איינס אויף איינס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

איינס אויף איינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

היינט אינדערפרי האב איך מיך ארויסגעלאזט פון די קאנטרי צוריק אין שטאט אריין.
משום איזה סיבה שהוא האב איך פארגעסן זיך אריינצופאקן דעם דזשי פי סמך אינעם צידה לדרך זעקל, אזוי האב איך זיך צוועלעוויש געטראפן נאנט צום שטאט אנגעצווייפלט איבער וועלכע וועג צו נעמען. האב איך אויפגעהויבן א טעלעפאן צו א חבר און אים געפרעגט אויב ער איז אפשר נעבן וועיז אדער גוגל און קען מיך מברר זיין וועלכע וועג צו נעמען. מיין חבר האט געענטפערט נעגאטיוו, אבער מיך געזאגט אז איך קען "טונען" די ראדיא צו טשענעל **** (פארמעקט דורכן בענאל, ראדיא סטאנציעס זענען נישט ערלויבט אויפן וועלטעכעל) און דארט קען מען הערן די "טרעפיק" פון די סיטי יעדע צעהן מינוט אויפן "איינסער" (דהיינו 12:01, 12:11, 12:21 א.א.וו.).
איז אזוי, מיין טאטע און זיידעס האבן אלע געהערט די טרעפיק אויף פון WCBS, אבער מיר איז עס קיינמאל נישט איינגעפאלן צו טוהן פשוט ווייל די GPS איז סך א בעסערע מקור. אבער יעצט אז מיין חבר זאגט מיך עס מיט אזא פשטות האב איך טאקע באשלאסן צו הערן וואס זיי זאגן, איך קוק אויפן זייגער ס'ווייזט 11:45, איך האב נאך זעקס מינוט ביז די נעקסטע רעפארט. איך האב אודאי נישט אנגעצינדן די ראדיא סתם אזוי, נאר געווארט אויפן "איינסער" צו הערן נאר וואס ס'איז מיר נוגע.

11:48 - טרא טרא טרא טרא (דעיס איז די בעסטע וויאזוי איך קען אפשרייבן מיין רינגטאון)....
איך הייב אויף דעם טעלעפאון (ליין: בלוטוט), אויף די אנדערע זייט איז א יונגערמאן מיט וועמען איך האב געמאכט עפעס א שטיקל מקח וממכר פאר אפאר וואכן צוריק, יעצט האט ער זיך "פונקט" דערמאנט צו רופן מברר צו זיין וויפיל פראצענט איז זיינס.
די שמועס ציהט זיך פאר אפאר מינוט, און 11:52 וואונטשן מיר זיך "הצלחה".
פארפאסט! איך וועל שוין מוזן הערן די 12:01 באריכט

11:57 - (רינגטאון כנ"ל), מיין שוואגער קאלט אריין. ער וויל וויסן עפעס וועגן אנשטעלן עיר קאנדישנס אויף א שבת זייגער.
אפאר מינוט האבן מיר פארבראכט אויף דעם נושא און די 12:01 רעפארט איז געגעבן געווארן אן דעם וואס איך זאל עס הערן.
שוין, פארדעם איז דא א רעפארט יעדע צעהן מינוט... העמער הערן די 12:11'דיגע.

12:07 - מיין שוואגער קאלט צוריק "יא, סארי אז איך באדער דיך נאכאמאל, קענסט מיך איבערזאגן בלא בלא בלא......?"
איך האב געזעהן אז די הסבר אויף די נושא וועט אריינשלעפן אין א שמועס וואס גייט מיך נאכאמל מאכן פארפאסן די "איינסער", און דא שטיי איך שוין ממש פארן שיידוועג צום דיגען, עף די אר, וועסטסייד וכדו', האב איך אים געזאגט אז איך רוף אים צוריק אין אפאר מינוט.

12:10 - איך שפיץ מיך אן די אויערן, איך בין גרייט צו לייגן מיין גאנצע פאקוס אויפן טרעפיק רעפארט, צו קענען הערן קלאר און דייטליך מיין טעלעפאן קלינגען.........
טרי טרא טארארא (איך האב א אנדערע רינגטאון פאר מיין ווייב). די אשת חיל פרעגט זיך נאך וואו איך האלט אויפן וועג און וואו איך פלאן צו גיין ביים אנקומען אין שטאט. איך ווייס נישט פארוואס ס'איז איר אזוי וויכטיג געווען צו וויסן דעיס, אבער די איין איינציגע גאט אין הימל האט ווארשיינליך געשטעלט זיין 1 אן 1 השגחה פרטית געווען מיך צו האלטן פארנומען אויף די איינסערס!
Screenshot_20210622-001631.png
Screenshot_20210622-001631.png (18.68 KiB) געזען 341 מאל

איך זאג גארנישט וועגן הערן די וועטער\טרעפיק אויף רעדיא, אבער ס'איז געווען אזא געפיל אז איך האב גענוג שטארק געדרוקט אויף דעם "כל מיני פורעניות" ביים תפילות הדרך, אז ס'האט כולל געווען אויך אזעלכע פאטענציאלע פורעניות ווי דעם.

זאלן אלע אידן פארן געזונטערהייט און האבן א שמירה מעולה מן השמים ברוחניות ובגשמיות! כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך!

אוי! נאך פאר איך פארגעס! די וועג האט געדויערט שנעל און smooth אן דעם וואס איך זאל וויסן עניטינג וועגן די טרעפיק מצב. זעהט אויס אז מ'געט זיך פיין אן עצה אן דעם וואס איך זאל עס קאנטראלירן.
לעצט פארראכטן דורך שטומפיג אום דינסטאג יוני 22, 2021 1:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איינס אויף איינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

;l;p-
--
גראדע פאר נעקסטיים..(ס'זאל זעך נישט מאכן)
1010 איז אויפן 10טער
880 איז אויפן אכטער
770 אויפן 7נער
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: איינס אויף איינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

נייס!
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: איינס אויף איינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

פיין פיין.. כ'האב הנאה אז די ברענגסט אפילו פרוף...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: איינס אויף איינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער שיין.

א דאנק פארן פארשרייבען.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איינס אויף איינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אחת ואחת (נדנ)..

פארוואס ווען ס'אשת חיל קלינגט קומט ארויף אזא רויטע אלערט?
א בחינה פון צבע אדום?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: איינס אויף איינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

כ'קען נישט אויפהערן לאכן דער באשעפער פירט זיין וועלטל...
איך פארלאז אייוועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”