט א תהילים אדער גיטאר ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

Rak Tov האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- @עקספערט

א גאר שטארקע ס"ה

גאר שטארק און קלאר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”