טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נארוואס דורכגעליינט די ערשטע צוואנציג בלעטער אין איין אטעם.

Wow איז דאס א גוטס! איך בין ענק ממש מקנא
אני הוא הנער, נער המדבר
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

געוואלדיג לכאורה, הערליך געשריבן.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זייער שיין

מען האט שוין געשריבן דא ווער עס איז דער דומ״ץ?

אגב האב איך די שבת געזען דאכט זיך מיר בשם הרהק מהרי״ד זייער שארף קעגן די וואס זאגן אז אפטא רב האט געגעסן זייער אסאך

צווייטענס. די הגומל איז שוין געווען דא א ריזיגע דיון און עס איז נישט פשוט אז מען מאכט א ברכה פארן אנקומען צוריק אין נוי יארק. מען זאגט פון רביה״ק מ סאטמאר זצ״ל אז ער האט נישט געלאזט, ויש אומרים איפכא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לכאורה האט געשריבן:אויב נישט דממה דקה, דאן דער דאיען

יאפ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שאינו יודע האט געשריבן:צווייטענס. די הגומל איז שוין געווען דא א ריזיגע דיון און עס איז נישט פשוט אז מען מאכט א ברכה פארן אנקומען צוריק אין נוי יארק. מען זאגט פון רביה״ק מ סאטמאר זצ״ל אז ער האט נישט געלאזט, ויש אומרים איפכא

איינער פון אונז האט טאקע געזאגט אן שם ומלכות
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר כבוד הרב המנהל שליט"א פאר'ן ממשיך זיין מיט זיינע פינגערבאלקענדע טאג בוך און מיר צוריק טראגענדיג צו מיין פרעזענליכע נסיעה קיין אוקריינע און שבת אין מעזיבוז

דער הרב קארניצער הייסט נישט הילל נאר ירמי', אין אלענספאל אין א שמועס וואס איך האב געכאפט מיט אים במשך'ן שבת שטעלט זיך ארויס אס ער איז דער ארטיגער מענעזשער פון קרית בעש"ט ואגפי', ער וואוינט במשך דעם קיילכיגן יאר מיט א שטוב פון צוויי קינדערליך, זיין בני בית העלפט אים צו מיט די ארבעט

אויף מיין פראגע צו זיי ווערן נישט משוגע פון גיין ליידיג אין אזא וויסטער ישוב, ענטפערט ער מיט א שמייכל מיר פרייען זיך ווען מיטוואך ווערט אביסל שטיל און מ'קענמיר זיך כאפן די אטעם

תמשיך כבוד המנהל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הערליך! נאסטאלגיע! בענקשאפט!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

יאפ, דער מנהל טראגט אונז צוריק לייוו, קעש מיר איין דאפעלט אויף די זעלבע געלט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שאינו יודע האט געשריבן:מען האט שוין געשריבן דא ווער עס איז דער דומ״ץ?

איך שרייב דירעקט נישט קיין נאמען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:הערליך! נאסטאלגיע! בענקשאפט!!

עס איז אלעס דיין קרעדיט!
[דו ווייסט אויך אז הרב קארניצער הייסט ירמי'?]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נאר צו לאזן וויסן אז איך ליין מיט קנאה און הנאה.... עס גליסט מיר שטארק אזא נסיעה
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:הערליך! נאסטאלגיע! בענקשאפט!!

עס איז אלעס דיין קרעדיט!
[דו ווייסט אויך אז הרב קארניצער הייסט ירמי'?]

יעפ. צו זיין מער ספעציפיש: קורניצער.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

געלעגער האט געשריבן:נאר צו לאזן וויסן אז איך ליין מיט קנאה און הנאה.... עס גליסט מיר שטארק אזא נסיעה

פראטאקאלירט!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ הערליך אין דערפרישענד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

א שאד מיר זענען נאך נישט דא געווען דעמאלטס.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

שלמה מולכו האט געשריבן:

ווען קומט נאך א ריקוועסט צום מנהל פאר א פארזעצונג?[/quote]
שלמה אינז ווארטען פון דיר איוך א פארזעצונג
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

אין אנדערע נייעס ארום די דרוזן שבת צופרי.

מיט דעם קען מען שוין פארשטיין דעם מיסטעריעזן אשכול.

viewtopic.php?f=21&t=46254&sid=c39b40d8e534d29f37cd20aba1fe7d12#p2608512
חחח...
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

א גרופע פון כמעט צוויי מנינים הונגערן שוין א וואך צייט!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דריי
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר ויתן לך וגו' (תולדות), ז"ך חשון תשפ"ב לפ"ק

מיר אלע מעגן נעמען א לעקציע פון "ארחיקה נדד". דאס ווארט 'אויפגעבן' עקזיסטירט פשוט נישט אין זיין לעקסיקאן! ווען ער האט אויפגעהערט פרעגן טעגליך דעם "אפשר היינט?" סלאגאן אין דעם אשכול, האט ער דאס אנגעהויבן טון אין אנדערע פארומס, און אויך אין הענגאוט. און דא בין איך, טראץ די שפעטע שעה און די פילע ארבעט וואס איך האב קוים פארענדיגט פאר'ן טאג/נאכט, און איך ריש מיך צו שרייבן אן ארטיקל איבער די שבת בייטאג סעודה אין מעזיבוז.

איידער איך גיי באשרייבן די בייטאג סעודה, דארף איך צולייגן א נאטיץ צום פרייטאג צונאכטס טיש, אז עס זענען געווען מגידים וואס האבן אויפגעטרעטן לכבוד השבת ולכבוד הנאספים. איך געדענק נישט פונקטליך ווער, אבער כמעט ברור אז "טוב ה' לכל" איז געווען צווישן זיי. און יעצט גייען מיר צוריק צום בייטאג טיש, וואס אויסער די מעין-קורס פון דרשות וואס איך וועל אט באשרייבן, זענען געווען אנדערע מגידים, א שטייגער ווי "דממה דקה" וואס האט אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער מסביר געווען א לעזי רש"י בטוב טעם ודעת, באשפרענקלט מיט געשמאקע הומאר, א שטייגער טאקע ווי די "בנים רוחות מופלגות" ווערטל אויף די יעניגע וואס האבן דעם נאכט פריער געזינגען מיט אונז "לכה דודי". [וואס איז דער ווערטל? אז ביי מוסף פון די ימים נוראים קען מען בעטן אויף בנים תלמידי חכמים / רוח הקודש / אדער עשירות מופלגת, און איינער האט אמאל געזאגט אז תפלה עושה מחצה און ער האט זוכה געווען צו "בנים רוחות מופלגות"].

אז מ'רעדט שוין פון דממה דקה, פון די שטארקע תלמידי חכמים אויפ'ן וועלטל, ווי מען קען זיך איבערצייגן ביי דער תכלת אשכול. איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אויף אונזער נסיעה זענען מיטגעקומען שנים שנים... פון יעדע טעמע האט מען גענומען איין מענטש פון יעדע צד, כדי עס זאל כסדר זיין א טעמע וואס זאל האלטן דעם עולם געשפאנט... א שטייגער איז טאקע געווען "דממה דקה" וועלכער איז א שטיקל פאן טרעגער דא אקעגן די פארשידענע סארט תכלת'ער, אבער פון די אנדערע זייט האבן מיר פארמאגט א "תכלת" טרעגער! מיר האבן געהאט מיט אונז פון די גרעסטע פרא-וואקסינער, אבער אויך לעומתו אן אנטיסט ווי עס דארף צו זיין. און אזוי מיט יעדע סארט טעמע. ווי שוין געשמועסט האבן מיר אויך געהאט פון אלע טעגלאשער פראקציעס, אבער נישט סתם געהאט, נאר די סאמע סמעטענע, ווי מען האט זיך איבערצייגט ביי די שפעט-נאכטיגע שמועסן אז צווישן אונז זענען געווען פארשידענע אנדרייער און איבערקערער אויך.

נחזור לענינינו, צו באשרייבן דעם צופרי סעודה, וואס איז אויך געווען הערליך צוגערישט - כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני - מכל טוב וטוב. מען האט מיך געזעצט אויף די לענג פון די טיש, צווישן שמערי בערי און ארחיקה נדד, און דער דאיען איז געזעצן קעגנאיבער מיר, אביסל אהינציר. איך האב קידוש געמאכט אויף א פיינעם וויין (דער וואס האט געברענגט די וויין, האט מיר דערמאנט אז עס איז געווען א נעפע וועלי... עפעס אזוי), און נאך די פיש צוגעטרינקען נאך, כמעשהו בלילה כך מעשהו ביום, ביז באראן הערצאג וכת דילי' האבן מיך גענוג איבערגענומען צו ווערן אויפגעהייטערט און עטוואס הויך.

דא וועל איך מאכן א קורצע הקדמה בעפאר מען גייט צו צום הויכפונקט פון די בייטאג פראגראם.

אלע וואס ליינען די המספיק גאזעט (קיינער הייבט טאקע נישט אויף די האנט?... איך האב עס שוין אויך כמעט אויפגעהערט צו ליינען... די אלול און תשרי עקזעמפלארן ליגן מיר נאך אויפ'ן שענקל כמעט אומבארירט, אבער למעשה ווארף איך עס געווענליך נישט אוועק איידער איך ענדיג עס מדאשקע לדאשקע), ווייסן אז המספיק פירט אן מיט אזעלכע שבתים בערך איינמאל אדער מער א יאר, ווען זיי נעמען ארויס די חשוב'ע עלטערן פון ספעציעלע קינדער אין א האטעל, מען שטעלט זיי צו א שבת צום געדענקען ברוחניות ובגשמיות, עסן צו דער זעט און דרשות צו הייבן די געמיטער, א זאך וואס ווערט שוין היינט נאכגעטון דורך יעדע צווייטע חבורה, קהילה און ארגאניזאציע.

האט אבער המספיק איינגעפירט אז שבת צופרי ביים קידוש, נאכדעם וואס די ברוינפן מאכט איר וועג אין די טיפע מח קעמערלעך, זאלן זיך די עלטערן צוזאמזעצן אויף אן "אפענע שמועס", וואו הערצער גיסן זיך צונויף און עס הייבן זיך אן דערציילן מעשה'לעך און קרישקעלעך פון מיטגעמאכטע עלטערן וואס ציען אויף ספעציעלע נשמה'לעך, אן אויפגאבע וואס איז ביטערליך שווער און פארלאנגט כח און מח אנע שיעור. הכלל, דער איינפירונג האט זיך איבערגעכאפט צו אנדערע אזויגערופענע שבתון'ס, און איך בין באקאנט פון דער נאנט אז אויך א געוויסע ארגאניזאציע וואס נעמט ארויס יתומים ויתומות אויף אזעלכע אויספלוגן, האט יאר יערליך אוועקגעלייגט דעם שבת צופרי 'סלאט' פאר אפענע געשפרעכן צווישן די מיטגלידער, ווען מען נעמט א יתום אדער יתומה און מען לאזט יענעם דערציילן זיין לעבנס געשיכטע פון אנהייב ביז'ן ענדע, אלע מיטמאכענישן און קאשמארן, דער שווערער דורכגאנג און די נאך שווערערע נאכפאלגן, און אזוי ארום ווערט אלעמען גרינגער אויפ'ן הארצן - ווי דער מאמר החכם דאגה בלב איש יסיחנה לאחרים.

און אויך אונזער אויספלוג האט באשטימט אוועקצולייגן דעם שבת בייטאג סעודה פאר אזא סארט צוועק. דער באשעפער האט אזוי צוגעפירט אז צוויי מיטגלידער פון אונזער גרופע זענען באשאנקען געווארן מיט ספעציעלע קינדער, און זיי האבן מסכים געווען זיך אויפצושטעלן און אויסגיסן די בונדלעך, אזוי צו זאגן.

דער ערשטער האט זיך אויפגעשטעלט איינער (דא וועלן מיר נישט שרייבן קיין ניק נעמען צוליב פארשטענדליכע סיבות) וועם השי"ת האט אריינגעשטעלט א ספעציעלע נשמה אין שטוב, א לעכטיג מיידל וואס איז ערגעץ וואו אויפ'ן ספעקטרום, און דאס לעבן מיט איר איז א טעגליכע טשעלענדזש. דאס קינד איז נישט קליין, אבער פארפירט כסדר און קערט איבער יעדע זאך אדער מענטש וואס שטייט אין איר געגנווארט. איך בין אמאל געווען ביי יענעם אין שטוב, און עס איז געווען ווייטאגליך מיטצוהאלטן ווי דאס קינד - וואס רעדט נישט, אבער לאזט זיך שטארק הערן אויף אלע סארט אופנים - האלט זיך אונטער אין בעט מיט פארשידענע מורמלערייען און צווישנרופן וואס זענען נישט פארשטאנדיג פאר'ן געווענליכן אויער. און דער טאטע האט מיר דאן פארטרויעט אז דאס איז א טעגליכע רוטין וואס געדויערט א לאנגע לאנגע צייט, ביז דאס קינד שלאפט ענדליך איין. אויך איז דאס הויז אוועקגעשטעלט אויף אזא אופן אז דאס קינד זאל נישט קענען אליינס עפענען קיין לעדלעך, רוב שענקלעך זענען די הענטלעך ארונטערגענומען אדער אויסגעדרייט מיט'ן עפענונג צום וואנט. א שווער לעבן, השם ירחם. און דאס קינד פארשטייט נעבעך נישט וויאזוי זיך צו שפילן מיט די געשוואוסטער, און אנשטאט ארומנעמען און גלעטן, וועט עס בייסן, ציפן און טון אנדערע שעדליכע זאכן. צו היטן אויף איר, פארלאנגט א כסדר'דיגע אבזערוואטיווע אויג, און כמובן שעפט דאס אויס די כוחות.

האט דער טאטע זיך אויפגעשטעלט ברבים, און נאכ'ן בעטן דעם עולם'ס אטענציע און שטילקייט צוליב די ערנסטקייט פון די טעמע, האט ער אויפגעמאכט זיין בעקיטשע, העמד, הויט און פלייש, און איינפאך און פראסט ארויסגענומען זיין הארץ און דאס אראפגעשטעלט אויפ'ן טיש בפני כל עם ועדה... ער האט דערציילט די גאנצע מעשה פון אויבן ביז אונטן, און אראפגעלייגט ווי ביטערליך שווער עס קומט אן פאר עלטערן צו האנדלן מיט ספעציעלע קינדער. יעדע מאל די עלטערן ווילן ערגעץ אוועקפארן אויף א שמחה, דארף מען אויסרעכענען פון פאראויס ווער עס קען באשטיין צו נעמען דאס קינד. נישט יעדער וויל און נישט יעדער קען זיך אפגעבן מיט אזא צדקנית. עס האט זיך שוין געמאכט אסאך מאל וואס זיי האבן געדארפט פארפאסן נאנטע משפחה שמחות, אדער שבתים וואס אלע קרובים פארברענגען אינאיינעם, נאר ווייל מען האט נישט געטראפן וואו צו פלאצירן 'פייגעלע' [פיקטיווע נאמען].

ב"ה אינמיטן טאג גייט זי אין איינע פון די ספעציעלע מוסדות וואס באפאסן זיך מיט אט אזעלכע נשמה'לעך, אבער מען דארף מאכן זיכער צו זיין יעדן טאג אינדערהיים צו די פונקטליכע מינוט ווען די באסעלע קומט, ווייל אזא קינד קען נישט 'גיין צו א שכן' ביז די מאמע קומט אהיים... און אזוי ווייטער און ווייטער האט זיך געגאסן פון זיין הארץ עפיזאדן און געשיכטעלעך פון זיין שווער לעבן. ווען בשעת מעשה ווערט דאס באגלייט מיט זאצן ווי "מיר האבן חס ושלום נישט קיין טענות אויף כביכול, מיר ווייסן אז אלעס איז לטובה, איך שמועס מיך נאר אויס ווי א חבר צווישן חברים, אשיחה וירוח לי".

דאס דזשומען פון א פליג וואלט מען געקענט הערן אין די טאפעדיגע שטילקייט וואס האט געהערשט אין זאל. ווען איך האב מיך עפעס געוואלט אנרופן אינמיטן די רעדע, האב איך געכאפט א רוק פון מיין שכן אז יעצט איז נישט די צייט דערפאר... ארומקוקענדיג אויפ'ן ציבור האט מען געקענט באמערקן ווי דער עולם ווישט זיך די טרערן, אפענערהייט אדער מיט'ן קאפ געבויגן אויף אראפ אז קיינער זאל נישט באמערקן. עס איז געווען א געוואלדיגע התעוררות.

ווען דער ערשטער רעדנער האט דערגרייכט די ענדע פון זיינע רייד, האט מען הערשט דעמאלטס געכאפט דעם ריכטיגן שאק, ווען ער האט אליינס אויפגערופן דעם צווייטן רעדנער, זאגנדיג אז אויב ער איז באשאנקען געווארן מיט איין ספעציעלע קינד, וועט מען יעצט הערן דיבורים פון איינער וואס מוטשעט זיך מיט צוויי אזעלכע קינדער אין שטוב... א סקרוך איז אדורך אין די ביינער ווען יענער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן... דער עולם האט זיך איבערגעבליקט אויב דא האט נישט פאסירט קיין פארדרוסליכע טעות... ווי קען זיין אז דער שטיק חיות, דער פרייליכער אימער שמייכלדיגער פערזאנע באהאלט אין זיך אזויפיל צרות יגון ואנחה? ווי קען א מענטש אנשטעלן אזא פרייליכע וועזן ווען אינדערהיים טוט זיך אויף טישן און בענק מיט צוויי קינדערלעך וואס זענען 'אנדערש' און טוען זאכן וואס געווענליכע קינדער טוען נישט (בשעת זיי טוען נאכנישט זאכן וואס געווענליכע קינדער אין זייער עלטער טוען יא).

דער צווייטער רעדנער האט מיט זאפט און הומאר אראפגעלייגט זיסע געשיכטעלעך פון זיין אייגנארטיגע געזינדל, וואס די טייערע צדיקים'לעך ווירטשאפן אן פראבלעמען און ווען מען האלט זיי אפיר טוען זיי צוזאגן מיט'ן גאנצן הארץ אז זיי גייען שוין זיין וואויל און עס גייט שוין קיינמאל קיינמאל מער נישט פאסירן... ער האט זיך אויסגעדרוקט בתוך הדברים אז זיין גאנצע שטוב באשטייט פון צוזאגעכצער אז מ'גייט שוין זיין וואויל... דער עולם האט זיך געווישט די טרערן ביים הערן ערשטהאנטיג פון א ספעציעלער טאטע וואס איז פרובירט געווארן פון אויבן מיט מערערע נסיונות און ער שטייט זיי אלע ביי - מיט א גרויסע נארהאפטיגע שמייכל.

וויאזוי גייט מען ווייטער נאך אזעלכע צוויי שוידערדיגע הארץ אויסגיסונגען?

איך האב ספאנטאן אנגעהויבן זינגען דעם "נשמת, נשמת כל חי" וואס איך קען פון יודא גרין, און דער עולם האט מיטגעזינגען מיט א ווארעמקייט. פון דארט האב איך געצויגן דעם עולם צו נאך א ווארעמע חיזוק ניגון פון "קוה אל ה' - אוי חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'" וואס איך קען פון ר' אביש בראדט. און תיכף דערויף נאך א ניגון פון ר' אביש בראדט אויף די ווערטער "מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי"... און זייענדיג עטוואס 'הויך' ווי געשמועסט, האב איך ארויסגענומען פון אוצר מיין הויך-קוויטשנדע שטימע וואס רעדט זיך איין אז עס ענדלט צו ר' אביש'ן... איך האב געוואלט זינגען נאך אפאר אזעלכע ניגונים, א שטייגער ווי משה גאלדמאן'ס "אלקי נשמה שנתת בי", אבער דער זייגער איז געלאפן פאראויס און דער עולם האט זיך נאך געוואלט אביסל צולייגן לכבוד שבת קודש.

מען האט צוגעענדיגט די סעודה מיט אלע זמירות, און געבענטשט אויפ'ן כוס, און פון דארט איז מען זיך צעגאנגען מיט רויע געפילן אויף די טייערע חברים שיחיו, און לויב און דאנק צו השי"ת אויף די געזונטע לעכטיגע קינדערלעך וואס ער האט אונז אלעמען באשאנקען - אזוי זאל השי"ת ווייטער העלפן, און צושיקן רפואות און ישועות פאר אלע אידישע קינדערלעך. אמן כן יהי רצון.
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

רירענד!
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

לכאורה, געליינט און הנאה געהאַט פון אלעס בּיז אַהער.

היינט האָסטו מיר אָבּער ארויסגעשלעפּט מער ווי איין טרער.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הערליך שיין באשריבן, האסט מיך געהעריג צוריק געשלעפט, כזעה נאך די ליכטיגקייט פון די זון ביי די צופרי סעודה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רירענד!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח מנהל, הארציג!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”