אין אנדערע נייעס אלירעזע פארזישע, די איראנער געבוירענער גרענדמעסטער וועלעכע האט זיך געצויגן צו פראנקרייך, איז אפיצעל אריבער די 2800 רעטינג מארק ביי FIDE, (רעטינגס איז א פוינטס סיסטעם, באזירט אויף די ELO סיסטעם, וואס גיבט א סקאור אויף יעדער שפילער, לויט אלע אפיצעלע געימס וואס ער האט געשפילט אין זיין לעבן), אלירעזע ווערט מיט דעם די אינגסטער שפילער אין היסטאריע אנצוקומען צו די 2800 מארק, עלירעזע איז בלויז 18 יאר און 5 חדשים, מיט 6 חדשים אינגער פון קארלסען, ווען קארלסען האט געגרייכט דער מארק.
אלירעזע איז געשפרינגן דער חודש איבער 30 פונקטן, דורך געווינען די גרענד סוויס טורנאמענט, און דורך געווינען 7 פון 9 (און באקומען א דראו אין די אנדערע 2) געימס פון די אייראפישע טיעם שאך טשעמפיענשיפ.
די געווינס היינט לייגט מער ווייניגער אוועק די מעטש, כאטש עס פילט זיך אסאך בעסער צו געווינען א געים ווי די 6'טע געים. קארלסאן האט אויך געזאגט, ווען נישט זיין געווינס אין די 6'טע וואלט ער נישט געווינען די היינטיגע. דאס הייסט די פסיכילאגישער אפעקט פון די 6'טע, האט אריינגעשלעפט נעפאו צו מאכן די החלטות וואס ער האט געמאכט היינט.