טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שוין נישט געשריבן דא פאר א וויילע, און איך האב נישט געוויסט וואס האט מיר אריינגעשלעפט אין דעם אשכול ביז איך האב געליינט דיין התעוררות ביים ציון.

@לכאורה, האסט מיר טיף אויפגעשאקלט. זאלסט האבן געפויעלט אלעס גוטס.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אמן! יישר כח בניהו און אלע באדאנקער
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שכוח ביידע מחותנים פארן הערליכן פרק!!!!!

א גוטע וואך. צום ווידערזען אין אומאן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך האלט יעצט פאר מלוה מלכה, איך בין נאך אונטערן שאטן פון די זאלציגע בריללן!

וואס זאל איך אייך זאגן, דער מרא דאתרא האט זיך דא היבש אנטפלעקט מצפוני לבו, ס'ערשטע מאל אייערע ווארע געבט מיט אזא ציפ, יא דער מיינט עס ערנסט...

איר זאלט האבן געפועלט אלעס גוט'ס!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:(טעכנישע נאטיץ: אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אי"ה זיין טרוד מיט א שמחה, אלזא לייגט נישט קיין צו שווערע דרוק אויף א פארזעצונג. אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט צייט און כח, וועלן מיר אי"ה שרייבן)

מיט די גרעסטע מאס גאר לייכטע דריק העמיר נעמען די מייק און פרעגן: ווען קומט נאך א קאפיטל?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:(טעכנישע נאטיץ: אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אי"ה זיין טרוד מיט א שמחה, אלזא לייגט נישט קיין צו שווערע דרוק אויף א פארזעצונג. אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט צייט און כח, וועלן מיר אי"ה שרייבן)

מיט די גרעסטע מאס גאר לייכטע דריק העמיר נעמען די מייק און פרעגן: ווען קומט נאך א קאפיטל?

וועסט איהם נאכאמאל גמ"ח'ן וועט דאס העלפן שנעלער ווי די מיינסט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:(טעכנישע נאטיץ: אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אי"ה זיין טרוד מיט א שמחה, אלזא לייגט נישט קיין צו שווערע דרוק אויף א פארזעצונג. אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט צייט און כח, וועלן מיר אי"ה שרייבן)

מיט די גרעסטע מאס גאר לייכטע דריק העמיר נעמען די מייק און פרעגן: ווען קומט נאך א קאפיטל?

היינט בין איך זייער מיד
אפשר מוצאי
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:(טעכנישע נאטיץ: אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן מיר אי"ה זיין טרוד מיט א שמחה, אלזא לייגט נישט קיין צו שווערע דרוק אויף א פארזעצונג. אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט צייט און כח, וועלן מיר אי"ה שרייבן)

מיט די גרעסטע מאס גאר לייכטע דריק העמיר נעמען די מייק און פרעגן: ווען קומט נאך א קאפיטל?

היינט בין איך זייער מיד
אפשר מוצאי

When you'll finish with this one he'll start putting pressure for the Renewel Shabbos writing
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נע, דאס גייט אים נישט אן... ער האט יענעם שבת נישט ארגאניזירט

(ספיקינג אוו רינועל... היינט באקום איך א רוף פון א איד וואס איז עלטער פון מיר מיט א גוטע צען בערך, א קרוב משפחה וואס רופט מיך ממש קיינמאל אן. ער וויל הערן וויאזוי מען קען מנדב זיין א ניר... אויב ער איז שוין צו אלט [כ'האב אים געזאגט אז זיי האבן נדבנים פון איבער די זיבעציג אויך] און וויאזוי דער פראצעדור הייבט זיך אן [כ'האב אים געגעבן דער אפיס נומער, און געזאגט אז ער זאל אריינרופן און זיי וועלן לכאורה ארויסשיקן א שטעקעלע זיך צו 'סוואבן']. עס איז מיר געווען א געוואלדיגע אינטערעסאנטע געשפרעך וואס מאכט זיך ממש נישט, א איד וואס עס איז אים באפאלן א רוח טהרה און ער שטופט זיך צו ווערן א נדבן)
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לכאורה האט געשריבן:נע, דאס גייט אים נישט אן... ער האט יענעם שבת נישט ארגאניזירט

(ספיקינג אוו רינועל... היינט באקום איך א רוף פון א איד וואס איז עלטער פון מיר מיט א גוטע צען בערך, א קרוב משפחה וואס רופט מיך ממש קיינמאל אן. ער וויל הערן וויאזוי מען קען מנדב זיין א ניר... אויב ער איז שוין צו אלט [כ'האב אים געזאגט אז זיי האבן נדבנים פון איבער די זיבעציג אויך] און וויאזוי דער פראצעדור הייבט זיך אן [כ'האב אים געגעבן דער אפיס נומער, און געזאגט אז ער זאל אריינרופן און זיי וועלן לכאורה ארויסשיקן א שטעקעלע זיך צו 'סוואבן']. עס איז מיר געווען א געוואלדיגע אינטערעסאנטע געשפרעך וואס מאכט זיך ממש נישט, א איד וואס עס איז אים באפאלן א רוח טהרה און ער שטופט זיך צו ווערן א נדבן)

וואסי געווארן מיט דיין מידיקייט?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כ'בין נאך אלץ מיד, כ'ווייס נישט פארוואס...
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

לכאורה האט געשריבן:כ'בין נאך אלץ מיד, כ'ווייס נישט פארוואס...

וויאזוי קען איך וויסען צו איך בין א מעטש מיט איינעם?
אז כריף אריין צו רינאעל וועלן זיי מיר שיקן אזא סוואב?
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:כ'בין נאך אלץ מיד, כ'ווייס נישט פארוואס...

וויאזוי קען איך וויסען צו איך בין א מעטש מיט איינעם?
אז כריף אריין צו רינאעל וועלן זיי מיר שיקן אזא סוואב?

אדער מדארף גיין זיך טעסטען דורך נעמען בליט?
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:כ'בין נאך אלץ מיד, כ'ווייס נישט פארוואס...

וויאזוי קען איך וויסען צו איך בין א מעטש מיט איינעם?
אז כריף אריין צו רינאעל וועלן זיי מיר שיקן אזא סוואב?

אדער מדארף גיין זיך טעסטען דורך נעמען בליט?

קודם פלעין א סוואב..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:כ'בין נאך אלץ מיד, כ'ווייס נישט פארוואס...

וויאזוי קען איך וויסען צו איך בין א מעטש מיט איינעם?
אז כריף אריין צו רינאעל וועלן זיי מיר שיקן אזא סוואב?

אדער מדארף גיין זיך טעסטען דורך נעמען בליט?

לא קשיא, כאן בחדתי כאן בעתיקי
אמאל פלעגט מען נעמען בלוט, אבער היינט ווייסן זיי אלעס פון אביסל שפייעכץ
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

זייער עמאשענעל מיר צוריקגעטראגן צו אלע נסיעות וואס איך האב אמאל מיטגעהאלטן. א גרויסן דאנק!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מוצאי שבת קודש שמות, אור ליום א' וארא - כ"ב טבת תשפ"ב לפ"ק

דער עולם שלעפט זיך מיט אלע רענצלעך און פעקלעך צום פאיאכעלע וואס שטייט פארקירט ביים פלאכן באדן אויבן פון קרית הבעל שם. ביים ארויפגיין אויפ'ן באס דערקענט מען דאס נישט... מיר האבן דאס איבערגעלאזט פרייטאג אין א מצב וואס מען האט נישט געקענט ארויסזען דעם קאליר פון די קארפעט... יעצט איז עס געווען הערליך אויפגערוימט און גרייט צו ווערן שמוציג פונדאסניי דורך די גרופע וואנדערער וואס קערן זיך אט אום צום לופטפעלד און לאזט אוקריינע במנוחה אויף א וויילע.

דער באס קען אבער נישט אוועקפארן פון מעזיבוז ביז יעדער איינער איז מסודר מיט די נויטיגע קאוויד פאפירן. די וואס האבן זיך געלאזט מקיז דם זיין פרייטאג נאכמיטאג, האבן יעצט אפגענומען די ארויסגעדרוקטע צעטל ביים קבלת-פנים קרעטשמע-סטיל רעסטוראנט וואס איז ליידיג פון מאכלים, און די אנדערע האבן באשטעלט עס זאל זיי אנקומען אין אימעיל די אנדערע פאפירן... איך באקום מיין צעטל, און עס ווערט מיר גוט אויפ'ן הארצן, א גראבע גרייז אין מיין געבורטסדאטום. איך באקלאג זיך פאר הרב קארניצער וואס שטייט ביים טישל און סארווירט דעם עולם מיט די פאפירן, ער זאגט אריין א שטימע-נאטיץ פאר'ן מסדר ה'פאפירן און זאגט מיר אז מיין פאפיר וועט אויך אנקומען אויף אימעיל.

יעדער זיצט שוין שיין אויפ'ן באס, יעצט איז הרב קארניצער ארויפגעקומען און זיכער געמאכט אז קיינער פארט נישט אוועק בעפאר'ן באצאלן די נדרים ונדבות געלט. דער עולם האט זיך דארט געלאזט וואוילגיין מיט'ן קויפן עליות, און הרב קארניצער מיט מכון באהלי צדיקים האבן זיך זיכער מחיה געווען מיט די פרישע איינקונפטן וואס וועלן ערמעגליכן צו אויפהאלטן דאס פלאץ. עס איז שוין געווען האלב נאך איינס, א גוטע שעה שפעטער ווי געפלאנט, ווען מיר האבן פארלאזט מעזבוז און אנגעהויבן פלאנירן וואו צו ווענדן אונזערע טריט.

דער אריגינעלער פלאן האט געלויטעט אז מיר פארלאזן מעזבוז אום 12 אזייגער, פארן א וועג פון ארום צוויי שעה קיין ברסלב - מקום מנוחת רבי נתן (א פעטער מיינער, לויט א קבלה אין די משפחה), און אויך וועט מען כאפן א שפאציר ביי א בארימטע טייך דארט וואו ר' נתן האט שפאצירט און געזינגען דעם פייערדיגן ניגון פון "אין ברסלב ברענט א פייער". פון דארט האט מען געזאלט פארן א וועג פון אנדערטהאלבן שעה קיין אומאן, וואו מען האט גערעכנט אנצוקומען אום פינף אזייגער פארטאגס און דארט וויילן ביז אכט אזייגער, ווען מיר וועלן אוועקפארן שוין נאך שחרית און פת שחרית. נאכהער איז געווען דער פלאן צו פארן א וועג פון צוויי שעה קיין פאסטוב, מקום מנוחת רבי אברהם המלאך - דער זוהן פון גרויסן מגיד ר"ר בער זי"ע, און א קורצע וויילע דערויף צופארן א וועג פון אנדערטהאלבן שעה קיין קיעוו, וואו מיר וועלן אנקומען ארום צוועלף אזייגער און זיין גרייט צו אונזער פליגער וואס הייבט זיך 1:40 זונטאג מיטאג.

ערגעץ ווען אינמיטן מלוה מלכה האט מען שוין אנגעהויבן שאצן אז די פלענער זענען היבש איבערגעטריבן, און מ'האט זיך צונויפגערעדט וואס מען קען אראפציפן דערפון. נמנו וגמרו אז אומאן איז קאי וקיימא, יעדער פון אונז - כמעט - האט נישט געוואלט פארציכטן דערויף, משא"כ ברסלב און פאסטוב זענען נישט געווען אזוי הויך אויף די ליסטע ביי רוב מיטגלידער (אויסער די געציילטע ברסלבער חסידים). איך האב נישט מיטגעהאלטן די פונקטליכע פלענער און געשפרעכן, אבער אינמיטן וועג האט מען געמאלדן אז מען פארט פון מעזיבוז גלייך קיין אומאן, און דאן וועט מען זען אויב עס בלייבט נאך מעגליך צייט פאר א סטאנציע אויפ'ן וועג צום לופטפעלד.

דער וועג צווישן מעזבוז און אומאן איז געווען גאר געשמאק. דער עולם איז געווען גוטמוטיג ארויסקומענדיג פון א היימישע שבת וואו מען האט זיך גאנץ גוט באקענט מיט די ארומיגע, און אויסגערוט איז מען אויך געווען, ווי אויך גוט זאט פון דער מלוה מלכה. מען האט געשמועסט געמיטליך איבער קאניאק און וואסער, ווען יעדע קורצע וויילע האט א צווייטער רויכערער געלייגט גענוג דרוק צו אפשטעלן דעם גאנצן באס אויף א ציגאר בראך. צווישן די טעמעס וואס מען האט דורכגעטון אויף דעם לאנגן וועג [מען איז ארויסגעפארן 1:30 פון מעזבוז, און הערשט אנגעקומען אין אומאן זעקסע צייט - - דאס מאכט סענס, ווייל לויט גוגעל דויערט אזא וועג ארום פיר שעה, יעצט לייג צו די קורצע אפשטעלונגען פאר די רויכערער] איז געווען דער מציאות פון קולטן אינערהאלב כלל ישראל... דער עסקן צווישן אונז האט דערציילט ווי עס איז אים אמאל געלונגען צו אינפילטרירן איינע פון די פארמאכטע סעקטעס אזש ביז'ן געווינען שטארקע צוטרוי ביים פירער אליינס, ער האט געהאלטן דעם עולם געשפאנט מיט זיינע אינערליכע אינפארמאציע איבער די קליקע. דאן איז דער שמועס אריבער צו פארשידענע שרעקעדיגע געשיכטעס וואס האבן פאסירט ביי כלל ישראל, אזעלכע וואס געווענליך היט מען אונטער'ן קארפעט, אבער נישט ווען מען זיצט אין א קרייז ארום טעלערלעך טשאקאלאדע שפעט מוצאי שבת ביינאכט פארנדיג אויף די טונקעלע פארשנייטע צעהאקטע אוקריינער שאסייען...

די לעצטע שטיקל צייט בעפאר אונזער אנקום קיין אומאן, האבן מיר גענצליך איבערגעגעבן די הנהגה פאר די פאר ברסלאווער צווישן אונז, וועלכע זענען שוין ארויסגעשפרינגען פון די הויט און האבן געמאכט ערנסטע הכנות צו זייער עליה לציון און אמירת תיקון כללי ביים רבי'ן. איינער האט גענומען דעם מייק און אנגעווארעמט דעם עולם מיט דברי הכנה, ווען א צווייטער האט פארגעלייגט די פראקטישע אנווייזונגען וויאזוי דער השתטחות דארף צוגיין. מען האט זיך גע'טענה'ט אויב דער רבי האט געהייסן גיין אין מקוה בעפאר'ן קומען צום ציון, אדער בלויז ווען מען ברויך א מקוה איז דאס דער מהלך. דאס איז אבער ארויסגעקומען פון צווישן אלע רעדנער, אז סתם תהלים זאגן האט נישט געהעריג קיין ארט דארט, נאר מען [גייט אין מקוה,] געבט צדקה, און דאן זאגט מען די ספעציעלע צען קאפיטלעך תהלים וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר זיין תלמיד רבי נתן אז דאס איז דער תיקון הכללי וואס מען זאל זאגן כסדר, בפרט אויף זיין ציון.

אנקומענדיג קיין אומאן האט מען זיך אפגעשטעלט נעבן א אידישע האטעל וואס פארמאגט א מקוה און א שוויץ... טייל עולם האט זיך דארט אריינגעזען, בעת דער איבריגער עולם שפאנט אויף די פון-פריש פארשנייטע געסלעך ביז צום ציון הקדוש, וואוהין דער באס קען נישט צוקומען. איך האב קלארגעשטעלט - פרעג מיך נישט פארוואס - אז איך בין בלויז געקומען אלס טוריסט, און איך האב טאקע נישט געהאט דעם הימלישן איבערלעבעניש וואס איך האב צוגעזען פון דער נאנט ביי די עכט-נאנטע אנ"ש פון אונזער גרופע.

איך בין געגאנגען אין באגלייטונג פון נאך עטליכע פארעווע טוריסטן, און די ערשטע זאך וואס מיר האבן באמערקט ביים אריינקומען אין בנין הציון, אז סערוויס איז די לעצטע זאך וואס מען קען דא ערווארטן. איך ווייס נישט אויב דאס האט שייכות מיט'ן מנהג טוב אין ברסלב נישט צו טרינקען קאווע בעפאר שחרית, אבער דער ארט פון די קאווע איז געווען לער. איך פערזענליך האב זיך נישט גענויטיגט אין איינס, אבער איך האב מיטגעהאלטן ווי אן ארטיגער איינוואוינער - לויט אלע סימנים - פרובירט צו קראצן פון דא און פון דארט, אביסל וואסער, עפעס שטויב, אבער גארנישט, עס איז געווען פוסט און וויסט. אבער אויסערדעם איז עס אויך געווען פארדזשאווערט, און האט אויסגעקוקט ווי דער מאטא איז "אנטי סערוויס". אז דו קומסט אהער, קום ווי א חסיד; זאג אפ דעם תיקון און פועל אלעס גוטס. א קאווע וועסטו טרינקען אין גאז סטאנציע אדער אין דיין האטעל צימער.

מיר גייען אריין מיט יראת הכבוד אין דעם אוהל הקדוש, וואס קוקט גיכער אויס ווי א געווענליכע בית המדרש מיט טישן, בענק און א געהעריגן שול אויסשטעל. דארט אויף די דרום וואנט געפינט זיך דער הייליגער ציון, און מען זעט טאקע געציילטע אידן שטייען איבערדעם מיט א תהלים אדער תיקון כללי זאגערל. מיר האבן געוואלט אנצינדן ליכט, ווי מיר האבן געטון ביי יעדע מקום קדוש דורכאויס אונזער באזוך, אבער עס איז אונז גלייך קלאר געווארן אז ליכט טראגט דא נישט קיין ערנסטע געוויכט, און קיין שום ארט איז נישט רעזערווירט דערפאר - אויסער ביים עמוד פונעם שליח ציבור. גרויסע שילדן מעלדן דעם עולם א הכרזה צו געבן צדקה, און איינער-צוויי גייען כסדר ארום מיט אויסגעשטרעקטע הענט. דער שנארער האט אונז נישט אפגעלאזט, און ווען איך האב אים געזאגט "באלד", האט ער בלויז געזוכט א דאלמעטשער וואס זאל אים פארשטיין געבן דעם לחש. ווען איינער פון אונז האט אים געוואלט געבן א דאלער און בעטן רעשטע, האט ער זיך געמאכט ווי ער פארשטייט נישט וואס רעשטע מיינט. הכלל, מיר האבן באשלאסן גיכער צו געבן דעם מטבע אין די ארטיגע פושקע, און נישט פאר דעם וואס וועט עס מעגליך נוצן אויף אומגינסטיגס.

איך האב גענומען איינע פון די צענדליגער תיקון כללי'ס וואס האבן זיך דארט אפגעפינען און מיט אן ערנסטקייט אויסגעזאגט די צען קאפיטלעך ביים הייליגן ארט, ווען אינדערצווישן האט שוין אנגעהויבן טאגן און דער שטוב ווערט מער און מער אנגעפילט מיט די ארטיגע וואס פירן זיך צו דאווענען כותיקין. עס איז העכסט אינטערעסאנט צו שטיין אין דעם מקום קדוש און באטראכטן די סצענע ווי א גאסט. אידן וואס שטאמען פון אלע שיכטן און קרייזן, וואוינען אין אלע עקן פון דער ערד-קוגל, לאזן אלעס אפ און באזעצן זיך דאהי, וואו אויסער דער צדיק איז כמעט גארנישט דא. זיי פארמאגן שוין היינט צוטאג א שטיקל חדר מיט א שולע פאר די קינדערלעך וואס מען נעמט מיט אויף די אוואנטוריסטישע לעבנסשטייגער. א טייל עולם דארט איז געסט, א שטייגער ווי דער יונגערמאן וואס איז געקומען אויף אונזער פליגער ביידע וועגן - יעצט איז ער אן דעם אינגעלע זיינער, וועלכער שלאפט מסתמא איינער אליינס אין האטעל צימער בשעת דער טאטע איז ארויסגעלאפן כאפן דעם ותיקין שחרית.

היבש אסאך עלטערע אידן זענען מערקבאר, אידן מיט גרויסע גרויע בערד און אן ערנסטקייט אויסגעגאסן אויף זייערע געזיכטער. זיי זיצן יעצט איבערגעבויגן איבער די ברסלבער ספרים און הארעווען אריין אלס הכנה לתפלת שחרית ביים רבי'ן. איטליכער אנוועזנדער האט א געשיכטע הינטער זיך, הלואי ווען זיי וואלטן געהאט א באר-קאוד וואו מען קען אראפשנאפן אין קורצן זייער לעבנסביאגראפיע.

איך האב זיך געוואשן די הענט און געזאגט ברכת השחר און ברכת התורה [זיך פארלאזנדיג אויף די שיטה אז ווען מען שלאפט נאכמיטאג קען מען דעם אנדערן פרימארגן געהעריג זאגן אלע ברכות כאטש מען האט נישט פארמאכט קיין אויג איבערנאכט], דאן האב איך געזאגט 'פון פארנט' - פשוט ווייל איך האב נישט געהאט עפעס אנדערש מיט וואס אנצופולן די צייט בשעת דער גאנצער עולם דארט האט זיך געשטעלט שחרית. מיר האבן אפגעשמועסט נישט צו דאווענען דארט שחרית, ווייל מיר האבן זיך שוין געיאגט און באשלאסן צו דאווענען אויפ'ן באס אונטערוועגנס.

אינצווישן איז אריינגעקומען אין בית המדרש שעל הציון הקדוש אונזער אייגענער "טוב ה' לכל" מיט די פאנטאפל אויפ'ן צעבויגענעם פוס. ער האט קענטיג געכאפט א טבילה כדת וכדין בעפאר ער שטעלט זיך פאר'ן רבי'ן. איך האב אפגעשטעלט אלעס וואס איך האב געהאלטן אינמיטן טון כדי צו מיטהאלטן זיין באגעגעניש מיט'ן רבי'ן - גלייבט מיר אז עס איז געווען וואס צו זען. ווי א בן המתגעגע וואס האט שוין נישט געזען דעם פאטער א שטאק מיט יארן [הגם ער איז דארט יאר יערליך אום ר"ה און נאך אמאל אדער צוויי אינמיטן יאר] האט ער באפאלן דעם ציון הקדוש. ער קוקט זיך נישט ארום, עס גייט אים נישט אן ווער עס קוקט אדער אויב איינער קוקט בכלל. ער עפנט אויף זיין תיקון הכללי, לייגט עס ארויף אויפ'ן שטענדער פונעם ציון, און הייבט אן זאגן ווארט ביי ווארט ווי א כיתה א' אינגל וואס חזר'ט יעצט די עברי בעפאר א פארהער. עס איז געווען א מחזה הוד צו מיטהאלטן ווי דאס קינד טרעפט זיך מיט'ן טאטען/רבי'ן און צעקושט ממש יעדע ווארט וואס ער זאגט ארויס פון דעם תיקון כללי. איך האב אים ערנסט מקנא געווען אז ער האט אזא קשר אמיץ וחזק מיט א רבי'ן, אסאך וואלטן זיך דאס געוואונטשן.

ווען איך האב שוין ממש נישט געהאט וואס צו טון, בין איך אריבער פון דעם קליינעם בית המדרש צום גרויסן קלויז דערנעבן, וואו איך האב געטראפן אלע כהנים פון אונזער גרופע, און צו מיין שאק האב איך געזען ווי איינער פון זיי - בכלל נישט באקאנט אלס בעל בכי - שטייט און וויינט העפטיג אריין... יענער האט מיר נאכדעם געזאגט אז ער האט נישט קיין אנונג פארוואס, ער קערט זיך בכלל נישט אן קיין ברסלב, אבער זיין גרעסטע התעוררות איז געווען דארט אין דעם קלויז סמוך ונראה צום ציון הקדוש, ער האט זיך ממש נישט געקענט האלטן און זיין גאנצע קערפער האט זיך געוואקלט פאר געוויין - זאל ער האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

איך האב זיך נאכגעפרעגט וואו מען קען טרעפן א בית הכסא אין די געגנט, קלערנדיג צו ערלעדיגן די הכנות פאר שחרית דארט, אבער אריינטרעטנדיג אינעם צימער, האב איך תיכף באשלאסן אז מיין באזוך טאר נישט געדויערן מער ווי א מינוט-צוויי, ווילאנג איך קען זיך האלטן דעם אטעם און די נאז פארשטאפט... [כ'האב ממליץ געווען אז יעצט פארשטיי איך דעם סוד פון דער נאמען פונעם גאס דארט]. דאס וואס איך האב פריער געשריבן וועגן "נישט סערוויס", איז א טיטל קעגן וואס איך האב דארט געשפירט... נו שוין, ווער קומט דען אהער אויף גשמיות?

יעצט האט מען דאס לעצטע מאל גענומען א קאפצאל פונעם ציבור, און איינער האט טאקע געפעלט, דאס איז דער דאיען שליט"א וועלכער האט זיך באשטעלט א האטעל אין אומאן אויף נאך א נאכט און איז זיך געגאנגען צולייגן, אונז איבערלאזנדיג כצאן בלי רועה אויף די רעשטע פון דער נסיעה.

ווי נאר מען האט פארלאזט דעם ציון הקדוש האב איך ארויסגענומען מיין טלית און תפילין און זיך אנגעטון, האלטנדיג אז עס איז בעסער צו דאווענען ווי פריער, איידער דער עולם ווערט צו שטארק איבערגעמידעט. איך האב געדינט אלס בעל תפילה, שטייענדיג די גאנצע צייט צווישן די רייעס זיצן און שרייענדיג הויך דאס גאנצע דאווענען - כדי אז איך אליינס זאל נישט אנטשלאפן ווערן. מען האט נאך שחרית געמאכט אן אפשטעל ביי א געשעפטל וואס פארקויפט אנגעבליך כשר'ס, אבער עס איז געווען פארמאכט, האבן מיר בלויז איבערגעלאזט אונזערע מיסט זעקלעך פארנט פון דעם געשעפט און געכאפט בילדער דערפון... [איך האב געמיינט אז איך האב בילדער דערפון, אבער איך טרעף עס נישט יעצט. אזוי זוכנדיג, האב איך אבער יא געטראפן א מציאה גדולה: איינער האט מיר אריינגעשיקט סקרין-שאטס פון זיין כלי וואס האט רעקארדירט א טיימליין פון די גאנצע נסיעה, אי"ה ביים שלוס פונעם טאגבוך וועט מען פארצייכענען פונקטליך די זייגערלעך פון יעדע זאך].

נאך שחרית האט מען שוין געקענט טועם זיין, האט מען פארטיילט פאר'ן עולם א ריזיגע צידה לדרך פעקל וואס אלעקסיי האט צוגעשטעלט פאר'ן ציבור. איך האב נישט געוואלט עסן קיין שום המוציא אדער אפילו מזונות ראול אומגעוואשן, האב איך בלויז געגעסן די איבריגע פראדוקטן, אריינגערעכנט א גרויסע שטיק פוטער... (כ'האב מיך איינגערעדט אז עס איז קעז וכדומה). למעשה איז דאס געווען אונזער לעצטע רעכטיגע טעימה בעפאר'ן אנקומען אהיים מיט לאנגע שעות שפעטער.

צוליב די שפעטע שעה איז מען פון אומאן גלייך געפארן קיין קיעוו צום לופטפעלד, פון וואו מיר זענען אפגעפלויגן קיין ציריך און פון דארט אהיים קיין ניו יארק. א פונקטליכערע באריכט פון די רייזע אהיים, וועט אי"ה נאכפאלגן.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

WOW! אומאן איריז.

זאלט עטץ האבן געפויעלט אלעס גוט'ס!!

ש'כח פאר די חמין
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

שכח פאר די פרישע ווארע.
גוטע וואך!
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

שכח לכאורה. הערליך!
יענעמס נאז איז גרינער…
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געלייענט און הנאה געהאט אבער איך בין שוין גרייט פאר נאך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

לכאורה האט געשריבן:מוצאי שבת קודש שמות, אור ליום א' וארא - כ"ב טבת תשפ"ב לפ"ק

איך האב זיך נאכגעפרעגט וואו מען קען טרעפן א בית הכסא אין די געגנט, קלערנדיג צו ערלעדיגן די הכנות פאר שחרית דארט, אבער אריינטרעטנדיג אינעם צימער, האב איך תיכף באשלאסן אז מיין באזוך טאר נישט געדויערן מער ווי א מינוט-צוויי, ווילאנג איך קען זיך האלטן דעם אטעם און די נאז פארשטאפט... [כ'האב ממליץ געווען אז יעצט פארשטיי איך דעם סוד פון דער נאמען פונעם גאס דארט]. דאס וואס איך האב פריער געשריבן וועגן "נישט סערוויס", איז א טיטל קעגן וואס איך האב דארט געשפירט... נו שוין, ווער קומט דען אהער אויף גשמיות?

ווען איז געווען דיין נסיעה?
היינטיגע צייטן איז דא הערליכע נייע בית הכבוד'ס געבויעט אויף די אויבערשטע שטאק פון גבאי, איך בין דארט געווען אויף א שבת, ס'איז געווען הערליך ריין אן קיין גערוך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אונזער נסיעה איז געווען פאראיאר שבט
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שכוח לכאורה!
שכוח ארחיקה פארן שטיפען
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

פשיהא איך מוז הערן די פאנעל מוצאי שבת פון די סאמע העכסטע לייט און די קרעטשמע רייען...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”