סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:סאיז דא דא אין אמעריקע געהעריגע פארשריפטען ביי יעדע מסיבה אין עסקנים וואס זיצען אויף אלע דיטעלס, וויאזוי קען מען בכלל מדמה זיין א זאך וואס איין חסידות פירט אן צי מירון, סאיז אזוי אנדערש אויף אזויפיל וועגען,

סקוקט אויס ווי מענטשען דא זענען בכלל נישט באהאווענט אין די זאכען
סאיז סתם איבריג לדעתי אין אויב עפעס קען עס מאכען פראבלעמען, וואס מיינט עטס טוט מען אין קאמענד צענטער? אין די צייט וואס די מיט דיין בחורים פרענדס זענען ביזי חוזק צי מאכען פון די אלע לעלוס,
דא איז נישט ארץ ישראל בכלל נישט ביטע מישט נישט אויס

אין בכלל אין מירון האט יעדע בר דעת געוויסט אז סאיז ריזיגע פראבלעמס מהאט נאר נישט געקענט הענדלען די פאליטיק וואס קומט מיט מיט די איזרעליס,

מלייגט אריין מוראדיגע כוחות אין סעפטי אייביג דא
ודאי איז אייביג דא פלאץ איבערציקוקען אין אודאי ברויך מען אייביג האבען א סייתא דשמיא

לאמיר אנכאפן א משל שמחת תורה ביי הקפות אדער סתם א גרויסע טיש ווי עס איז דא טויזנטער מענטשן און עס איז נישט דא קיין קאמענד צענטער וואס געשעהט אויב הונדערטער מענטשן אויפאיינמאל דארפן ארויס לויפן? עס דארף קלאר יא זיין א מהלך ווי אזוי צו פארזיכערן אז עס מען זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין סכנה.

שוין געווען, גלייב מיר סאיז שוין געווען די האסט אפי נישט געוויסט זאכען ארבעטען אזוי אנדערש דא, סאיז דא אטאמאטעק ממונים וואס זיי ווייסען אז זיי דארפען ווייזען אין וואס צי ווייזען ,
וודאי איז דא פלאץ צי אימפראווען אין איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען

אבער ווען ממישט די יוצרות מאכט עס נאר חרוב,
כהאב פאר דיר נייעס אז היי יאר ביי די הדלקה אין קרית יואל איז געווען א עמערזשענסי מיטונג אין מאיז איבער געגאנגען אלע פלענער נאכאמאל ליתר שאת

ווען סאיז דא בעלי אחרים איז עס אינגאנצען אנדערש די מייק לויפט אנדערש, אין אפגערעדט אז דא איז בכלל נישט איזריעל

אין מירון איז געקומען צענדליגע מאל צי א סטעמפיד אמאל גרעסערע אין אמאל קלענערע אין מפירט אריין יעדעס יאר צענדליגע מענטשען פון זאכען וואס איז א תוצאה פון פארנאלעסיקייט אין פון פייטס מיט די משטרה,
ווי קען מען אין חלום מדמה זיין די זאכען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אין יא דעס מעג מען מעורר זיין יעדעם איינעם שמועס נישט קיינמאל ביי קיין טיר אין זיכער נישט נאך הקפות אדער ווען סאיז א צייט ווען מהאט עפעס געענדיגט, אין הכי נמי אין די גרויסע בתי מדרשים רופט מען עס אויס אסאך מאל קיינער כאפט נישט ווען דער עסקן ביי די טיר שרייט "נישט אויפהאלטען" וואס ער זאגט, אבער א מענטש פאר זיך דארף וויסען אז בשבלי נברא העולם איז געזאגט פאר סעלף קאנפעדענס אבער סמיינט נישט אז די וועלט איז דיינס, סאיז דא א מצוה עשה פון ואהבת לרעך כמוך,

אין ווען יעדער גייט ארויס נאך די הקפות אין די קומסט אן אינדרויסען שטעל דיך נישט אפ ווי א ברייטע מחותן ריק דיך אוועק פון די טיר אין נאך בעסער איז אז וואק אריבער די גאס אין לאז יעדעם ארויסקומען אפי אויב די ווארטסט אויף דיין חבר
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

ישרן האט געשריבן:זייער זיער א וויכטגע אשכול.
איז עמיצן שוין איינגעפאלן צו לייגן א מעטל דיטעקטאר ווען מגייט אריין צו גרויסע חסידישע אירועים?
יא א מעטל דיטעקטאר!!!!!!
וואס איז עס איז א גוי'שע זאך???
סוואלט געווען א מצוה גדולה דאס איינצופירן.

נו.. קום צום ווארט, וואס מיינט איר ארויסצוברענגען?
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

נפשי חמדה האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:זייער זיער א וויכטגע אשכול.
איז עמיצן שוין איינגעפאלן צו לייגן א מעטל דיטעקטאר ווען מגייט אריין צו גרויסע חסידישע אירועים?
יא א מעטל דיטעקטאר!!!!!!
וואס איז עס איז א גוי'שע זאך???
סוואלט געווען א מצוה גדולה דאס איינצופירן.

נו.. קום צום ווארט, וואס מיינט איר ארויסצוברענגען?

כוועל שרייבן קלארער.
מדארף האבן מעטל דיטעקטערס אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די גאנצע וועלט ביי יעדע גרעסערע פארזאמלונג.
מקען קיינמאל נישט וויסן מיט וואס פאר א בייזע כוונות איינער קומט אריין ה"י.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

ישרן האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:זייער זיער א וויכטגע אשכול.
איז עמיצן שוין איינגעפאלן צו לייגן א מעטל דיטעקטאר ווען מגייט אריין צו גרויסע חסידישע אירועים?
יא א מעטל דיטעקטאר!!!!!!
וואס איז עס איז א גוי'שע זאך???
סוואלט געווען א מצוה גדולה דאס איינצופירן.

נו.. קום צום ווארט, וואס מיינט איר ארויסצוברענגען?

כוועל שרייבן קלארער.
מדארף האבן מעטל דיטעקטערס אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די גאנצע וועלט ביי יעדע גרעסערע פארזאמלונג.
מקען קיינמאל נישט וויסן מיט וואס פאר א בייזע כוונות איינער קומט אריין ה"י.

ביי גאר גרויסע פארזאמלונגען א שטייגער ווי די סיום הש"ס, כינוס כלל ישראל וכדומה איז בדרך־כלל דא מעטל דעטעקטארס. און פארענט פון גרויסע שולן בעיקר יום טוב ווען עס קומען זיך צוזאם טויזענטער מענטשן אדער ביי גרויסע רעבישע חתונות איז בדרך־כלל דא פאליציי וואס דאס אליינס טוט אפשרעקן שעדליכע עלמענטן.
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

מדארף כסדר ארומשיקן די ערלים מיט מאפס זיכער צומאכן אז די ערד איז נישט נאס אין גליטשיג איבערהויפט ביי די אריינגאנג'ס
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

פון א אנדערע אשכול ק'פ
צהלתו בפניו האט געשריבן:נאך אלע געשפרעכן ביז אהער....
.. און באמת איז דאך דער תכלית פון מיטהאלטן אזוינע שמועסן, צו נעמען א לעקציע אין השתדלות לעתיד ביי סייוואספארא גרויסע מעמד.
קומט דאך אויס:

ביים פלאנירן גרויסע מעמדים ברויך מען דורכגיין די דורכגענג און מאכן זיכער אז עס מאכט סענס און סעיף
ביי יעדע שמאלע דורכגאנג בכלל - און ביי אומגראדע דורכגענג בפרט, דארפן געשטעלט ווערן עסקנים צו קאנטראלירן די טראפיק, און האבן קאמיוניקאציע איינער מיטן צווייטן , אין דערוואכן מיט וואקיטאקיס און שבויו"ט שטיין אין א ספאט אז זיי זאלן זיך זעהן.
כנלפע"ד חובת השתדלות
(און אזוי איז טאקע באמת ביי יעדע גרעסערע מעמד - אריבערגיין זיך וואונטשן ביים רעבין , אריינגיין צום דינער, כא כסליו, הכנסת ספר תורה ועוד - וואס עס קומט מיר אויס מיטצוהאלטן ווי אזוי זאכן ווערן אויסגעפלאנט אז עס זאל נישט קומען לידי סכנה ח"ו - וואס די גרעסטע חידוש דא איז טאקע וואו זענען געווען די סארט עסקנים סדרנים וכדו')
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”