זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

איינס האט געשריבן:וועלכע שול? לאמיר לויפן גאפן א שמועס מיט איהםן

איך האב קום אריין אין שול און איך זע ר' יוסל זיצט מיט די נאסע פאות ביים לחיים טישל, איך רייב מיך די אויגן צו כ'זע גוט, (איך האב נישט געוואוסט אז ער קען אפילו די וועג פון זכרון משה ביז ככר השבת) אבער נאך אפאר מינוט זע איך ווי א בריסקער/אמערקאנער שמועסט מיט אים אזוי היימיש האבעך פארשטאנען אז אטע דאס איזעס......
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

זייער שיין איינס, זיי עס ממשיך ביטע
חחח...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איינס האט געשריבן:אה, נישט געכאפט דיין שאלה

יא איך בין א ישראלי, גראדע מיין ווייב איז א לויה און איך האב נישט געמאכט קיין פדיון הבן פאר מיין בכור.

לול :grin: איך האב געמיינט צו פרעגן אויב דו קומסט פון א״י..
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בניהו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אה, נישט געכאפט דיין שאלה

יא איך בין א ישראלי, גראדע מיין ווייב איז א לויה און איך האב נישט געמאכט קיין פדיון הבן פאר מיין בכור.

לול :grin: איך האב געמיינט צו פרעגן אויב דו קומסט פון א״י..

ער ווייסט...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איינס האט געשריבן:נאך א געים האט געהייסן 'זוג ופרט' איינער פלעגט האלטן אין זיין האנט א סכום אג'ואים און דו האסט געדארפט זאגן צו ס'איז א זוג אדער א פרט, א עדד אדער עיווען נאמבער, אויב האסטו צוגעטראפן האסטו באקומען און אז נישט האסטו געדארפט יענעם געבן וויפל ער האט געהאלטן.

דער שפיל ווערט שוין דערמאנט אין רמ"א או"ח של"ח ס"ה ,תם וחסר,

איינס האט געשריבן:כתה ח' האט פארקויפט לייסענס, ס'איז געווען אלע מינע לייסענס, טוטוסים אוטוס טענדערס און אוטובוסים, לפי המחיר אזוי פיל מענטשן האט מען געמעגט פירן.

דאמאלטס איז נאכנישט אנגעגאנגען טוסטוס לא יעבור?...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ליבי ובשרי האט געשריבן:איר וועט נישט גלייבן איך האב היינט אריינגעבאמט אין ר' יוסל אין מאנסי
ווארשיינליך איז ער דא לצורך פרנסה
די ערשטע מאל וואס כ'האב עם געזען גיין מיט די פנים פון פארנט!

אין אמעריקע גייט ער יא אריבער ביי גרין לייט?

אדער האט עס נאר מיט די ציוניסטישע מדינה?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אוראייניקל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:נאך א געים האט געהייסן 'זוג ופרט' איינער פלעגט האלטן אין זיין האנט א סכום אג'ואים און דו האסט געדארפט זאגן צו ס'איז א זוג אדער א פרט, א עדד אדער עיווען נאמבער, אויב האסטו צוגעטראפן האסטו באקומען און אז נישט האסטו געדארפט יענעם געבן וויפל ער האט געהאלטן.

דער שפיל ווערט שוין דערמאנט אין רמ"א או"ח של"ח ס"ה ,תם וחסר,

שטארק שטארק

וכל זה בשוחק דרך צחוק בעלמא (בית יוסף) אבל בשוחק כדי להרויח אסור אפילו שוחק בתם ובחסר דהוי כמקח וממכר. ומכל מקום אין למחות בנשים וקטנים דמוטב שיהיו שוגגין ואל יהו מזידין.

טאקע געווען א געשלעג יעדן יאר צו ממעג שבת צו נישט, נישט געוויסט סאיז א אפענע רמ״א אז מטאר נ....אז ממעג..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

כאפ איך מיר יעצט אז איך האב נישט געשריבן וואס די אג׳ואים זענען...

איך האב צוגעלייגט אין די תגובה אויבן
און דא האט איר א בילד

גרעיני-משמש-350x234.jpeg
גרעיני-משמש-350x234.jpeg (21.94 KiB) געזען 1061 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בין איך דא געלבין דער איינציגסטער טשאלמער :(

ווי זענטס עטס מיינע ברודערקעס?! אייך לאזן מיר אליין רעדן צו די פיר ווענט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

אונז לאז מיר אייך טאקע אליין רעדן אבער נישט צו די פיהר ווענט, אונז שלונג מיר מיט דורשט.

שכוח פארן מודיע זיין וואס איז דאס אגואים...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אפריקאט (משמש) קערעלעך
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

איינס האט געשריבן:בין איך דא געלבין דער איינציגסטער טשאלמער :(

ווי זענטס עטס מיינע ברודערקעס?! אייך לאזן מיר אליין רעדן צו די פיר ווענט?

זיי ווילן אויך ליינען וויאזוי 'דו' לייגסט עס אראפ,
ייש''כ צום צווייטען מאל!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

וועל איך צולייגן עטוואס
נפתלי שוסטער, איז יעדנ'ס קאזן, מען דארף רעדן מיט אים קארגע פינעף מינוט, און ער ווערט א קאזין, זיין זיידע'ס הויזן, האט זיך געטריקנט אויף די זעלבע זון ווי דיין באבע'ס קלייד, עפעס אזוי, אבער אלעמאל א קאזין

גראדע איז ער היבש א יודע ספר, ס'געווען זייער בא'טעמ'ט אריין צו גיין שמועסן מיט אים, אפילו מען האט נישט געדארפט שיך.


אז מען רעדט פון יוסק'ע, דארף מען דערמאנען זיין פארגייער צביקה

און וואס איז מיט חאצקל טורנהיים, וואס רעדט אלץ פון די באבע פייגע, און צ'ציק, וכו' וכו'

באשרייבן דער שחרית מנין ארום 2:00 מיטאג אין סאטמאר יואל, וואס פלעגט יעדע שני וחמישי שטיין אינדרויסן ווארטן אז דער לוי וואס גייט אהיים ביי לאנטש פון ישיבה זאל אריבער גיין מען זאל אים קענען אריין רופן עולה זיין לוי

הלל ריבלין דארף אן עקסטערע באשרייבונג.

און ווי קען מען פארגעסן הלפערט (דענק איך נישט זיין ערשטע נאמען) פון אונגערישע הייזער

דאווענען אין זכרון משה, ראש חודש שחרית מוסף מנחה ומעריב בנשימה אחת
אדער 10 מינוט פארן עלות דאווענען מיט יוסל גוטפרב'ס מנין פון 9 טעקסי דרייווער'ס וואס האבן געלייגט א מונה (טיימער).

אן הקפות שניות אין אהבת שלום ביז שפעט פארטאג'ס, אדער דער שוק ד' מינים אין זופניק.

דארף מען אויפפירשן דעם זכרון, און באשרייבן יעדן עקסטער (איך וועל מכבד זיין @איינס צו שרייבן, ער האט אסאך א געשמאקערע שפראך)
לעצט פארראכטן דורך שמו אום מאנטאג יוני 21, 2021 12:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:אז סגייט פרשת בלק דערמאן איך מיר פון "בלעם'ס געסאלע"

אין ווארשעווער הייזער צווישן די אלע געדרייטע סטעפס איז געבליבן עפעס א שמאלע דורכגאנג און מיר פלעגן אהין גיין פרשת בלק צו מאכן א פועל דמיוני פון בלעם מיטן אייזל...

א בילד פון דעם געסאלע קען איך נישט טרעפן, אבער א בילד פון גלייך נעבן דעם האב איך יא געטראפן


---

דערמאן איך מיר יעצט אז אין מאה שערים איז אויך דא גאר א שמאלע גאס וואס מפלעגט אויך רופן בלעםס געסאלע
רחוב גרשון הורויץ נעבן רב אלישובס שול אונטער ברסלס מאה שערים

און וואס איז מיט רחוב ר' נחמן מברסלב, וואס פארמאגט אפילו א שול אויף דעם שמאלן געסל, וואס א קאר קען זיכער נישט דורך פארן, אפשר א טוסטוס, (הגה"צ ר' אברהם יוראוויטש זצ"ל האט דארט געהאט א צימער ווי ער פלעגט אויפנעמען דעם ציבור, און טיילן זיינע טראפנ'ס).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

יישר כח איינס, כ'האב זייער הנאה!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:וועל איך צולייגן עטוואס
נפתלי שוסטער, איז יעדנ'ס קאזן, מען דארף רעדן מיט אים קארגע פינעף מינוט, און ער ווערט א קאזין, זיין זיידע'ס הויזן, האט זיך געטריקנט אויף די זעלבע זון ווי דיין באבע'ס קלייד, עפעס אזוי, אבער אלעמאל א קאזין

גראדע איז ער היבש א יודע ספר, ס'געווען זייער בא'טעמ'ט אריין צו גיין שמועסן מיט אים, אפילו מען האט נישט געדארפט שיך.


אז מען רעדט פון יוסק'ע, דארף מען דערמאנען זיין פארגייער צביקה

און וואס איז מיט חאצקל טורנהיים, וואס רעדט אלץ פון די באבע פייגע, און צ'ציק, וכו' וכו'

באשרייבן דער שחרית מנין ארום 2:00 מיטאג אין סאטמאר יואל, וואס פלעגט יעדע שני וחמישי שטיין אינדרויסן ווארטן אז דער לוי וואס גייט אהיים ביי לאנטש פון ישיבה זאל אריבער גיין מען זאל אים קענען אריין רופן עולה זיין לוי

הלל ריבלין דארף אן עקסטערע באשרייבונג.

און ווי קען מען פארגעסן הלפערט (דענק איך נישט זיין ערשטע נאמען) פון אונגערישע הייזער

דאווענען אין זכרון משה, ראש חודש שחרית מוסף מנחה ומעריב בנשימה אחת
אדער 10 מינוט פארן עלות דאווענען מיט יוסל גוטפרב'ס מנין פון 9 טעקסי דרייווער'ס וואס האבן געלייגט א מונה (טיימער).

אן הקפות שניות אין אהבת שלום ביז שפעט פארטאג'ס, אדער דער שוק ד' מינים אין זופניק.

דארף מען אויפפירשן דעם זכרון, און באשרייבן יעדן עקסטער (איך וועל מכבד זיין @איינס צו שרייבן, ער האט אסאך א געשמאקערע שפראך)

פיין פיין ברודערקע איז געקומען העלפן....

איך האב נישט געכאפט ווי איך טאנץ אריין און מוועט ברויכן העלפ פון אלע ברודערקעס.
אבער אז דו דריקסט אויפן קנעפל האבן זאכן אנגעהויבן שווימער
לאמיר הערשט אראפקלאפן ראשי פרקים און שפעטער פארברייטערן כפי היכולת

אז דו דערמאנסט הלפרט, יוי האסטו מיר ארויפגעשפלעפט איך וואלט זיך דאס קיינמאל דערמאנט, ער פלעגט זיצן מיט א ספר אין הונגערישע הייזער
און ממשוגענער למשוגענער שבאותו שכונה, וואו קען מען פארגעסן אלי אייזנבאך, און ווי שמעון ראזנבערג איז איהם נאכגעלאפן כאפן די בייק...

בערל פון שוק (מהאט נישט געטארט קראצן די נאז אין פראנט פון איהם, און ווי ירושלימער קינדערלאך קענען האט מען דיקא יא געטון...) פייוול וואלערשטיין מיט די רעבעצין, אי איי איי מי יחדש לנו ימי קדם.
קעגן רויזנער פיש איז אייביג געווען א טוסטוס, און ביי רוזנר פלעגט מען קראכן די באליס (איך מיין סאיז די לינגען פון די פיש) און אויך אריינגיין שפילן מיט די לעבעדיגע פיש...

שאול און הדר, און די צוויי שיכורים וואס פלעגן אפזיצן א תקופה נעבן רויזנער.

און צוריק צו זכרון משה אדער בעסער געזגאט הערשל גראמן׳ס (מזעהט איהם טאנצן אויף די קידוש קליפ) חברה
אהרלע כהנא, אברהם מאיר גינז, הלל ריבלין מיט די בלינדע ווייב (לאנדאן וועט שוין ברענען....) ער פלעגט עסן טאביק, און א תקופה פלעגט ער פארבן זיין בארד שוארץ, טעשטעיק מיט זיינע אטאקעס און וואדע חצקל טורנהיים (א פעטער פאר בעריש טורנהיים) מיט די באבא פייגא, אמאל געגעאנגען פעטש מיט איהם און מה עשה הקדוש ברוך הוא ער האט מיר אנגעבראכן די ביינער און צוגענומען מיין הוט.

און צו בית ישראל, פליישמאן (וואס דער עולם האט זיך לעצנטס דערוויסט פון איהם נאך די שרעקליכע מעשה וואס מהאט איהם איינגעזעצט אימיטן נאכט) דענק איך איהם אין בעסערע צייטן.

און דארף מען פארציילן איבער די גני העיר (פארקס) וואס איז באשטאנען מער ווייניגער פון א גליטשער, וואס דאס איז געווען די ענטרעס פאר די מקלטים...

אין הונגערישע הייזער אויך געווען אזוי, און דארט דענרעבן האבן געוואינט א עלטערע ברודער און שוועסטער חיים און שרה, אוי זכרונות פון אמאל

אמר״ש פון הונגערישע הייזער ווי קען מען אויסלאזן די קעץ, זאגט מען אז אין הונגערישע הייזער ווען מווארפט א שטיין פאלט דאס אדער אויף א קאץ אדער אויף א אייזנבאך, און צוגעלייגט אויף דעם איז דא ״און ווער ווארפט דאס?״ דער אויספיר וועל איך נישט שרייבן אין פאבליק....

איינע פון די מאסט בעסטע אקטיוויטס איז געווען ווען מהאט באקומען פון אבות ובנים די רויטע לעיזערס און מפלעגט ארויס גיין אויפן ׳באלקאן׳ (פארטש) שיינען דעם לעיזער און שפילן מיט די קעץ וואס האבן פראבירט אן קיין הצלחה כאפן דעם שייגעץ....

דענק איך נאך מירו שטיין ביי פלאפל מירו און שרייען ״עשר פיתות בעשר שקל״

די ריזיגע פוסטע לאט אויף שומרי אמונים (האבן מיר דארט אמאל באגראבן א טויטע פייגל און געמאכט א עליה לציון יעדן טאג נאכן חיידער)
און דארט אראפ נעבן בית יעקב הישן האט געוואוינט די מכשפה, פלעגן מיר שרייען און אפפיצן אז אירע כישוף זאל נישט חל זיין...
גלייך דארט (נעבן די הויז פון ראש ישיבת מיר) איז געווען די שירותים ציבוריים וואס האט געסרחט א רויעך, קעגן איבער האט אויך געוואוינט א זקן וזקנה דענק איך נישט זייער נאמען.

נעבן די גן העיר אויף רחוב ראפאפורט איז דא א ספארדי וואס האט א גאנצע גן החיות ביי איהם אין חצר

און חאנא באנאנא אין ווארשעווער הייזער

יעצט שרייבנדיג דערמאן איך מיר יוסל קרויזער (קען אויך פארנעמען א באשרייבונג) האט אמאל געפרעגט: וועלכע אידישקייט זאך איז דא אין מאה שערים וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט?
נטורי קרתא? ניין
דאס יענטס? ניין
די ווייבאלע אין מאה שערים (פון די אהל יעקב ספרדישע שול) וואס שטעלט צוזאם א מנין, מנחא מנחא מנחא!!!!!
דאס איז א זאך וואס ווער סהאט נישט מיטגעהאלטן האט פארפאסט א שטיק מאה שערים,

זי פלעגט האבן א חברת תהלים און טיילן די אייסעס געפריזערדט פטל אין בעגס

און נישט פארגעסן די מאסטיקים אין ברסלבער מכולת (מאיר מיט זיין שותף)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

איי וויי וואס דא גייט נישט פאר...

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

אהה.. זיסער פון זיס, ממש זיך צום באלעקן.
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אוי סשווימט ארויף נאך דער פלוס שטעלט זיך נישט אפ

די יאטקע פון משה ראטה, ווי ספלעגט אנקומען גאנצטע בהמות, און זיינע ארבטעטער די ארבער, נאצער פלעגט זיך ביקן און מפלעגט איהם באשטיינערן, איינמאל האט ער ארויס געצויגן א מעסער און נאכגעלאפן....

ער פלעגט כסדר אנקומען מיט בייקס, פלעגט מען איהם פרעגן כמה זה עלה לך? האט ער געענטפערט שתי דקות של פחד....

גלייך ביים אריינגאנג צו מאה שערים (נעבן ויסברג) איז געווען א געשעפט איזנבאך וואס האט געהאט א מאדעל פונעם משכן
קעגן איבער איז געווען די אפיס פון הירשלער (קומט כסדר אורויס דא נאך געלט) מיט זיין שותף דער צווייטער ברסלבר (דענק איך נישט זיין נאמען) דארט פלעגן זיי פארטיילן די פלייש פאר די ברסלבר בעלי תשובות

צוריק צו בית ישראל דענק איך גוט די אלטע נחמה, און די ריזן לאט ווי שומרי אמונים פלעגט בויען זייער סוכה (איין יאר איינגעפאלן, האט מען געזאגט אז דער שומרי אמונים רבי זאגט ״מיר איז איינגעפאלן א זאך וואס אפילו פאר מיין טאטע איז נישט איינגעפאלן״), היינט שטייט דארט די בילדינג פון היכל הוראה, דעמאלטס פלעגט דארט זיין א ריזן הויפן פון קארטאן באקסעס וואס מפלעגט נוצן לעת הצורך....

ביים קארנער איז געווען דער מוכר פון די אייער, און דער פרענק וואס האט געהאט א בודקע קעגן איבער און פארקויפט פרישע מיץ

געווען א תקופה וואס עפעס א תימנער האט אנגעהויבן פארקויפן עפעס א תימנער מאכל ״זאלאביה״ און ער פלעגט זאגן וסימנך ז׳ה ל׳א ב׳חינם י׳דידי ה׳נכבד
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 21, 2021 1:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אמר״ש פון אראבער, ווען איך בין געווען יונגער פלעגן קומען די אראבקעס פארקויפן טייטלען פייגן און טרויבן, זיי פלעגן שלעפן אויפן קאפ (שפעטער גרינגער פארשטאנען די משנה אין כלים)
מיט די וואג (אויך משניות כלים)

און דענק איך נאך די קולות פון ״אבטיח קוקושיא...״ און יאמבםבם יאמבםבם (קאטן קענדי) שלש שקל....

אין שוק איז געווען דער בלעכער, ווי מהאט געקענט מיטהאלטן ווי פון א שטיקל בלעך ווערט א כלי, מהאט מיטגעהאלטן די פראסעס מתחילה ועד סוף
ובענין זה די אלע סטאלערס אין בית ישראל זוננפלד ווי מהאט מיגעהאלטן ווי א שאפע בויטע זיך,יעדן טאג נאכן חיידער איז מען געגאנגען האלטן חשבון וואס מהאט היינט צוגעלייגט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7434
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איינס האט געשריבן::lol: :lol:

ווי הייבט מען אן?

ער איז א כוכב שלא מעלמא הדין
א חבר מיטן רחמסטיריווקא רבין און טענהט אז ער האט איהם פארשאפט זיינע צוויי קינדער, א זאך וואס מאנכע שווערן זיך אז סאיז טאקע זיין מופת

סאיז דא א וידאו קליפ וואס דאקעמענטירט איהם, דארף מען דאס אפיר זוכן

און אז מהייבט אן, איז דא א לאנגע ליסט, הלל מיט די בלינדע ווייב, חאצקל שטעיטס שטעיטס, און ווער נישט

אדרבה זאל יעדער אריינקומען, סאיז דאך למען ידעו דור אמעריקא

לאכטס נישט פון מיר, אבער איך האב אמאל געדארפט עפעס א ישועה, און תוך כדי גיין אין גאס טרעף איך מיך אן מיט ר' יוס'ל.
איך האב איהם געגעבן א טובת הנאה און געבעטן א ברכה, איך האב געהאט א סייעתא דשמיא שלא מעלמא הדין.

נאך וועגן ר' יוס'ל, יאהרן פלעגט ער קומען זיך טובלען אין מקוה ביים בעלזער ישיבה און רחוב אגריפס, שטארק מקפיד געווען נישט דורכגיין שי דוועל פון טיר, אייביג אריין פונם פענסטער.
אגב, ער איז פאר עטליכע יאהר אריבער קיין בית שמש וואוינען, און צוריקגעצויגן נאך עטליכע חודשים, ווייל ער האט נישט געקענט טרעפן דארט א מנין אויף מעריב...

ר' יוס'ל איז א דערהויבענע יוד, וואס פירט אן א הייליגע יודישע שטוב, האט גאר פיינע קינדער, און איז א וואוילע הארץ, עטליכע טענה'ן אז ער איז א צדיק נסתר.

און כ'האב כמאט פארגעסן אנצייכענען אז ווען דער בעלזער רב שליט"א מאכט חתונה איז ר' יוס'ל דער ממונה צו אנטיילן די צדקות פאר ארימע לייט.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יא יא
ווי דערמאנט אויבן ער טענהט אז ער האט געפועלט א ישועה פארן רחמסטריווקא רבין אין קבר רחל
איך דענק נישט די פרטים אויב איינער קען פארשאפן...

דו שרייבסט וועגן מעריב, שמו האט שוין דערמאנט פריער, ער דערציילט כסדר אז ער האט איינמאל זיך געטראפן שפעט אן קיין מנין מעריב, האט ער באשטעלט 9 מוניות (טעקסיס)
די וועג ווי אזוי מפלעגט באצאלן די טעקסי איז געווען דורך א ״מונה״ - א ציילער, סאיז א פראגערם וואס האט צוגעלייגט 30 אגורות אויף יעדע 10 סעקנדס אויב מאיז געפארן, און אויב מווארט איז די חשבון אראפ צו 50 סעקנסדס (עפעס אזוי דענק איך)
האט ער זיי געהייסן אנשטעלן די מונה און געדאוונט מעריב.

איך דענק אז די מעשה האט נאך א שטיקל טוויסט איך קען מיר אבער נישט דערמאנען...

איך האב געהערט די מעשה פון איהם ווען ער איז געווען ביי א חתונה און דאס פארציילט, האט ער דעמאלטס געזינגען עפעס א ניגון אזוי ווי אחד מי יודע, 4 זענען די חופה שטאנגען דריי זענען די מחותנים צוויי זענען חתן כלה איינער איז הקב״ה.....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פון דא
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7434
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איינס האט געשריבן:אז סגייט פרשת בלק דערמאן איך מיר פון "בלעם'ס געסאלע"

אין ווארשעווער הייזער צווישן די אלע געדרייטע סטעפס איז געבליבן עפעס א שמאלע דורכגאנג און מיר פלעגן אהין גיין פרשת בלק צו מאכן א פועל דמיוני פון בלעם מיטן אייזל...

א בילד פון דעם געסאלע קען איך נישט טרעפן, אבער א בילד פון גלייך נעבן דעם האב איך יא געטראפן


---

דערמאן איך מיר יעצט אז אין מאה שערים איז אויך דא גאר א שמאלע גאס וואס מפלעגט אויך רופן בלעםס געסאלע
רחוב גרשון הורויץ נעבן רב אלישובס שול אונטער ברסלס מאה שערים

איהר מיינט דעם פלאץ?
אטעטשמענטס
IMG_0059.jpg
IMG_0059.jpg (687.97 KiB) געזען 816 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

כמעט..
יענטס האט געהאט א קליינע גדר

איין געסאלע ארויף צו

פון וואו האסטו די בילד, גוגל מעפס איז נישט דא דארט
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 21, 2021 3:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”