זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 10, 2021 6:34 pm

איך ווייס פאראויס אז מען גייט מיך פארשרייען. הלמאי איך בין מעורר אויף עפעס וואס איז נישט שייטלעך, שמאלע קליידער אדער סמארטפאונס. (די אלע זאכן זענען גרויסע פראבלעמען, און מען דארף טאקע כסדר מעורר זיין אויף דעם. אבער דאס מיינט נישט אז איעדעס מאל מען איז מעורר אויף נאך עפעס, דאן אנשטאט דערהערן, דארף מען שרייען "איז דאס די איינציגסטע פראבלעמען וואס כלל ישראל האט? ניין עס איז נישט "די" איינציגסטע פראבלעם.)

איך וויל מעורר זיין אויף די היינטיגע יונגווארג, וואס א חלק פון זיי האבן נישט קיין השגה פון אביסעלע דרך ארץ. יא, עס איז נאך דא אסאך איידעלע קינדער און בחורים, און מען זעט קלאר ווער זענען טאקע די עלטערען וואס לייגן אריין כוחות אין די קינדער.

אבער ליידער ווערט מער און מער הפקירות מיט קינדער און בחורים ווען עס קומט צו דרך ארץ. די סיבה קען אפשר זיין וועגען היינטיגע עלטערען זענען זייער פאריאגט. מיט 40 יאר צירוק, אפילו אז מען האט געארבייט אין פעקטארי זייער שווער, למשעה ווען מען איז אהיימגעקומען, האט מען איבערגעלאזט די פרעשור פון די ארבייט. היינט ווען אלעס איז א וועלט פון 24 שעה ביזנעס, האט מען נישט די מינדעסטע ישוב הדעת. אבער מיט דעם אלעמען...

וואס האט מיך אויפגעוועקט?
איך בין געווען ביי א זכור אין א בית המדר'של וואס האט אויך א זאל. איז דארט געווען א שמחה אין די זאל. די שמש פון ביהמ"ד האט אהנגעגרייט א קליינע זכור פאר שמחה. אביסעלע ניסעלעך, טשאקאלאדע און דשזעלי בינס ועוד. איך בין געווען דער ערשטער צו קומען צום זכור, דער בעל שמחה איז נאכנישט דארט געווען. קומט אריין א אינגעל און קוקט זיך ארום אויב קיינער זעט נישט און נעמט א טעלער טשאקאלאדס. שוין נישט געפערלעך. קומט ער צירוק מיט נאך אפאר קינדער און נעמט נאך. אפאר מינוט שפעטער קומט ער שוין צירוק מיט אכט חברים און קרובים, רובם גרויסע צוועלעף יעריגע קינדער. זיי האבן אפ-גע-וועקיומט קליען איין גאנצע טיש פון אלע נאש, ווען די גאנצע זכור איז געווען קארגע פיר טישן. ווען זיי זענען שוין געקומען נאכאמאל, האט איך מיך שוין אהנגערופען "גענוג געווען, זייט מוחל גייט צירוק צו אייער שבע ברכות, מען נעמט עפעס נאש מילא, אבער אלעס אוועקנעמען אז דער בעל שמחה זאל גארנישט האבן"? איך האב זיי געזאגט גאנץ איידעל. מען האט מיך נישט צירוקגעזאגט אזוי איידעל.

ווען איך בין אויפגעוואקסן, האט מען אונז געלערענט אז מען גייט נישט אריין צו יענעמס שמחה. אז ווען מען זעט א הצלה קאל, גייט מען נישט קוקן. ווען מען פירט ארויס א איד, און אוודאי א אידענע אויף א stretcher האט מען ריספעקט פאר יענעמס פרייוואסי. זאג עס פאר די היינטיגע אינגווארג, קוקן זיי דיך אהן ווי די האן אין בני אדם. מען האט אונז געלערנט אז מען לייגט נישט קיין טישות אויפן טיש אין בית המדרש און אז ווען מען הוסט פארדעקט מען די מויל. עס איז אן אחריות נישט צו מאכן קראנק די גאנצע שוהל מיט דיין פלו אדער קאלד. אונז האט מען געלערנט וויאזוי צו עסען מיט עסצייג, און אז ווען מען זוצט ביי א שמחה שפילט מען נישט מיט יענעמס עס צייג, און ווען מען טיילט עסצייגט כאפט מען עס אהן ביים הענטעל, נישט ווי מען עסט. מען האט אונז געלערענט נישט צו נעמען כריין אדער קאלסלאו פון אינמיטן טיש מיט די גאפעל וואס מען האט שוין געגעסן. מען האט אונז געלערנט צו זיך אויפהייבען אפען באס און איבערגעבען די זוץ פאר א עלטערע איד. און מען האט אונז געלערענט אז ווען טאטעס רעדן, הערן זיך קינדער נישט צו.

שוין... גענוג.
ביטע טייערע עלטערן, לערענט אייערע קינדער דרך ארץ. און אויב פארשטייט איר נישט וואס איך וויל, פעלט אייך אליינס דרך ארץ.
יא... עס איז 2021...
אבער די תורה האט זיך נישט געטוישט. זייט מוחל און לערענט אייערע קינדער דרך ארץ.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג מאי 10, 2021 9:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
קו הישר
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך קו הישר » מאנטאג מאי 10, 2021 6:37 pm

ריכטיגע און וויכטיגע רייד.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ששת אלפים
תגובות: 6879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג מאי 10, 2021 6:44 pm

ריכטיגע ווערטער אבער

כאמעך שוין לאאאאנג מייאש געווען
אזא זאך זאל נאך אמאל געשען
אוי מי יתן
האב שכל - גיב א שמייכל

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג מאי 10, 2021 6:46 pm

אוי ווי ריכטיג ..

נאכאמזל האסט דערמאנט דער ספ ווייל היינט קען מען שוין נישט אויסלערנען אידישקייט אדער סתם זאכן , יעדע דרשה מיז עס בהכרח האבן די ווערטער, אויף אזוי ווייט אז די קליינע 5 יעריגע ווייסט שוין בעסער ווי מיר וואס א ספ איז.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך בשעה שיש » מאנטאג מאי 10, 2021 7:43 pm

ביזט דאך זייער כשר גערעכט,
אבער כמדומה לי, כאפט אריין די יעצטיגע אומ-דרך ארץ,
ווייל מיט יעדן פארבייגיינדן טאג ווערט עס נאר שוואכער,
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך אלטער » מאנטאג מאי 10, 2021 8:44 pm

זייער שטארק גערעכט!
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 10, 2021 8:48 pm

שוין, די היינטיגע יונגווארג..

איין זאך בלייבט אונז איבער איז נאר צו מתפלל זיין אז אונז זאלן נישט אויסקוקן אזוי ווען מיר זענען אין די עלטער.

בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגא.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג מאי 10, 2021 8:49 pm

גערעכט חינוך איז א חיוב
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
אוראייניקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג מאי 11, 2021 6:17 am

אמת'ע דיבורים.

לאמיר האפן אז דאס איז שוין די לעצטע טרעפל אין חוצפה יסגי..
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג מאי 11, 2021 6:43 am

קודם שלום עליכם הרב קאשער טראוועל, מעגסט שוין צוריק קומען קיינער רעדט שוין נישט פון וואקסינען....

יוש ביזטו ביטער גערעכט, אבער איך זעה אז דו מישט אויס די צוויי אפטייטשן פון דרך ארץ

שעצונג פאר איינער וואס איז עלטער פון מיר
שעצונג פאר מענטשהייט ובלע"ז מענאר"ס

זיי האבן נישט קיין דירעקטע שייכות אבער די נאכגעלאזקייט פון ביידע פרינציפישע אורחות חיים זענען ווארשיינליך פארבינדן מיט די היינטיגע היפישע לייף סטייל

דער אני בשרירות ליבי אלך, פייפן אויף דער וועלט וכל שום וחניכא דאית להו ברענגט מיט מיט זיך קאנסקעווענצען פון נישט זיין הארכזאם און משפיל זיין די מינדערסטע כבוד הבריות

איבערלאזן אויסגעבלאזענע טישוס איז בלויז א תוצאה און א ביהיינד דעי קאנשענס אויפפירונג פון אי דרך ארצ'דיגע אטמאספערע וואס הערשט אין די היינטיגע ענווייראמענט

שוין נו וואס קעמיר טוהן??? וויאזוי גייט די שלאג ווארט? לעטס טשענזש די ווארלד, אן טשיילד עט ע טיים
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך עומד מן הצד » דינסטאג מאי 11, 2021 7:32 am

באמת א וויכטיגע נקודה!

אוועטאר
KEWL
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא
פארבינד זיך:

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך KEWL » דינסטאג מאי 11, 2021 8:52 am

אמתע און ריכטיגע דיבורים, ווענגלייך עס איז ליידער נישט קיין נייע ערשיינונג, ווען מיר זענען געווען קינדער (25 יאר צוריק) איז נישט צופיל בעסער געווען.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 11, 2021 8:55 am

לאמיר אים אלע פארשרייען..

יעדעס ווארט ריכטיג, גיי דערצייל זיי די דרך ארץ וואס אונז האב מיר צוגעזען ביים אמאליגן דור.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

רייכער איד
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:15 am

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך רייכער איד » דינסטאג מאי 11, 2021 10:26 am

איר האט א שטארקע נקודה, זייטס אבער נישט בייז , אמאל איז נישט געווען בעסער, איך האב שוין געזעהן גענוג אלטע לייט אן קיין פינטעלע מענערס , יעדער איז זיי שולדיג די גאנצע וועלט ווייל ער איז געבוירען א פאר יאר פריער, אין פון די אנדערע זייט זעה איך זייער אסאך יונגע קינדער , בחורים אין יונגערלייט וואס זייער איידעלקייט שלונגט איין די גאנצע עלטערע דור,
אין אז מאכט זיך אמאל אז א יונג בחור'ל צי סיי ווער האלט אנדערש פון אייך מיינט נאכנישט אז ער האט נישט קיין דרך ארץ,
און אדרבה , אויב מאכט זיך אמאל חלילה אז א יונג קינד ענטפערט אייך נישט איידעל וכדו' דארפט איר ווייזען א מוסטער ווי אזוי מען ווערט נישט פארלוירען אדער גערעגט נאר מען ווישט אפ די נאז אין געגאנגען ווייטער, אין אז דער יונגע דור וועט דאס זעהן ביי אייך וועלען זיי אויך אזוי טאן ווען זיי ווערען עלטערע.
~העשטעג מיין מיינונג ~

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג מאי 11, 2021 11:31 am

אמת אמת הרב קאושער.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך יצחק ברוך » דינסטאג מאי 11, 2021 12:29 pm

זייער ריכטיגע ווערטער, און די פוינט איז נישט צו טוישן דעם דור אז מ'זאל דארפן מעסטן צו דער פריערדיגער דור אז טאקע אזויפיל בעסער געווען.
סך הכל ווייז אהן דיינע קינדער צו טוהן וואס איז ריכטיג און נישט אזויפיל וויינען אויף שפלות הדור...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 19189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 11, 2021 12:33 pm

איר זענט אזוי אומגערעכט (מיט די ערשטע אכט ווערטער - אויסערדעם, יעדעס ווארט גערעכט!)
עס איז מארגן אויף אייוועלט, ווארט און זעט

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 19006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג מאי 11, 2021 12:47 pm

אי כאלט אויך אזוי, אבער אי כמיין אז ס'נישטא וואס צו טון דערצו!
במקום שאין איש, איז א אישי אויך גוט...

בסד
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך בסד » דינסטאג מאי 11, 2021 1:28 pm

קרייסלער האט געשריבן:קודם שלום עליכם הרב קאשער טראוועל, מעגסט שוין צוריק קומען קיינער רעדט שוין נישט פון וואקסינען....

יוש ביזטו ביטער גערעכט, אבער איך זעה אז דו מישט אויס די צוויי אפטייטשן פון דרך ארץ

שעצונג פאר איינער וואס איז עלטער פון מיר
שעצונג פאר מענטשהייט ובלע"ז מענאר"ס

זיי האבן נישט קיין דירעקטע שייכות אבער די נאכגעלאזקייט פון ביידע פרינציפישע אורחות חיים זענען ווארשיינליך פארבינדן מיט די היינטיגע היפישע לייף סטייל

דער אני בשרירות ליבי אלך, פייפן אויף דער וועלט וכל שום וחניכא דאית להו ברענגט מיט מיט זיך קאנסקעווענצען פון נישט זיין הארכזאם און משפיל זיין די מינדערסטע כבוד הבריות

איבערלאזן אויסגעבלאזענע טישוס איז בלויז א תוצאה און א ביהיינד דעי קאנשענס אויפפירונג פון אי דרך ארצ'דיגע אטמאספערע וואס הערשט אין די היינטיגע ענווייראמענט

שוין נו וואס קעמיר טוהן??? וויאזוי גייט די שלאג ווארט? לעטס טשענזש די ווארלד, אן טשיילד עט ע טיים

אה גערעכט. די קינדער דארף מען לערנען דרך ארץ און אויך מענטשהייט.

ס'איז נישטא קיין עפפ אדער אטאמאטישע מאשין וואס טוט די פונקסיעס. אויך איז נישטא קיין וואן סייז פיטס אלל מעטאד. ניטאמאל די מלמד איז ממונה אויף דעם (קען אפשר צוגעבען אביסל).
ס'דא 3 זאכן וואס מ'דארף אליין טון. אן די 3 זאכן גייט עס ע"פ טבע קיינמאל ארבייטן.

1- זיין אליינס א ביישפיל.
2- חנוך לנער ע"פ דרכו. די מהלך דארף מען אויסטרעפען אויף יעדע קינד באזינדער, און אויספירן אויף יעדע קינד, אויף א אנדערע אופן.
2- הייסע תפילות.

אנהאלטן א טיר פאר יענעם, און זיך מאכן שמייכלען. קען מען אויסלערנען א מאנקי אויך. קינדער טרעינד מען נישט. מען איז זיי מחנך.

היינט טאמער איז דא א וואן סייז פיטס אלל אטאמאטישע דיווייס, מיט א וואן טיים setup, און אוועקווארפן די אינסטראקשאנס. איז גוט. אויב נישט איז דא וויכטיגערס.

אוועטאר
אדם א מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך אדם א מענטש » דינסטאג מאי 11, 2021 3:00 pm

ריכטיגע דיבורים.
אבער מ'זעט איר זענט אויפגעוואקסען אין א שטארק דרך ארצ'דיגע שטוב מער ווי די אלגעמיינע המון עם,
ביי ענק האט מען אויך געהאט דרך ארץ פאר די אייגענע עלטערען, ריכטיג?
oahmentchאצלgmail.com

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג מאי 11, 2021 3:06 pm

קרייסלער האט געשריבן:קודם שלום עליכם הרב קאשער טראוועל, מעגסט שוין צוריק קומען קיינער רעדט שוין נישט פון וואקסינען....

יוש ביזטו ביטער גערעכט, אבער איך זעה אז דו מישט אויס די צוויי אפטייטשן פון דרך ארץ

שעצונג פאר איינער וואס איז עלטער פון מיר
שעצונג פאר מענטשהייט ובלע"ז מענאר"ס

זיי האבן נישט קיין דירעקטע שייכות אבער די נאכגעלאזקייט פון ביידע פרינציפישע אורחות חיים זענען ווארשיינליך פארבינדן מיט די היינטיגע היפישע לייף סטייל

דער אני בשרירות ליבי אלך, פייפן אויף דער וועלט וכל שום וחניכא דאית להו ברענגט מיט מיט זיך קאנסקעווענצען פון נישט זיין הארכזאם און משפיל זיין די מינדערסטע כבוד הבריות

איבערלאזן אויסגעבלאזענע טישוס איז בלויז א תוצאה און א ביהיינד דעי קאנשענס אויפפירונג פון אי דרך ארצ'דיגע אטמאספערע וואס הערשט אין די היינטיגע ענווייראמענט

שוין נו וואס קעמיר טוהן??? וויאזוי גייט די שלאג ווארט? לעטס טשענזש די ווארלד, אן טשיילד עט ע טיים

אידיש טייטש: דרך ארץ = מענטשליכקייט

שעצונג פאר איינער וואס איז עלטער פון דיר איז פשוט אינקלודעד אין מענטשליכקייט

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: זיי מוחל לערענט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג מאי 11, 2021 3:07 pm

בשעה שיש האט געשריבן:ביזט דאך זייער כשר גערעכט,
אבער כמדומה לי, כאפט אריין די יעצטיגע אומ-דרך ארץ,
ווייל מיט יעדן פארבייגיינדן טאג ווערט עס נאר שוואכער,

:-(

אוועטאר
כתוב וחתום
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך כתוב וחתום » דינסטאג מאי 11, 2021 3:09 pm

Kosher Travel האט געשריבן:מען האט אונז געלערנט אז מען לייגט נישט קיין טישות אויפן טיש אין בית המדרש און אז ווען מען הוסט פארדעקט מען די מויל. עס איז אן אחריות נישט צו מאכן קראנק די גאנצע שוהל מיט דיין פלו אדער קאלד.

איך וואלט געטוישט דעם קעפל, לערנט אייער קינד שכל.

אקורשט נעכטן האב איך געזען א בחור'ל אוועקריקן זיינע געבלאזענע טישוס מיט א סידור.

איך מיין אז עס איז נישט דרך ארץ וואס איז די פראבלעם נאר עס פעלט פשוט שכל, זיי טראכטן נישט אריין אין גארנישט אויסער פאליטיקס, איך האב לעצטנס גערעדט מיט א משגיח פון א ישיבה זאגט ער מיר אז פאר צען יאר צוריק זענען בחורים געווען א טשאלענדש, האסט גארנישט געקענט וויסן, אלעס האבן זיי פארדעקט, היינט ניצן זיי אזוי ווייניג שכל אז די הנהלה קען אלעס אויפכאפן.

קען זיין אז דאס האסטו געמיינט מיט דרך ארץ, די שטייגער פון די וועלט.

טוט זיך...?
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך טוט זיך...? » דינסטאג מאי 11, 2021 11:44 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אי כאלט אויך אזוי, אבער אי כמיין אז ס'נישטא וואס צו טון דערצו!

פיין איז דא
דאס וואס ר' קאושער האט געטון, דהיינו זיי געזאגט גענוג געווען, און ס'איז אזוי גרינג און יעדע מאל מ'טוט עס טוט עס אויף.
געדענקט וואס די תורה הקדושה זאגט אז דער מענטש 'פרא אדם יולד' מ'דארף אים לערנען

מיכל
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: זייט מוחל לערנט אייערע קינדער דרך ארץ

תגובהדורך מיכל » מיטוואך מאי 12, 2021 10:55 am

Kosher Travel האט געשריבן:א.


יש לדון אויף די גאנצע נושא, ווייל אויף וויפיל מיין זכרון נארט מיר נישט האב איך כסדר געהערט אלץ קינד אז די 'היינטיגע יונגווארג' האט קיינע דרך ארץ.

איז אזוי, היצט אז איך ווייטאג זעענדיג ווי די היום יום'דיגע יונגווארג פארמאגט אויך נישט, קען מען דאס פארטייטשן צווייכפאכיג:

1. דער דרך ארץ איז געפאלן, והראיה, דער אמאליגער אומ'דרך ארץ'דיגער (עקארדינג צו די דעמאלטסדיגע ערוואקסענע) האלט דאך שוין אויך אז די היינטיגע זענען שלעכט, מוז דאך זיין אז עס איז גאר געפערליך.

2. לעולם איז עס נישט ערגער, נאר קינדער זענען אומערצויגן אזוי לאנג ווי זיי קומען לכלל גדלות, וממילא האבן די יעמאלטדיגע ערוואקסענע געשריגן אויף די יעמאלטדיגע קינדער, וחוזר חלילה היינט צוטאגס, ויחזור חלילה אין צוואנציג יאר ארום מיט די היינטיגע קינדער ווען זיי וועלן זיין ערוואקסן און שרייען אויף זייערע קינדער.

כדי צו קענען ריכטיג אפשאצן דעם מצב ברויך מען האבן אויסגעהאלטענע סטאטיסטיקס וועלכע באגלייטן דעם מצב דורכאויס די לעצטע צענדליגע יארן, און פארגלייכן די דאטא פון די היינטיגע זכרים רויבעריי און טישו געווארפעכטס צו די פון די אכציגער און ניינציגער יארן.

כפי ידיעתי עקזעסטירט אבער נישט קיין אפיס אוו סטאטיסטיקל דאטא ביים היימישן עולם, העמיר עס מוזן לאזן ביי א תיקו.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, אברך כולל און 13 געסט