טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

בערל קראקאווער האט געשריבן:פשיהא איך מוז הערן די פאנעל מוצאי שבת פון די סאמע העכסטע לייט און די קרעטשמע רייען...

כמיין אז פאר געלט גייט מען עס ארויס געבן

קליק יעצט אויף מיין אינטערשריפט פאר מער אינפארמאציע
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

כ'ליין און כ'לעב עס איבער...

איצטער אנגעקומען צו לעזן אן עטליכע-מאנאט אפשניט פון טאגביכער. געלאכט און געוויינט זיך דערמאנענדיג דעם ראולער קאוסטער פון עמאציעס, די בכיות ביי די ציוני הקודש און די געשמאקע פארברענגען מיט איינעם וועלכער איז נעבעך געגאנגען פאר א נאכט אין א סטאנציע צוליב טעגלאש...

אגב, אנקומענדיג אין מעזיבוז' אום פרייטאג האב איך איינס פון דעם רבי'נס רענצלעך געהאלפן שלעפן א האלבן וועג, טראץ די בקשות אז "ס'איז גוט"...

אויך בין איך שטארק דיסעפאנטירט מיט דיין אראפ שטעלן דעם דריי מאן באנד אום מאצע (תרתי משמע). דשעז? די חברה האבן געהאט א מאנאטאנער טאן וועלכער האט זיך געהערט פאר אנדערהאלבן שעה ווי א צעבראכענער רעקארד-פלעיער, ס'איז געגאנגען בערך אזוי:

טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם, טי די דאם...

ווען ערגעץ וואו אינדערמיט האמער זיך מיט'ן רבי'ן און נאך עטליכע חסידים ארויס געלאזט אין א "טאנץ" אויף דעם מאדנעם מאנאטאנישן געזאגעכץ....
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

און נאך איין זאך, ס'פישל ביי לאווע מאלקע איז נישט געווען "א" פישל, נאר ביי יעדנ'ס זיץ א גאנץ פישל, על אפכו ועל חמתכו פון דעם יעניגן ניק וועלכער האט שוין פאר אפאר שעה פארפירט אז דא וועט שוין קיין נארמאלע סעודה נישט זיין...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

געלעהזט און פארגעסן צו קאמענטירן.

נעווער טו לעיט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש''כ זייער שיין..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

שמערי בערי האט געשריבן: און די געשמאקע פארברענגען מיט איינעם וועלכער איז נעבעך געגאנגען פאר א נאכט אין א סטאנציע צוליב טעגלאש...

מה זה?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאלינען האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן: און די געשמאקע פארברענגען מיט איינעם וועלכער איז נעבעך געגאנגען פאר א נאכט אין א סטאנציע צוליב טעגלאש...

מה זה?

גם אני מצטרף, כ'כאפ נישט מה זה ועל מה זה?
---
מארגן מיטוואך בשלח ווערט א קיילעכיגע יאר זינט דער נסיעה (לפי סדר הפרשיות; זונטאג יתרו הבעל"ט - י"ד שבט - וועט זיין א קיילעכיגע יאר לפי החדשים)

מיר האפן אי"ה צו ערגענצן און קאנטשען דעם טאגבוך בעפאר דער יאר לויפט אויס
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לכאורה האט געשריבן:

זאלעך אויפבלייבן אדער ס'העט נאך געדויערן...?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נע, נישט היינט
[קען זיין ביז עס לויפט אויס דער יאר פונעם אנקומען אהיים...]
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

לכאורה האט געשריבן:
קאלינען האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן: און די געשמאקע פארברענגען מיט איינעם וועלכער איז נעבעך געגאנגען פאר א נאכט אין א סטאנציע צוליב טעגלאש...

מה זה?

גם אני מצטרף, כ'כאפ נישט מה זה ועל מה זה?
---
מארגן מיטוואך בשלח ווערט א קיילעכיגע יאר זינט דער נסיעה (לפי סדר הפרשיות; זונטאג יתרו הבעל"ט - י"ד שבט - וועט זיין א קיילעכיגע יאר לפי החדשים)

מיר האפן אי"ה צו ערגענצן און קאנטשען דעם טאגבוך בעפאר דער יאר לויפט אויס

פארוואס כאפ איך יא? טעגלאש מיינט דאך סאטמארע פאליטיק, און א סטאנציע מיינט א פאליציי סטאנציע…
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, יא...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

לכאורה האט געשריבן:נע, נישט היינט
[קען זיין ביז עס לויפט אויס דער יאר פונעם אנקומען אהיים...]

אהיים פון וואו?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

צולייגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:נע, נישט היינט
[קען זיין ביז עס לויפט אויס דער יאר פונעם אנקומען אהיים...]

אהיים פון וואו?

פון די נסיעה.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אה יא, אהההה
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך קום מיר אן דא צום יארטאג צינדן א ליכטל...

היות איך האב נישט אלעמאל קיין קאנעקציע, האב איך מיר א וואך צוויי צוריק געמאכט א פי.די.עף. פון ס'גאנצע אשכול, מהחל ועד כלה, און אזוי עס געהאט צו די האנט.
יעצט נאכן ענדיגן ביז דא קען איך נאר קלאגן אויף מיר אליינס, חדשים לאנג איז מיר דאס אשכול געווען א קליק אוועק און איך האב עס קוים אנגעקוקט, וויי געוואלד. אזויפיל געשמאקע קרעטשמערישע שורות, גאנצעטע שטיקער געפיל גראד פון הארץ ארויס, אידישע אידישקייט, פריינטשאפט, גוטהארציגקייט, דברי תורה והתעוררות, און וואס דען נישט, טוט זיך פארקערפערן אין דעם אשכול.

שכח לכאורה פאר'ן נעמען די צייט אלעס אראפצושרייבן מיט אייער פעדער און אויטענטישקייט, אונז מהנה צו זיין און "מיטנעמען" קיין אוקריינע. זאלט איר און אלע אנדערע חברים, אשר נקבו בשמותם ואשר לא, האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, פאר אייך, אלע אנדערע אינזין-געהאטע נעמען, און אלע אידן.

אן עקסטערע דאנק פאר ארחיקה נדד פארן ארגאניזירן די רייזע און טאגבוך :wink:
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיסטעריעז האט געשריבן:איך קום מיר אן דא צום יארטאג צינדן א ליכטל...

היות איך האב נישט אלעמאל קיין קאנעקציע, האב איך מיר א וואך צוויי צוריק געמאכט א פי.די.עף. פון ס'גאנצע אשכול, מהחל ועד כלה, און אזוי עס געהאט צו די האנט.
יעצט נאכן ענדיגן ביז דא קען איך נאר קלאגן אויף מיר אליינס, חדשים לאנג איז מיר דאס אשכול געווען א קליק אוועק און איך האב עס קוים אנגעקוקט, וויי געוואלד. אזויפיל געשמאקע קרעטשמערישע שורות, גאנצעטע שטיקער געפיל גראד פון הארץ ארויס, אידישע אידישקייט, פריינטשאפט, גוטהארציגקייט, דברי תורה והתעוררות, און וואס דען נישט, טוט זיך פארקערפערן אין דעם אשכול.

שכח לכאורה פאר'ן נעמען די צייט אלעס אראפצושרייבן מיט אייער פעדער און אויטענטישקייט, אונז מהנה צו זיין און "מיטנעמען" קיין אוקריינע. זאלט איר און אלע אנדערע חברים, אשר נקבו בשמותם ואשר לא, האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, פאר אייך, אלע אנדערע אינזין-געהאטע נעמען, און אלע אידן.

אן עקסטערע דאנק פאר ארחיקה נדד פארן ארגאניזירן די רייזע און טאגבוך :wink:

יישר כח פאר די הערצליכע דאנק ווערטער!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חמשה עשר בשבט תשפ"ב לפ"ק - א קיילעכיגע יאר זינט דער ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

עס איז געווען זונטאג פארמיטאג פרשת יתרו ווען אונזער שיירא איז אנגעקומען מיט'ן פאיאכעלע באס צום זעלבן ארט וואו אונזער נסיעה אין אוקריינע האט זיך אנגעהויבן - דער גרויסער לופטפעלד אין קיעוו. מיר זענען אפגעשטיגן מיט אלע פעק און זעק און זיך געלאזט צום לופטפעלד וואו מיר האבן געהאט קנאפ צייט ביז'ן כאפן דעם פליגער וואס וועט אונז פירן קיין ציריך שווייץ, וואו מיר וועלן איבערשטייגן צו א פליגער וואס ברענגט אונז אהיים קיין נוארק.

איך שלעפ מיינע צוויי רענצלעך אריין אין לופטפעלד, וואו מען שטעלט אונז באלד אפ. מען לאזט נישט אריינגיין צום טשעק-אין אפילו, בעפאר מען אונטערזוכט נישט אויסערליך די פעקלעך. אלע רענצלעך ווערן אריבערגעפירט אזעלכע עקסרעי מאשינען און נאר ווען מען קלארט אויס די אינהאלט, ווערט מען ערלויבט צו פארזעצן אין דעם גרויסן גראנדיעזן קארידאר וואו עס געפינען זיך די טשעק-אין קאונטערס און נאך מערערע זאכן.

דער באאמטער קוקט דורך מיין רענצל אויפ'ן מאשין, און עפעס געפעלט אים נישט. ער פארלאנגט איך זאל עפענען דעם רענצל ווייל ער זעט עפעס פארדעכטיגט... עס איז געווען א קלענערע פלעשלייט (אין די סייז פון א פויסט) וואס האט אים ערוועקט פארדאכטן, גיי ווייס פארוואס. דעם פלעשלייט האב איך נישט גערירט פון רענצל במשך די גאנצע רייזע, עס איז בלויז מיטגעקומען מיר צו שענקן א מינוט זארג און אויפהאלטונג אויפ'ן וועג צוריק. קיינמאל קיין ערגערס.

דאס ערגערס איז אבער יא געקומען נישט לאנג דערויף... מיר שטעלן זיך אלע אויס אין די לאנגע רייעס וואס שלענגלען זיך צו די 'סוויס' לופטליניע טשעק-אין, האלטנדיג אין די הענט די נויטיגע קאוויד פאפיר און די פאספארט, אבער עס ווערט אונז באלד קלארגעשטעלט דורך די באאמטע דארט אז - נישט מער און נישט ווייניגער - די אוקרייניש-געשריבענע דאקומענט פונעם מעזבוזער לאבארעטאריע, איז גארנישט ווערד אויף ארויסצופארן קיין אמעריקע! מיר דארפן פון ערגעץ וואו פארשאפן די זעלבע דאקומענט אויף די ענגלישע שפראכע...

די וואס זענען געפארן אין די ערשטע קלאסן, זענען געווען עטוואס מער מזל'דיג, ווייל דער באאמטער וואס האט זיי אויפגענומען איז נישט געווען אזא מדקדק בקלה כבחמורה און ניטאמאל האט מען ביי יעדן געבעטן צו זען דעם דאקומענט, אבער מיר פשוט'ע אידעלעך זענען איינמאל און נאכאמאל פארשיקט געווארן פון די קאונטערס וויבאלד מיר האבן נישט פראדוצירט אן ענגלישן דאקומענט. יעצט, די חברה וואס האבן זיך אפילו נישט געלאזט שטעכן און צאפן בלוט, נאר האבן באיזה אופן באקומען צוגעשיקט אין אימעיל א צעטעלע... זייערע פאפירן זענען יא געווען אויף ענגליש און האבן געהאט א גרינגן פעלד, אבער מיר געשטאכענע האבן באקומען א לוקה ומשלם באהאנדלונג, און מען האט אונז פשוטו כמשמעו געלאזט ווארטן און ווארטן ביז מיר האבן זיך שוין כמעט מייאש געווען פון כאפן דעם פליגער.

ברם יזכר לטוב איינער פון די עליטע וואס ער זעלבסט איז יא גע'קליער'ט געווארן צו גיין ווייטער, אבער זעענדיג אז איך מיט שמערי-בערי זענען מיר ארונטערגעבליבן פון די גאנצע חבורה (יעדן אויסער אונז איז געלונגען באיזה אופן זיך דורכצושווערצן, מיר זענען געבליבן די שלימזלניקעס וואס די באאמטע האבן ממש נאכגעקוקט מיט זיבן אויגן און זיכער געמאכט אז מיר בלייבן שטעקן...), און מיר האבן ניטאמאל א טאבלעט אדער קלוגע טעלעפאן מיט אונז צו קענען ערהאלטן א דאקומענט אויב נויטיג, האט זיך יענער צדיק (ער לאזט נישט שרייבן אז זיין ניק איז געווען אויף דער נסיעה... רצונו של אדם זהו כבודו) מטריח געווען בטירחא דגופא צו ארונטערבלייבן פון די רעשטע פונעם גרופע, און א גוטע לאנגע וויילע [פאר אונז געשטראנדעטע האט עס אויסגעזען ווי אן אייביגקייט, זייענדיג צוויי איינצלנע אידעלעך אין א פרעמדע קולטור און נישט וויסנדיג וואס צו אנהייבן קלערן וועגן א פלאן פאראויס... גייט מען צוריק קיין מעזבוז? אומאן? קיעווער שול? וואו וועלן מיר האבן א כשר'ן מאכל צו נעמען אין מויל? ווער וועט אונז פארשאפן פאפירן אדער פרישע טיקעטס אויב נויטיג? - וויפיל צייט דאס האט באמת געדויערט, ווייס איך נישט, מסתמא לענגער ווי א האלבע שעה] איז ער אראפגעבליבן מיט אונז, און אונז פרובירט צו העלפן מיט אלע מיטלען, אריינגערעכנט דאס ערהאלטן דאקומענטן אויף זיין טאבלעט.

איינע פון די עצות איז געווען צו גיין מאכן יעצט אויפ'ן ארט א פרישע קאוויד טעסט ביים טישל אין די זייט, אבער אויסער וואס דאס קאסט נאך געלט (איך בין שוין געווען אויסגעזעקלט פון געלט, נאכ'ן באצאלן די פינף-און-זיבעציג דאלער פאר'ן קאוויד טעסט אין מעזבוז וואס האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט צו זיין ווייניגער ווערד ווי א שארבל), האט מען געדארפט ווארטן א וויילע ביז די רעזולטאטן צייגן זיך, און מיר האבן זיך געפארכטן אז אינדערצווישן פארשפעטיגן מיר אונזער פליגער.

שמערי בערי האט צוגעגעבן צום מצב מיט זיין מידע נערוועזיגקייט... אויב איך בין געווען אנגעצויגן, האט ער דאס נישט באהאלטן אין זיך, און פארמאגנדיג א טעלעפאן האט ער אנגערופן דעם "אלעקסיי" מיט וועמען ער איז געווען אין פארבינדונג דורכאויס די נסיעה, און יעצט איינמאל האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ פאר אים אויף די שלעכטע באהאנדלונג וואס מיר באקומען דא אין לופטפעלד, און דאס אלעס אלס רעזולטאט פון די פאפירן וואס ער - אלעקסיי - האט עפעס נישט צוגעשטעלט אויף די ענגלישע שפראך. ער האט גערעדט מיט אים זייער אנגעצויגן, און אלעקסיי האט פארשפראכן אז ער וועט טון וואס ער קען נאר צו שיקן יעצט אויפ'ן מאמענט א פרישע פאפיר אויף די ענגלישע שפראך. מיר האבן אים געגעבן אן אימעיל אדרעסע, און געהאלטן אין איין אויפפרישן דעם טאבלעט פון ידידינו היקר הרוצה בעילום שמו וניקו צו זען אויב דער דאקומענט איז שוין ערשינען.

דערווייל האבן מיר מיטגעהאלטן א ספעקטאקל ווען דער 'עסקן' וועם מיר האבן באגעגנט מוצאי שבת אין מעזבוז, האט זיך אויך עפעס פארפלאנטערט מיט די באאמטע דארט, און ער האט פרובירט צו רעדן מיט די אוקריינער דארט אויף זיין 'עסקן' שפראך... פונקען פייער האבן אנגעהויבן גיין פון די באלאטעס ווען ער האט זיך אויסגע'טענה'ט מיט זיי פארוואס מען לאזט אים נישט אריבערגיין (ער האט געדארפט פארן ערשטע קלאס, איך געדענק נישט דעם סיבה פארוואס זיי האבן אים אפגעהאלטן). איך האב זיך צוגעשארט צו אים מיט די האפענונג אז ער וועט מאכן סדר מיט זיי, און אויך מיר וועלן זיך קענען אנכאפן אין זיין גארטל און מיטגיין... אבער די אוקריינער זענען נישט געפאלן פאר זיינע טאקטיקן און טענה'רייען אויך נישט.

ענדליך ענדליך איז אנגעקומען דער ערווארטעטער דאקומענט און מיר לויפן צו צום טישל און טשעקן זיך אריין. די רענצלעך זענען ביידע געגאנגען ביי די קארגא אפטיילונג, וויבאלד אפילו די קליינע רענצל איז געווען צו גרויס צו ווערן מיטגענומען אלס קערי-אן (ווי אויפ'ן וועג אהין), און מיט די נשמה אין די האנט לויפן מיר פאראויס צו די זיכערהייט סקרינינג פלאץ ווען מיר האפן אז מיר קענען נאך פארכאפן דעם פליגער. ב"ה עס האט נישט געדויערט לאנג אריבערצוגיין די זיכערהייט סקרינינגען, און ביז א קורצע וויילע זענען מיר געווען פאראייניגט מיט די איבריגע בני החבורה.

יעצט איז שוין געווען דער צייט פון מנחה גדולה, און מען האט גערעדט אז עס לוינט צו מאכן א מנין מנחה בעפאר מען שטייגט אויף אויפ'ן פליגער, ווייל דער וועג קיין ציריך געדויערט נאנט צו דריי שעה, און אפשר וועט מען נישט עספיען צו דאווענען דארט מנחה וויבאלד מ'וועט זיין פארנומען מיט'ן טראנספער [ווער געדענקט נאך אז אין פראנקפורט האט דער שפאציר אליינס ביים טראנספער געדויערט א שרעקליך לאנגע צייט]. איך האב אבער געהאט עפעס וויכטיגער צו ערלעדיגן אין יענע צייט, ווייל אויב איר געדענקט שטייט מען יעצט אין א זונטאג... א זונטאג פאדערט געווענליך עטליכע נסיעות צום חדר מיוחד פונעם קייזער ירום הודו, און דא האלטן מיר נאכ'ן נישט באזוכן דעם צימערל אויף א קביעות'דיגן פארנעם זינט מיר האבן פארלאזט מעזבוז מיט א צירקע צוועלף שעה פריער. די אנגעצויגנקייט ביים טשעק-אין-קאונטער האט זיכער נישט צוגעהאלפן, און אנשטאט זיך שטעלן דאווענען האב איך געשפאנט מיט האסטיגע טריט צום נאנטסטן בית הכבוד, וואו איך האב זיך צוגעגרייט צו תפלת מנחה - וואס איך האב שפעטער געדאוונט ביחידות תיכף ביים זיך איינגארטלן אין פליגער אויפ'ן וועג קיין ציריך.

ביים צוריקקומען צום געיט, האט שוין דער עולם געהאלטן נאך מנחה און מען האט געשמועסט צווישן זיך אפאר מינוט. דאן האט איינער געדינט אלס ספעציעלער גילוי שדכן צווישן מיר און איינער פון אונזערע געוועזענע שרייבער וועלכער פלעגט גאר אסאך שרייבן אבער האט זיך האסטיג אפגעזעגנט פונעם וועלטל א וויילע בעפאר די נסיעה. יענער איז טאקע צוגעקומען צו מיר, מיר געגעבן די האנט און געזאגט זיין ניק נאמען, ולעומתו עניתי לכאורה... און מיר האבן זיך הערצליך באגריסט און געזעגנט אין די זעלבע מאמענט.

דעם גאנצן וועג פון קיעוו קיין ציריך בין איך טיף אדורכגעשלאפן, זינט דאס לעצטע מאל איך האב אפילו נאר געדרימעלט איז געווען דער שבת נאכמיטאג דרימל וואס איז שוין געקומען צו אן ענדע ארום פינף אזייגער מיטאג, און יעצט האלט מען שוין ארום איין-און-צוואנציג שעה שפעטער!

עטוואס בעפאר'ן לאנדן בין איך שוין אויף געווען, און פרובירט ארויסקוקן פון די פענסטער אויף די הערליכע אלפן בערג וואס נעמען ארום דעם שטאט ציריך. איך בין נישט געזיצן ביי א פענסטער, אבער דער עראפלאן איז געווען גענוג שמאל און די בערג גענוג הויך אז איך זאל זיי קענען באטראכטן פון די ארומיגע פענסטער. איבריג צו זאגן אז עס איז געווען א מחזה הוד, מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית!

דער טראנספער אין ציריך איז צוגעגאנגען גאנץ געשמירט. מ'האט זיך טאקע געדארפט שטעלן אין די רייע און אדורכגיין א קאנטראל, אבער זיי האבן זיך נישט געשטעלט אויף גארנישט, און זענען געווען עקסטערע העפליך כדרך השווייצארישע. דאס גאנצע פלאץ האט געשמעקט פון קעז, מיט וואס די לאקאלע בארימען זיך שטארק. מ'איז אויך אדורך נאכאמאל א זיכערהייט אונטערזוכונג, און נישט לאנג דערויף איז מען אויפגעשטיגן אויפ'ן פליגער וואס וועט אונז פירן די לאנגע איבער-ניין-שעה רייזע איבער'ן אטלאנטיק.

מיר האבן זיך באקוועם געמאכט אויף די זיצן, [ביי דער נסיעה האב איך יא באזוכט דעם קייזערליכן צימערל אינמיטן די רייזע, לכבוד דער זונטאגדיגער טאג...] דאסמאל האב איך שוין יא געהאט א פענסטערל, און ענדליך האט דער סקרין פון פארנט אויך געארבעט... האבן מיר טאקע רוב צייט געקלאצט אויף דעם קליינעם פליגערל וואס מאכט זיין וועג איבער'ן ים, אבער אויך געשפילט עטליכע געימס מיט'ן דומם, און אויך א 'טריוויע' שפיל מיט די ארומיגע שכנים אויפ'ן פליגער - שמערי בערי און דממה דקה. איך בין נתפעל געווארן פון די וועלטליכע ידיעות פון די צוויי... איך האב געמיינט אז איך וועל זיי גרינג געווינען אין דעם סארט שפיל וואס דער געווינער האט מער קענטעניס אין מילי דעלמא, אבער זיי - בעיקר דממה דקה - האבן מיר ערשטוינט מיט זייערע ידיעות אין אלע תחומים.

דער עולם האט געגעסן די פליישיגע סענדוויטשן וואס מ'האט פארטיילט אלס צידה לדרך, אבער איך האב בלויז געגעסן עפעס היימישע מזונות וואס איז מיר נאך געבליבן, קלערנדיג אז ביים אנקומען אהיים וועט מיר ווארטן א מילכיגע ברוך הבא (איך האב שוין געגארט נאך א קאווע... די לעצטע איז געווען ביי מלוה מלכה), און איך האב טאקע גוט צוגעטראפן...

ביים לאנדן איז שוין געווען טונקל און נאכט אין ניו יארק. איך האב אנגעצינדן מיין טעלעפאן און הערשט יעצט צוריקבאקומען סערוויס נאך אן אפשניט פון פיר מעת לעת. ביז דער פליגער האט זיך פארקירט און מען האט אראפגעלאזט דעם עולם, האב איך שנעל געליינט די טעקסט מעסעדזשעס וואס זענען מיר אנגעקומען אין די טעג פון דער נסיעה. איך האב אויך טעלעפאנירט אהיים, און געמאלדן אז האפנטליך וועט נישט געדויערן לאנג ביז איך קער זיך אום אהיים.

די גרעניץ קאנטראל איז געווען בסדר, קיינער האט נישט געבעטן קיין קאוויד פאפירן (אין שווייץ אויך נישט... די גאנצע שפיל מיט די ענגלישע דאקומענט איז געווען לריק ולבהלה, פונקט גענוג צו פארדרייען אונזערע קושקעס און צאפן אונזער בלוט) און מ'האט אפילו נישט איבערגעקוקט אונזערע רענצלעך אדער געפרעגט וואס אזאנס מיר שמוגלען דא... מיר האבן זיך ארויסדערזען פון לופטפעלד, און געמאכט אונזער וועג מיט'ן שאטעל צום פארקינג לאט, וואו שמערי בערי האט אויסגעלייזט זיין אויטא און געפירט מיך מיט טוב ה' לכל קיין מאנסי. [רינדעכיגער איז ארונטערגעבליבן פון אונזער קאראוואן, וועלנדיג פאררויכערן נאך א ציגארעטל ביים לופטהאפן. טוב ה' לכל האט איבערגענומען זיין ארט אינעם אויטא].

אויפ'ן וועג האבן מיר געשמאק געשמועסט און פארברענגט [שמערי בערי האט מיר דאן צוגערעדט איבערצונעמען פון אים א געוויסע ארבעט, וואס איך האב טאקע געטון פאר א וויילע], און מיר זענען אנגעקומען אהיים ארום 8:30 אין אוונט. א לייכטע שניי האט געהאלטן אינמיטן פאלן אין די ניו יארקער געגנט ווען מיר זענען אנגעקומען [גענוג א שטארקע שניי געווען צו קענסלען דער פליגער פון סאכדעס צומארגנס, ווי אויך איז נישט געווען קיין חדר און שולע צומארגנס אין מאנסי, ווען איבערנאכט האט זיך אנגעקליבן א העכערע שניי]. איך האב געלאדנט "טוב ה' לכל" צו וויילן אין מיין דירה ביז ער טרעפט א קאר צו זיין היים [וויילנדיג ביי מיר האט ער זיך אריינגעכאפט אין די 'מנהלים אפיס'... אבער עס איז געווען אונטער מיין אויפזיכט]. עס האט נישט לאנג געדויערט און זיין אויטא איז ערשינען, און איך האב אים געהאלפן אריינשטעלן זיינע פעקלעך דערין [ער האט דאך געהאט א צעבויגענעם פוס] און זיך געזעגנט פון אים לחיים ולשלום.

אויפ'ן וועג ארויס פון שמערי'ס קאר האב איך גענומען א זעקל פון די שאכטל וואס "אלעקסיי" האט מיטגעשיקט... א צידה לדרך זעקל וואס האט געזאלט פארטיילט ווערן פאר אלע חברי הנסיעה אבער בלויז איך האב זוכה געווען דערצו. ווי געשריבן איז דארט געליגן א תהלימ'ל, א פעדער מיט קוויטלעך, און נאך אפאר קלייניגקייטן.

אינדערהיים האב איך באזוכט דעם קליינעם וואסער-צימער, און הערשט דאן - ביים זיך אפגיסן די הענט - האב איך צום ערשטן מאל אפגעוואשן מיין פנים און מיינע ברילן פון די זאלציגע טרערן וואסער וואס האבן זיך אויסגעטריקענט דערויף ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב אין מעזבוז. איך האב זיך פארראכטן די פיאות און זיך געזעצט צום טיש צו טועם זיין פון די נארהאפטיגע היימישע מאכלים וואס מ'האט צוגעגרייט פאר'ן גאסט.

ארום ניין אזייגער האב איך זיך אריבערגעכאפט אין לאקאלן שול צו דאווענען מעריב בציבור, און דאן ממשיך געווען מיט דעם נאכטמאל וואס איז געווען צוגעגרייט. איך האב מיך געלייגט גאנץ פרי, וויבאלד אויפ'ן אייראפעישער זייגער איז שוין געווען גאר שפעט. נאך זעקס שעה האט מיך דער ביאלאגישער זייגער אויפגעוועקט, און איך האב געזאגט ברכת התורה און קריאת שמע, און וויבאלד מיין בחור איז געבליבן אינדערהיים צוליב וואס דער ישיבה האט נישט געהאט קיין פארטאגס סדר צוליב'ן וועטער, האב איך זיך אראפגעזעצט מיט אים ביים טיש, און מיר האבן אינאיינעם אפגעלערנט מסכת ברכות דף ג', גמרא רש"י תוס' און מהרש"א. עס איז געווען ב"ה א נחת. [די איבריגע בלעטער האב איך געלערנט פאר מיר, און דאס מסיים געווען אויף ערב פסח מוקדם - ביום בדיקת חמץ].

און מיט דעם שליסן מיר דעם לאנגן יאר-לאנג-געשריבענעם טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע (מיר האפן נאך צוריקצוקומען מיט א פדף - נאכדעם וואס מיר וועלן אריינשטעלן מער גענויע טיימליינס ביי יעדע שטרעזל, לויט די גוגעל-מאפעס פון איינער פון די מיטרייזנדע, ווי ערווענט).

איך קען נישט ענדיגן דעם טאגבוך אן זיך נאכאמאל באדאנקן פאר "ארחיקה נדד" פאר די הערליך צוגעשטעלטע נסיעה פון תשפ"א, און א בקשה אויף ווייטער... עפעס ווירבלען זיך שוין האלבע פלענער אויף א צוקונפטיגע נסיעה, לאמיר האפן אז אויך דארט זאלן מיר זיך קענען באטייליגן און עס זאל אויך מצליח זיין על צד היותר טוב, בעזהשי"ת.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

וואא… שוין פיניש? אזוי שנעל?

וואס קומט נעקסט?
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

WOW!

גאר שיין, הארציג און רייך געשילדערט.

שכח @לכאורה.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אההה ייש''כ
אזוי שיין אין הערליך אראפגעלייגט דער גאנצע נסיעה....

לייג מיר אוועק פלאץ פאר די קומענדיגע נסיעה......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

Wow!!!

ליינענדיג לכאורה׳ס תגובות, און אלס איינער וואס איז שוין געווען אויף צענדליגע מקומות הקדושים נסיעות קיין אייראפע, שפיר איך ווי איך לעב עס אליין מיט. מלא התרגשות!

ווען איך פאר, פרובירן מיר צי גיין יעדעס מאל פון א אנדערע עירפארט. אזוי האב איך שוין ב״ה געהאט די זכי׳ און געלענגנהייט צי ׳קאווערן׳ אסאך ציונים הק׳ אין אסאך לענדער און שטעט.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זייער זייער שיין. אה די בענקעניש
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

יישר כח מנהל פארן פאראייביגן די נסיעה מיט אלע איינצעלהייטן, און אונז צוריקפירן ממש לעבעדיגערהייט צו די אלע מקומות, אוי די געגועים, די התעוררות, די ווארימקייט, די היימישקייט, דאס קען מען מיט געלט נישט באצאלן, א ייש"כ ארחיקה פארן מייסטערהאפטיג ארגעניזירן און אנפירן די נסיעה.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

קיינע ווערטער.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שכוח לכאורה !!
האסט אונז באמת מהנה געווען דורכאויס דע לעצטע חדשים !
מיר ווארטן אויפן pdf
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”