כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א שרייבט קלאר אז ס'דא א חילוק צווישן פרעמדע פרויען, און שוועגערנס און מומעס מיט וועם מ'איז אויפגעוואקסן פון אלס קליין קינד,
ער פסק'ט אין ישראל קדושים אז די זעלבע כלל וואס ס'דא ביי א מאמע / שוועסטער, אז "דדמי כקאקי חיוורי" ד.ה. אז מחמת הרגילות ברענגען זיי נישט קיין תאוות, איז די זעלבע מיט שוועגערנס מיט וועם מ'איז אויפגעוואקסן,
משא"כ למשל די ווייבס געשוויסטער, אדער דיין יונגערע ברודערס ווייב, אדער אפי' אביסל עלטער - וואס מ'איז נישט אויפגעוואקסן מיט זיי אין שטוב - איז פינקט אזוי הארב (אדער נאך הארבער) פון א פרעמדע פרוי!
נאר, פינקט ווי ביי א פרעמדע פרוי מעג מען רעדן ווען מ'דארף, למשל א גראסערי קאשעיר, אדער אין ביזנעס, וכדו', אויף א גאר איידעלע אויפן, איז ביי א שוועגערין קען עס מער אויסקומען אז ס'זאל זיין נוגיע כמובן,
כ'האב נאך עפעס צו שרייבן איבער די נושא, כ'מיז לויפן, כ'האף אז די אשכול וועט נאך זיין בנמצא ווען כ'וועל צוריק קומען דערצו...
איך וואלט נישט געברענגט סורפרייזט אז די דמיונ'סט אדער חלומ'סט. אפשר ברענגסטו אראפ די גאנצע לשון פון ר' ישראל דוד און לאמיר זעהן צו ער זאגט דאס טאקע.