נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים - ר' שלמה אינטראטער ע"ה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים - ר' שלמה אינטראטער ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א גוט חודש, לשנה הבאה בירושלים.

פריער, נאך הבדלה, ווען מיינע אויסגעהונגערטע טעכטער האבען זיך געוואלט ארויפווארפען אויפ'ן עסען, האבעך זיי פארציילט דעם פאלגענדעם געשיכטע:

טיף אינמיטען מלחמה, אין א פראסטיגען סיבירישען נאכט, האט ר' שלמה ראזען ע"ה גע'חלש'ט. ר' שלמה איז געוועהן א צאנזער יוד, א דורכגעווייקטער באבובער חסיד, וועלכע איז געווארען פארכאפט ביי די רוסען ימ"ש ווען זיי האבען פאר א צייט איינגענומען יענעם חלק גאליציע.

די רוסען האבען דאן געגעבען דאס געלגענהייט פאר ווער עס וויל זאל ווערען א רוסישע בירגער, אבער מייסטענס יודען האבען זיך ענטזאגט פון זיך אנשליסען אינ'ם רוסישען גן עדן. אלס דעם חטא, האבעם די רוסען איין נאכט געמאכט אן אבלאווע און פארשיקט די אלע יודען קיין סיביר. למעשה האט זיך עס אויסגעשטעלט אללס טובה, ווייל א קורצע צייט שפעטער האבען די דייטשען ימ"ש צוריק איינגענומען גאליציע, און רובא דרובא יודען וועלכע זענען דארט געבליבען זענען נעבעך ארויף מיט'ן רויעך אין כעלמנאו און אין אנדערע טויט-לאגערען, משא"כ אין סיביר האט מען כאטש געהאט א שאנס איבערצולעבען (רוב גאליציאנער איבערלעבער זענען געוועהן אין רוסלאנד).

אלענפאלס, ר' שלמה ראזען ע"ה איז געוועהן אין סיביר, וואו מען האט געדארפט שווער ארבעטען אין די שווערסטע אומשטענדען, און עסען האט מען באקומען פונקט גענוג נישט אויסצוגיין פון הונגער עטיליכע מאל אין טאג. ווייזט אויס אז ער האט שוין נישט מער געקענט אויסהאלטען, און ער איז געפאלען אונמאכט צוליב דעם שרעקליכען הונגער.

באלד איז געווארען א בהלה צווישען די ארומיגע, און מען איז געקומען צו לויפען פראבירענדיג צו העלפען. איז געוועהן דארט א דערהויבענער, חסיד'ידישער יוד, ר' שלמה אינטראטער* ע"ה, וועלכער האט געשווינד אויפגעבונדען זיין פאטשיילע, און ארויסגענומען אביסעל צוקער. דאס האט מען אריינגעשמירט ר' שלמה ראזענ'ן אין מויל, און אזוי איהם דערמונטערט, ביז ער האט זיך צוריקגעכאפט צו די כוחות.

די אנוועזענדע האבען אויסגעדוקט זייער וואונדער צו ר' שלמה אינטראטער, פון וואנעט ער האט זיך פונקט געשאפט אביסעל צוקער. האט ער זיי ערקלערט: "א שטיק צייט צוריק האט מען געטיילט א בונוס פאר דער וואס האט גוט געארבעט במשך א לענגערע צייט, אין פארעם פון אביסעל צוקער. איך האב עס דאן באקומען, אבער איך האב זיך געמאכט דעם חשבון דאס אויב איך האב ביז היינט אויסגעהאלטען אהן דעם, איז עס דאך מותרות, האב איך עס אוועקגעלייגט אויף א שפעטערע געלגענהייט. אצינד איז עס ב"ה צוניץ געקומען צו ראטעווען א יוד'ס לעבען."

דאס איז דאך נישט משיג צו זיין וויאזוי יודען האבען נישט נאר נישט פארלוירען זייערע צלם אנושי, נאר זיי האבען נאך געהאלטען ביי העכערס, אין יענעם גיהנום. ראה ה' והביטה וואספארא טייערע פאלק דו פארמאגסט.

*ר' שלמה אינטראטער ע"ה איז געוועהן א קלויזענבורגער חסיד און א דערהויבענער יוד. ער האט געלעבט פאר'ן אייבערשטער, און האט איבערגעלאזט גאר א חשוב'ע משפחה.
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום דינסטאג יולי 20, 2021 4:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

וואלט כדאי געווען לכאורה עס צו פארציילן חנוכה צייט, און נישט ווען די הונגעריגע קינדער ווארטן צו ארייננעמען זייער וואויל געקומענע ביסן אין מויל.

אפשר זאלט איר פרעגן די קינדער אדער אייער ב״ב אויב עס איז געווען פאסיג עס צו דערציילן פונקט ווען די קינדער ווילן נעבעך אויספאסטן.

#מיינע צוויי צענט.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

סדאך דא א מעשה ביי איינער פון די וויזשניצער רבי'ס (כמדומה לי ביים צמח) ווי אחרון של פסח ווען מען האט זיך שוין געמעגט זיך מישען, האט מען אריינברענגט אלע מיני מאכלים דער עולם האט זיך צוגעכאפט צי דעם ווי עסען נאך א תענית.
האט זיך דער רבי אנגערופן א גאנץ פסח ארבעטן מיר אויף שבירות התאוות און אזוי קוקט עס אויס. ?? ס'ווערט נאכדערציילט אז אלע עסען איז צירוק ארויס אומבארירט דערנאך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ממש אזוי האט געשריבן:וואלט כדאי געווען לכאורה עס צו פארציילן חנוכה צייט, און נישט ווען די הונגעריגע קינדער ווארטן צו ארייננעמען זייער וואויל געקומענע ביסן אין מויל.

אפשר זאלט איר פרעגן די קינדער אדער אייער ב״ב אויב עס איז געווען פאסיג עס צו דערציילן פונקט ווען די קינדער ווילן נעבעך אויספאסטן.

#מיינע צוויי צענט.

#מיין איין צענט
זייער א שיינע מעשה און וויכטיג צו געדענקען, אלעמאל און יעדן מצב,
ווען מ'פאסט פון א מצוה קען דורכגיין א לאנגע צייט און ליידער ווארפט מען זיך נישט דערויף, אפילו מ'האט געפאסט, מ'מעג נאך אזויפיל זאגן....
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הערליכע מעשה. ייש"כ פאר'ן מיטטיילן.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

להודיע האט געשריבן:הערליכע מעשה. ייש"כ פאר'ן מיטטיילן.
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

איך געדענק נישט פין וועם מען זאגט נאך אז א מענטש קען פאסטן אגאנצע טאג אין ווען עס קימט ביינאכט אין ער פאלט ארויף אויף די עסן האט ער נעבעך אלעס פארלוירן
איך פארלאז אייוועלט
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

אנעים זמירות האט געשריבן:א גוט חודש, לשנה הבאה בירושלים.

פריער, נאך הבדלה, ווען מיינע אויסגעהונגערטע טעכטער האבען זיך געוואלט ארויפווארפען אויפ'ן עסען, האבעך זיי פארציילט דעם פאלגענדעם געשיכטע:

איך האב געמיינט אז אין באבוב פאסטן נישט קיין פרויען און מיידלעך. נישט ריכטיג?

און אלגעמיין זייער א שטארקע זאך פאר א טאטע צו זאגן - עס בלייבט אין די ביינער.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

shimon7323 האט געשריבן:סדאך דא א מעשה ביי איינער פון די וויזשניצער רבי'ס (כמדומה לי ביים צמח) ווי אחרון של פסח ווען מען האט זיך שוין געמעגט זיך מישען, האט מען אריינברענגט אלע מיני מאכלים דער עולם האט זיך צוגעכאפט צי דעם ווי עסען נאך א תענית.
האט זיך דער רבי אנגערופן א גאנץ פסח ארבעטן מיר אויף שבירות התאוות און אזוי קוקט עס אויס. ?? ס'ווערט נאכדערציילט אז אלע עסען איז צירוק ארויס אומבארירט דערנאך.

די חלק אז דו עסן איז ארויס אומבארירט איז שווער צו גלייבן אויף די צמח'ס חסידים, נישט אלע זיינע חסידים זענען געווען אזעלכע אויסגעארבעטע אידן.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פרישע קישקע האט געשריבן:איך געדענק נישט פין וועם מען זאגט נאך אז א מענטש קען פאסטן אגאנצע טאג אין ווען עס קימט ביינאכט אין ער פאלט ארויף אויף די עסן האט ער נעבעך אלעס פארלוירן

א איד פארלירט קיינמאל גארנישט.. מ׳לייגטנעס אוועק אויף ווען ער וועט תשובה טוהן.

(מקור: א בריוו פונעם סטייפלער גאון צו א בחור בנוגע די נושא ווען מ׳זאגט אז די תורה גייט ח״ו צו די ס״א..)
אני הוא הנער, נער המדבר
Good to go
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 11:45 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good to go »

הערליכע מעשה! אפשר ווען כ׳וואלט דאס געליינט פארן אויספאסטן וואלט נאך געבליבן עפעס קאקאש קעיק פאר מארגן…

————
שוין לאנג געוואלט זאגן, דיין פעדער איז גאר א רייכער. גוט אז די ניצט דאס מהנה צו זיין.
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

בניהו האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:איך געדענק נישט פין וועם מען זאגט נאך אז א מענטש קען פאסטן אגאנצע טאג אין ווען עס קימט ביינאכט אין ער פאלט ארויף אויף די עסן האט ער נעבעך אלעס פארלוירן

א איד פארלירט קיינמאל גארנישט.. מ׳לייגטנעס אוועק אויף ווען ער וועט תשובה טוהן.

(מקור: א בריוו פונעם סטייפלער גאון צו א בחור בנוגע די נושא ווען מ׳זאגט אז די תורה גייט ח״ו צו די ס״א..)

פין א בריוו צי א בחור לגבי תורה אין נישט קיין ראיה פאר א ערוואקסענער לגבי אכילה
איך פארלאז אייוועלט
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

shimon7323 האט געשריבן:סדאך דא א מעשה ביי איינער פון די וויזשניצער רבי'ס (כמדומה לי ביים צמח) ווי אחרון של פסח ווען מען האט זיך שוין געמעגט זיך מישען, האט מען אריינברענגט אלע מיני מאכלים דער עולם האט זיך צוגעכאפט צי דעם ווי עסען נאך א תענית.
האט זיך דער רבי אנגערופן א גאנץ פסח ארבעטן מיר אויף שבירות התאוות און אזוי קוקט עס אויס. ?? ס'ווערט נאכדערציילט אז אלע עסען איז צירוק ארויס אומבארירט דערנאך.

פון די אהבת שלום פון קאסוב.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פרישע קישקע האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:איך געדענק נישט פין וועם מען זאגט נאך אז א מענטש קען פאסטן אגאנצע טאג אין ווען עס קימט ביינאכט אין ער פאלט ארויף אויף די עסן האט ער נעבעך אלעס פארלוירן

א איד פארלירט קיינמאל גארנישט.. מ׳לייגטנעס אוועק אויף ווען ער וועט תשובה טוהן.

(מקור: א בריוו פונעם סטייפלער גאון צו א בחור בנוגע די נושא ווען מ׳זאגט אז די תורה גייט ח״ו צו די ס״א..)

פין א בריוו צי א בחור לגבי תורה אין נישט קיין ראיה פאר א ערוואקסענער לגבי אכילה

נישט ריכטיג. א גוטע פעולה פון סיי וואספארא איד גייט קיינמאל לאיבוד. אפילו אויב דאס האט געהאט אין זיך נאר א פינטל מחשבה לשם שמים.

דאס איז א א אומריכטיגע מיינדסעט וואס אונז אלע כמעט ליידן דערפון וואס ברענגט אונז אוועקצומאכן דריי-פערטל פון אונזער פלאג אויף עבודת השם. דוק ותשכח. אין במחשבה זו לא אמת, ולא יראת שמים, אלא עצת היצר בלבד.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

בניהו האט געשריבן:
דאס איז א א אומריכטיגע מיינדסעט וואס אונז אלע כמעט ליידן דערפון וואס ברענגט אונז אוועקצומאכן דריי-פערטל פון אונזער פלאג אויף עבודת השם. דוק ותשכח. אין במחשבה זו לא אמת, ולא יראת שמים, אלא עצת היצר בלבד.

זאלסטי וויסן אז איך בין שארף מחולק מיט דיר
איך פארלאז אייוועלט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דו מעגסט. כל הכבוד. נאר א שאד אז ביסט נישט מער מכיר אין דיין עבודה. דו וואלסט נאר בענעפירט דערפון.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פרישע קישקע האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
דאס איז א א אומריכטיגע מיינדסעט וואס אונז אלע כמעט ליידן דערפון וואס ברענגט אונז אוועקצומאכן דריי-פערטל פון אונזער פלאג אויף עבודת השם. דוק ותשכח. אין במחשבה זו לא אמת, ולא יראת שמים, אלא עצת היצר בלבד.

זאלסטי וויסן אז איך בין שארף מחולק מיט דיר

שארף.... מחולק....
אמת איז אמת
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

א שעינער ערצעהלונג, פלעגט דער אידישער ליכט בעלייכטונגען זאגן צווישן זיינע מיליארד ווערטער..

אזא מעשה ברויך אריינגיין אין די ביינער. א שטארקער דערהער דאס און א מוסר השכל.

א דאנק אייך פאר פארציילן עס אהער.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:וואלט כדאי געווען לכאורה עס צו פארציילן חנוכה צייט, און נישט ווען די הונגעריגע קינדער ווארטן צו ארייננעמען זייער וואויל געקומענע ביסן אין מויל.

אפשר זאלט איר פרעגן די קינדער אדער אייער ב״ב אויב עס איז געווען פאסיג עס צו דערציילן פונקט ווען די קינדער ווילן נעבעך אויספאסטן.

#מיינע צוויי צענט.

#מיין איין צענט
זייער א שיינע מעשה און וויכטיג צו געדענקען, אלעמאל און יעדן מצב,
ווען מ'פאסט פון א מצוה קען דורכגיין א לאנגע צייט און ליידער ווארפט מען זיך נישט דערויף, אפילו מ'האט געפאסט, מ'מעג נאך אזויפיל זאגן....

הבהרה:

די מעשה איז א דערהויבענע מעשה וואס איך וועל אי״ה דערציילן פאר מיינע קינדער.

עס איז נישט די מעשה גופא איבער וואס איך קווענקל, עס איז די צייט און מצב ווען מען דערציילט עס.

איך קען זאגן פון מיין אייגענע ערפארונג אז טאמער וואלט מיין טאטע מיר דאס געזאגט איידערן אריינעמען דעם אויסגעבעטענעם אויסגעווארטענעם שטיקל מארבל קעיק אין מויל נאך 24 שעה וואס איך האב געפאסט וואלט איך געהאט שטארקע ביטערניש אויף מיין פאטער.

״פארוואס שפילסטו צדיק אויף יענעמס חשבון״ וואלט איך מיך געטראכט.

״לאז מיך עסן און לאז מיך צורו, איך בין נישט אין דיין מדריגה, און אויב צו זיין אויף די מדריגה מיינט פייניגן מענטשן און זיי נישט לאזן עסן ווייל זיי מוזן הערן א וויכטיגע מעשה בעפאר וויל איך נישט זיין אויף די מדריגה!״ וואלט איך מיך געטראכט.

יעצט, עס קען זיין אז איר זענען זיכער אז איר האט געטאן דעם רצון השם, וויל איך אייך פארשלאגן א מהלך וויאזוי איר קענט זען אויב דאס איז טאקע געווען רצון השם אדער די אייגענע רצון. אויב איר האט די הכנעה צו צו גיין צום ב״ב און פרעגן וויאזוי זי האלט איבער דערציילן דעם מעשה פארן אויספאסטן דאן מיינט דאס אז די אקט איז געקומען פון רצון השם. עס איז ריין. ללא שום נגיעה עצמית. אויב אבער הייבט איר אן ברויזן אויף ״דער ממש אזוי״ וואס קומט מיט ״פרעמדע״ השקפות און מאכט אוועק אזא מעשה, און וויאזוי קען מען האלטן אנדערש… וכו׳ וכו׳ דאן איז צייט צו איבער טראכטן די הלך ילך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ממש אזוי האט געשריבן:

און אויב דו וואלסט אזוי געטראכט אויף דיין פאטער? ווערסט גערעכט דערמיט?
אפשר דארפסטו ברוגז זיין אויף דיין פאטער אז ער האט דיר נישט גענוג אריינגעבאקן, אז מ'דארף נישט פארלוירן ווערן פאר א שטיקל גשם?
און אויב איזעס נישט "ריין ללא שום נגיעה עצמית" נאר פופציג פראצענט? טאר מען נישט פארציילן א מעשה?
ועיין בלשונו:
ווען מיינע אויסגעהונגערטע טעכטער האבען זיך געוואלט ארויפווארפען אויפ'ן עסען
זעט אויס אז ס'איז געווען עפעס מער ווי סתם נישט פארגינען הונגעריג נשמות....
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
און אויב דו וואלסט אזוי געטראכט אויף דיין פאטער? ווערסט גערעכט דערמיט?
אפשר דארפסטו ברוגז זיין אויף דיין פאטער אז ער האט דיר נישט גענוג אריינגעבאקן, אז מ'דארף נישט פארלוירן ווערן פאר א שטיקל גשם?
און אויב איזעס נישט "ריין ללא שום נגיעה עצמית" נאר פופציג פראצענט? טאר מען נישט פארציילן א מעשה?

אויב איז עס לשם שמים דארף מען טראכטן וואספארא אפעקט עס האט. נישט אלעס וואס שפירט זיך הייליג איז טאקע הייליג. לשם שמים שפירט נישט אייביג הייליג, העכער, דערהויבן. צומאל שפירט לשם שמים גארנישט ספעציעל אבער דאס איז נאכאלץ לשם שמים ווייל מען האט געקוקט אויפן תוצאה. לשם שמים פאקעסירט אויף תוצאה. טאמער א קינד (אדער מער ווי איין) וועט (און אפשר האט) באקומען א פאלשע מעסעדזש דערפון ווער האט דיך איינגערעדט אז עס איז רצון השם?

פונקט ווי דו פארשטייסט אז פאר איינעם וואס איז נאר וואס אראפגעקלאפט געווארן ל״ע פון א דורכפארנדע קאר אין שבת קודש, און זיין לעבן איז אין א סכנה פארשטייסטו אז טאמער עמיצער וועט שרייען שבת אויף דער וואס רופט הצלה אז יענער איז נישט מיט אלעמען, איי ער זעט דאך א שרעקליכע חילול שבת, א איד הייבט אויף א טעלעפאן אין שבת קודש און רופט!?!..

די זעלבע זאך איז אין יעדן פאל. טון עפעס וואס די אייגענע דעת שפירט אז דאס איז א ״געוואלדיגע זאך״ מוז נאכנישט מיינען אז אין הימל האלט מען אויך אזוי.

עד כאן, ובזה סיימתי.

פשוט נאך א נקודה, וואס אויף דעם האסטו מיר נישט גענטפערט, איז די כור המבחן פון פרעגן אנדערע. א זאך וואס מען מיינט לשם שמים טוט מען נישט בלויז אויפן סמך פונעם אינסטינקט, מען טוט דאס אדורכגעטראכט און מען איז גרייט צו הערן צדדים. משא״כ ווען די האנדל איז איבער די אייגענע איבערצייגונג. ואלו אשר הבנתם תופסים זאת אשרי להם. ולאידך אתפלל שיזכו להבין.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ממש אזוי ווי ממש אזוי, איך קען נישט מער ווי צישטומען אז די זעלביגע כעס'יגע מחשבות וואלט איך געהאט אויף ווער ס'קומט מיר יעצט פארבעסערן ווען כ'בין אויסגעהינגערט און קען ניטאמאל טראכטן פון פארדייען קיין מוסר און מעשיות. רעכט וואלט געווען עס צי פארציילן א מינוט פארן זמן ווען מ'זיצט ארום דעם טיש און מ'ווארט די זייגער זאל זיך שנעלער ריקן.

ס'איז מסתמא דא ביי וועם אזא טהאט נעמט גוט אויס ואשרי חלקם, אבער ביודעי ומכירי איז דא אסאך ביי וועם אזאנס האט א פינקט פארקערטע אפעקט, אלס האט זיין צייט און ווען יענער האלט נאך א טאג פאסטן איז נישט די צייט צי אפעלירן דיינע השגות אין גדלות.

יישר כח אנעים פאר די מורא'דיגע מעשה, ס'איז אסאך מחייב.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

מען רעדט דאך דא פון די בנות צלפח... כ'מיין בנות אנעים.... וואס פארשטעין מיר?

שיינע שטארקע מעשה. ישר כח רב זמירות
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

ממש אזוי האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
און אויב דו וואלסט אזוי געטראכט אויף דיין פאטער? ווערסט גערעכט דערמיט?
אפשר דארפסטו ברוגז זיין אויף דיין פאטער אז ער האט דיר נישט גענוג אריינגעבאקן, אז מ'דארף נישט פארלוירן ווערן פאר א שטיקל גשם?
און אויב איזעס נישט "ריין ללא שום נגיעה עצמית" נאר פופציג פראצענט? טאר מען נישט פארציילן א מעשה?

אויב איז עס לשם שמים דארף מען טראכטן וואספארא אפעקט עס האט. נישט אלעס וואס שפירט זיך הייליג איז טאקע הייליג. לשם שמים שפירט נישט אייביג הייליג, העכער, דערהויבן. צומאל שפירט לשם שמים גארנישט ספעציעל אבער דאס איז נאכאלץ לשם שמים ווייל מען האט געקוקט אויפן תוצאה. לשם שמים פאקעסירט אויף תוצאה. טאמער א קינד (אדער מער ווי איין) וועט (און אפשר האט) באקומען א פאלשע מעסעדזש דערפון ווער האט דיך איינגערעדט אז עס איז רצון השם?

פונקט ווי דו פארשטייסט אז פאר איינעם וואס איז נאר וואס אראפגעקלאפט געווארן ל״ע פון א דורכפארנדע קאר אין שבת קודש, און זיין לעבן איז אין א סכנה פארשטייסטו אז טאמער עמיצער וועט שרייען שבת אויף דער וואס רופט הצלה אז יענער איז נישט מיט אלעמען, איי ער זעט דאך א שרעקליכע חילול שבת, א איד הייבט אויף א טעלעפאן אין שבת קודש און רופט!?!..

די זעלבע זאך איז אין יעדן פאל. טון עפעס וואס די אייגענע דעת שפירט אז דאס איז א ״געוואלדיגע זאך״ מוז נאכנישט מיינען אז אין הימל האלט מען אויך אזוי.

עד כאן, ובזה סיימתי.

פשוט נאך א נקודה, וואס אויף דעם האסטו מיר נישט גענטפערט, איז די כור המבחן פון פרעגן אנדערע. א זאך וואס מען מיינט לשם שמים טוט מען נישט בלויז אויפן סמך פונעם אינסטינקט, מען טוט דאס אדורכגעטראכט און מען איז גרייט צו הערן צדדים. משא״כ ווען די האנדל איז איבער די אייגענע איבערצייגונג. ואלו אשר הבנתם תופסים זאת אשרי להם. ולאידך אתפלל שיזכו להבין.

צוויי צענט האב איך דאך אויכעט, טא לאמעכעס אריינווארפן...
נישט ווערן פאר'חלש'ט פאר עסן נאך א טאג פאסטן, איז א געהויבנקייט.
נישט ווערן פאר'חלש'ט פאר עסן אין א געווענליכן טאג, איז פיל מער דערהויבנקייט...
איך גלויב אז א איד וואס ארבעט יעדן איינציגן טאג פון יאר אויף תאות אכילה, דערמאנט נישט קיינעם פאר'ן אויספאסטן אז ער זאל זיך נישט צוכאפן צום עסן.
געווענליך די סארט אידן זענען פארנומען מיט זיך און האבן דוקא הנאה ווען א צווייטער עסט (איך קען צוויי אזוינע אידן).
אבער אזוינע אידן דרייען זיך נישט דא אויף אייוועלט פארברענגן די צייט כמובן.
אלזא, כהר"ר אנעים איז א נפש יקרה, "אבער" גלייכצייטיג א אינגערמאן וואס ענזשויעט גאנץ גוט א שטיקל נעפאליען קעיק מיט א קאפי צו יעדע צייט.
היצט, נאכ'ן פאסטן א גאנצן טאג, האט ער מיט זיין פינף און דרייסיג -פערציג יעריגן שכל פארשטאנען אז נאך א טאג פאסטן אויפ'ן חורבן, ברויך מען נאך אלץ אנהאלטן גלייכגעוויכט, זייער שיין.
זיינע טעכטער זענען אבער בכלל נישט מחויב צו האבן דעם 'התעוררות' וואס זיייער ערוואקסענער פאטער האט יעצט געהאט, און זאגן פאר א אויסגעהונגערטן מענטש, ובפרט א קינד, א מוסר דרשה פאר'ן עסן איז העכסט נישט אין פלאץ.
די מעשה איז זייער שיין און קינדער (ווי אויך ערוואקסענע ביטווין מי ענד יו) מעגן און ברויכן עס הערן, אבער זיי'טשע מוחל און לאזט דאס איבער אויף 'נאכ'ן' אויספאסטן, אדער ביי אן אנדער געלעגנהייט.
אין איין ווארט: א הנהגה וואס איר האלט ווייט נישט דערביי פארלאנגטס נישט פון יענעם דייקא ווען יענער האט א שווערע מינוט.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: נישט פארלוירען דעם צלם אלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דעם אשכול האבעך געשריבען אלס די מעשה, למען יעמדו ימים רבים מ'זאל וויסען וואספארא יודען עס זענען אמאל געוועהן. גענוי ווען און וויאזוי איך האב עס פארציילט אינדערהיים איז א קנאפע נפק"מ, און גענוג צו זאגען אז מיינע קינדער זענען ב"ה נישט געווארען טראומעטייזד דערפון.

מער איבער דעם קען יעדער געזונטערהייט דעבאטירען, אבער לאטס מיך ארויס פונ'ם שמועס.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”