מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:הייבט אן פארשפרייטן די נייע העשטעג

#בובו אלערט

האבעך געמיינט אז די משל איז פון
#בבא (קמא)

לשון נופל על לשון......
אבי נישט איש נופל על איש ה"י
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מיכל האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
(זוי מיין איך, אויב פארשטייסטו דאס נישט, האב איך נישט צו דיר גערעדט, ואתכם הסליחה).

שוין ווייטער געטשעפעט...

כנראה נישט פארשטאנען

ואתכם הסליחה, (גארנישט געמיינט, אבער דאס ברענגט ריכטיג ארויס, אז מען קען רעדן נארמאל, און איינער נעמט דאס אן פאר א טשעפע, בשעת דער שרייבער האט ניטאמאל דאס געמיינט).

עניוועי איך וויל חלילה קיינעם נישט קאלט מאכן, ווייל די הערה פונעם פותח האשכול איז 100% ריכטיג, און אין פלאץ.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
לשון נופל על לשון......
אבי נישט איש נופל על איש ה"י

כ'האב קיינמאל נישט עומד געווען אויף די טיפע רשעות פון 'והמן נפל על המטה אשר אסתר עליה'...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p- א כאפ...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גאר גאר אויפריכטיגע דיבורים גרשון, דאס דארף מען נעמען מיטן פילסטן מאס ערנסטקייט און זיך מתבונן זיין וויאזוי מ'קען עס פארבעסערן.

דער נושא איז קאמפליצירט און ברייט ווי עטליכע האבן שוין מעיר געווען, און ציגעלייגט ריכטיגע הוספות והארות, גם אני אענה חלקי בע"ה.

(וויזאוי איז דער אשכול שוין אויפן דריטן בלאט אין קרעטשמע פארשטיי איך נישט... דאס דארף בלייבן אויפן אויבערפלאך ביז ביז די שינוים דא זענען אינפארסירט בחוזקה בס"ד)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

גרשון האט געשריבן:איינער פון די גדולים האט אמאל געזאגט אז מסכת בבא קמא קען ער זייער גוט, וויבאלד ס'איז ביי אים גירסא דינקותא, האבנדיג דאס געלערנט אלס קינד. אבער פון דער צווייטער זייט, האט ער געזאגט, פאר דער זעלבער סיבה איז זיין בליק אויף די סוגיות אין דער מסכתא קינדעריש. וויפיל מאל ער זאל עס איבערלערנען, וועט ער נישט קענען האבן אויף זיי דעם זעלבן עיונ'דיגן בליק ווי אין אנדערע מסכתות וואס ער האט שוין געלערנט אלס ערוואקסענער.

האט דער גדול אויסגעפירט: "ווען א קינד הייבט אן צו רעדן, לערנט מען אים אויס דעם פסוק 'שמע ישראל'. דאס איז נישט אזוי ווייט ווייל מ'וויל דעם פסוק זאל ער גוט געדענקען, נאר ווייל מ'וויל ער זאל בלייבן מיט א קינדערישן בליק דערויף א גאנץ לעבן..."

אפטמאל גלייך איך צו צונייגן אן אויער ווען מיינע קינדער הערן אויס ר' דוד חנניה ווייס. ס'האט א געוויסן חן ביי מיר דער וועג ווי אזוי מ'לערנט אויס אידישקייט מיט קליינע קינדער -- פשוט ווי ס'קען נאר זיין, אן קיין חכמה'לעך מיט תורה'לעך. מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה. שא-שא-שא נישט רעדן לשון הרע. בל תשחית איז אן עבירה (נעוויירע).

אין די ימי הספירה זענען די פרשה צעטלעך פארנומען איבער נוהג כבוד זיין איינער פאר'ן צווייטן. ס'איז זייער וויכטיג דאס צו לערנען מיט קינדער, וויבאלד נאטירליך זעט א מענטש בלויז זיינע אייגענע ד' אמות, און מ'דארף אים אריינשטעלן אין קאפ ווי אזוי זיך אויפצופירן צווישן מענטשן. פארשטייט זיך אז ווען מ'ווערט גרויס, איז דאס עפעס וואס מ'דארף נישט רעדן מער דערוועגן, ווייל יעדער פארשטייט אליין אז א געזעלשאפט וואו ס'איז נישט דא קיין רעספעקט איז פשוט אומבא'טעמ'ט. נישט אזוי?

נישט אויב איר דרייט זיך אויף אייוועלט.

משום איזו סיבה האט זיך דער מנהג המקום דא איינגעגלידערט אז שטעכערייען, פערזענליכע אנגריפן, און א כלליות'דיגער אומרעספעקט איז די געווענליכע נארמע. ס'איז מערקבאר אויף געוויסע פנים חדשות וואס קומען אהער ווי זיי רעדן איידל, ציטירן רעספעקטפול, זענען מחולק מענטשליך, אבער ביז א קורצער צייט כאפן זיי ווי אזוי די שפראך דא געהער צו זיין, און שארפן זיך אויס דעם צונג כאחד התושבים.

איך בין כמעט זיכער אז איר האט שוין פערזענליך געהערט פון כאטש איינעם וואס איז ארויסגעגאנגען פון דא באליידיגט. מסתמא ווייסט איר אויך פון אזעלכע וואס האבן געמאכט דעם וועג ארויס פון דא נאכ'ן אריינכאפן א פליק-צוויי פאר'ן שרייבן אן אומשולדיג תגובה'לע. נישט ווייניג מאל האלט איך מיט ווי א גאסט קומט אן, עפנט זיך א ניק, שרייבט א שיינעם ארטיקל, און אנשטאט רעאגירן ווי ערוואקסענע מענטשן, כאפט ער אריין רעכטס און לינקס אז ער ווייסט נישט וואס האט אים באטראפן.

וואס איז? מ'קען נישט רעדן ווי נארמאלע מענטשן?

קיינער פארלאנגט נישט איר זאלט האלטן ווי יענער. טענה'רייען און אומאיינשטימיגקייטן זענען א וויכטיגער חלק פון אונזער לעבנסשטייגער. "צוויי אידן דריי דיעות," לויטעט דאס ווערטל. אבער פארוואס נישט אפגעבן יענעם דעם רעזערווירטן כבוד? פארוואס נישט "מיר וואלט ענדערש אויסגעקוקט" אנשטאט "שטותים"? פארוואס נישט, "אמת, נאר אויב מ'קען מעיר זיין..." אנשטאט "שוין ווייטער מיט דיינע נארישקייטן..."?

כסדר ברענגען חברים דפה אויף נאסטאלגיע צו די בראשית יארן פון אייוועלט ווען רעספעקט האט פארמאגט א מקום, ווען נהגו כבוד זה בזה איז געווען אויף א הויכן סטאנדארט, ווען א טענה'ריי איז געווען אן אויסלופטערונג ווי איידער א הויכן בלוטדרוק עד לב השמים. אפשר איז טאקע צייט להחזיר עטרה ליושנה? אפשר קענען מיר ווירקליך טוישן דעם טאן צו שמועסן ווי גוטע חברים, אן היץ, אן קולות, מיט'ן פרובירן צו פארשטיין וואס יענער זאגט, מיט'ן צושטימען אז דער אנדערער צד האט אויך א נקודה, מיט'ן איינשטעלן א דאמינאנץ פון לאגיק אנשטאט דעם עגאאיסטישן רייץ צו האבן דעם לעצטן ווארט?

עד כאן דער חלק הדרוש. יעצט צום למעשה'דיגן חלק:

איך ווייס אז דאס איז א נושא וואס באדערט פאר זייער א סך דא; אפשר אפילו פאר יעדן. ס'איז אבער שווער צו מאכן א רעוואלוציע. געוויסע זענען שוין איינגעוואוינט צו דעם סטיל געשפרעכן און טרעפן זיך דערין אויך אומווילנדיג. טייל מאל איז עס דער טאן אינעם אשכול וואס שלעפט אריין מיט א צונאמישן כח די זייטיגע צוקוקער ווי אין קורח'ס לאך אריין.

וואס איך קלער אבער יא מ'קען פארשלאגן, זענען צוויי זאכן: ערשטנס, דעם אשכול זעלבסט. אז מ'וועט זען אז דער עולם גלייכט א מער רואיגן טאן, וועט עס אויטאמאטיש משפיע זיין אז דאס זאל ווערן די שפראך. צווייטנס, ווען איינער זעט א תגובה וואס איז געשריבן שארף אדער פערזענליך, זאל מען יענעם שיקן א פריוואטן מעסעדזש אז לא יעשה כן במקומינו. אז דאס אישי קעסטל וועט אריינבאקומען זעקס נאטיפיקאציעס מיט אויפפאדערונגען צו פאררעכטן, וועט עס האפנטליך נושא פירות זיין. אויב נישט יעצט, כאטש וועט ער קומענדיגע מאל טראכטן פאר'ן שיקן צי מ'קען נישט שרייבן די זעלבע זאך אויף א שענערן וועג.

אדרבה, ותשועה ברוב יועץ. לאזט אייך הערן. סיי אייער בליק אויפ'ן נושא בכלל, און סיי וואס איר קלערט מ'קען טון צו פארבעסערן די נושא.

און אויב האלט איר אינגאנצן נישט ווי מיר, קענט איר ארויסברענגען אייער צד מיט ערוואקסנקייט. ס'וועט מאכן א פיל בעסערן איינדרוק, ארויפרוקן דראמאטיש די שאנסן ס'זאל גענומען ווערן אין באטראכט, און משפיע זיין א פיל געשמאקערע אטמאספער איבער'ן גאנצן וועלטל -- מנוחת שלום ושלווה.

באמת האב איך דיר געוואלט געבן אין קאפ אריין פארן שרייבן אזעלכע שטותים, אבער אז דו בעטסט שיין וועל איך עס זאגן איידל.

איך בין נישט ממש פון די ערשטע גענעראציע דא, אבער פון יא פון די צווייטע, שטעכערייען איז געווען גאנץ נארמאל דאן אויך. איך בין דא אריין מיט מיין ערשטע ניק, און מ'האט מיר באפאלן ווי איינער וואס האט אויסגעשטאכן א בינענשטאק.

איך האב געעפענט א נייע ניק, זיך געדרייט אביסל און געכאפט די מהלך פון רוב אקטיווע ניקס, און געהאט א גוד טיים. טאקע נישט גוט פאר א ניי-געקומענער זיך גלייך אנצורופן.

כנלענ"ד

סתם זאלסט וואוסן, מיין ערשטע שורה איז געווען סארקאסטיש - אויב דו האסט נישט אליין געכאפט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לוי יצחק האט געשריבן:

שלום עליכם! וואו זענט איר היינט ?
Dodo
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:24 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dodo »

איינער ווייסט איסוף וועלכן טעיפ איז די ניגון : מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

נארוואס דא אריינגעפאלן.

@גרשון! דו זאגסט דברים של טעם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”