כאפצעם!!!!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

כאפצעם!!! כאפצעם!!!כאפצעם!!!
ס׳טוט צעך א געלויף דער עולם שטורעמט די גאס, יעדער רייסט אהין, און פון אלע זייטן הערט זיך יומערליכע קולות: כ א פ צ ע ם ! ! !

וואס איז געשעהן?! וואס גייט פאר?! ווי לויפט מען און וואס כאפט מען?


משה יוחס איז געווען דער שנארער פון שטעטל, א אפגעשלאסענער רחמנות נעבעך, ער׳ט זיך ארום געדריידט אין די גאסן מיט א נאז אין די ערד און האר אין די הימל, קיין ניצוץ של תקוה האט מען קיינמאל געזעהן אין זיינע אויגן. אידן רחמנים בני רחמנים פלעגן איהם פראבירן העלפן מיט וואס זיי האבן געקענט זה בכה וזה בכה, מיט אביסל עסן אדער א טרינק המחיה נפש רעבה, א ציגארעטל אדער א שמעק טאביק, און צומאל אריינווארפן עפעס א מטבע׳לע. יעדער פון שטעטל האט שוין אמאל מהנה געווען משה יוחס, און יעדער האט שוין געצאלט א מטבעלע פאר איהם.

ויהי היום, יאנקל האט געברענגט די נייעס אין מקוה אז משה יוחס האט געווינען די לאטערי, האנטוכער זענען געפלויגן, זייפן זענען צובלאזן געווארן, דער כאפט זיין הויזן דער צווייטער שלעפט ארויף דער רעקל און מ׳לאזט זיך ארויס מיט א געלויף: כאפצעם! כאפצעם! יעדער וויל יעצט איינקעשן און באקומען א הכרת הטוב ביושר ובצדק אויף אלע יארן וואס ער האט ארויס געהאלפן משה יוחס!

די שטעטל גייט אויף רעדער, נישטא גארנישט יעצט, יעדער לויפט אויף א כאפצעם.

איימעניט, לאמיר נאר אויסקלארן, די לאטערי וואס משה יוחס האט געווינען איז א ריזן סכום פון.... גאנצע הונדערט טאלער.


----


קאכט מיר די בלוט איך טאר אבער נישט רעדן ווייל זיי זענען דאך הונדערט פראצענט גערעכט! איך האב דאך באקומען אפאר גראשן פון זיידי ביידן סטוטצעך ביי מיר א כאפצעם :(
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג יולי 16, 2021 12:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס איז די נמשל?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וויפל קינדער שיקסטו אין די מוסדות׳ן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

צוקער... ווי נאר @איינס קען, א ארגינעלע געשמאקע שפראך.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

איינס האט געשריבן:וויפל קינדער שיקסטו אין די מוסדות׳ן?

ווען ער האט בייקומען PPP האט ער נישט געוויסט פין מיר צו זאגן, יעצט איך האב בייקומען א קארגע פאר גראשן קומט ער צולויפן איך זאל אים געבן דערפין
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישטאמת האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:וויפל קינדער שיקסטו אין די מוסדות׳ן?

ווען ער האט בייקומען PPP האט ער נישט געוויסט פין מיר צו זאגן, יעצט איך האב בייקומען א קארגע פאר גראשן קומט ער צולויפן איך זאל אים געבן דערפין

וואס עפעס ער האט גארנישט באקומען, ער ווייסט נישט וואס דו ווילסט פון איהם.
פונקט פארקערט עס האט איהם נאר געקאסט, און בד״ו פארן גראסערי מאן קוקסטו אויך אין טאש?!

האק נישט אין קאפ אריין, סתם א אומפארגינער, ער ארבעט טאג און נאכט פאר דיר, דו האסט הנאה פון איהם, יעצט האסטו באקומען א פעטן טשעק זיי מוחל און צאל דיין חלק!

כאפצעם!!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אגב קענסטו דא טשעקן פיקטליך וויפיל יעדע מוסד אדער קאמפעני האט באקומען פון PPP

https://www.federalpay.org/paycheck-protection-program
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

הרב איינס, פונקט דאס האב איך געטראכט נעכטן, גוטע פוינט, יעדער שרייעט און פארפירט אז איהם 'קומט' זיך די פאר גראשן וואס איז אריין אין קאנטע, און דאס אלעס איז חוץ א מעשה וואס די גראסערי ביל איז געשפרינגען כו' כו' ציפיל בלייבט סיי-ווי נישט צו באצאלן די חובות...

ער נערווירט שוין די נאכנאדיגע אזוי-גערופענע אקציעס פון אלע סארטן צו פארכאפן מיינע פאר אויסגעפליקטע גרייצער וואס פעטער יענקל האט ברוב טיבו מיר פארגינען,

האלט'ס ענק שטארק פאלט נישט פאר די אלע חברה...

נ.ב. מעשר מוז מען אבער יא געבן,
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

איינס ;l;p- ;l;p- צום פינטל
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

היסטאריש האט געשריבן:איינס ;l;p- ;l;p- צום פינטל

נעכטן קאלט מיר איינער פון מיין ישיבה, פון א דור צוריק. ער העלפט דרוקן חידושים פאר איינע פון די מגיד שיעורים (א שיינע זאך. אקעי). ער וויל נאר וויסן צו איך האב באקומען די 'קינדער געלט'.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ס'איז זייער פשוט קינדער קאסטן גארנישט, און אז מ'שיקט "קינדער געלט" זוכט מען מיט לעכט וואס מ'קען עפעס טון דערמיט א גוטע זאך
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

;l;p- ;l;p- גיי זיי מסביר
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: כאפצעם!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

עולם האמת האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אגב קענסטו דא טשעקן פיקטליך וויפיל יעדע מוסד אדער קאמפעני האט באקומען פון PPP

https://www.federalpay.org/paycheck-protection-program


https://www.federalpay.org/paycheck-pro ... &zip=10950
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”