דער טעגלאשער חצות מנין

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך מאי 05, 2021 10:37 pm

אזוי צו אזוי, וואס פארשטייט א גוי…
וואס ווייסט א גוי איבער די ברייטפארצווייגטע געשעפטן וואס קומען פאר ביי אונז אין דער טעגלאשער חצות מנין… וויפיל גרויסע פאליטיקאנטן וואלטן זיך געשפארט קאפוויי און חדשים ארבעט ווען זיי קומען נאר פאר איין שחרית'ל ביי אונז אין די חצות שעות… נו שוין. קיינער דארף זיי נישט אינפארמירן, לאמיר לאזן דעם מנין פנימי פאר אונז טעגלאשע.

איז אזוי. אין יענעם מנין דאווענען אידן, אבער נישט קיין פשוטע אידן, נאר אידן וועלכע זענען שוין אנגעקומען צו שפיץ פון הצלחה און סוקסעס, און דארפן שויניש זיך אפמוטשענען די יארן מיטן אויפשטיין אינמיטן די נאכט און דאווענען שחרית מיט די עירלי פארטאגס מנינים וואס זענען נישט אויסגעהאלטן לויט קיין שום פראמינענטע שיטה. די רעדע איז פון די אידן וואס עלעף אזייגער אינדערפרי ווען עס הייבט אן טאגן הייבט זיך ביי זיי אן דער סנוז געיעג, און ציהט זיך אזוי ביזן מינוט וואס דער ביאלאגישער זייגער זייערע רעכנט אויס אז מען האט נאך פונקט גענוג צייט זיך אנצוטון (י"א פוצן די ציין אויכעט), לויפן כאפן א מקוה (שטייצעך עס ברויך נאך זיין צייט צו קעמען די בארד אין בור מיט די דריי מיטעלסטע פינגערס און פאליטיזירן די מקוה נייעס, דאס איז פארט פון די מקוה פעקעדזש. ער צאלטעך מקוה געלט צו האבן דעם גאנצן פראגראם), א ציגארעטל מיט א קאווע (דאס קען מען שוין מער דוררכשטופן געיאגט, אבער מוז זיין), דאן הכנות, און א שחרית מיטן טעגלאשער מנין.

דאס דאווענען אינעם חצות מנין איז עפעס א אור הגנוז וואס נישט יעדער איז זוכה דערצו. אין יענעם מנין כאפט מען זיך נישט מיט אינמיטן דאווענען. נאו נאו נאו. איינער וואס כאפט זיך מיט מיטן חצות מנין אינמיטן דאווענען לא יצא ידי חובת טעגלאשיתו.

דער מנין שטעלט זיך א שעה פאר חצות. יא יא, שוין א שעה פאר חצות! פארוואס ס'הייסט חצות מנין? ווייל שמונה עשרה דאוונט מען געיאגטערהייט ביי חצות און שפעטער איז מען משלים קרבנות און האלב פסוקי דזמרה וואס מען האט פארפאסט מחמת 'חוסר הזמן'. פאני, הא? קוקט אויס ביטס נאך קיינמאל נישט געווען דארט! אהה… וואס פארשטייט א גוי…

סא דער מנין הייבט זיך אן ווען רוב חברי המנין האלטן אינמיטן מאכן די פאות און שטייען אזוי האלב איינגעבויגן דעם קאפ אויף זייטיג, דאס טוט מען מיטן ציהל אז דער פאה וואס ווערט געדרייט זאל אויסקומען אויבן אויפן קעפליכער געבוי, אזוי אז דאס זאל קענען געמאכט ווערן מיט די ריכטיגע שיינקייט אזויווי דער מוטער זז"ג פלעגט זיי מאכן זיצענדיג אויפן קאונטער.

דארט הייבט זיך אן דער מנין. דער ערשטער פאזע פונעם מנין איז אלעמאל געוואנדן אין די מאורעות הזמן, אבער ווינדער איבער ווינדער, די דארטיגע תושבים וועלן אלעמאל זיין ביי זיך אינדערהיים נישט קיין חילוק וועלכע נושא קאכט זיך יעצט אויפן טיש.

[העמיר נישט יעצט אריינגיין אין די עכטע טעגלאשע שמועסן, צוליב וואס מיין פילטער לאזט דאס נישט שרייבן דא...]

ווען דער טראמפ איז אימפיטשט געווארן האב איך דארט געהערט (ווען איך זאגק איך - דורכאויס דעם גאנצן ארטיקל - מיינט נישט צוזאגן 'איך' ממש, כמיין צוזאגן די וואס דאווענען דארט [כזאג אויך נישט אז נישט איך, וואטעווער]) ווי דער עולם איז עפעס מוראדיגע אויסגעקאכט אין די הלכות אימפיטשן. עס האט זיך צוגעדאכט אז דער רויטער אינגערמאן מיט די סלינקי פאות איז גאר דער קאנסטעטוציע שרייבער אליינס! ער איז געשטאנען און געשטוינט בשעת ווען זיין שמאלער שטאפענע הוטל וואקלט זיך אויפן קאפ זיינעם צום טאקט פון זיינע טענות, ער קען נישט באגרייפן וואס פעלאוסי האט געטראכט… אזא קינדערישע טעות צו מאכן… עס גייט קיינמאל נישט געלונגען!

-אךךך… א שאד… דער אומוואוסענדער פעלאוסי האט זיך געזעצט אויף צו א גרויסן בענקל… דער דאמאקראטישער קאנגרעסמאן וואלט ווען אויך געמעגט אריבערקומען צו אונז אינעם חצות מנין צו הערן אביסל קראנטע קאנסטעטוציע פראזן איידער ער לאזט ארויס א סטעיטמענט אין די ברייטע פרעסע וואס צייגט קלאר אז ער ווייסט נישט אז דער פראצעדור ארבעט נישט אזוי. חכם דער…

דער טאג וואס מען האט געדארפט גיין וואוטן פאר די לאקאלע באאמטע האב איך אויך געהערט שוידערליכע אויפדעקונגען דארט. דער אינגערמאן מיט די שווארצע גלעזער אויף זיין פעך שווארצע בארד וואס באדעקט ס'רוב פון זיין טונקעלע געזיכט, האט געגעבן אנצוהערן א גאנצן שיעור איבער 'סודות וואס קיינער ווייסט נישט'. ער האט דארט אויפגעדעקט מאסיווע אויפדעקונגען איבער שווינדלערייען וואס קיינער ווייסט נישט, און די לאקאלע באאמטע האבן דאס גאר גוט באהאלטן, אזוי אז עס איז בכלל נישט מעגליך נאכצוגיין די שפורן פון די קאראפטירטע באאמטע. זאת ועוד, אז נאכן אפטון אט די אלע שקאצערייען קומען זיי נאך בעטן מען זאל וואוטן פאר זיי! הע?? וואס מיינען זיי? איך בין עפעס זייער קעלבעלע? איך וואוט פאר וועם מען הייסט?? איך ווייס דאך יא וואס דא טוט זיך!! דער עולם לאזט זיך פון זיי און מען כאפט נישט ווי זיי פירן אונז אין וויזויהייסטעס אריין!

-אה, פון וואו ער ווייסט? וואס הייסט פון וואו? ער דאוונטעך אינעם חצות מנין!! דא ווייסט מען אלעס!! הער אנייצע פון א קלוגן איד, פאר דו גייסט וואוטן כאפ דיך אריבער צום חצות מנין! וועסט נישט חרטה האבן! ראטעווע דיינע דוירעס!

נעקסט. היינט איז אויף דער ארענע דער פאנדרעיזער וואס מאכט דא אן אפיעל פאר זיין ארגאניזאציע. ביסט אינגאנצן משוגע? די אלע מנינים ביז אהער האבן זיך נאך געלאזט פון אים, אבער נישט אונז חצות טעגלאשע מתפללים! נאו וועי! דא וועט מען פונקטליך אויפדעקן קבל עולם ומלואו וואסערע בלאף דא קומט פאר. מיינסט איך ווייס נישט אז דער וואוינט אין א געקויפטע דירה? - איז מסביר דער שלאך וואס דאוונט געווענליך שחרית מנחה און מעריב צוזאמען מיט בלויז א פרישטאג און נאכטמאל הפסק אינצווישן, און דאן גייט ער צוריק שלאפן ביז מארגן ווען ער טוט דאס זעלביגע. כ'מיין, דער פאנדרעיזער שטעלט זיך אהער ווי זיין ארגאניזאציע מוטשעט זיך בשעת ווען ער האט א געהעריגע אקאונט אין גראסערי און ס'ליגט געהעריג געלט דערין?? זאל ער אראפקריכן פונעם היימישן ציבור! אדרבה, לאמיר צונעמען זיין בודזשעט, אויב דארף ער א טאלער פון מיר זאל ער קומען מיר ווייזן זיינע קוויק בוקס, אויב נישט בינעך נישט זיין נער, פארשטאנען? יא. זייער קלאר. ומכאן הקריאה יוצאת פאר אלע פאנדרעיזערס. כ'פארשטיי אז איר שפירט אז איר קענט מאכן פורים פונעם היימישן ציבור, אבער מיינט נישט אז ביים חצות מנין ארבעט די סארט דזשאוקס. אויב זוכט איר נישט קיין בזיונות און אויפדעקונגען קומט נישט אריין דא!

-אהה… פרעגסט פארוואס דער זעלבער שלאך איז דיר נעכטן געקומען בעטן פאר א טשעקל פון דיין ארגאניזאציע? ווייסטעך, נאך אלעם איז ער א איד וואס מוטשעט זיך און מען דארף אים שטיצן. אקעי, מאך דיך נישט יעצט נאריש מיט דעי נארישע סטעיטמענטס וואס ער האט געלאזט פאלן אויף דיר. דיין רחמנות אויף אים דארף איבערשטייגן דיינע געפילן. ווייסטעך… ביסטעך באמת א צדיק… דו צוקראצטעך נישט. אמת? נעעע… נעווער. געמאכט פון דיקע ראבער!

אוי ווער רעדט נאך ווען עס איז געווען דער טורנהיים עלעקשאנס… אוי האט מען דארט געשאסן מבינות… די הארטע נומבערס וואס זענען געליגן אויפן טיש האבן קלאר איבערצייגט ווי פאלש די מידיע איז דורכאויס, און צעווארפן די קארטן ווי א הויפן בלעטער! דער אינגערמאן מיטן קורצן רעקל שרייט קי וחיים 'איך ווייס נישט וואס דער מידיע פארקויפטיר, אבער ליסען, די נומבערס ווייזן עפעס אנדערש. בעיסד אויף וויאזוי די עלעקשאנס גייען שוין פאר די לעצטע פופצן הונדערט יאר האט עס טראמפ! האסט שוין געהערט פון די 'דזשאמפ טו באמפ' סטאטיסטיק?' - ניין, קיינער נישט געהערט. 'אקעי, איך אויך נישט. באט דיס איז נאט די פוינט, לויט אלע קראנטע סטאטיסטיקס האט עס טראמפ!'. און נאכמער, ער שמייסט אראפ אזוי שמירנישדירניש'דיג די אלע ביטערע טעותים וואס דער ביידן פארטיי איז באגאנגען, און לויט אים קוקט עס אויס ווי ביידן האט געעקט אזויווי א קליינע אינגל וואס קומט די ערשטע מאל אין מקוה מיט זיין טאטע און גייט בטעות אריין אין בור מיט די האנטעך אויף די פלייצע… פלעין א שוטה וואס כאפט נישט וויאזוי פאליטיק ארבעט!

-ביידן טייערע! טאנץ נישט אריין אין פאליטיק אזוי שנעל! צו לויפן פאר פרעזידענט מוז מען האבן עקספיריענס אין דעם פעלד! אויב נישט באגייט מען אזאנע גראבע טעותים, אקעי? נעקסטיים נעם כאטשיג אונזער קורצרעקלדיגער חבר המנין פאר דיין ראטגעבער. עקט נישט ווי א לוזער. פליז.

נו שוין. איבער דעם געיט סקאנדאל נאך די מירון טראגעדיע וועלן מיר נישט רעדן מיט קיין דעטאלן, אבער דארט האט מען געוואוסט דעם הארטן אמת. דער אויליגער אינגערמאן דארט טענה'ט קלאר ווי דער טאג אז קיינער זאל אים נישט פארוקיפן קיין לאקשן, ער האט א פונקליכער דיאגראם וויאזוי דאס איז געשען, און כדי דאס זאל שטימען מוז זיין אז ס'??? געווען א געיט. אקעי?

-אויספארשונג געשלאסן. א ספעציעלן דאנק פאר די חצות דאווענערס פארן העלפן ברענגען די גערעכטע צו גערעכטיגע גערעכטיגקייט. יעדער פאטשט!


אקעי. וואו האלט מען אויף דער וועלט? שוין 20 מינוט צו חצות?? פשיהאא… דער זייגער האציך גערוקט!! ברכי נפשי! מיט א פרישקייט!
יעדער נעמט איין א אטעם, און מען גייט יעצט פליען ביז נאך שמו"ע!!!!

גאט איט!! געכאפט חצות!!

צום ווידערזעהן מארגן. הצלחה רבה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 05, 2021 10:49 pm

;l;p- ;l;p- מיר האבן זיך געבענקט נאך דיינע ארטיקלען, קום פליז אריין אפטער...
מקום חותם הבד"ץ

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך בעל מנוחה » מיטוואך מאי 05, 2021 10:54 pm

;l;p- ;l;p-
א ריזיגן דאנק פארן מיר מיטנעמען צום חצות מנין
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
baalmenucha@gmail.com

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך דער פאני מענטש » מיטוואך מאי 05, 2021 11:00 pm

יא יא – דו קום נאר אהער,
דו ביסט דאס דער שטילער אינגעמאן וואס זיצט דארט איינגעמאכט אויף די 2'טע טיש ביים קארנער?
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ששת אלפים
תגובות: 6880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מאי 05, 2021 11:03 pm

אונטערסאנט ווי איבעראל זעט עס אויס די זעלבע... :lol:

ס’איז דא אין די ארכיוון א חצות פארמעסט, ווי אלע אלטע בערן האבן געשריבן אויף דעם נושא, ס’איז ווערט אפירצוברענגען און צולייגן א פופציגער...
גיימער זוכן
האב שכל - גיב א שמייכל

אוועטאר
בלוט בלבול
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך בלוט בלבול » מיטוואך מאי 05, 2021 11:04 pm

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
אוי דערמאנסטע מיך זכרונות........








פון נעכטן צופרי.
שיפן זינקען נישט פון די וואסער וואס איז ארום זיי
זיי זינקען פון די וואסער וואס גייט אריין אין זיי

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך Kollel » מיטוואך מאי 05, 2021 11:13 pm

פופצי, דו מוזט זיין א טעגליכע מתפלל אונונזער מנין..אמר"ש האבעך היינט ליידער געדאווענט פארטאגס און שכר עבירה עבירה האטצעך עס ליידער איבערגעשפילט מיטן מנחה (זייטס נישט חושד, כמיין סיגעווען נאכן שקיעה..אבער נאכאלץ זייער פרי)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ששת אלפים
תגובות: 6880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מאי 05, 2021 11:15 pm

Kollel האט געשריבן:פופצי, דו מוזט זיין א טעגליכע מתפלל אונונזער מנין..אמר"ש האבעך היינט ליידער געדאווענט פארטאגס און שכר עבירה עבירה האטצעך עס ליידער איבערגעשפילט מיטן מנחה (זייטס נישט חושד, כמיין סיגעווען נאכן שקיעה..אבער נאכאלץ זייער פרי)

סאו גייסט אויך נישט זיין אין נייט שיפט?
האב שכל - גיב א שמייכל

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך Kollel » מיטוואך מאי 05, 2021 11:15 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:פופצי, דו מוזט זיין א טעגליכע מתפלל אונונזער מנין..אמר"ש האבעך היינט ליידער געדאווענט פארטאגס און שכר עבירה עבירה האטצעך עס ליידער איבערגעשפילט מיטן מנחה (זייטס נישט חושד, כמיין סיגעווען נאכן שקיעה..אבער נאכאלץ זייער פרי)

סאו גייסט אויך נישט זיין אין נייט שיפט?

ביז דארט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך עומד מן הצד » מיטוואך מאי 05, 2021 11:17 pm

:lol: :lol:

א קנאק פון אן ארטיקל, שוין לאנג נישט געליינט זא גוט'ס!

יישר כח פופציגער!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ששת אלפים
תגובות: 6880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מאי 05, 2021 11:17 pm

Kollel האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:פופצי, דו מוזט זיין א טעגליכע מתפלל אונונזער מנין..אמר"ש האבעך היינט ליידער געדאווענט פארטאגס און שכר עבירה עבירה האטצעך עס ליידער איבערגעשפילט מיטן מנחה (זייטס נישט חושד, כמיין סיגעווען נאכן שקיעה..אבער נאכאלץ זייער פרי)

סאו גייסט אויך נישט זיין אין נייט שיפט?

ביז דארט.

אם ראית ת"ח... וודאי עשה תשובה...
סתם פארדרייט א אשכול פופצי ווארט צו הערן גריסן
האב שכל - גיב א שמייכל

אוועטאר
זעמל רינדערצווייג
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2020 2:35 pm
לאקאציע: אויפן בוים

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך זעמל רינדערצווייג » מיטוואך מאי 05, 2021 11:33 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

#גאאד דזשאב
אופס.... וואוו בין איך???

אוועטאר
לייטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך לייטער » מיטוואך מאי 05, 2021 11:50 pm

ווי איז די לייק קנעפל, א מעסיוו ארטיקל 5 סטאר די אינהאלט און אלעס, אייוועלט תשפ"א האט זיך נישט וואס צו שעמען קעגן די אמאליגע קנאקערס

שוין יארן נישט געדאוונט אין די ימי המעשה שפעטער פון 9נע, דעיס זענען נישט די זעלבע טייפ מענטשן, די נץ חברה- די 8טע 9נע - און 10:30 זענען 3 אנדערע פעלקער אפגערעדט פון להבדיל די חצות מנין, די זיפ אינעם בור 11 אזייגער איז שוין אווערנייט און דעי חכמים שטאפן אויף מיט א פרישקייט די השקה כאילו סאיז 4רע פארטאגס און מכשרט די מקוה בשעתן צוריקשרייען צו די קוקו ביי די שאוערס וואס פלוידערט מיט העצע
גראדע פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א וואקסין דעבאטע מיט טיילווייזע קולות באליוו איט or נאט ביי די 8טע מנין

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:53 am

איינס פאר פופצי און איינס פאר לייטער
;l;p- ;l;p-

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:24 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער פיין געשריבן.
אגב זאגט מיר איינער אז די אידן וואס כאפן כסדר סוף זמן תפילה און כאפן חצות זענען כסדר פארנומען מיטן אויבערשטען, קען זיך א איד אפלעבן די יאהרן דאווענען אכטע האלב ניין און קוים וויסן אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ששת אלפים
תגובות: 6880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:27 am

דו שטות איז נאר אז מ’כאפט אים שוין יא זאל מען אים אוועקלייגן איינמאל פאר אלעמאל!!
דעי חברה בשום אופן... יעעעדן טאג מיט א פרישקייט לאזט מען זיך ארויס אין געיעג
האב שכל - גיב א שמייכל

אוועטאר
פופציגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך פופציגער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:29 am

שוין באלד חצות. מען הייבט שוין אט אט אן דעם חצות געיעג!!

Kollel האט געשריבן:

היינט גיי איך מיך אומקוקן ווער עס לאכט פון די טעגלאשע משועסן און איך וועל דערגיין ווער דו ביסט!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:54 am

פופציגער האט געשריבן:שוין באלד חצות. מען הייבט שוין אט אט אן דעם חצות געיעג!!

Kollel האט געשריבן:

היינט גיי איך מיך אומקוקן ווער עס לאכט פון די טעגלאשע משועסן און איך וועל דערגיין ווער דו ביסט!!

סעדלי בעדלי, בינעך יעצט בבחינת שברי לוחות, מהאמיר ליידער שטארק מזניח געווען אין דעם ענין..שטייטצעך אז סאיז נאר מניעות לצורך פרנסה...
למעשה, קומט מיר לעיטלי כמעט נישט אויס צו דאווענען מיט מיין חצות מנין..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
פופציגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך פופציגער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:15 am

Kollel האט געשריבן:סעדלי בעדלי, בינעך יעצט בבחינת שברי לוחות, מהאמיר ליידער שטארק מזניח געווען אין דעם ענין..שטייטצעך אז סאיז נאר מניעות לצורך פרנסה...
למעשה, קומט מיר לעיטלי כמעט נישט אויס צו דאווענען מיט מיין חצות מנין..

קומסט נישט היינט??
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:16 am

פופציגער האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:סעדלי בעדלי, בינעך יעצט בבחינת שברי לוחות, מהאמיר ליידער שטארק מזניח געווען אין דעם ענין..שטייטצעך אז סאיז נאר מניעות לצורך פרנסה...
למעשה, קומט מיר לעיטלי כמעט נישט אויס צו דאווענען מיט מיין חצות מנין..

קומסט נישט היינט??

נאופ :cry: ווייסעך נישט צו מקאן דאס רופן געדאווענט..אבער דאווענען נאכאמאל קאנעך נישט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
רינדעכיג
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך רינדעכיג » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:54 am

האלוי מארגן דאווען איך ביי חצות, אן קיין מעשיות...

וואס אן ארטיקל מאכט אויס וואף...
אכלתי יותר מדי...

אוועטאר
לייטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:23 pm

איינער וואס דאוונט ביפאר 9נע און פאלט אריין אין שיל פאר וואטעווער ריזען 12:30 קען נישט פארשטיין יענע חלק כלל ישראל , יארן צוריק דענק איך איינער וואס האט געהאט א ביזנעס אין 47 יענע צייטן געווען א מויל מאכער(געווען קליג געהאט געלט חברים געווען א שיינע בעל תפילה זוי ווי אלע עשירום) און איין טאג האט ער נישט געארבעט און געבליבן אין קרית יואל און ער איז אריין קויפן עפעס ביים שמש און געזען מענטשן זענען עוסק 1צע און מאכן זיכער די וועלט זאל נישט צוזאמפאלן, האט ער זיך גענומען מאכן קולות אויף זיי און באוואשן, היינט דאווענט יענער ביי די שפעטערע מנינים...

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:25 pm

פופצי נאדיר א גרינע ;l;p- און נאכאיינס ;l;p-
אגב,איך האב נישט געוויסט אז איך בין אויליג,
#חצות מנין לייק נעווער ביפאר!
פופצי וואס איז געווען די אנשטויסעניש היינט ביים מנין?
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך בלא בלא בלא » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:37 pm

:lol: :lol: :lol:

כ'קעניש שרייבן קיין הערות איצטערט, איך דארף לויפן כאפן חצות...

אוועטאר
פופציגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: דער טעגלאשער חצות מנין

תגובהדורך פופציגער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 1:54 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

כ'קעניש שרייבן קיין הערות איצטערט, איך דארף לויפן כאפן חצות...

קום אריין מיט א רעפארט. כהאב עס ליידער פארפאסט היינט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, פיצי קעפעלע און 14 געסט