dim האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב איינער האט עס שוין געשריבן דא, אז יא זאל מען מוחל זיין.
עס איז דא זייער א פשוטע עצה וואס לעזט אלע פראבלעמען. יעדער איינער קען האבן רשות כתיבה אין דעם פארום אפי’, אבער כדאי צו קענען שרייבן אין דעם פארום מוז מען זיך קודם איינשרייבן ביי וועלכע חצר מען באלאנגט, און יעדער וועט נאר קענען שרייבן אין זייער חצר’ס אן אשכול.
מיט דעם שפארט מען זיך ממש אלע פראבלעמען וואס קען זיך נאר מאכן, יעדער וועט קענען בויען זייער חסידות, אדער ברענגען נייעס וואס איז נוגע פאר זיי, און עס ברויך אפי’ נישט זיין שווער איינצופעדעמן. און סזענען שוין דא אזאנע פארומס אויף אנדערע פלעצער אויך (ווי אייעמעימאטער), מען ברויך עס נאר דא איינפירן.
גא"מ
מ'דארף באקומען רשות כתובה , אויב מאכט מען פראבלעמען פארלירט מען די רשות כתובה אין יענע אשכול.
צו אויסשמועסן מנהגים וכו' קען מען ניצען די עקזיסטירענדע אשכולות דערפאר