מיינע קורצע הערות והארות:
1) נישט מאכן אז די אויסגאבע זאל קאסטן צופיל ארבעט - דהיינו נישט טון גארנישט מער ווי מלקט זיין פון אשכולות, מגיה זיין איז א פלאס אבער נישט א מוז, אויב עס פארשטייטערט דעם אויסגאבע פעלט עס בכלל נישט אויס.
2) בנוגע נייעס, נאר נעמען פון א דעזיגנירטער
אשכול [איך פלאן בעז"ה צו עפענען אזאנס היינט אדער זונטאג] ווי מ'וועט אריין לייגן אלע נייעס "נאך עס האט זיך געענדיגט אנטוויקלען"!! נאר א סך הכל. [א משל וועט מיטקומען אינעם אשכול בעז"ה]
3) אויב די גראפיקס האלט עס אויף מאכן גרינגערע גראפיקס, און צולייגן נאך טאלאנטפולע גראפיקער פונעם וועלטל דא ארויס צו העלפן
4) והוא העיקר, ארויס קומען ווי אפטער, נישט אפהאלטן פאר קיין סיבה אויף די וועלט - אבער חלילה נישט נעמען קיין דרוק אדער פרעשור, נאר מיט א רואיגקייט
די מציאות ווייזט אז צולייגן נאך קוואליטעט ברענגט אראפ די קוואנטיטעט, און היות דער ציבור זוכט בעיקר קוואנטיטעט זאל מען נישט מגיה זיין וכדו', אויב איז עס יא מוגה איז א פלאס כאמר, אבער נישט אויפהאלטן דעם אויסגאבע צוליב דעם
פארשטייט זיך נישט פארגעסן, די וועכנטליכע אשכולות פעלט נישט אויס, מ'קען יעדע וואך לייגן אינעם זעלבן אשכול