איך פארשטיי בכלל נישט וואס איר שרייבט, סאיז זייער שיין אז מען פארטיפט זיך און הונדערטער אויב נישט טויזענטער מענטשן פארטיפן זיך אין דעם פראבלעם, מיט סברות ועצות שונות אשרי לך ואשרי להם.יידישע קהילות האט געשריבן:אויב למשל איך נישט קיין אנדערע עצה מיינט עס אז מ'דארף געבן מער געלט פאר שדכנים?פראקטיש האט געשריבן:@יידישע קהילות
וואס דען האלטסטו דארף געטוהן ווערן?
אפשר לאמיר אנהייבן זיך פארטיפן און אריינקלערן וואס דער שורש הפראבלעם איז?!
אבער צו מען דארף געבן מער געלט פאר שדכנים? ניין! מ'דארף געבן פונקט ווי פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק נאר נעמען אינפלאציע, פלאס די היימישע אינפלאציע אין חשבון! וואלט מען דאס געטון וואלט זיכער געווען סאך מער שדכנים עטליסט פאר אינגערע שידוכים, און די עלטערע ליסט וואלט נישט אזוי גרויס געווען.
פארוואס אויף דער וועלט טראכטן מענטשן אז ס'וועלן זיך יאווען ארבייטער אין א אונטערגעצאלטע פאך? ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
סאיז קלאר אז אין די מ"ם יארן האט דער עוורידזש מחותן געגעבן טויזענט דאלער שדכנות ווען די עוורידזש רענט איז געווען פינף הונדערט דאלער!
הייינט ווען דער עוורידזש רענט איז לכה"פ 2500 צאלט מען דען 5 אלפים עוורידזש שדכנות? דאן וואס איז בכלל די וואונדער, וואס איז בכלל די שאלה.
איך טו אויך שידוכים ב"ה (איך בין נישט קיין שדכן) און איך פריי מיך אויך יעדעס דאלער וואס כ'דארף נישט צאלן. אבער איך קען נישט לייקענען דעם אמת אין פנים.